העכסטע צייט צוריק גיין צו אמת'ע חסידות

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
מצב הדור
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 32
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 4:39 pm
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

העכסטע צייט צוריק גיין צו אמת'ע חסידות

שליחה דורך מצב הדור »

מהו דרך החסידות?
און לאז מיר דאס מסביר זיין, דער "אמת'ער" דרך החסידות, דאס איז לכאורה דער בעסטער מהלך אין אידישקייט. דהיינו, אין אידישקייט דארף מען פרובירן צו באלאנסירן די חלק המחשבה און די חלק המעשה, (וואס איז נישט אמת נישט ע"פ חכמי המוסר, נישט ע"פ קבלה, וכ"ש וכל שכן נישט ע"פ חסידות, אבער נניח), און פון די אנדערע זייט נאר גיין נאכן מחשבה, און לצורך זה האט מען געדארפט באיזה אופן שהוא ארויסהייבן מער די חלק וואס איז געווען שוואכער, און אביסל אראפברענגען די חלק וואס איז געווען שטערקער בימים ההם עס צו קענען באלאנצירן. איך גיי נישט יעצט אריינגיין אין קיין אריכות, מען קען שרייבן גאנצע ביכער אויף יעדן מהלך און אידישקייט באזונדער, זייער וועג אין דעם נושא וואס דאס איז כולל לכאורה אויך די מהלך פון די חכמים הראשונים מימות הזקנים שקבלו מיהושע בן נון, (איך רעד לפי קבלת חז"ל אין היסטוריה) - אין וואס איך קען נישט צופיל זאגן, פשוט ווייל איך ווייס נישט, איך האב עס נאכנישט דורכגעטוהן - און בפרט די מהלך פון די פרושים, צדוקים, קראים, איסיים, שבתאים בתחלת דרכם, דער רמב"ם ואחריו הטור והשו"ע קבלה, חסידות, גר"א ותלמידיו, נאר איך בין נאך נישט אנגעקומען דערצו, און ביטע: פארן מיר אויסלאכן פארן צאמשטעל, פארגעס פון דיין חינוך, און גיי נאך די זאכן מיט א בליק פון אינדרויסן וואו יעדער האט פרובירט צו טרעפן א וועג אין דעם נושא, געבויט אויף וועלכען חלק זיי האבן פארשטאנען איז די ריכטיגע, נאר אינעם דרך החסידות וויל איך מיר אפשטעלן א מינוט.

"חסידות", דער אור גדול ונורא אשר הנחיל לנו לדורות זקיני אור שבעת הימים רבי ישראל בעל שם טוב, וואס האט בלי שום ספק געלאזט זיינע פינגער אפדריקן אויף "גאנץ" כלל ישראל עד היום, און בפרט אינעם האלטן די פשוטי המון אינעם מסגרת פון כלל ישראל (לויט ווי מען האט דאס דאן אנגעקוקט), איז כידוע געבויעט אויפן דרך הקבלה, מיטן יסוד פונעם אריינברענגן דעם תורת הקבלה אינעם חיי יום יום, איז נישט מער ווי פשוט צו פארשטיין, אז דאס וואס ווערט געברענגט אין מקור תורת הקבלה, ספר הזוהר, אלס די יסוד פון עבודת ה', איז געווען די יסוד פון חסידות. איז ניתי ספר ונחזי, לאמיר דאס אפירזוכן.

