פאלעסטינע vs ישראל

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

פאלעסטינע vs ישראל

שליחה דורך קאך_לעפל »

בס''ד
דאס מיטל-מזרח איז פון שטענדיג אן געוועזן גאר א קאמפליצירט און א שלאכט-פארוויקלטער ראיאן. נאך זינט די צייטן פון אשור און בבל, פרס און מדי, פון די רוימישע, גריכישע, ביזאנטישע, אטאמאנישע אימפעריע, האט מען זיך דארטן געשלאגן און גע'הרג'עט און זיך געריסן די בערד איינער ביים צווייטן ביז בלוט. איבריג צו זאגן אז ס'איז אלעמאל געווען א גוטע אורזאך פאר די בלוט פארגיסונג. אבער נאכן צווייטן וועלט'ס קריג ווען דער פרעמיער מיניסטער דוד יוסף גרין האט פראקלאמירט און דעקלערט מיט א שטארקייט א זעלבסטשטענדיגע אידישע לאנד אין ארץ ישראל, האט דאס צושטאנד אינעם מיטל-מזרח זיך דערקייקלט צו שרעקליכע סיטואציע, סיי פאר די ארטיגע אראבער און סיי פאר די אידן דארט, פון וואס ס'איז באשיינפערליך נישטא קיין גלייכע וועג ארויס, בלויז מיטן אנקום פונעם אויסלייזער.

אין דעם דיזנגוף הויז אויף די ראטשילד גאס וואס געפונט זיך אין הארץ פון תל אביב, זענען זיך אצינד פארזאמלט הונדערטער לייט. די גרעסטע ציוניסטישע שישקעס פון איבער די גאנצע וועלט זענען אנוועזנד. די הערצער קלאפן האסטיג און דאס אנגסט און שפאנונג שפירט זיך אין די לופט. יעדער פרעגט דעם צווייטן מיט ווינדער און נייגער באנאזאם, גייען מיר דאס טאקע טאן? ווי אזוי גייט די אונטערנאציאנאלע וועלט רעאגירן אויב מיר וועלן דורכגיין מיט'ן פלאן? האבן זיי זיך געוואונדערט צווישן זיך... בלויז אכט שטונדן פריער איז דאס שטאלצער פאן פון איר מייעסטעט אראפגענידערט געווארן פון אלע מאסטן איבערן לאנד. דאס לעצטע מיליטערישער פאנצער טרעקל פארלאזט שוין די ברעגעס פון חיפה פאר גוט... דאס מאנדאט פון די ענגלישע רעגירונג איבער ארץ ישראל איז ענדליך אויפגעלעזט געווארן נאך איין און צוואנציג יאר!

מיטאמאל שפארלט זיך אויף די טיר, און דער אלטער פון שדה בוקר שפאנט אריין אין זאל מיט פעסטע טריט. ער שפאנט האסטיג צום פּלאַטפאָרמע מיט זיינע צושטרויבעלטע ווייסע אויפגעשטעלע שטרויענע האר אויפן אויסגעקראכענעם קאפ. ער ציעט ספאנטאן ארויס אן איינגעקנייטשט פאפירל פון זיין בוזעם קעשענע, און הייבט דאס אן פארצוליינען פאר די אנוועזנדע. דאס פאפירל ווערט גערופן בלשונם "מגילת העצמאות" - דעקלעראציע פון זעלבסטשטענדיגקייט. אין דעם דאקומענט האבן די ציוניסטישע טאטעס אראפגעשטעלט זייער ווייטגרייגכנדע וויזיע פארן נייעם אידישן היים לאנד:

מדינת ישראל תהא מושתתת על יסודות החירות, הצדק והשלום לאור חזונם של נביאי ישראל - אויף מאמע שפראך: מדינת ישראל וועט זיין געגרינדעט אויף די יסודות פון פרייהייט, יושר און שלום אין ליכט פון דער זעאונג פון נביאי ישראל.
מדינת ישראל תקיים שוויון זכויות חברתי ומדיני גמור לכל אזרחיה בלי הבדל דת, גזע ומין – אויף מאמע שפראך: מדינת ישראל וועט אנהאלטן פולע סאציאלע און פאליטישע רעכטן גלייכקייט פאר אלע אירע בירגער אן אונטערשייד פון רעליגיע, ראסע אדער דזשענדער...

