אליעזר קרויס איבער מצב הישיבות

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
טל ומטר
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 15
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 10:47 pm
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 43 מאל

Re: אליעזר קרויס איבער מצב הישיבות

שליחה דורך טל ומטר »

דרש'נען קען איך אויך. זאל ער עפענען א ישיבה און וויזן וואס מען קען מאכן מיט בחורים. מער וועט ער נישט דארף'ן רעדן. אויב וועט ער מצליח זיין וועט די עולם שוין קומען צולויפן, און אנדערע וועלן עס נאך מאכן.

ארויסצוקומען דרש'נען פאר אלע בחורים און מיט דעם צוברעכן די שטיקל סטרוקטאר וואס א בחור האט היינט איז יצא שכרו בהפסידו
שפילער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 662
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 252 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 562 מאל

Re: אליעזר קרויס איבער מצב הישיבות

שליחה דורך שפילער »

קריטיקל טינקינינג קען מען זיך די זעלבע אויסלערנען מיט א געשמאקע תוס' און מהרשא און אפילו מהרשם מען דארף נישט ציליב דעם מאכן א מסכת מפרשים און ברענגען ר'עקיבה אייגערס מיט חתם סופר בעפאר מען פארשטייט ניטאמאל די גמרא
מיין אישי קעסטל ארבעט נישט
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו

shpieler111@gmail.com
לייביששרייבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 595
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
האט שוין געלייקט: 285 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל

Re: אליעזר קרויס איבער מצב הישיבות

שליחה דורך לייביששרייבער »

שפילער האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 10, 2023 12:04 pm קריטיקל טינקינינג קען מען זיך די זעלבע אויסלערנען מיט א געשמאקע תוס' און מהרשא און אפילו מהרשם מען דארף נישט ציליב דעם מאכן א מסכת מפרשים און ברענגען ר'עקיבה אייגערס מיט חתם סופר בעפאר מען פארשטייט ניטאמאל די גמרא
ווי קע מען פארשטיין א גמ' אן א ר' עקיבא אייגער ? אוואדאי דארף מען ברענגן די מפורשים צו פארשטיין א בלאט גמ'. תו"ס, מהרש"א, און מהרש"ם זענען אלע זייער גוט איינמאל מען פארשטייט דעם ר' אלחנן, אדער ר' נפתלי. חחחחח

אויף א סיריעס נאוט, האט זיך איינער געקריגט אויף דעם? די שאלה איז ווי אזוי דער תוס און מהרש"א ווערן אפ געלערנט.
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
באניצער אוואטאר
קבצו זקנים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 42
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 12, 2022 12:12 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 82 מאל

Re: אליעזר קרויס איבער מצב הישיבות

שליחה דורך קבצו זקנים »

ברענג א ביישפיל פין א שטיקעלע גמרא אין לאמיר זעהן צי איך פארשטיי דעם פשט אהן א רבי עקיבא איגר זצ״ל.

ס׳איז דא א שיינעם שטיקעל פינעם הייליגען של״ה אין מסכת שבועות, לטובת השטיבעל האב איך ציגעלייגט א Scan
בייגעלייגטע פיילס
של״ה הַקָּדוֹשׁ.pdf
(3.99 MiB) אראפגעלאדנט 33 מאל
חיים הערש
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 31
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 2:08 am
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 46 מאל

Re: אליעזר קרויס איבער מצב הישיבות

שליחה דורך חיים הערש »

קבצו זקנים האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 10, 2023 12:33 pm ברענג א ביישפיל פין א שטיקעלע גמרא אין לאמיר זעהן צי איך פארשטיי דעם פשט אהן א רבי עקיבא איגר זצ״ל.