דא האט איר דעם לשון הזהר (פר' יתרו, חלק ב', דף פב:): וידבר אלקים את כל הדברים האלה לאמר, רבי יהודה פתח, (תהלים קו ב) מי ימלל גבורות ה' ישמיע כל תהלתו, בכמה ארחין אורייתא אסהידת בבר נש דלא יחוב קמי מאריה, בכמה ארחין יהיב ליה עיטא דלא יסטי מארחוי לימינא ולשמאלא, בכמה ארחין יהיב ליה עיטא היך יתוב קמי מאריה וימחול ליה, דתנן שית מאת ותלת עשר זיני עיטא יהיב אורייתא לבר נש למהוי שלים במאריה, בגין דמאריה בעא לאוטבא ליה בעלמא דין ובעלמא דאתי, און ענליכע לשונות געפינען מיר אין אנדערע מקומות אין זוהר הק', און דער ביאור דערפון איז גאר פשוט, כל התורה כולה, אלע מצות און מעשים טובים, זענען נאר "עצות" ווי אזוי נאנט צו ווערן צום באשעפער, און אין די חסיד'ישע ספרים געפינען מיר דעם ענין לאין מספר ("תרי"ג עיטין"), אנגעהויבן פונעם מאמר הבעש"ט אז די אויספיר צום ועתה ישראל מה ה' אלהיך שואל מעמך וגו' איז "ולדבקה בו", ביז די גאר שפעטע ספרי חסידות (וואס איך גיי נישט דא אויסרעכענען אלע, צום אוצר החכמה קען שוין היינט יעדער האבן צוטריט, איך שרייב נישט קיין תשובה ספר, ווי איך דארף צוצייכענען איבעראל א רשימה פון עיין שם ועיין שם, וד"ל), אלע ברענגען קלאר ארויס דעם יסוד, די עיקר איז "דביקות בה'", אלעס אנדערש איז נאר עצות און סגולות (לשון הבני יששכר כמה פעמים וישוב דברי אמת) צוצוקומען דערצו.

איז לאמיר טראכטן, אויב אזוי, וואס איז דער דרך החסידות?

דער עיקר איז נאנט צו ווערן צום באשעפער, "נאר בכדי נאנט צו ווערן צום באשעפער פעהלט אויס די אלע זאכן".

איז צוריק צו וואס מיר האבן אנגעהויבן, דער בעל שם טוב איז אראפגעקומען אויף די וועלט און געטראפן א שרעקליכע בלבול אין צוויי פראנטן, דער המון עם איז צוקלאפט נאכן פרשה מיט שבתי צבי, און אויף דעם האט ער אריינגעבלאזען א רוח החיים אין יעדען איד באשר הוא שם, מיט א גאר פשוט'ן מהלך, אז היות די עיקר איז דאך דביקות בה', ווי דערמאנט, איז וואס א חילוק וואס דו טוהסט, אפילו דו קענסט נישט לערנען, דו מוזט ארבעטן, אויב טוהסטו דיין בעסטע אינעם חלק פון נאנט צו ווערן צום באשעפער, איז אשריך ואשרי חלקך (אוי, וואו טרעפט מען דאס היינט?), אבער, זיין עיקר עבודה איז געווען מיט די עובדי ה', ער האט געטראפען א געפערליכע עולם התוהו, אין קורצן: די חלק המעשה איז ברום המעלה, ווי קיינמאל פריער (און שפעטער יא, טראכט אביסל אריין ווי מיר שטייען היינט, איך מיין מיום שניתנה, או נתחדשה התורה, לא היה כדבר הזה, כל המרבה בחומרות, אפילו אין בהם טעם הרי זה משובח), אבער די חלק המחשבה איז כמעט ווי אונטערגעגאנגען.

גיב נאר א קוק אין די ספרי שאלות ותשובות פון פיר הונדערט יאר צוריק, וויפל מאהל איז מען דן וואס איז דער רצון ה'? כמעט לא יזכר, איז דארף מען דאס באלאנצירן.

נא, לאמיר זעהן וואס איז דער עיקר, האבן מיר דאך שוין געזעהן, דער עיקר איז דאך די חלק המחשבה, און בפרט אז די חלק המעשה איז געווען זייער (און שוין צו) שטארק, דארף מען לייגן א דגוש אויפן חלק המחשבה, קלאר ארויסברענגען אז דאס איז דער עיקר. נאר מאידך גיסא זיכער מאכן נישט נאכצולאזן קיין זיז כל שהוא פונעם שלחן ערוך.

דאס איז אויפן שפיץ גאפל איינע פון די יסודות פונעם דרך החסידות, זיי נישט יוצא קיינעם, ווער נאר נאנט צום באשעפער. און גלייב מיר נישט אויפן ווארט, לערן גרינטליך ספרי חסידות, מיט א בליק צוצושטעלן דיר צו חסידות, נישט חסידות צו דיר, וד"ל (א גוטע קונטרס פאר דעם איז קונטרס "חסידות!!!" פון הגאון החסיד רבי יצחק משה ארלנגר שליט"א).