האלט זיך מדינת ישראל טאקע צו די דאזיגע נאבעלע פרינציפן? זיכער אז נישט! נעמליך, אז דאס לאנד זאל זיך פירן דעמאקראטיש און אין די זעלבע צייט אויך זיין א אידיש לאנד אין די סאמע זעלבע לאנד וואו עס וואוינען מיליאנען אראבישע בירגער, איז אויף קיין פאל נישט מעגליך. ווארום די אראבער מאכן קינדער ווי די פיש און זיי ווידמען זיך ווי די לייז. איינמאל זיי האבן דאס מערהייט אין לאנד און זיי גייען צו די וואלן, נעמען זיי איבער דאס לאנד מיט די רעגירונג מיט שטורעם ווי ס'ארבייט אין א ריכטיגע דעמאקראטיע, וכן לא יעשה. ווארום ס'איז דאן אויס מיטן אידישן לאנד און הערצל'ס אידנשטאט חלומות וועלן געהערן צו די פארגאנגנהייט. די מאגערע אידישע אימיגראציע קיין מדינת ישראל קומט ווייט נישט נאך דאס געבורט ראטע פון די אראבער וועלכע געבוירן ששה בכרס אחד.

כדי דאס צו פארמיידן פון פאסירן, האט מדינת ישראל אונטערגענומען עטליכע מאסנאמען.

ערשט האט מדינת ישראל אזוי איינגעשטעלט א סיסטעם, אז די וועגן פאר די אראבער ארויס פון לאנד זענען פערמאנענטע. אן אראבער וואס ציעט זיך ארויס פון זיין הויז אפילו מיט די געוואלד און באזעצט זיך אין א צווייטע לאנד לאזט מען אים נישט מער צוריק אריין אין לאנד, זיי זיצן אפ אין פליטים לאגערן עד ביאת הגואל.

די אראבישע וועלט קוקט דאס אן ווי סיסטעמאטישע עטנישע רייניגונג (זענען זיי גערעכט?). דאס איז די אורזאך פארוואס די אונטערנאציאנאלע געמיינדע לייגט נישט קיין דרוק אויף מצרים און ירדן צו עפענען זייער מזרח און דרום גרעניצן, און אריינלאזן די בארפעסע שמאטע קעפ פון עזה אריין צו זייערע לענדער, טראץ דעם וואס זיי לעבן אונטער די געפארפולסטע אומשטענדן וואס א מענטש קען אפילו נישט באגרייפן. זיי ארגומענטירן אז מדינת ישראל וויל טאקע בלויז דאס, פטור ווערן פון וואס מער אראבער, אזוי אז דאס לאנד זאל פארבלייבן א אידישע און דעמאקראטישע מדינה, און זיי ווילן נישט האבן א טייל אין עטנישע רייניגונג. זאגט מדינת ישראל, איר ווילט אונז נישט העלפן מיט אונזער עטנישע רייניגונג מיסיע? בסדר, מיר וועלן דאס טוהן אליין. און וואס פאסירט טאקע? יעדע 10 מינוט לייגט זיך צוזאם א געביידע אין עזה... און ווערט ארויסגעשלפט פון אונטער די ברוכווארג א הויפן טויטע וואס שטייען גרייט פאר די בתולות וואס מ'האט זיי פארשפראכן... עטנישע רייניגונג בתפארתה.

דאס איז אויך די אורזאך פארוואס די ישראלים מאכן אזוי ענג דאס לעבן פאר די אראבער, סיי די וואס וואוינען אין מדינת סיי אין די מערב ברעג און אין עזה. די מדינה פארכט זיך פונעם טאג וואס די צאל פון די אראבער וועלן איבערשטייגן די אידישע פאפולאציע, און מ'וועט זיך דארפן פאקן די פעק און זיך אומקערן קיין שאראשפאטאק.

דער אלט-באזעצענע אראבער האלט דאס נישט אויס. דו האסט א פראבלעם צו וואוינען אין אייראפע צוליב אנטיסעמיטיזם, דו האסט א פראבלעם מיט היטלער? פיין! מיר האבן גרויס מיטלייד מיט אייך. אבער געוואלד, וואס ווילט איר פון אונז האבן? מיר ווילן האבן די זעלבע רעכטן ווי ענק, אזוי ווי ענק האבן פארשפראכן אין ענקער אייגענעם מגילת העצמאות. פארוואס נעמט איר צו מיין הויז, מיין אייגנטום, און מיין איילבירט בוים און אייזל? פארוואס באגרעניצט איר אונזער באוועגונגען? בלויז צוליב אייער גליסטעניש צו וואוינען אין א אידיש און אין דעמאקראטיש לאנד? נישט אומזיסט ווערן זיי פארוואנדעלט צו מארטירער, און הרג'נען און פארגעוואלדיגן אונזער ברודער און שוועסטער מיט גרעסטן מאס ברוטאליטעט.

