לעבן-טוישנדע לעקציעס פון ראבערט קיאסאקי'ס Rich Dad Poor Dad

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
סאנטיאגא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 749
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
האט שוין געלייקט: 353 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 779 מאל

לעבן-טוישנדע לעקציעס פון ראבערט קיאסאקי'ס Rich Dad Poor Dad

שליחה דורך סאנטיאגא »

לכבוד מיין זעקס הונדערטסטע און איין תגובה, האב איך באשלאסן ס'איז שוין העכסט צייט ארויסצולייגן מיין טעיק איבער ראבערט קיאסאקי'ס bestseller בוך, Rich Dad Poor Dad - What the rich teach their kids about money that the poor and middle class do not און אביסל פון זיין טונקעלע זייט, און סתם נאך אינטערסאנטע געדאנקען, שאוער טאהטס, און פערזענליכע אנעקדאטן וואס האט זיך מיר אנגעזאמלט איבער די לעצטע דריי יאר איבער געלט. דאס איז בעצם א פראיעקט וואס כ'האב שוין לאנג צוריק אנגעהויבן ארבעטן דערויף, א חלק ניכר פון דעם באשרייבונג האב איך שוין געהאט געשריבן א גוטע 2 יאר צוריק, אבער אפשר אז ס'איז דא ווי די ברכה זאל חל זיין וועל איך אריינרייסן מיט נאך אפדעיטס און קלענערע אלעבעראציעס ארום "פערזענליכע פינאנץ" והגלילות. פשוט כ'האלט ס'פעלט אויס אזא ווינקל דא, ס'איז שוין דא די סטאק מארקעט אשכול ווי מ'שמועסט ארום איבער אלעס אינוועסטמענטס "ווי" צו קויפן און "וואס" צו קויפן, אבער נישט די בעסיקס ארום "מענדעזשן מאני" רעדן פון אלעס וואס איז מעסד-אפ מיט פינאנציעלע עדוקאציע, און מעגליך דאס וואס דער עולם וויל צולייגן דאס זאל ווערן ווי די שמועס דרייט זיך, אבער ס'זאל זיך דרייען ארום געלט, עמערדזשענסי פאנד, בודזשעטינג, עלאקעישן, סעיווינגס, וכדומה. נישט וועלכע אינדעקס, נאר "פארוואס" אינדעקס און נישט די סעיף/מאטראץ. נישט וועלכע סטאק, נאר פארוואס סטאקס. אזא וויזיע האב איך עכ"פ. כ'וויל דאנקן א חשובע ניק @עמקות המחשבה פארן מיר געבן דעם לעצטן שטופ און מיר דערמאנען אז כ'האב דאס אין די ארכיוון, ווייל אומדירעקט האט ער מיר דערמאנט אז כ'פלעג אמאל האבן א קוואוט פון קיאסאקי אויף מיין אונטערשריפט. און עקסטער פארן מיר דערמאנען אז ס'נאך דא מענטשן וואס קוקן ארויס אויף גוטע סחורה.

יעצט אויב איז עס נאכנישט גענוג קלאר פון די לעצטע דרעפט, איך בין ווי מ'זאגט א פינאנץ נערד... און נישט וויסנדיג וואס איך לאז מיך אריין אפילו, האב איך באשלאסן צו ארדערן דעם בוך און הערשט שפעטער אין מיין ריסורטש האב איך אויסגעפינען אז דאס הייסט גאר די אלף בינה אין די "פערזענליכע פינאנץ" ביכער זשאנער. אדער ווי איך רוף עס די "24" פון די פינאנץ ביכער... וד"ל

די גדלות פון Rich Dad Poor Dad איז דער בוך איז א היט וואס האט ממש אויפגערודערט די גאנצע פינאנציעלע וועלט און האט שוין פארקויפט צווישן פערציג און פופציג מיליאן קאפיס, צענדליגע סוקסעספולע מענטשן און youtuber's און 80% פון געסט אויף די בארימטע פאדקעסט Bigger Pockets מ'רעדט דא פון גאר סוקסעספולע ריעל עסטעיט אינוועסטארס פון די גאנצע וועלט שרייבן צו זייער קרעדיט אין גרויס חלק צו דעם אויסגערופענעם בוך און אירע נוצליכע אבער אבוויעס טיפס און פערספעקטיוו וואס איז צו אלעמע'נס אנטוישונג נישט אנגעפילט מיט אדווייס אויף די נעקסטע דזשאקוין, די זייטיגע צימער סוד איבער ווען די נעקסטע אמאזאן גייט אפירקומען, און וועלכע סארט קאמפיוטער מ'דארף צו שפילן דעי טרעדס צו מאכן א גרינגע דאלאר. ניין, ווען דו טרעפסט איינעם וואס איז רייך געווארן אזוי שיק מיר זיין נומבער... פשוט כפשוטו דאס בוך באשטייט פון לעבן לעקציעס באזירט אויף א משל פון צוויי סארטן טאטע'ס וואס ראבערט האט זיך באקענט דורכאויס זיין יוגנט 1) דער ארימע טאטע 2) דער רייכע טאטע, און וויאזוי זיי זענען ביידע מחנך זייערע קינדער מיט גאר אנדערע פיליזאפיעס ארום געלט און א פאך. למשל דער ארימע טאטע איז פארנומען מיט גוטע גרעידס און א "סעיף דזשאב" נעם נישט קיין שום ריסקס, לעב אפ דיין לעבן ווי אן עמפלואי פון איין פעי טשעק צום אנדערן ביזן טויט, און ווייטער דער רייכער טאטע איז פארנומען אויסלערנען זיין זוהן אז בעת וואס קאלעדזש איז טאקע זייער וויכטיג, זיין סטאק מיט א דזשאב איז נישט the end all be all נאר די ענדגילטיגע ציל איז עפענען א ביזנעס און זיך לערנען צו זיין א סוקסעספולע אינוועסטאר וואס טוט אינוועסטירן אין appreciating assets און עווענטועל פארשטיין אז דארט איז איז ווי די ריכטיגע פארדינסטן ליגן און נישט מיט ארבעטן שווער און רייך מאכן א צווייטן. ווי איך וועל שפעטער מער מרחיב זיין.

