פאלעסטינע vs ישראל

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3334 מאל

פאלעסטינע vs ישראל

שליחה דורך קאך_לעפל »

בס''ד
דאס מיטל-מזרח איז פון שטענדיג אן געוועזן גאר א קאמפליצירט און א שלאכט-פארוויקלטער ראיאן. נאך זינט די צייטן פון אשור און בבל, פרס און מדי, פון די רוימישע, גריכישע, ביזאנטישע, אטאמאנישע אימפעריע, האט מען זיך דארטן געשלאגן און גע'הרג'עט און זיך געריסן די בערד איינער ביים צווייטן ביז בלוט. איבריג צו זאגן אז ס'איז אלעמאל געווען א גוטע אורזאך פאר די בלוט פארגיסונג. אבער נאכן צווייטן וועלט'ס קריג ווען דער פרעמיער מיניסטער דוד יוסף גרין האט פראקלאמירט און דעקלערט מיט א שטארקייט א זעלבסטשטענדיגע אידישע לאנד אין ארץ ישראל, האט דאס צושטאנד אינעם מיטל-מזרח זיך דערקייקלט צו שרעקליכע סיטואציע, סיי פאר די ארטיגע אראבער און סיי פאר די אידן דארט, פון וואס ס'איז באשיינפערליך נישטא קיין גלייכע וועג ארויס, בלויז מיטן אנקום פונעם אויסלייזער.

אין דעם דיזנגוף הויז אויף די ראטשילד גאס וואס געפונט זיך אין הארץ פון תל אביב, זענען זיך אצינד פארזאמלט הונדערטער לייט. די גרעסטע ציוניסטישע שישקעס פון איבער די גאנצע וועלט זענען אנוועזנד. די הערצער קלאפן האסטיג און דאס אנגסט און שפאנונג שפירט זיך אין די לופט. יעדער פרעגט דעם צווייטן מיט ווינדער און נייגער באנאזאם, גייען מיר דאס טאקע טאן? ווי אזוי גייט די אונטערנאציאנאלע וועלט רעאגירן אויב מיר וועלן דורכגיין מיט'ן פלאן? האבן זיי זיך געוואונדערט צווישן זיך... בלויז אכט שטונדן פריער איז דאס שטאלצער פאן פון איר מייעסטעט אראפגענידערט געווארן פון אלע מאסטן איבערן לאנד. דאס לעצטע מיליטערישער פאנצער טרעקל פארלאזט שוין די ברעגעס פון חיפה פאר גוט... דאס מאנדאט פון די ענגלישע רעגירונג איבער ארץ ישראל איז ענדליך אויפגעלעזט געווארן נאך איין און צוואנציג יאר!

מיטאמאל שפארלט זיך אויף די טיר, און דער אלטער פון שדה בוקר שפאנט אריין אין זאל מיט פעסטע טריט. ער שפאנט האסטיג צום פּלאַטפאָרמע מיט זיינע צושטרויבעלטע ווייסע אויפגעשטעלע שטרויענע האר אויפן אויסגעקראכענעם קאפ. ער ציעט ספאנטאן ארויס אן איינגעקנייטשט פאפירל פון זיין בוזעם קעשענע, און הייבט דאס אן פארצוליינען פאר די אנוועזנדע. דאס פאפירל ווערט גערופן בלשונם "מגילת העצמאות" - דעקלעראציע פון זעלבסטשטענדיגקייט. אין דעם דאקומענט האבן די ציוניסטישע טאטעס אראפגעשטעלט זייער ווייטגרייגכנדע וויזיע פארן נייעם אידישן היים לאנד:

מדינת ישראל תהא מושתתת על יסודות החירות, הצדק והשלום לאור חזונם של נביאי ישראל - אויף מאמע שפראך: מדינת ישראל וועט זיין געגרינדעט אויף די יסודות פון פרייהייט, יושר און שלום אין ליכט פון דער זעאונג פון נביאי ישראל.
מדינת ישראל תקיים שוויון זכויות חברתי ומדיני גמור לכל אזרחיה בלי הבדל דת, גזע ומין – אויף מאמע שפראך: מדינת ישראל וועט אנהאלטן פולע סאציאלע און פאליטישע רעכטן גלייכקייט פאר אלע אירע בירגער אן אונטערשייד פון רעליגיע, ראסע אדער דזשענדער...