דער מדרש פארציילט, שכם האט געוואלט הייראטן דינה, די טאכטער פון יעקב. האבן אירע ברודער אים געזאגט, זיכער! קיין שום פראבלעם. אבער ערשט מוזן זיך אלע איינוואוינער פון שכם מל'ען! דער יונגער שכם איז געווען אין טיפע ליבע מיט דינה, און א געזעץ איז דורכגעפירט געווארן אין די שטאטראט פון שכם, וואס האט געלויטעט אז יעדער זכר דארף דורכגיין דעם מוהל מעסער. איז געווען אן אלטער אראבער וואס האט געארבייט אויפן פעלד ביטער און שווער, און האט נישט מיטגעהאלטן די אנטוויקלונגען אין שטאט. ביינאכט שלעפט זיך דער אראבער צוריק אריין אין שטאט. רייטנדיג אויף זיין אייזל, ווערט אים מיט אמאל שווארץ פאר די אויגן, וואס איז? די מלאכי חבלה זענען אונטער אים! ער קוקט אויפן אייזל ספּידאַמאַטער און ער איז אינגאנצן נישט געפארן שנעל, פארוואס שטעלן זיי מיך אפ? דער פאליסמאן קומט צו גיין צו אים און ער זאגט אים מיט א שטרענגע אפיציעלע שטימע: מוחמד, לאז אראפ דיינע הויזן! זיי נעמען ארויס זייער מוהל מעסערליך פון די קעשענע און גרייטן צו טאן מיט אים די מעשה. דער ארימער אראבער קוקט זיי אזוי אן מיט ברייט צועפענטע אויגן. זענט עטץ אינגאנצן משוגע געווארן? וואס טוהט איר דא? פרעגן אים די פאליציי, זאג, דו האסט גארנישט געהערט? שכם וויל הייראטן דינה די טאכטער פון יעקב! דער אנגעצויגענער אראבער ווערט נאר מער צומישט און בייז... שכם וויל הייראטן דארף מען מיר אראפשניידן א שטיקל? ער וויל זיך פלעגן דעם קערפער און פון מיר זאל גיין בלוט... די ציונים ווילן א אידיש לאנד און ס'זאל נאך זיין דעמאקראטיש אויך, א ברייטע גלוסטעניש - און פונעם אראבער זאל גיין בלוט...

וואס טוהט זיך מיט א צוויי שטאטן לעזונג? דאס איז אויך נישט קיין פלאן וואס זעט זיך אויפן נאנטן האריזאנט! מ'קען נישט וואוינען זייט ביי זייט צוויי פעלקער וואס ווילן זיך איינשלינגען איינעם דעם צווייטן, און דערנאך קומען זיי אונז באזוכן מיטהאלטן די הקפות שמחת תורה, און האבן חתונה מיט אונזער מיידלעך אפילו זיי ווילן נישט, און באקן אונזערע קינדער אין אויוונעס ווי ערב פסח מצות, און דאן נעמען זיי אונז וואקאציע קיין עזה צום ים אויף אן אומבאשטימטע צייט....

אלזא וואס איז די לעזונג? אפשר איז דער רבי פארט געווען גערעכט? ווער ווייסט דען...
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

Re: פאלעסטינע vs ישראל

שליחה דורך מאטי »

און פארוואס וויל איראן אונז הרג'נען? און חיזבאלא? און די חותים? און טערקיי? און פארוואס האט סאדאם חוסיין געוואלט? ישראל האט עפעס צוגענומען פון זיי? אה! זיי האלטן פשוט נישט אויס אז מ'האט אוועקגענומען פאלעסטינער רעכטן, זיי זענען ממש טשאמפיאנען אין מענטשן רעכטן, וועגן דעם נעמען זיי נישט אריין קיין איין איינציגער פליט פון עזה בשעת זיי שרייען אז ס'גייט דארטן פאר א זשענאסייד, ווייל זיי קעירען אזוי שטארק פאר די פאלעסטינער. איר כאפט? איא?
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

Re: פאלעסטינע vs ישראל

שליחה דורך קאך_לעפל »

מיר האבן זיך באצויגן צו די פאלעסטינער. אויב ווילט איר מסביר זיין פארוואס מיסטער סאדאם כאסעין אדער דער איטיילא פון איראן ימ''ש ווילן הרגענען אידן, כאפט א פענע און זעצט אייך צום שרייב שטיבל.