א בחור ווערט ערצויגן אין א חסיד'יש ישיבה, ווערט געזאגט עוסק צו זיין בעיקר אין גמרא תוס' און שו"ע. חסידות, יא, אבער נישט צופיל. ער הייבט אהן לערנען, און טרעפט זיך אהן אינעם אגרת הקודש פון זיין זיידן הרה"ק רבי אלעזר ליזענסקער זי"ע (מודפס בהרבה ספרי נועם אלימלך בסופו) וואו ער שימפט געפערליך אויפן מאכן מנהגים פון ענינים "אין עבודת ה'" וואס צדיקים טוען, ער כאפט אהן צוויי דוגמאות, וועלכע זמירות צו זינגען, און ווען מען זאגט שיר השירים, אבער על הכלל כולו יצא.

א בחור וואס וואקסט היינט אויף אין א פלאץ וואס דארף שוין צו הייסן אן 'אמת'ער' חסיד'יש פלאץ, וואו מען לייגט נישט קיין דגוש אז מען זאל קיין צום רעבין יעדע וואך, און אז די חתונות זאלן זיין שיין, נאר אויף וואס יא? לערן אזויפיל און אזויפיל ווייל אזוי וויל דער רבי, ביי אונז גייט מען אזוי, מיט דעם חסיד'ישן לבוש, ביי אונז דאווענט מען אזוי, ביי אונז טוט מען נישט דאס און דאס, ממש אויף די זאכן וואס רבי אלעזר פארפירט, דאס איז חסידות און דאס איז עבודת השם, קיין זכר נישט פונעם מושג, נישט קיין חילוק צו דו ביסט יא ביים טיש צו נישט, דער עיקר איז טוה וואס מאכט דיר נאנט צום באשעפער, ליין נאר ווייטער אינעם בריוו פון רבי אלעזר ווי ער שרייבט קלארער ארויס דעם נקודה, אז דער עיקר איז נאנט צו ווערן צום באשעפער (און ענליך צו דעם קען מען טרעפן און אלע חסידישע ספרים, איך כאפ נאר אהן דעם בריוו ווייל דארטן ווערט עס שטארק און קלאר ארויסגעברענגט אין קורצן), איז וואס דארף א בחור, וואס פון איין זייט איז ער זיכער אז די וועג וואס ער איז ערצויגן איז ריכטיג, און פון די אנדערע זייט, וואס ער טוט וויל ער טוהן בשלימות, דעם "חסרון" האב איך אייביג געהאט, עד היום, וואס איך טוה דארף זיין בשלימות המחשבה, ווי אזוי גיט מען זיך אן עצה?
דע את ה
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום מצב הדור, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

קאפי פעיסט איז נישט קיין חכמה
מצב הדור
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 32
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 4:39 pm
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

שליחה דורך מצב הדור »

עס איז מיר זייער געפאלן וווייל דאס מוטשעט מיר שוין לאנג.

לאמיר זיך מתבונן זיין,
מען לעבט אין א דור וואס איז נשתכחה דרך בעשה"ק, יעדער כמעט לעבט אויבערפלעכליך, ע"פ רוב ווייסט מען נישט וואס מען וויל פון אונז
מען ווייסט נישט וואס דער באשעפער וויל, וואס דארף איך יא טוען, וואס נישט, וואס איז א יסוד וואס מוז איך נישט,
וואס געשעהט איז, אז מען פאלט אין אלעס, און מען ווערט קאלט צו יודישקייט.
ווייל אויב די גאנצע יודישקייט איז א פלעי, דאס קען קיין קיום נישט האבן.