ס׳איז דא א שיינעם שטיקעל פינעם הייליגען של״ה אין מסכת שבועות, לטובת השטיבעל האב איך ציגעלייגט א Scan
WOW
באניצער אוואטאר
צקון לחש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 682
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 2:09 am
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1291 מאל

Re: אליעזר קרויס איבער מצב הישיבות

שליחה דורך צקון לחש »

איך מיין אז עס דארף ארויסגעברענגט ווערן דעם (אומאנגענעמע) פאקט אז די גאנצע ענין פון לימוד התורה הק' איז צע"ג

אסאך טוישונגען איז אריבער אויף לימוד התורה במשך די דורות, סיי אין איר צורה און סיי אין איר מטרה/ות

למעשה ווי מיר שטייען היינט איז עס א פארפלאנטערטע זאך פון וועלכע וועג מען זאל עס נאר אנקוקען (און איך זאג דאס אלץ איינער וואס איז לאקי צו דוקא יא ענדזשויען די קאוד קרעקינג פון מיסטעריעזע גמרות און ראשונים שוין איבער צען יאר נאכ'ן פארלאזן כתלי הישיבה)

דא עקא, 1) מ'דארף דאך אנפילן די טאג פון עדיוקעישאן-לאזע, ארבעטס-לאזע און האבי-לאזע מענער, 2) די בעלי כשרון שבתוכינו דארפן דאך פיטערן זייער דארשט צו מדע וחכמה, 3) מ'דארף דאך רבנים להורות המעשה אשר יעשון וויל למשל צו מען מעג נוצן אומגעניצטע טישוס אין די ניין טעג וכדו'

איך קען נאר ווינטשן פון טיפען הארצען גוד לאק פאר דער וואס וויל טרעפן עפעס א וועג צו האלטן לימוד התורה לעבעדיג פאר נאך א דור צוויי...
[NAMELESS]

Re: אליעזר קרויס איבער מצב הישיבות

שליחה דורך [NAMELESS] »

אויב מען לערנט תורה אויף דער דרך העיוני וואס הגר"ח האט איינגעפיהרט, פיהלט מען א געשמאק, און דאס קען אהנהאלטען נאך אסאך דורות
באניצער אוואטאר
צקון לחש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 682
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 2:09 am
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1291 מאל

Re: אליעזר קרויס איבער מצב הישיבות

שליחה דורך צקון לחש »

מנשסתר האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 10, 2023 2:00 pm אויב מען לערנט תורה אויף דער דרך העיוני וואס הגר"ח האט איינגעפיהרט, פיהלט מען א געשמאק, און דאס קען אהנהאלטען נאך אסאך דורות

I'd rather quit on a high note
[NAMELESS]

Re: אליעזר קרויס איבער מצב הישיבות

שליחה דורך [NAMELESS] »

that is your prerogative
קליינע צדיק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 307
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 10:18 pm
האט שוין געלייקט: 507 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 232 מאל

Re: אליעזר קרויס איבער מצב הישיבות

שליחה דורך קליינע צדיק »

די פראבלעם אין די ישיבות סיסטעם איז מער אז מען איז בעיקר פאוקיסט אויף די כלל און ממילא ליידן די יחידים,
סיי אין די דרך הלימוד ווי אויסגעשמועסט אין סיי מיט תקנות וכדו' וואס כדי צו האלטן די זאך מוז מען (אדער מען מיינט אז מ'מוז) ארויסווארפן אדער בכלל מאכן תקנות וואס אסאך קענען נישט האלטן,
און ווען עס איז דא א פראבלעם איז אנשטאט העלפן דער בחור איז מען פארנומען האלטן די סיסטעם
חיים הערש
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 31
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 2:08 am
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 46 מאל

Re: אליעזר קרויס איבער מצב הישיבות

שליחה דורך חיים הערש »

איך פארשטיי אז עס איז דא א פארום דא אויף קאווע שטיבל בענין אליעזר קרויס אבער ווען איך פרוביר אריינגיין שטייט אז איך טאר נישט. למה?
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