בכבוד
קל.
באניצער אוואטאר
בר גיורא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 208
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 7:59 am
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 319 מאל

Re: פאלעסטינע vs ישראל

שליחה דורך בר גיורא »

מאטי האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 4:49 pm און פארוואס וויל איראן אונז הרג'נען? און חיזבאלא? און די חותים? און טערקיי? און פארוואס האט סאדאם חוסיין געוואלט? ישראל האט עפעס צוגענומען פון זיי? אה! זיי האלטן פשוט נישט אויס אז מ'האט אוועקגענומען פאלעסטינער רעכטן, זיי זענען ממש טשאמפיאנען אין מענטשן רעכטן, וועגן דעם נעמען זיי נישט אריין קיין איין איינציגער פליט פון עזה בשעת זיי שרייען אז ס'גייט דארטן פאר א זשענאסייד, ווייל זיי קעירען אזוי שטארק פאר די פאלעסטינער. איר כאפט? איא?
סא, אמעריקע מעג מאכען נעטא אלייענסעס מיט לענדער 8000 מייל אוועק,
אבער איראן און די חותים מעגען זיך נישט אנעמען פאר זייערע ברודער??
וואס איז די היפאקראטיע דא?
(די זעלבע איז מיט קובא vs אוקריינע. די אמעריקאנע אראגאנץ איז אומבארשרייבלעך)
The only rules are the ones dictated by the 'laws of physics.' "Everything" else is a recommendation. - Elon Musk

קאך_לעפל האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 4:53 pm מיר האבן זיך באצויגן צו די פאלעסטינער. אויב ווילט איר מסביר זיין פארוואס מיסטער סאדאם כאסעין אדער דער איטיילא פון איראן ימ''ש ווילן הרגענען אידן, כאפט א פענע און זעצט אייך צום שרייב שטיבל.

בכבוד
קל.
ענדליך איינעם מיט אן אביעקטיווע בליק.
סגייט דא נישט זיין קיין שלום ווילאנג די צוויי זייטען גייען נישט פעיסען פאקט אז די אנדערע עקזעסטירט!
די 5 מיליאן פאלעסטינער גייען "נישט" פארשוואונדען ווערן מארגען מיט אלע זייערע טענות, אפילו אויב בן-גביר און ר בצלאל ווילן זייער שטארק!
The only rules are the ones dictated by the 'laws of physics.' "Everything" else is a recommendation. - Elon Musk
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

Re: פאלעסטינע vs ישראל

שליחה דורך קאך_לעפל »

די אמת איז: אז מערסטייל פון די אראבער, ווייסן שוין נישט היינט זייערע עכטער אורזאך צו די פינסטערע פיינטשאט צום פארהאסטן יהוד...
באניצער אוואטאר
בר גיורא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 208
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 7:59 am
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 319 מאל

Re: פאלעסטינע vs ישראל

שליחה דורך בר גיורא »

מאטי האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 4:49 pm און פארוואס וויל איראן אונז הרג'נען? און חיזבאלא? און די חותים? און טערקיי? און פארוואס האט סאדאם חוסיין געוואלט? ישראל האט עפעס צוגענומען פון זיי? אה! זיי האלטן פשוט נישט אויס אז מ'האט אוועקגענומען פאלעסטינער רעכטן, זיי זענען ממש טשאמפיאנען אין מענטשן רעכטן, וועגן דעם נעמען זיי נישט אריין קיין איין איינציגער פליט פון עזה בשעת זיי שרייען אז ס'גייט דארטן פאר א זשענאסייד, ווייל זיי קעירען אזוי שטארק פאר די פאלעסטינער. איר כאפט? איא?
טערקיי וויל נישט קיינעם הארגענען.
זיי טוען די מערסטע ביזנעס מיט ישראל, זיי זענען ישראל'ס מעקסיקא.
ערדואן, נאכן כמעט פארלירן די לעצטע עלעקשענס, וויל זיך געפעלן פאר די פרומע עולם.
The only rules are the ones dictated by the 'laws of physics.' "Everything" else is a recommendation. - Elon Musk
באניצער אוואטאר
בר גיורא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 208
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 7:59 am
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 319 מאל

