ס'איז פשוט נישט וואר.אלפא האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 19, 2023 11:50 am נאכן צו-ווייזן דעם ארטיקל פאר א (געלערענטע) חבר, האט ער אויסגעלויבט די געלונגענקייט פונעם שרייבער, אבער גע'טענה'ט: 1, הערצל'ס אגענדע איז נישט דוקא געווען צו עלימינירן אנטי-סעמיטיזם, ענדערש אז עס איז שוין יא דא, זאלן אידן ווי אים כאטש האבן אן אייגן מקום צו שיינען און זיך ארויסצוגעבן - וועלכע איז געווען כמעט אוממעגליך אונטער פרעמדע טעריטאריע, און אויב איז דאס וואר האט ער טאקע היבש מצליח געווען.
הערצל האט געהאט אין פלאן צו שמד'ן גאנץ כלל ישראל אין זיי אינטעגרעיטן מיט די קריסטן און מאכן אויס מיט כלל ישראל ה"י, וואס שטימט נישט מיט די סברא אז ער האט געזוכט צו שאפן א פלאץ ווי דער איד זאל שיינען וכו'
די מדינה פון א 'סעקולארע פערספערטיוו' האט געזאלט רעדעפינירן וואס א איד מיינט, שפראך, לאנד, וכו' אן קיין שעבוד פון תורה ומצוות. די וועג וויאזוי מ'האט עס באקומען פון די אינטערנאצינאלע קאמיוניטי איז געווען דורך די 'סעקיוריטי ארגומענט', אז אידן רודפ'ט מען איבעראל, און "נאר" ווען זיי גייען האבן אן אייגן אידישן לאנד (וואס איז נאך א גרויסע פראגע ווי אידיש דאס קען בלייבן בעתיד, וויבאלד ס'פארמאגט א דעמאקראטישע סיסטעם און ס'פעלט נאר אויס א רוב פון אראבער צו פארלירן די "אידישע מדינה" סטאטוס אויף אייביג און זאגן קדיש אויף די גאנצע עקספערימענט, דאס איז וואס מאיר כהנא האט געשריגן פאר יארן לאנג)