Re: אליעזר קרויס איבער מצב הישיבות

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

צקון לחש האט געשריבן: איך מיין אז עס דארף ארויסגעברענגט ווערן דעם (אומאנגענעמע) פאקט אז די גאנצע ענין פון לימוד התורה הק' איז צע"ג
אוי זאגסטו גוט, ממש א צע"ג ווי א רעק"א. דאס איז אלץ מיין אישו מיט אזויגערופענע אויפגעקלערטע חברה, לאמיר זאגן אז עולם גולם טראכט ביז א געוויסע שטופע, גייט דער "אויפגעקלערטער" און טראכט איין סטעפ טיעפער און איז מעלה קשיות ותמיהות וואס שאקלען אויף א וועלט, שוטה שבעולם, גיי נאך איין סטעפ ווייטער וועסטו זעהן אז קשיא מעיקרא ליתא... כ'מיין אז דו האלטסט זיך טאקע נישט געבינדן צום דעת ההמון וואס שטערט דיר פון גיין all the way ווי מ'זאגט? נאר די תירוץ איז אז ס'דא מענטשן וואס האבן א מחלה וואס הייסט זיין opinionated, איז ער סטאק אינדערמיטן ווייל נאר דארט האט ער א מקום צו האבן אן opinion, ביי די סטעפ פריער און די סטעפ שפעטער דארף מען איהם דאך נישט האבן.

ווען איך בין געוועהן אין ישיבת מיר האב איך געהאט א roommate וואס האט געטראפן א קונטרס וואס שלאגט פאר זייער אן אינטערעסאנטע חידוש, ס'איז א שטיקל קרומע פשט אין נביא מיט א שיינע פאר דעטאלן וואס פארנעמט א שיינע פאר בלעטער, איז ער געזעצן דערויף אפאר שעה און זיך עס גוט איינגע'חזר'ט און דערנאך געגאנגען עס איבערזאגן פאר איינער וואס הייסט צו זיין א גרויסער ידען (איינער קאהן, פון מאנטריאל מיין איך, בכל אופן). ער האט זיך געשלעפט צו יענעמ'ס שיעור און נאכ'ן שיעור איז ער צוגעגאנגען איבערזאגן דעם געוואלדיגן חידוש, למעשה איז ער סטאק געבליבן אינמיטן ווייל ער האט נישט געדענקט אלע דעטאלן... איז ער צוריקגעקומען אין דירה און פון פריש אנגעפאנגען איבערגיין די גאנצע קונטרס פון אנפאנג, האב איך איהם געזאגט דו שוטה איינער, נעם די קונטרס צו יענעם און זאל ער עס אליין זעהן פון אינעווייניג און פטור אן עסק! ניין - זאגט ער מיר - דאס איז נישט אינטערעסאנט, איך וויל זיין דער וואס זאגט עס איהם... אין אנדערע ווערטער, איהם גייט דען אן צו יענער ווייסט פון דעם חידוש צו נישט? א פייג און א רעטעך, ער זוכט פשוט א פלאץ צו האבן אן opinion וכאן מצא הבעל דין לגבות את חובו.

הנוגע לעניננו, וואס ווילסטו קרויס זאל זאגן, אז מ'קען פארמאכן די ישיבות און שיקן די קינדער אין קאלעדש? מילליאנען מענטשן שיקן שוין די קינדער אין קאלעדש אן איהם, וואו איז זיין פלאץ צו האבן אן opinion? ניין, מ'זאל ווייטער האלטן די מושב זקניםס אפן און מ'זאל פארדרייען דעם עולם די באלליס.
מנשסתר 7371 האט געשריבן: אויב מען לערנט תורה אויף דער דרך העיוני וואס הגר"ח האט איינגעפיהרט, פיהלט מען א געשמאק, און דאס קען אהנהאלטען נאך אסאך דורות
צקון לחש האט נישט געזאגט גוד לאק אויף דער וואס טרעפט א וועג, ער האט געזאגט גוד לאק פאר דער וואס וויל טרעפן א וועג, ודוק.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ברוך שפינוזה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
תניא בניחותא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 140
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 12:33 pm
האט שוין געלייקט: 139 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 353 מאל

Re: אליעזר קרויס איבער מצב הישיבות

שליחה דורך תניא בניחותא »

די פראבלעם פון ישיבות און פון מיידל סקול און פון וואקסינען זענען די זעלבע, דהיינו, די הצלחה דערפון האט געמאכט פארגעסן די פראבלעמען פון פארדעם.