וואס עס פעלט אונז איז א נייע מהלך אין יודישקייט, אז די רבנים זאלן שוין זעהן וואס דא טוהט זיך,
און אוועקשטעלן דעם אמת'ן וועג און זאגן וואס ה' וויל פון אונז, וואס דאס איז קרבת ה' לי טוב, פשוטו כמשמעו,
וואס וויל ה'? זיי נאנט צו מיר, אזוי ווי מען זאגט וואס טוט מען אויבן, ונהנין מזיו השכינה, פשוטו כמשמעו,
דאס צו באלאנסירן דעם חלק המחשבה און די חלק המעשה איז אוממעגליך, דאס איז אביסל שיטת רעפארם,
אבער מען דארף נישט גיין ביז כפירה וואס זיי האבען געוואלט ר"ל אויסרייסן די תורה.

וואס יא???
א רב א מנהיג בין איך נישט, און איך קען קיין גדרים נישט מאכן, נאר ת"ח זאלן שוין איינזעהן ווי מען שטייט,
און זאגן קלאר נישט אלעס מוז מען, מען קען אויך צולייגן זאכן אזוי ווי מען האט דעמאלס צוגעלייגט טישן וכדומ',
זאכן וואס איז מער גאייגענט צו אונזער דור, און זאג אז די עקר איז קרבת ה' לי טוב!!!!!!
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

ווער האט מחליט געווען אז דאס איז די אמת? יעקב אבן [yisroelotd] ??
I have a dream
Martin Luther King ~
yisroelotd
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 32
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

פון אייגענער ערפארונג

שליחה דורך yisroelotd »

איך ווייס נישט וויפיל דא, אויב בכלל איינער איז אינטערסירט צו הערן וואס איך האב צו זאגן, אבער אויב יא, און סוף כל סוף מעג איך קאמענטירן אויף מיינע אייגענע ווערטער, קען איך זאגן אזויפיל, ווען מען וואלט היינט געלעבט דעם מהלך החיים, וואלט איך, און איך קען נאך אזוי ווי מיר, געווען דורכגעווייקטע חסידישע אידן און שטארקע מאמינים בה', נישט אז איך האלט אז דאס איז דער ריכטיגער מהלך החיים, גארנישט וואלט מיר אבער נישט אוועקגעשטופט פונעם חסיד'ישן דרך, וואס דאס האט פאסירט מיטן היינטיגן מהלך.

און לעיקוואד, ניין נישט איך זאג עס, עפן אויף א חסידישע ספר, און זאג מיר דו וואו דו זעהסט אנדערש, און וואו געשריבען, רבי יצחק משה'ס ספרים זענען זייער גוט אין דעם.
און וואס איז מיט קבל את האמת ממי שאמרו?
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

דעכ בריוו איז נישט פין ר' אלעזר דאכט זיך. עס איז פין ר' זכריה מענדעל דער גרעסטע תלמיד פין ר' אלימלך. האסע קיינמאל געהערט פין אים? טו בעד. ער איז אויך דנר מחבר פין צעטיל קטן.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

yisroelotd האט געשריבן:
און לעיקוואד, ניין נישט איך זאג עס, עפן אויף א חסידישע ספר, און זאג מיר דו וואו דו זעהסט אנדערש, און וואו געשריבען, רבי יצחק משה'ס ספרים זענען זייער גוט אין דעם.
און וואס איז מיט קבל את האמת ממי שאמרו?

איך האב נישט געזאגט אז סנישט אמת. איך האב זיך באציט צי דער פותח האשכול וואס האט דא אטיטל געגעבן "דרך האמת". און געזאגט אז פון דעם וואס עפעס א בלוגער האט אזוי געשריבען ווערט עס נאכנישט די אמת.
לגופו של ענין, איז אויב מיינסטו זאכן אזויווי ר' אלמילך'ס בריף וועגן יא זאגן שיר השירים אדער נישט ביסטו אוודאי גערעכט די אלע זאכן זענען נישט וויכטיג בכלל. הגם כמה קהילות קדושות היינט זענען געבויט נאר אויף דעם, איז דאס טאקע א צרה וצוקה און היפך תורת החסידות בכל מכל כל. אויב מיינסטו מצוות מעשיות באופן כללי, איז דאס שוין מער קאמפליצירט. און דאס דארף מען שוין ערנסטער באהאנדלן.
אמת ר' יצחק משה שרייט שוין יארען אז דער מצב טויג נישט און דער פתרון איז צוריקצוגיין צו אזויווי ר' אלימלך און ר' זושא, אבער סאיז גערעדט צו א וואנט. די גאנצע סיסטעם איז נישט אויסגעשטעלט אז אזא סארט מענטש זאל בכלל האבן א ווארט. און איך בין נישט אזוי זיכער אז חסידות איז דער ענטפער אדער דער פראבלעם דא.
I have a dream
Martin Luther King ~
yisroelotd
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 32
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