Re: פאלעסטינע vs ישראל

שליחה דורך בר גיורא »

קאך_לעפל האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 5:02 pm די אמת איז: אז מערסטייל פון די אראבער, ווייסן שוין נישט היינט זייערע עכטער אורזאך צו די פינסטערע פיינטשאט צום פארהאסטן יהוד...
פון וויפיל איך ווייס זענען די אראבער געווען די וואס האבן מער ווייניגער געגעבען "באשיצטע סטאטוס" אין די 1700 יאר וואס די קריסטען האבען אונז געהאלטען פאר די שטן.
די סימפעל פאלעסטינער וויל האבן א נארמעלע לעבן און אביסעל פרייהייט. און נישט האבען קיין איזראעלי סאלדאטען אין זיין בעקיארד יעדע נאכט.
The only rules are the ones dictated by the 'laws of physics.' "Everything" else is a recommendation. - Elon Musk
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

Re: פאלעסטינע vs ישראל

שליחה דורך מאטי »

בר גיורא האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 4:57 pm
מאטי האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 4:49 pm און פארוואס וויל איראן אונז הרג'נען? און חיזבאלא? און די חותים? און טערקיי? און פארוואס האט סאדאם חוסיין געוואלט? ישראל האט עפעס צוגענומען פון זיי? אה! זיי האלטן פשוט נישט אויס אז מ'האט אוועקגענומען פאלעסטינער רעכטן, זיי זענען ממש טשאמפיאנען אין מענטשן רעכטן, וועגן דעם נעמען זיי נישט אריין קיין איין איינציגער פליט פון עזה בשעת זיי שרייען אז ס'גייט דארטן פאר א זשענאסייד, ווייל זיי קעירען אזוי שטארק פאר די פאלעסטינער. איר כאפט? איא?
סא, אמעריקע מעג מאכען נעטא אלייענסעס מיט לענדער 8000 מייל אוועק,
אבער איראן און די חותים מעגען זיך נישט אנעמען פאר זייערע ברודער??
וואס איז די היפאקראטיע דא?
(די זעלבע איז מיט קובא vs אוקריינע. די אמעריקאנע אראגאנץ איז אומבארשרייבלעך)
ווען זיי וואלטן זיך ווען אנגענומען מילא, די חותים מערדערן זייערע אייגענע, זיי פארטיליגן די סאודיס, חיזבאלא/איראן הרג'ט לעבאנעזער רעכטס און לינקס אינקלודינג פאלעסטינער, חוסיין/איראק האט פארניכטעט מיליאנען שיאיטן. טערקיי הארגעט אומשולדיגע אין סיריע, ציווילע קורדן ביי זיך אין טערקייַ.

פלוצעם!!! מיטאמאל !! ווערן זיי אזוי עמאציאנאל ווייל די פאלעסטינער נעבעך נעבעך!!!! שנייד די קרעפלעך מיט אלייענסעס שמייענסעס.. זיי זענען בלויז דא ווען מ'קען בלעימען דעם איד. ממש קאנסיסטענטלי כדי מ'זאל ח"ו נישט קענען מאכן קיין טעות. קוק נאך! ווען פאלעסטינער שטארבן, אויב איז דער איד שולדיג זענען די חברה דא..

פאל נישט ביטע פאר די גרעסטע falsehood אין ריעל טיים זינט די היסטאריע אויף falsehoods

האסט געהערט לעצטענס די רעטאריק וואס קומט ארויס פון טערקיי? דו שלאפסט ביים רודער
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מאטי, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

Re: פאלעסטינע vs ישראל

שליחה דורך מאטי »

בר גיורא האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 5:08 pm
קאך_לעפל האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 5:02 pm די אמת איז: אז מערסטייל פון די אראבער, ווייסן שוין נישט היינט זייערע עכטער אורזאך צו די פינסטערע פיינטשאט צום פארהאסטן יהוד...
פון וויפיל איך ווייס זענען די אראבער געווען די וואס האבן מער ווייניגער געגעבען "באשיצטע סטאטוס" אין די 1700 יאר וואס די קריסטען האבען אונז געהאלטען פאר די שטן.
די סימפעל פאלעסטינער וויל האבן א נארמעלע לעבן און אביסעל פרייהייט. און נישט האבען קיין איזראעלי סאלדאטען אין זיין בעקיארד יעדע נאכט.
פון וויפיל איך ווייס לעבן די קריסטן היינט זייט ביי זייט מיט אידן, דאס מיינט אז זיי זענען נישט געווען קיין אנטיסעמיטן?