ישיבות:
אמאל זענען רוב בחורים נישט אנגעקומען אין ישיבה, אדער וועגן ארעמקייט אדער סיי וואס די סיבה איז געווען, למעשה איז די עמי הערצות געווען גרויס.
היינט איז אכשר דרא וואס יעדער קומט אן אין ישיבה, יעדער קען אפסוק חומש מיט אפאר בלאט גמרא, יעדער קען נאכקוקען א משנה ברורה אדער פסקי תשובות, מצד שני שטעלט זיך אויס אז נישט יעדער האט געדולד צו לערנען 10 שעה א טאג, זאל מען צוריק דרייען אז 90 פראצענט גייען ארבעטן ביי די צוועלף?
די אלע עצות וואס רבי לעיזער שלאגט פאר האט מען שוין געטון פאר 100 יאר צוריק און מ’ווייסט שוין די תוצאות, ליין אביסל היסטאריע.

מיידל סקולס:
אמאל האבן אלע מיידלעך געוואלט א בחור וואס האט פרנסה, נאך יארן הארעוואניע האט מען ארויף געברענגט די חשיבות פון א מאן א בן תורה אז יעצט האט מען א פארקערטע פראבלעם.

וואקסינען:
70 יאר צוריק האט מען קיינעם נישט געדארפט מסביר זיין די וויכטיגקייט פון וואקסינען, ווען פאליא מיט טובערקולאסעס האט געבושעוועט אין די גאסן האט יעדער געזוכט א עצה, דווקא די הצלחה פון די וואקסינען האט גורם געווען אז ס’זאל קענען אויפקומען אנטי וועקסערס.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: אליעזר קרויס

שליחה דורך berlbalaguleh »

שפילער האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 10, 2023 12:31 am
קהל'ס נער האט געשריבן: מוצ"ש דעצעמבער 09, 2023 8:04 pm איך האלט אז ער איז גערעכט, אבער איין זאך עס איז קלאר יא דא א מיעוט (טאקע א מיעוטא דמיעוטא) בחורים וואס די ליטווישע עיון איז קלאר יא געמאכט פאר זיי, אין הכי נמי די ישיבה סיסטעם קען נישט זיין אויסגעשטעלט בלויז פאר א מיעוטא דמיעוטא, אבער דאך דארף זיין א מסלול אין יעדע ישיבה וואס מען וועט יא לערנען אויף די ליטווישע מהלך.
ר׳ אליעזר פארשטייט בכלל נישט צי וואסארא עיון און התחברות התורה, מען ווערט אריינגעקאכט און די סיפוק וואס מען האט דערנאך, אז מען וויל פארשטיין וויאזוי מען קען לערנען פינף שעה רצופות איז ווייל מען כאפט בכלל נישט ווי די צייט גייט, מען איז אזוי אריינגעטוהן, און ס׳איז תורתו ס׳איז זיין תורה וואס ער האט קונה געוועהן, ס׳נישט נאר רשי און תוספות׳ס תורה נאר ס׳זיין תורה, אויף אזא עריבות און מתיקות התורה האט דער אור החיים זיך אויסגעדריקט היו משתגעין.