שליחה דורך yisroelotd »

ניין איך מיין א בריוו פון רבי אלעזר, געדריקט און איינצעלנע דרוקן פונעם נועם אלימלך, איך האב עס געזעהן אינעם קונטרס „דרכי נועם" פון הוצאות אור לישרים.
וועגן צעטיל קטן, רבי זכאית מענדיל דערמאנט עס נאר, אבער לפי המקובל והמסתבר איז עס פון רבי ר' אלימלך, וכמדומה שרייבט ער אז די הנהגות זענען פונעם רבי ר' אלימלך, אבער איך בין נישט זיכער אויסווענדיג ליגנדיג אין בעט...
אויפן הנהגות האדם איז דא אסאך וואס ווילן דאס מתייחס זיין צו אנדערע, עס איז דא אלטע ספרים וואו עס ווערט געברענגט אין נאמען פון המגיד מזלאטשוב, אדער פונעם אפטער רב.
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

גיב נאר א קוק אין די ספרי שאלות ותשובות פון פיר הונדערט יאר צוריק, וויפל מאהל איז מען דן וואס איז דער רצון ה'? כמעט לא יזכר, איז דארף מען דאס באלאנצירן.

איינער פארשטייט וואס ער רעדט?
Under influence
yisroelotd
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 32
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

שליחה דורך yisroelotd »

פשוט, נאכן בעל שם טוב האט אהגעהויבן זיין א מושג פון שרייבן א תשובה און געבן פסקים טאקע געבויעט אויפן שלחן ערוך, אבער, גענוג מאל מיט א הסבר אז מען דארף טראכטען וואס איז רצון ה' אין דעם מצב, נישט 'נאר' וואס שטייט אין שלחן ערוך, א זאת וואס מען טרעפט נישט די לעצטע הונדערט - צוויי פריער.
היינט וועט מען דאס שוין טרעפען איבעראל, אבער לכשתדקדק וועסטו זעהן אז עס האט זיך אנגעהויבען ביי די תלמידי בעל שם טוב.
יא עס איז אלס דא יוצאים מן הכלל, איך רעדט בכלליות
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

yisroelotd האט געשריבן:פשוט, נאכן בעל שם טוב האט אהגעהויבן זיין א מושג פון שרייבן א תשובה און געבן פסקים טאקע געבויעט אויפן שלחן ערוך, אבער, גענוג מאל מיט א הסבר אז מען דארף טראכטען וואס איז רצון ה' אין דעם מצב, נישט 'נאר' וואס שטייט אין שלחן ערוך, א זאת וואס מען טרעפט נישט די לעצטע הונדערט - צוויי פריער.
היינט וועט מען דאס שוין טרעפען איבעראל, אבער לכשתדקדק וועסטו זעהן אז עס האט זיך אנגעהויבען ביי די תלמידי בעל שם טוב.
יא עס איז אלס דא יוצאים מן הכלל, איך רעדט בכלליות

עד שלא תביא לפחות כמה מקורות לדבריך- דוגמאות פון תשובות פארדעם מיט נאכדעם, הרי דבריך דברים בטלים.
I have a dream
Martin Luther King ~
yisroelotd
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 32
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

שליחה דורך yisroelotd »

נישט קיין פראבלעם, עס וועט מיר פשוט נעמען אפאר שעה, will be back with it soon.....
עפל פאי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 64
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 10:13 am
האט שוין געלייקט: 19 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14 מאל

שליחה דורך עפל פאי »

מצב הדור האט געשריבן:
מהו דרך החסידות?
ביי אונז גייט מען אזוי, מיט דעם חסיד'ישן לבוש,
ביי אונז דאווענט מען אזוי,
ביי אונז טוט מען נישט דאס און דאס,
דע את ה

שוין לאנג וואס עס שטערט מיר דער ווארט אז "ביי אונז" טוט מען אדער נישט...

וואס מיינט דאס? ממ"נ שטייט ערגעץ אין די תורה דאס, איז זאג מיר ווי עס שטייט וועל איך עס ענדערש אננעמען ווי 'ביי אונז'.
און אז עס שטייט טאקע נישט, איז וואס איז די הסבר אז כ'ברויך אננעמען וואס מ'טוט ביי אונז?
פרומאק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 31
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 11:13 am
האט שוין באקומען לייקס: 10 מאל

שליחה דורך פרומאק »

אונז זענען שוין פארפארען אזוי ווייט אז מען זאגט שוין אזעלכע נארישקייטען אין דרך החסידות.
חסידות איז געווען מקפיד זיין אויף קדושת היסוד. פארשטייט זיך אז מקפיד זיין אויף נאך זאכען איז אייביג גוט. אבער חסידות איז געווען אין די יסוד ענינים.
פארדעם איז דא אסאך זאכען וואס געהערן צו חסידות.
פרישות
מקוה
שייטעל
פלעסטיק גלעזער
ווייסע זאקען האט גארנישט מיט חסידות, עס איז קבלה.
א מאנטעל שבת אייביג ווייל די חיצונים כאפען זיך צו שבת, וד"ל.
ראיית נשים. פרויען זאלען נישט גיין אנגעטוהן בדרך פריצות.
און אזוי ווייטער קדושת היסוד איז די יסוד.
פרום איז ר"ת פ'יל מ'צוות ו'וייניג ר'שעות
באניצער אוואטאר
a1b2
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 558
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 11, 2012 1:45 pm
האט שוין געלייקט: 146 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 74 מאל

שליחה דורך a1b2 »

yisroelotd האט געשריבן:נישט קיין פראבלעם, עס וועט מיר פשוט נעמען אפאר שעה, will be back with it soon.....
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

פרומאק האט געשריבן:אונז זענען שוין פארפארען אזוי ווייט אז מען זאגט שוין אזעלכע נארישקייטען אין דרך החסידות.
חסידות איז געווען מקפיד זיין אויף קדושת היסוד. פארשטייט זיך אז מקפיד זיין אויף נאך זאכען איז אייביג גוט. אבער חסידות איז געווען אין די יסוד ענינים.
פארדעם איז דא אסאך זאכען וואס געהערן צו חסידות.
פרישות
מקוה
שייטעל
פלעסטיק גלעזער
ווייסע זאקען האט גארנישט מיט חסידות, עס איז קבלה.
א מאנטעל שבת אייביג ווייל די חיצונים כאפען זיך צו שבת, וד"ל.
ראיית נשים. פרויען זאלען נישט גיין אנגעטוהן בדרך פריצות.
און אזוי ווייטער קדושת היסוד איז די יסוד.

how can you forget "THR" greates mitzva - eating kugel
Under influence
עפל פאי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 64
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 10:13 am
האט שוין געלייקט: 19 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14 מאל

שליחה דורך עפל פאי »

פרומאק האט געשריבן:אונז זענען שוין פארפארען אזוי ווייט אז מען זאגט שוין אזעלכע נארישקייטען אין דרך החסידות.
חסידות איז געווען מקפיד זיין אויף קדושת היסוד. פארשטייט זיך אז מקפיד זיין אויף נאך זאכען איז אייביג גוט. אבער חסידות איז געווען אין די יסוד ענינים.
פארדעם איז דא אסאך זאכען וואס געהערן צו חסידות.
פרישות
מקוה
שייטעל
פלעסטיק גלעזער
ווייסע זאקען האט גארנישט מיט חסידות, עס איז קבלה.
א מאנטעל שבת אייביג ווייל די חיצונים כאפען זיך צו שבת, וד"ל.
ראיית נשים. פרויען זאלען נישט גיין אנגעטוהן בדרך פריצות.
און אזוי ווייטער קדושת היסוד איז די יסוד.

פרישות, מקוה, מיט פלעסטיק גלעזער... אהממ...
:roll:
פארשפארט