האלט זיך מדינת ישראל טאקע צו די דאזיגע נאבעלע פרינציפן? זיכער אז נישט! נעמליך, אז דאס לאנד זאל זיך פירן דעמאקראטיש און אין די זעלבע צייט אויך זיין א אידיש לאנד אין די סאמע זעלבע לאנד וואו עס וואוינען מיליאנען אראבישע בירגער, איז אויף קיין פאל נישט מעגליך. ווארום די אראבער מאכן קינדער ווי די פיש און זיי ווידמען זיך ווי די לייז. איינמאל זיי האבן דאס מערהייט אין לאנד און זיי גייען צו די וואלן, נעמען זיי איבער דאס לאנד מיט די רעגירונג מיט שטורעם ווי ס'ארבייט אין א ריכטיגע דעמאקראטיע, וכן לא יעשה. ווארום ס'איז דאן אויס מיטן אידישן לאנד און הערצל'ס אידנשטאט חלומות וועלן געהערן צו די פארגאנגנהייט. די מאגערע אידישע אימיגראציע קיין מדינת ישראל קומט ווייט נישט נאך דאס געבורט ראטע פון די אראבער וועלכע געבוירן ששה בכרס אחד.

כדי דאס צו פארמיידן פון פאסירן, האט מדינת ישראל אונטערגענומען עטליכע מאסנאמען.

ערשט האט מדינת ישראל אזוי איינגעשטעלט א סיסטעם, אז די וועגן פאר די אראבער ארויס פון לאנד זענען פערמאנענטע. אן אראבער וואס ציעט זיך ארויס פון זיין הויז אפילו מיט די געוואלד און באזעצט זיך אין א צווייטע לאנד לאזט מען אים נישט מער צוריק אריין אין לאנד, זיי זיצן אפ אין פליטים לאגערן עד ביאת הגואל.

די אראבישע וועלט קוקט דאס אן ווי סיסטעמאטישע עטנישע רייניגונג (זענען זיי גערעכט?). דאס איז די אורזאך פארוואס די אונטערנאציאנאלע געמיינדע לייגט נישט קיין דרוק אויף מצרים און ירדן צו עפענען זייער מזרח און דרום גרעניצן, און אריינלאזן די בארפעסע שמאטע קעפ פון עזה אריין צו זייערע לענדער, טראץ דעם וואס זיי לעבן אונטער די געפארפולסטע אומשטענדן וואס א מענטש קען אפילו נישט באגרייפן. זיי ארגומענטירן אז מדינת ישראל וויל טאקע בלויז דאס, פטור ווערן פון וואס מער אראבער, אזוי אז דאס לאנד זאל פארבלייבן א אידישע און דעמאקראטישע מדינה, און זיי ווילן נישט האבן א טייל אין עטנישע רייניגונג. זאגט מדינת ישראל, איר ווילט אונז נישט העלפן מיט אונזער עטנישע רייניגונג מיסיע? בסדר, מיר וועלן דאס טוהן אליין. און וואס פאסירט טאקע? יעדע 10 מינוט לייגט זיך צוזאם א געביידע אין עזה... און ווערט ארויסגעשלפט פון אונטער די ברוכווארג א הויפן טויטע וואס שטייען גרייט פאר די בתולות וואס מ'האט זיי פארשפראכן... עטנישע רייניגונג בתפארתה.

דאס איז אויך די אורזאך פארוואס די ישראלים מאכן אזוי ענג דאס לעבן פאר די אראבער, סיי די וואס וואוינען אין מדינת סיי אין די מערב ברעג און אין עזה. די מדינה פארכט זיך פונעם טאג וואס די צאל פון די אראבער וועלן איבערשטייגן די אידישע פאפולאציע, און מ'וועט זיך דארפן פאקן די פעק און זיך אומקערן קיין שאראשפאטאק.