איך האב בכלל נישט קיין טענות אויף ר׳ אליעזר׳ן ווייל ס׳טאקע נישט געמאכט פאר יעדעם, און ס׳מיינט אפילו נישט אז ער האט נישט קיין גיטע קאפ, מען דארף האבן א דקות׳דיגע קאפ ווי איידער א גאונישע קאפ, ולאו כל מוחא קא סביל דא.
ניין וואס פונקטליך האט דעי בחור דערפון פינעוו יאר שפעטער? אפילו די עיון בחור גארנישט!
שפילער: ייש"כ. משא"כ אויב דער בחור האט ידיעות התורה. ער איז בקי אין א סאך מסכתות איז ער א סאך נענטער צו באקענען זיך אויף א מער יסודותדיגן וועג מיט פארשידענע הלכות.
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

Re: אליעזר קרויס

שליחה דורך קהל'ס נער »

berlbalaguleh האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 1:52 am
שפילער האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 10, 2023 12:31 am
קהל'ס נער האט געשריבן: מוצ"ש דעצעמבער 09, 2023 8:04 pm איך האלט אז ער איז גערעכט, אבער איין זאך עס איז קלאר יא דא א מיעוט (טאקע א מיעוטא דמיעוטא) בחורים וואס די ליטווישע עיון איז קלאר יא געמאכט פאר זיי, אין הכי נמי די ישיבה סיסטעם קען נישט זיין אויסגעשטעלט בלויז פאר א מיעוטא דמיעוטא, אבער דאך דארף זיין א מסלול אין יעדע ישיבה וואס מען וועט יא לערנען אויף די ליטווישע מהלך.
ר׳ אליעזר פארשטייט בכלל נישט צי וואסארא עיון און התחברות התורה, מען ווערט אריינגעקאכט און די סיפוק וואס מען האט דערנאך, אז מען וויל פארשטיין וויאזוי מען קען לערנען פינף שעה רצופות איז ווייל מען כאפט בכלל נישט ווי די צייט גייט, מען איז אזוי אריינגעטוהן, און ס׳איז תורתו ס׳איז זיין תורה וואס ער האט קונה געוועהן, ס׳נישט נאר רשי און תוספות׳ס תורה נאר ס׳זיין תורה, אויף אזא עריבות און מתיקות התורה האט דער אור החיים זיך אויסגעדריקט היו משתגעין.

איך האב בכלל נישט קיין טענות אויף ר׳ אליעזר׳ן ווייל ס׳טאקע נישט געמאכט פאר יעדעם, און ס׳מיינט אפילו נישט אז ער האט נישט קיין גיטע קאפ, מען דארף האבן א דקות׳דיגע קאפ ווי איידער א גאונישע קאפ, ולאו כל מוחא קא סביל דא.
ניין וואס פונקטליך האט דעי בחור דערפון פינעוו יאר שפעטער? אפילו די עיון בחור גארנישט!
שפילער: ייש"כ. משא"כ אויב דער בחור האט ידיעות התורה. ער איז בקי אין א סאך מסכתות איז ער א סאך נענטער צו באקענען זיך אויף א מער יסודותדיגן וועג מיט פארשידענע הלכות.
אין הכי נמי, און טאקע דערפאר איז דא א סדר בקיאות ווי מען לערנט פופציג בלאט גפ״ת, און פארטאגס סדר (אויך מיר פארטאגס) ווי מען לערנט נאך פופציג בלאט גמ׳ רש״י.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
שפילער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 662
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 252 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 562 מאל

Re: אליעזר קרויס איבער מצב הישיבות

שליחה דורך שפילער »

איך טראכט יעצט אריין פון מיין גאנצע גיל איז סך הכול דא צוויי מגידי שיעורים די איבעריגע זענען ארבייטער , און פאר דעי צוויי לאמיר זאגן אז פאר זיי איז יא געמאכט עיון איז פאר זיי האט מען קראנק געמאכט א גאנצע ציבור? מאכט סענס אזא זאך?
מיין אישי קעסטל ארבעט נישט
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו

shpieler111@gmail.com
ים של שלום
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 99
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 20, 2023 6:39 am
האט שוין געלייקט: 229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 161 מאל

Re: אליעזר קרויס איבער מצב הישיבות

שליחה דורך ים של שלום »

יעדער זאגט דא גוטע סברות לכאן ולכאן. אבער איך מיין אז כדי צו מחליט זיין וואס איז די ריכטיגע דרך הלימוד דארפן מיר קודם וויסן פון ווי מיר קומען (ווי @תניא בניחותא האט דערמאנט) און צו ווי מיר ווילען אנקומען.