דו ווייסט ווער ס'האט אויסגעטראפן דעם פארשעמנדע געלע לאטע?

הינט: נישט די קריסטן

וואס קען מען טון אז אנטיסעמיטיזם איז נישט קיין ראציאנאלע ענטערפרייז?
באניצער אוואטאר
בר גיורא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 208
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 7:59 am
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 319 מאל

Re: פאלעסטינע vs ישראל

שליחה דורך בר גיורא »

מאטי האט געשריבן: ווען זיי וואלטן זיך ווען אנגענומען מילא, די חותים מערדערן זייערע אייגענע, זיי פארטיליגן די סאודיס, חיזבאלא/איראן הרג'ט לעבאנעזער רעכטס און לינקס אינקלודינג פאלעסטינער, חוסיין/איראק האט פארניכטעט מיליאנען שיאיטן. טערקיי הארגעט אומשולדיגע אין סיריע, ציווילע קורדן ביי זיך אין טערקייַ.

פלוצעם!!! מיטאמאל!! ווערן זיי אזוי עמאציאנאל ווייל די פאלעסטינער נעבעך נעבעך!!!! שנייד די קרעפלעך מיט אלייענסעס שמייענסעס.. זיי זענען בלויז דא ווען מ'קען בלעימען דעם איד. ממש קאנסיסטענטלי כדי מ'זאל ח"ו נישט קענען מאכן קיין טעות. קוק נאך! ווען פאלעסטינער שטארבן, אויב איז דער איד שולדיג זענען די חברה דא..

פאל נישט ביטע פאר די גרעסטע falls hood אין ריעל טיים זינט די היסטאריע אויף falls hoods

האסט געהערט לעצטענס די רעטאריק וואס קומט ארויס פון טערקיי? דו שלאפסט ביים רודער.
איך הער דיין טענה אז זיי הרגענען זייער אייגענע.
איך האב סך הכל בארעכטיגט די מושג אז איין לאנד מעג האבן אן אלייענס פונקט אזוי ווי אונז האבן מיט געוויסע לענדער.
לגבי טערקיי ווער איך נישט עקסיידעט, איך בין שוין דארט געווען אפאר מאל און איך קען די מענטאלעטי אביסל.
מיר קוקט עס אויס ווי פאליטישע טאלק.
The only rules are the ones dictated by the 'laws of physics.' "Everything" else is a recommendation. - Elon Musk
באניצער אוואטאר
בר גיורא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 208
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 7:59 am
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 319 מאל

Re: פאלעסטינע vs ישראל

שליחה דורך בר גיורא »

מאטי האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 5:48 pm
בר גיורא האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 5:08 pm
קאך_לעפל האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 5:02 pm די אמת איז: אז מערסטייל פון די אראבער, ווייסן שוין נישט היינט זייערע עכטער אורזאך צו די פינסטערע פיינטשאט צום פארהאסטן יהוד...
פון וויפיל איך ווייס זענען די אראבער געווען די וואס האבן מער ווייניגער געגעבען "באשיצטע סטאטוס" אין די 1700 יאר וואס די קריסטען האבען אונז געהאלטען פאר די שטן.
די סימפעל פאלעסטינער וויל האבן א נארמעלע לעבן און אביסעל פרייהייט. און נישט האבען קיין איזראעלי סאלדאטען אין זיין בעקיארד יעדע נאכט.
פון וויפיל איך ווייס לעבן די קריסטן היינט זייט ביי זייט מיט אידן, דאס מיינט אז זיי זענען נישט געווען קיין אנטיסעמיטן?

דו ווייסט ווער ס'האט אויסגעטראפן דעם פארשעמנדע געלע לאטע?

הינט: נישט די קריסטן

וואס קען מען טון אז אנטיסעמיטיזם איז נישט קיין ראציאנאלע ענטערפרייז?
פון ווי נעמסטו די הנחה אז אנטיסעמטיזים איז נישט ראצינאעל? אפשר איז עס פשוטע xenophobia??
(איך וויל באמת פארשטיין)
The only rules are the ones dictated by the 'laws of physics.' "Everything" else is a recommendation. - Elon Musk
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

Re: פאלעסטינע vs ישראל

שליחה דורך אלע צוזאמען »

בר גיורא האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 5:00 pm די 5 מיליאן פאלעסטינער גייען "נישט" פארשוואונדען ווערן מארגען מיט אלע זייערע טענות, אפילו אויב בן-גביר און ר בצלאל ווילן זייער שטארק!
מדינת ישראל אויך נישט!
נישט קיין חילוק ווי שטארק מאנסור אבאס און יאחיא סינוואר ווילן.
און פאר די סיבה גייט קיין שלום דארט נישט זיין, ווייל די סימפל פאלעסטינער וויל -נישט נאר קיינע סאלדאטן אין זיין בעקיארד- נאר וויל נישט קיין איין ישראלי אין די לאנד.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום אלע צוזאמען, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

Re: פאלעסטינע vs ישראל

שליחה דורך מאטי »

בר גיורא האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 5:54 pm איך האב סך הכל בארעכטיגט די מושג אז איין לאנד מעג האבן אן אלייענס פונקט אזוי ווי אונז האבן מיט געוויסע לענדער.
לגבי טערקיי ווער איך נישט עקסיידעט, איך בין שוין דארט געווען אפאר מאל און איך קען די מענטאלעטי אביסעל.
מיר קוקט עס אויס ווי פאליטישע טאלק.

ס'איז נישט קיין alliance ס'איז א moral stance. זיי האבן גארנישט קיין פאליטיקעל געין דערפון. און דערפאר ברענג איך צו די היפאקרעסי, בין היתר, פון וואס זיי טוען צו אייגענע.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

Re: פאלעסטינע vs ישראל

שליחה דורך מאטי »

בר גיורא האט געשריבן: פון ווי נעמסטו די הנחה אז אנטיסעמיטיזם איז נישט ראציאנאל? אפשר איז עס פשוטע xenophobia??
(איך וויל באמת פארשטיין)

ווייל ס'כאפט ספאנטאן אנדערע פעלקער. נישטא קיין שום סיבה די איסלאמישע וועלט זאל פיינט האבן אידן. די תירוץ אקופאציע איז לעכערליך און מאכט נישט די מינדעסטע סענס אין די קאנטעקסט פון וואס טוט זיך אפ אין די איבריגע וועלט.

הידעת, אז טערקיי אקופירט צפון קפריסין עז ווי ספיק אין קלארע פארלעצונג פון די יו-ען און אינטערנאציאנאלע געזעץ? האסט נישט געוואוסט... דאס איז מיין פאינט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מאטי, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
בר גיורא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 208
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 7:59 am
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 319 מאל

Re: פאלעסטינע vs ישראל

שליחה דורך בר גיורא »

אלע צוזאמען האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 6:02 pm
בר גיורא האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 5:00 pm די 5 מיליאן פאלעסטינער גייען "נישט" פארשוואונדען ווערן מארגען מיט אלע זייערע טענות, אפילו אויב בן-גביר און ר בצלאל ווילן זייער שטארק!
מדינת ישראל אויך נישט!
נישט קיין חילוק ווי שטארק מאנסור אבאס און יאחיא סינוואר ווילן.
נכון!
(מנסור אבאס וויל דאס נישט)
און ביידע דארפען ארקענען אז די אנדערע איז העיר טו סטעי!
The only rules are the ones dictated by the 'laws of physics.' "Everything" else is a recommendation. - Elon Musk
באניצער אוואטאר
בר גיורא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 208
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 7:59 am
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 319 מאל

Re: פאלעסטינע vs ישראל

שליחה דורך בר גיורא »

מאטי האט געשריבן: ווייל ס'כאפט ספאנטאן אנדערע פעלקער. נישטא קיין שום סיבה די איסלאמישע וועלט זאל פיינט האבן אידן. די תירוץ אקופאציע מאכט נישט די מינדענסטע סענס אין די קאנטעקסט פון וואס טוט זיך אפ אין די איבריגע וועלט.

הידעת, אז טערקיי אקופירט צפון קפריסין עז ווי ספיק אין קלארע פארלעצונג פון די יו-ען און אינטערנאציאנאלע געזעץ? האסט נישט געוואוסט... דאס איז מיין פאינט.