דער אלט-באזעצענע אראבער האלט דאס נישט אויס. דו האסט א פראבלעם צו וואוינען אין אייראפע צוליב אנטיסעמיטיזם, דו האסט א פראבלעם מיט היטלער? פיין! מיר האבן גרויס מיטלייד מיט אייך. אבער געוואלד, וואס ווילט איר פון אונז האבן? מיר ווילן האבן די זעלבע רעכטן ווי ענק, אזוי ווי ענק האבן פארשפראכן אין ענקער אייגענעם מגילת העצמאות. פארוואס נעמט איר צו מיין הויז, מיין אייגנטום, און מיין איילבירט בוים און אייזל? פארוואס באגרעניצט איר אונזער באוועגונגען? בלויז צוליב אייער גליסטעניש צו וואוינען אין א אידיש און אין דעמאקראטיש לאנד? נישט אומזיסט ווערן זיי פארוואנדעלט צו מארטירער, און הרג'נען און פארגעוואלדיגן אונזער ברודער און שוועסטער מיט גרעסטן מאס ברוטאליטעט.

דער מדרש פארציילט, שכם האט געוואלט הייראטן דינה, די טאכטער פון יעקב. האבן אירע ברודער אים געזאגט, זיכער! קיין שום פראבלעם. אבער ערשט מוזן זיך אלע איינוואוינער פון שכם מל'ען! דער יונגער שכם איז געווען אין טיפע ליבע מיט דינה, און א געזעץ איז דורכגעפירט געווארן אין די שטאטראט פון שכם, וואס האט געלויטעט אז יעדער זכר דארף דורכגיין דעם מוהל מעסער. איז געווען אן אלטער אראבער וואס האט געארבייט אויפן פעלד ביטער און שווער, און האט נישט מיטגעהאלטן די אנטוויקלונגען אין שטאט. ביינאכט שלעפט זיך דער אראבער צוריק אריין אין שטאט. רייטנדיג אויף זיין אייזל, ווערט אים מיט אמאל שווארץ פאר די אויגן, וואס איז? די מלאכי חבלה זענען אונטער אים! ער קוקט אויפן אייזל ספּידאַמאַטער און ער איז אינגאנצן נישט געפארן שנעל, פארוואס שטעלן זיי מיך אפ? דער פאליסמאן קומט צו גיין צו אים און ער זאגט אים מיט א שטרענגע אפיציעלע שטימע: מוחמד, לאז אראפ דיינע הויזן! זיי נעמען ארויס זייער מוהל מעסערליך פון די קעשענע און גרייטן צו טאן מיט אים די מעשה. דער ארימער אראבער קוקט זיי אזוי אן מיט ברייט צועפענטע אויגן. זענט עטץ אינגאנצן משוגע געווארן? וואס טוהט איר דא? פרעגן אים די פאליציי, זאג, דו האסט גארנישט געהערט? שכם וויל הייראטן דינה די טאכטער פון יעקב! דער אנגעצויגענער אראבער ווערט נאר מער צומישט און בייז... שכם וויל הייראטן דארף מען מיר אראפשניידן א שטיקל? ער וויל זיך פלעגן דעם קערפער און פון מיר זאל גיין בלוט... די ציונים ווילן א אידיש לאנד און ס'זאל נאך זיין דעמאקראטיש אויך, א ברייטע גלוסטעניש - און פונעם אראבער זאל גיין בלוט...

וואס טוהט זיך מיט א צוויי שטאטן לעזונג? דאס איז אויך נישט קיין פלאן וואס זעט זיך אויפן נאנטן האריזאנט! מ'קען נישט וואוינען זייט ביי זייט צוויי פעלקער וואס ווילן זיך איינשלינגען איינעם דעם צווייטן, און דערנאך קומען זיי אונז באזוכן מיטהאלטן די הקפות שמחת תורה, און האבן חתונה מיט אונזער מיידלעך אפילו זיי ווילן נישט, און באקן אונזערע קינדער אין אויוונעס ווי ערב פסח מצות, און דאן נעמען זיי אונז וואקאציע קיין עזה צום ים אויף אן אומבאשטימטע צייט....

אלזא וואס איז די לעזונג? אפשר איז דער רבי פארט געווען גערעכט? ווער ווייסט דען...

דער אשכול פארמאגט 77 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר