איז א דזשיראף כשר?
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 586
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 11:12 am
- האט שוין געלייקט: 223 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 453 מאל
איז א דזשיראף כשר?
היות איך האב באמערקט לעצטנס אז איך האלט שוין כמעט ביי 500 תגובות האב איך געטראכט צי שרייבן אן ארטיקל וואס איך האלט שוין ביי מיר א לענגערע צייט.
עס איז מיר אויסגעקומען צו ליינען די לאנדאנע שבת בשבתו זומער אויסגאבע פון יארע תשפ"ב איז מיר געווען זייער אויפפאלענד ווען איך האב געליינט די פאלגענדע מעשה (זעה בילד) אז די בית אברהם פון סלאנים (אדער סלונים?) האט באזוכט אין די בערלינע טור גארטן און זיך אויסגעדריקט אז א דזשיראפע איז נישט קיין כשר'ע בעל חי ווייל איר לאנגע האלדז ווייזט אויף גאווה.
די אמת איז אז א דזשיראפ איז יא א כשר'ע בעל חי און מען ווייסט אפילו די מקום השחיטה (ביים האלז)
און פון וואנעט ווייס איך עס? קוק אריין אין שולחן ערוך יורה דעה סימן כ' דארט שטייט אז די מקום השחיטה איז ביים האלז און א דזשיראף האט א גרויסע האלז קען מען נישט פארפאסען ווי עס איז.
זוכנדיג אויפן געוועב מער איבער די נושא, ברענגט איינער נאך די זעלבע מעשה פון פריער, פון יאיר וויינשטאק די מעשה פון די בית אברהם.
א צווייטער זאגט אז עס איז יא כשר נאר מען האט עס געאסרט.
עפּעס א רב (הרב משה כ"ץ) ווייסט גראדע יא אז מען מעג עס שחטן און עסן אבער היות מיר האבן נישט קיין מסורה דעמאלטס טאר מען נישט (אזוי ווי היישרעק).
איינער זאגט נאך פון הרב עובדיה יוסף אז מען עסט עס נישט ווייל די מדינה לאזט עס נישט הרגענען.
די זאָא אין ירושלים האט אמאל געשחטן א דזשיראף און געאָקשענט(auction) די פלייש.
די OU האט אמאל געוואלט שחטן א דזשיראף אבער עס האט זיך נישט אויסגעארבעט צוליב טעכנישע סיבות, די פרייז איז זייער טייער און עס איז א ריסק אז עס וועט נישט זיין כשר, זיי האבן געקענט באשטיין צו נעמען די ריזיקע מיט א דזשיראף אינגער פון א יאר אבער זיי האבן נישט געקענט טרעפן.
היוצא לנו מכל זה איז:
1. די סיבה וואס אונז עסן נישט קיין דזשיראף פלייש איז ווייל עס איז נישט פראקטיש און טייער
2. ביי די גויים איז אויך נישטא קיין מארקעט דערפאר.
לייק, סובסקרייב און קאממענט.

מיין 500'סטע תגובה
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 24#p540924
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 24#p540924
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 586
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 11:12 am
- האט שוין געלייקט: 223 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 453 מאל
Re: איז א דזשיראפ כשר?
שבת בשבתו.
מיין 500'סטע תגובה
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 24#p540924
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 24#p540924
Re: איז א דזשיראפ כשר?
א דזשיראף איז כשר
עטליכע ראשונים טייטשען אזוי זמר וואס ווערט געברענגט אין די תורה אלף א כשר'ע חיה
עטליכע ראשונים טייטשען אזוי זמר וואס ווערט געברענגט אין די תורה אלף א כשר'ע חיה
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1202
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
- האט שוין געלייקט: 4853 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל
Re: איז א דזשיראפ כשר?
מ'דארף נישט צוקומען צו קיין ראשונים, אויב עס איז מעלה גרה ומפריס פרסה איז עס כשר
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 104
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 05, 2023 10:23 am
- האט שוין געלייקט: 8 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 197 מאל
Re: איז א דזשיראפ כשר?
כ׳געדענק האבן געהערט אז אפילו א דזיראף האט ביידע סימני כשרות אבער ס׳האט נישט די מסורה, כנ״ל.
אפילו אין די אלגעמיינע מארקעט גייט עס נישט אזוי, ווייל ס׳איז זייער טייער אין ס׳נישטא קיין סאך פון דעם.
אפילו אין די אלגעמיינע מארקעט גייט עס נישט אזוי, ווייל ס׳איז זייער טייער אין ס׳נישטא קיין סאך פון דעם.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: איז א דזשיראפ כשר?
נאר מ'דארף אויך נעמען אין באטראכט די "מסורה". און רעגירונגס רעגולאציעס וועלכע פארבאטן צו הרג'נען דזשיראפ'ן.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 50
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 04, 2023 4:51 pm
- האט שוין געלייקט: 54 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל
- זה חלקי
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 107
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 6:10 pm
- האט שוין געלייקט: 59 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 31
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 2:08 am
- האט שוין געלייקט: 17 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 46 מאל
Re: איז א דזשיראפ כשר?
בעצם נער א עוף דארף א מסורה, נישט קיין בהמה און עס איז דא דערוועגן אין אגרות משה בענין באפעלוי, אבער געוויסע האבן יא געהאלטן אז עס דארף זיין א מסורה, מעגליך די חזון איש.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: איז א דזשיראפ כשר?
ס'איז מיר אייביג געווען אינטרעסאנט אויב ס'איז מעגליך צו פאנגען אן שעדיגן א הערש און אויך ווילדע באפאלאוי'ס,(בייסאן) כוי צו שחט'ן און פארקויפן דאס פלייש.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 349
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 13, 2018 1:04 pm
- האט שוין געלייקט: 246 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 396 מאל
Re: איז א דזשיראפ כשר?
יא דער חזו"א האט געהאלטן אז בהמות דארפן אויך א מסורה, אבער דאס איז נישט עפ"י פשטות השו"ע.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 586
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 11:12 am
- האט שוין געלייקט: 223 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 453 מאל
Re: איז א דזשיראפ כשר?
אין איינער פון די מאגאזינען (איך מיין צייטשריפט) האט באשריבען אמאל א פארם אין גאושען נ"י וואס האדעוועט הערשן צו שחטן אבער ער האט נישט געקענט באקומען א היימישע השגחה נאר א OU.berlbalaguleh האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 10, 2023 6:20 pm ס'איז מיר אייביג געווען אינטרעסאנט אויב ס'איז מעגליך צו פאנגען אן שעדיגן א הערש און אויך ווילדע באפאלאוי'ס,(בייסאן) כוי צו שחט'ן און פארקויפן דאס פלייש.
מיין 500'סטע תגובה
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 24#p540924
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 24#p540924
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 104
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 05, 2023 10:23 am
- האט שוין געלייקט: 8 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 197 מאל
Re: איז א דזשיראפ כשר?
ס׳דא היישעריקען וואס האבן די סימני כשרות אבער מ׳עסט עס נישט ווייל ס׳האט נישט קיין מסורה, אבער אין געוויסע ספר׳דישע קהילות עסט מען יא היישעריק (כ׳ווייס נישט אויב זיי האבן יא א מסורה פאר דעם, אדער זייער מסורה איז אז ס׳דארף נישט קיין מסורה…)
מפי השמועה
מפי השמועה
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 68
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 06, 2020 2:08 pm
- האט שוין געלייקט: 52 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל
Re: איז א דזשיראפ כשר?
היישעריקן דארף נישט קיין מסורה, די סיבה פארוואס מען עסט עס נישט איז ווי רש"י זאגט אין פרשת שמיני אז אינזשעניר זענען נישט בקי
בהמות און חיות נעמט מען אן אז עס דארף אויך נישט קיין מסורה
די איינציגסטע זאך וואס דארף א מסורה איז עופות
די איינציגסע סיבה נישט צו עסן א זשיראף אי פראקטישקייט
בהמות און חיות נעמט מען אן אז עס דארף אויך נישט קיין מסורה
די איינציגסטע זאך וואס דארף א מסורה איז עופות
די איינציגסע סיבה נישט צו עסן א זשיראף אי פראקטישקייט
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 81
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 04, 2023 3:42 am
- האט שוין געלייקט: 133 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל
Re: איז א דזשיראפ כשר?
בהמות זענען געמאכט צו עסן, די פלייש איש באטעמט, אבער חיות האבן זייער געמיינע פלייש, איך האב געהערט פון א שוחט וואס האט שוין גע'שחט'ן א הערש, און עס אויך פארזוכט, עס איז זייער נישט גוט געווען, נישט בחנם איז נישטא קיין מארקעט פאר דעם, לכאורה הוא הדין די דזיראף, נאכדערצו אז עס אן עקסאטיק באשפעניש, וואס איז מורא'דיג טייער צו האלטן, לוינט זיך אודאי נישט צו שחט'ןberlbalaguleh האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 10, 2023 6:20 pm ס'איז מיר אייביג געווען אינטרעסאנט אויב ס'איז מעגליך צו פאנגען אן שעדיגן א הערש און אויך ווילדע באפאלאוי'ס,(בייסאן) כוי צו שחט'ן און פארקויפן דאס פלייש.
מיין אישי ארבעט נישט, מ'קען מיך אימעיל'ן k32158734@gmail.com
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 31
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 2:08 am
- האט שוין געלייקט: 17 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 46 מאל
Re: איז א דזשיראפ כשר?
די תימנער עסן היישעריקן עד היום.תשפג האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 10, 2023 9:53 pm ס׳דא היישעריקען וואס האבן די סימני כשרות אבער מ׳עסט עס נישט ווייל ס׳האט נישט קיין מסורה, אבער אין געוויסע ספר׳דישע קהילות עסט מען יא היישעריק (כ׳ווייס נישט אויב זיי האבן יא א מסורה פאר דעם, אדער זייער מסורה איז אז ס׳דארף נישט קיין מסורה…)
מפי השמועה
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 45
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 14, 2020 3:08 am
- האט שוין געלייקט: 204 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 57 מאל
Re: איז א דזשיראף כשר?
איך האב געהערט פון דער ליאזשנער רבי שליט''א אז ער האט געוואלט מאכן א מעמד שחיטת דזיראף. ער האט למעשה אראפגעבעקט דערפון צוליב די הויכע פרייז און אויכעט צוליב די טומעל וואס עס וואלט פארורזאכט ביי חיות אקטיוויסטען.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: איז א דזשיראף כשר?
קא משמע לן: אז דער ליאזשנער רבי האט געוואלט שחט'ן א זשיראף איז נישט קיין חידוש.(ער וועט טון א יעדע מאדנע, און אפילו פאררוקטע זאך פאר פאבליסיטי).
נאר אז ער האט אראפגעבעקט. דאס איז שוין יא א חידוש...!
נאר אז ער האט אראפגעבעקט. דאס איז שוין יא א חידוש...!
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 586
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 11:12 am
- האט שוין געלייקט: 223 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 453 מאל
Re: איז א דזשיראפ כשר?
עס האט גארנישט מיט סימנים איינגעלייגט קוק עס נאך וועסטו זעהן אז די איינציגסטע סיבה וואס מיר עסן עס נישט איז מסורה.תשפג האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 10, 2023 9:53 pm ס׳דא היישעריקען וואס האבן די סימני כשרות אבער מ׳עסט עס נישט ווייל ס׳האט נישט קיין מסורה, אבער אין געוויסע ספר׳דישע קהילות עסט מען יא היישעריק (כ׳ווייס נישט אויב זיי האבן יא א מסורה פאר דעם, אדער זייער מסורה איז אז ס׳דארף נישט קיין מסורה…)
מפי השמועה
מיין 500'סטע תגובה
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 24#p540924
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 24#p540924
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 838
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
- געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
- האט שוין געלייקט: 1835 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל
Re: איז א דזשיראפ כשר?
ווי מער א בהמה זיצט, אלס בעסער ע’ט די פלייש זיין נאכן שחיטה, וועגן דעם האט א הערש זייער הארטע פלייש, און דאס איז די סיבה פון נישט שחט’ן א דזשיראף, חוץ אז ס’וועט פאראורזאכן א טומל.whatever האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 12:10 amבהמות זענען געמאכט צו עסן, די פלייש איש באטעמט, אבער חיות האבן זייער געמיינע פלייש, איך האב געהערט פון א שוחט וואס האט שוין גע'שחט'ן א הערש, און עס אויך פארזוכט, עס איז זייער נישט גוט געווען, נישט בחנם איז נישטא קיין מארקעט פאר דעם, לכאורה הוא הדין די דזיראף, נאכדערצו אז עס אן עקסאטיק באשפעניש, וואס איז מורא'דיג טייער צו האלטן, לוינט זיך אודאי נישט צו שחט'ןberlbalaguleh האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 10, 2023 6:20 pm ס'איז מיר אייביג געווען אינטרעסאנט אויב ס'איז מעגליך צו פאנגען אן שעדיגן א הערש און אויך ווילדע באפאלאוי'ס,(בייסאן) כוי צו שחט'ן און פארקויפן דאס פלייש.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
Donald Trump
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 349
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 13, 2018 1:04 pm
- האט שוין געלייקט: 246 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 396 מאל
- ברוך שפינוזה
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1132
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
- געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
- האט שוין געלייקט: 1646 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל
Re: איז א דזשיראפ כשר?
קום אריין מיט א נאמען ביטעחיים הערש האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 12:12 amדי תימנער עסן היישעריקן עד היום.תשפג האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 10, 2023 9:53 pm ס׳דא היישעריקען וואס האבן די סימני כשרות אבער מ׳עסט עס נישט ווייל ס׳האט נישט קיין מסורה, אבער אין געוויסע ספר׳דישע קהילות עסט מען יא היישעריק (כ׳ווייס נישט אויב זיי האבן יא א מסורה פאר דעם, אדער זייער מסורה איז אז ס׳דארף נישט קיין מסורה…)
מפי השמועה
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 31
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 2:08 am
- האט שוין געלייקט: 17 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 46 מאל
Re: איז א דזשיראפ כשר?
א נאמען פון א היישעריק?ברוך שפינוזה האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 11:11 amקום אריין מיט א נאמען ביטעחיים הערש האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 12:12 amדי תימנער עסן היישעריקן עד היום.תשפג האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 10, 2023 9:53 pm ס׳דא היישעריקען וואס האבן די סימני כשרות אבער מ׳עסט עס נישט ווייל ס׳האט נישט קיין מסורה, אבער אין געוויסע ספר׳דישע קהילות עסט מען יא היישעריק (כ׳ווייס נישט אויב זיי האבן יא א מסורה פאר דעם, אדער זייער מסורה איז אז ס׳דארף נישט קיין מסורה…)
מפי השמועה