איך ווייס וועמען טורקי אקופירט, איך ווייס וועמען זיי האבען געהרג'עט (ארמענער) איך ווייס וועמען זיי רודפ'ען (קורדען און Assyrians. האסט געוואוסט אס סאיז דא אזא פאלק דארט?? איך האב מיך באגעגענט מיט זיי און בין בקשר מיט אפאר חברה דארט. דארפסט א טעלעפון נאמבער?)
(איינער פון זיי האט גלייך געוואוסט אז כ'בין א חסיד - ער האט שוין געהאט געזען unorthodox...)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום בר גיורא, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The only rules are the ones dictated by the 'laws of physics.' "Everything" else is a recommendation. - Elon Musk
באניצער אוואטאר
בר גיורא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 208
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 7:59 am
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 319 מאל

Re: פאלעסטינע vs ישראל

שליחה דורך בר גיורא »

מאטי האט געשריבן: ווייל ס'כאפט ספאנטאן אנדערע פעלקער. נישטא קיין שום סיבה די איסלאמישע וועלט זאל פיינט האבן אידן. די תירוץ אקופאציע איז לעכערליך און מאכט נישט די מינדעסטע סענס אין די קאנטעקסט פון וואס טוט זיך אפ אין די איבריגע וועלט.

סא לשיטתך, וואס איז "די עכטע סיבה" פאר אנטיסעמיטיזם??
העכערע זאך? וויירוס? עשיו שונא ליעקב? מסיני ירדה שנאה??
The only rules are the ones dictated by the 'laws of physics.' "Everything" else is a recommendation. - Elon Musk
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

Re: פאלעסטינע vs ישראל

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

מאטי האט געשריבן:ווייל ס'כאפט ספאנטאן אנדערע פעלקער. נישטא קיין שום סיבה די איסלאמישע וועלט זאל פיינט האבן אידן.
ס'גראדע יא דא א היסטארישע סיבה דערפאר, גראדע פארוואס די תנ"ך האט אזוי פיינט עמלק זענען די היסטאריקער נישט זיכער, אבער פארוואס די קוראן האט פיינט אידן ווייסט מען יא.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ברוך שפינוזה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

Re: פאלעסטינע vs ישראל

שליחה דורך מאטי »

ברוך שפינוזה האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 6:21 pm
מאטי האט געשריבן:ווייל ס'כאפט ספאנטאן אנדערע פעלקער. נישטא קיין שום סיבה די איסלאמישע וועלט זאל פיינט האבן אידן.
ס'גראדע יא דא א היסטארישע סיבה דערפאר, גראדע פארוואס די תנ"ך האט אזוי פיינט עמלק זענען די היסטאריקע נישט זיכער, אבער פארוואס די קוראן האט פיינט אידן ווייסט מען יא.
איך זאג בלויז אז זייער תירוץ האלט נישט אויס.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

Re: פאלעסטינע vs ישראל

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

פארוואס נישט?
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

Re: פאלעסטינע vs ישראל

שליחה דורך מאטי »

בר גיורא האט געשריבן: איך ווייס וועמען טורקי אקופירט, איך ווייס וועמען זיי האבען געהרג'עט (ארמענער) איך ווייס וועמען זיי רודפ'ען (קורדען און Assyrians. האסט געוואוסט אז ס'איז דא אזא פאלק דארט?? איך האב מיך באגעגענט מיט זיי און בין בקשר מיט אפאר חברה דארט. דארפסט א טעלעפון נאמבער?)
(איינער פון זיי האט גלייך געוואוסט אז כ'בין א חסיד - ער האט שוין געהאט געזען unorthodox...)

אז דו ווייסט יא, כל הכבוד! די פאינט איז געווען אז ס'איז אן אומבאקאנטער פאקט.

אגב, דאס אז זיי האבן ארויסגעטראסקעט 2 מיליאן גריכן ווייסטו אויך? א נאכבע וואס האט נישט געברענגט קיין ראקעטס, זעלבסטמארד באמבעס, אויטא אטאקעס, וכו', דאס דארף דאך זיין א נאטורליכע ענטפער צו displacement איא?
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

Re: פאלעסטינע vs ישראל

שליחה דורך מאטי »

ברוך שפינוזה האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 6:29 pm פארוואס נישט?
ליין מיינע תגובות ביז אהער
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
פארשפארט