מיר דארפען קענען קלאהר ענטפערן אויף די פאלגענדע שאלות.

ווי אזוי ווילען מיר אז די עוורידש היימישע אונגערמאן זאל אויסקוקען - תורה, חכמה, ידיעות יהדות כלליות, מדות, וכו', וכו'? - איך מיין דאס איז זייער א גרויסע מחלוקת.
ווי אזוי ווילען מיר אז די גאונים פונעם דור זאלען אויסקוקען? - למדן? בקי? כח הפסק? פיפטע חלק שולחן ערוך? אנדערע מקצועות התורה והחכמה? all of the above?

נאכדעם ווי מיר האבן קלארע עטנפערס אויף די שאלות קענעו מיר פרעגען די נעקסטע שאלה.
ווי אזוי שטעלט מען אויס א ישיבה סיסטם און א דרך הלימוד (אדער דרכי הלימודים) וואס האט די גרעסטע טשענסעס אונצוקומען צו די ריזאלטס?

אפילו WAZE קען נישט געבען דיירעקשענסט אהן א קלארע דעסטינעישן
לייביששרייבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 595
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
האט שוין געלייקט: 285 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל

Re: אליעזר קרויס איבער מצב הישיבות

שליחה דורך לייביששרייבער »

אין די מעשה ביכל אדער ספר אבי הישיבות שרייבט דער מחבר דוב אליאך בשם די גר"א ווי נאר ער האט געשעהן אז די כח התורה אין זייערע לומדים ווערן נתמעט ווייל זיי זענען נישט מדייק צו לערנען די שמעתתא דאורייתא אליבא דהילכתא, דערפאר האט ער מחליט געווען צו (מיינענדיג ר', חיים וולאדזשענער זצ"ל) צו עפענען זיין ישיבה אין וואלאזשען. ער צייכנט צו דארט אז אן אינטערוויו פון א מגיד שיעור איז געווען א מוסר דרשה וויאזוי צו פארלערנען. ("להרחיק מכוונת הכבוד ורמות רותא שלדעתו מטעם זה לא הצליח לכמה אנשים שרצו לעשות כן מחמת שהיה גם לשם כבוד")
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
באניצער אוואטאר
צקון לחש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 682
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 2:09 am
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1291 מאל

Re: אליעזר קרויס איבער מצב הישיבות

שליחה דורך צקון לחש »

ים של שלום האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 1:38 pmווי אזוי ווילען מיר אז די עוורידש היימישע אונגערמאן זאל אויסקוקען - תורה, חכמה, ידיעות יהדות כלליות, מדות, וכו', וכו'? - איך מיין דאס איז זייער א גרויסע מחלוקת

זאגסט דאך געוואלדיג, און דאס איז טאקע וויאזוי זאכן ארבעטן (נישט) ביי אונז; די וואס פארשטייען די פארצווייגטע שאלות און דילעמאס שווייגן (מ'טאר דאך גארנישט 'איינפירן' חלילה פון אונזער אייגענע שכל, אלץ איז דאך קאפי פעיסט פון רבינו הקדוש זלללהההה), בעת וואס די ענערגישע אויבנפלעכליכע טוהען למעשה מכל הבא ליד, ועל כל גל וגל ראולט מען ארויף די אויגן צום הימל, און כלל ישראל פייערט ב"ה זיג איבער היטלער / די רבי'ס קאמפעטישאן / די ציונים אז ס'איז א מחיה
ים של שלום
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 99
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 20, 2023 6:39 am
האט שוין געלייקט: 229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 161 מאל

Re: אליעזר קרויס איבער מצב הישיבות

שליחה דורך ים של שלום »

