אוי טאטע עס איז זונטאג אינדערפרי נאכאמאל ב"ה. מיר זענען אויף געשטאנען מיט א פרישע וואך. מיט פרישע שאופות, געשעפט כוחות אויף צו קענען ווייטער גיין. אבער, מיר זענען דאון, די מאד איז זונטאג'דיג. די גאר אסאך מלאכים וואס שלאגן זיך מיט די ציונים, וואס זענען באשאפען געווארען פון די טשולענט באנדלעך וואס מיר האבן אריינגעשלויכט אין אונזערע מאגן'ס מאכן שוין צו א שווערע פייט וואס מיר האבן נישט געבעטן פאר. עס צושטערט דעם גאנצן ליבן זונטאג וואס מיר וואלטן ווען געקענט יוטעלייזן פאר בעסערע זאכן ווי זיך מוטשען מיט די מלאכים.
איך פרוביר שרייבן א באלערענדער ארטיקל פון די היסטאריע פון מדינת ישראל און חאמאס. אבער די מלאכים לאזן מיר נישט שרייבן ווייל עס קען ח"ו אויסקומען פון די היסטאריע אז די ציונים זענען אפשר בארעכטיגט אין די איצטיגע מלחמה.
איי שלש שבועות, איז דאך דא אן ארטיקעל ווי @אלפא ברענגט דא ערגעץ אין שטיבעל ווי מען שלאגט זיך ארום ווי אזוי צו לערנען.
נא די שלש שבועות האט דאך נישט דא קיין שאלה ווען אידיש בלוט איז הפקר סיי ווי און די וועלט זאגט דאך שוין ר' שלמה קליגער, (אין זיין ספר מעשה יוצר אויף די הגדה) און נאך אנדערע דאן אז ווען די גוים האלטן נישט איין זייער חלק פון די שבועה וואס איז זיי משבועה נישט צו פיינגין די אידישע קינדער אויף גאר א שווערן אויפן דארפן מיר אויך נישט האלטן אונזער חלק, ווייל עס איז א תנאי תלוי אין זייער התנהגות. איז וואס ווילן די מלאכים וואס לאזן מיר נישט שרייבן.
אדער ווי אזוי דער אבני נזר לערנט עס גאר אפ, אז ווען רוב פעלקער זענען מסכים מיט וואס די אידן טוען הייסט נישט עובר געווען אויף די שבועה. טא א בפירישער יו ען רעזעלוציע (אזוי ווי ביי די תקופת בית שני וואס דאן איז מען שוין געווען אונטער די שבועה, האט כורש געגבן א גושפאנקע צוריק ארויף צו גיין קיין א"י) נעמט אונז ארויס פון דעם עבירה פון עובר זיין ניין און נאך אנדערע דאן אז ווען די גוים האלטן נישט איין זייער חלק פון די שבועה וואס איז זיין משבועה נישט צו פיינגין די אידישע קינדער גאר גאר שווער דארפן מיר אויך נישט האלטן אונזער חלק ווייל עס איז א תנאי תלוי אין זייער התנהגות. איז וואס ווילן די מלאכים וואס לאזן מיר נישט שרייבן.
נאר וואדזשע דאן דער הייליגער רבי זי"ע האט פאר מיט זיינע לומדישע פלפולים, און מיטן שיטות הרמב"ם אין ספר המצוות וואס זאגט דארט עד שבא משיח דוק' ותשכח נישט מדמה געווען די ציוניסטישע מדינה צו כורש'ס רשות ווי דער אבני נזר האט געהאלטן אז דאס איז נישט קיין הברעה אנטקעגן די שבועה. די ציונים האב נעוויגעטעד מיט טעראר בעפאר די יו ען רעזעלאציע, נאר דורך זייער טעראר האבן זיי דאס באקומען. און ע"כ איז שוין פארשטענדליך פארוואס די מלאכים וואס ווערן באשאפן פון די טשולענט בונדלעך לאזן מיר נישט שרייבן דעם ארטיקעל.
אהה איצטערט ווען מיר האלטן פארשטייען מיר שוין אויך דעם כבתה זקוק לה, אויב האלטן מיר ווי דער הייליגער רבי זי"ע קומט אויס אז כבתה זקוק לה און מיר פסקענען דאך ווי די ב"ה אז מעלין בקודש ולא מורידן. איי וואס וועט זיין מיט די פסק הלהכה פון ר' יוסף קארו. אהה, ער וועט לערנן אז די חלק שבועה איז נגד די פרי החג און דאס גיט מען פאר די עומות העולם, זיי זאלן נישט האבן מיט אונז קיין שייכות.
איר האלט מיט ? ווייל איך פארשטיי נישט קיין איין ווארט. אבער אזוי זעהט עס אויס ווען מען טענעהט זיך אין די וועלט אריין.
איי די סמוכות ר' תנחום, דאס קען מען מיישב זיין אויף גאר א צווייטן אויפן אזוי ווי סוכה למעלה מעשרים אמה איז פסול אזוי אויך מנורה. היוצה לנו מזה די מנורה דארף אויך זיין פחות מעשרים אמה נאר אזוי איז מען יוצא. איי וואס האבן די שבטים געהאלטן אין די צחלוקה פון כבתה ? וואס הייסט וואס ? עס איז נאך נישט געווען די מצוה פון חנוכה ווען די שבטים האבן געהאט זייער מחלוקה. אבער ראובן האט דאך יא געהאט א מיינונג, אויף דעם זאגט דאך שוין די חז"ל אז דאס איז געווען ברוח הקודש קומט דאך אויס אז ראובן האט געוואוסט אס עס גייט זיין חנוכה אפאר הודערט יאר שפעטר האט ער שוין געהאט זיין מיינונג אין כבתה צו זקיק צו איין זקיק.
זייער א קאמפלעצירטע סוגיא ווער עס האט מיט געהאלטן ביז אהער קיין ווייטער ממשיך זיין די שיעור. ווייל איך בין שוין פארלוירן און איך דארף גיין אדרעסירן די מלאכים. עס מוז זיין אז רביה"ק זי"ע איז גערעכט געווען ווייל די מלאכים לאזן נישט נאך.
זונטאג !!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 595
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
- האט שוין געלייקט: 285 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 99
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 20, 2023 6:39 am
- האט שוין געלייקט: 229 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 161 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 595
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
- האט שוין געלייקט: 285 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל
Re: זונטאג !!
ווי אזוי קען מען ווארטן ביז מארגן, וואס וועט זיין מיט כבתה ?
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 6
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 9:19 pm
- האט שוין געלייקט: 17 מאל
Re: זונטאג !!
ביסט גערעכט, איך מיש מיך נישט אריין.לייביששרייבער האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 10, 2023 3:57 pmווי אזוי קען מען ווארטן ביז מארגן, וואס וועט זיין מיט כבתה ?
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 595
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
- האט שוין געלייקט: 285 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל
Re: זונטאג !!
לאז טאקע די דעבאטע איבער פאר די כבתה קענערקארטל האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 10, 2023 4:33 pmביסט גערעכט, איך מיש מיך נישט אריין.לייביששרייבער האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 10, 2023 3:57 pmווי אזוי קען מען ווארטן ביז מארגן, וואס וועט זיין מיט כבתה ?
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.