האב איך געהערט אמאל פון אן עלטערן קלוגן איד פון א"י, ער איז אמאל אריינגעפאלן טאקע צו א התועדות ביים ליובאוויטשער רבי'ן זצ"ל (ביי די התועדות פון 'לראות נפשי וכבודי'), האט ער געזאגט אז דער ליובאוויטשער רבי האט גערעדט איבער א שעה א 'שיחה', וואס בקושי בקושי וואלט מען עס געקענט אויסציען אויף פינעף מינוט...
אע"פ ס'קען זיין יענער איז נישט אזא מבין אויף די גאנג אין חב"ד, זייענדיג אינגאנצן נישט פון די סארט חדר, אבער ס'איז אן אויסדרוק!
עס דערמאנט מיר די זיס ווארט פון הרב JB ז״ל
אויף כ״ק חב״ד רבי און הרב הוטנער זצ״ל
ווער עס וויל איז פרייוויליג עס נאכצוברענגן….
איך בין נישט קלאר אין די פונקטליכע כוונה פונעם פותח האשכול, און ווי מאנכע האבן שוין דערמאנט וואס וויל ער פון סאטמאר אדער אנדערע רבי'ס, למאי נפקא מינא צו זיי האבן יא אדער נישט געהאלטן פון עם, אבער אז מ’האט שוין דערמאנט די צוויי רבי’ס אין איין תגובה וועל איך צולייגן מיינע טו סענס.
סאטמאר רב און ליובאוויטשער רבי, האבן געהאט גאר שטארקע ענליכקייטן אין פערסאנעלעטי אבער שטארקע דיפערענצן אין קולטור. אין א פערסאנעל לעוועל, זענען ביידע געווען שטארק כאריזמאטיש, גאר שטארקע בעלי מחשבה, נישט געבויט א חסידית פון פריש נאכן קריג אבער שטארק אויפגעבויט וואס זיי האבן געהאט בכפלי כפליים, גאר קלוגע מענטשן, שטארק אפיניענעטעד, ביידע מיט א שטארקע אגענדע, גוטע פאליטיקאנטן, א ברייטע קוק און א טיפע שטארקע מח, א ריזיגע עולם חסידים, געבויט א שטארקע אימעדזש אז זיי זענען איריפלעסעבל, געהאט א חוש אין אויספארעמען יענעמס מהלך מחשבה, קריעטעט גרויסע ספיריטשל און מיסטישע ווייבס ארום זיך, נישט איבערגעלאזט קיין אפיציעלע ממשיך דרכו, וכו' וכו'.
די פראבלעם ווערט אין וויאזוי זיי ביידע האבן גענוצט זייער סעט אף סקילס און כשרונות. דא זענען שוין ביידע געגאנגען עקסטרעם פארקערט אין כמעט אלע נושאים, און בעיקר אין ביידענ’ס ’פלעגשיפ’ נושא - דער מיטן קנאות און דער מיטן שלמות הארץ. ממש מן הקצה אל הקצה.
במילא איז גאנץ פארשטענדליך, אז ווען ס'קומט צו א מושכל ראשון ביי אונזערע קרייזן אידן, וואס זענען אין קולטור אסאך נענטער צו סאטמאר ווי צו ליובאוויטש (אין לבוש, אין הברה, אין חסידית, אין דעם אופן ווי מ'טוט מצוות , אין דעם גאנצן הלוך ילך איז אפילו דער ווישניצע אסאך נענטער צו סאטמאר ווי צו ליובאוויטש) במילא אטאמאטיש ווערט ער אביסל אראפגעקוקט אדער אויסגעלאכט. איך בין זיכער אז אין ליובאוויטש גופא איז פונקט פארקערט, דארט לאכט מען (שטיל פארשטייט זיך) פון ר’ יואליש.
ס'נישט אז איין מנהיג איז בעסער פון צווייטן, איין קהילה איז מער אויסגעהאלטןַ ביידע האבן זייערע מעלות און חסרונות און ס’איז פשוט אז יעדער זעט וואס מער קרוב ללבו.
איי פרעגט די פותח האשכול וואס האט זיך געטוישט? די תירוץ איז אז אין די לעצטע 10-15 יאר איז די חרדישע וועלט געווארן אסאך מער אפן, אסאך מער אויפגעקלערט, וועגן כל מיני סיבות, און מ’האט אנגעהויבן צו זען אז יענעמ'ס גראז איז אויך גרין. יענער איז נישט אזא אפיקורוס ווי מ'האט מיך אויסגעלערנט אין חדר. קמץ אלף קען אויך זיין o, און נישט נאר ooo..
לגבי ווער ס’האט געקענט מער לערנען, ס’איז אומעגליך צו וויסן. האסט זיי פארהערט? די איינציגסטע וועג צו מעסטן א פריעדיגע גדול איז לויט זיינע ספרים, און דא איז כמעט נישט דא קיין ספרים פון ביידע נישט