צקון לחש האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 2:27 pm
ים של שלום האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 1:38 pmווי אזוי ווילען מיר אז די עוורידש היימישע אונגערמאן זאל אויסקוקען - תורה, חכמה, ידיעות יהדות כלליות, מדות, וכו', וכו'? - איך מיין דאס איז זייער א גרויסע מחלוקת

זאגסט דאך געוואלדיג, און דאס איז טאקע וויאזוי זאכן ארבעטן (נישט) ביי אונז; די וואס פארשטייען די פארצווייגטע שאלות און דילעמאס שווייגן (מ'טאר דאך גארנישט 'איינפירן' חלילה פון אונזער אייגענע שכל, אלץ איז דאך קאפי פעיסט פון רבינו הקדוש זלללהההה), בעת וואס די ענערגישע אויבנפלעכליכע טוהען למעשה מכל הבא ליד, ועל כל גל וגל ראולט מען ארויף די אויגן צום הימל, און כלל ישראל פייערט ב"ה זיג איבער היטלער / די רבי'ס קאמפעטישאן / די ציונים אז ס'איז א מחיה
א ביטערע געלעכטער
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

Re: אליעזר קרויס איבער מצב הישיבות

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

צקון לחש האט געשריבן:דאס איז טאקע וויאזוי זאכן ארבעטן (נישט) ביי אונז... אלץ איז דאך קאפי פעיסט פון רבינו הקדוש זלללהההה...
הלואי, ווען ס'וואלט געוועהן ווי דו זאגסט וואלטן חסידים אסאך שענער אויסגעקוקט, איך זאג נישט אז ס'וואלט געוועהן א תיקון השלום, אבער בעסער ווי ס'איז היינט וואלט עס זיכער געוועהן.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
באניצער אוואטאר
צקון לחש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 682
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 2:09 am
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1291 מאל

Re: אליעזר קרויס איבער מצב הישיבות

שליחה דורך צקון לחש »

ברוך שפינוזה האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 6:01 pm
צקון לחש האט געשריבן:דאס איז טאקע וויאזוי זאכן ארבעטן (נישט) ביי אונז... אלץ איז דאך קאפי פעיסט פון רבינו הקדוש זלללהההה...
הלואי, ווען ס'וואלט געוועהן ווי דו זאגסט וואלטן חסידים אסאך שענער אויסגעקוקט, איך זאג נישט אז ס'וואלט געוועהן א תיקון השלום, אבער בעסער ווי ס'איז היינט וואלט עס זיכער געוועהן.
הייליג גערעכט!
אבער דאס וואלט געפאדערט אן אייסאלעיטעד ענווייראנמענט מיט דירעקטע און פערזענליכע איבערזיכט און השפעה פון א דמות בעל שיעור קומה וואס איז אווסגעקאכט מיט א וויזיע צו וואס די תלמידים זענען פארפליכטעט.
בקיצור, א דיסקאנטיניוד אייטעם.
מיר זענען דאס שוין אויסגעוואקסן (ליידער?).
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

Re: אליעזר קרויס איבער מצב הישיבות

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

כ'מיין צו זאגן אז רביה"ק (מסאטמאר) האט דאך 1) נישט געלערנט אויף די ליטווישע/בריסקע דרך הלימוד ווי באקאנט, 2) פון זיצן און לערנען נאכ'ן חתונה האט ער אויך נישט געהאלטן, 3) ער האט שטארק געהאלטן פונעם בן 18 לחופה, און 4) ער איז געוועהן א גרויסע חסיד פון לימודי חול. איז ווען מ'קאפי פעיסט דאס אלעס אויף למעשה וואלט די גאנצע ישיבה פראגראם נאר אנגעהאלטן פון די 14 ביז די 18 יאר, מ'וואלט געלערנט רוב טאג ש"ס און ראשונים על הסדר אנע קוועטשערייען, ווי די אונגארישע דרך הלימוד, און אביסל לימודי חול צו די זייט. בכלל נישט אזוי שלעכט.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
פארשפארט