פאר איך גיי דורכלויפן עטליכע takeaways וואס איך פערזענליך האב ארויסגענומען, וויל איך מאכן א פוטנאוט, וואס דו וועסט באלד קלארער פארשטיין ווי ס'קומט אריין
אין די לעצטע פאר יאר איז די אויפשטייג פון מארקסיזם/סאושליזם אין א פינאנציעלע אינאיקוואליטי באוועגונג באזירט אויף wealth redistribution פיל מער בנמצא אין אמעריקע, זיי באקלאגן זיך אלס אז די רייכע האבן צופיל מזומן. מ'הערט אזעלכע קאנדידאטן ווי בערני סענדערס זיך אפרעדן "99 פראצענט פון נייע פארדינסטן גייען צו די רייכע 1 פראצענט און נאכמער, איין צענטל פון די איין פראצענט פארדינען באלד מער ווי די 99 פראצענט." מיר האבן נישט שטודירט סאוסיאעקענאמיקס, און מ'קען הערן א פאזיציע אז גאר רייכע וואלטן געדארפט יושר'דיג איינצאלן מער שטייערן רעלאטיוו צו זייערע אסטראנאמישע פארדינסטן מיר קענען דאס הערן. מיר גייען נישט יעצט אריינקריכן אין די דורכגעפאלענע פארזוכן אין ווענוזועלע צו דענמארק איבער א סאושליסט עקענאמיע. הגם סאושליזם האט מעלות און קאפיטאליזם איז נישט אייביג אזוי גלאנציג פאר יעדן.

אבער ספעציפיש גערעדט איבער די פילזאפיע פון ראבינהוד (take from the rich and give to the poor) די לאך אין אזא סטרוקטור וואס סאושליסטן כאפן נישט איז איין פשוטע פונקט, און א פונקט וואס ראבערט צונעמט אויף קליין געלט מיט א קלארקייט אינעם בוך, און א פונקט וואס יעדע ביליאנער וואס האט נאר אמאל געשוויצט פאר געלט ווייסט: יא, ס'איז אמת ונכון אז די וואוקס אין פארדינסטן גייען צו די רייכע, אבער לאמיר טאקע קוקן אביסל טיפער "פארוואס" ס'איז אזוי, די העכערונג אין רווחים גייען מייסטנס צו די רייכע ווייל וואוקס גייען צו ענטרעפענוערס און אינוועסטירער, נישט צו ארבעטער. און דאס איז די יסודות'דיגע דיפערענץ. די רייכע פארדינען פראפארצינאל מער ווייל זיי ארבעטן נישט, זיי ערפינדן assets און אויף דעם צאלט מען ווייניגער אין טעקס ליגעלי! ווידער די ארימע, אפ' אויב זאלן זיייערע וועידזשעס געהעכערט ווערן, ווי רייך מ'גייט זיי נאר מאכן גייען זיי קיינמאל נישט אנקומען דורך דעם זיך איינצוהאנדלען assets נאר ווייטער פארזעצן זייערע poor people's spending cycles פון פארדינען און אויסגעבן אנשטאט; פארדינען, אינוועסטירן, עפ"י דרך הטבע פארדינען מער, און נאכדעם הערשט אויסגעבן.

פארוואס? ראבערט מאכט עס קלאר: די רייכע און די ארימע זענען 2 אנדערע באשעפענישן! די חילוק איז איינער לעבט ווי אן עושר, און דער צווייטער טראכט ווי אן עושר. - א וועלט פון א חילוק! די צוויי מאכן געלט אויף גאר אנדערע אופנים אז ס'איז ניטאמאל קיין פארגלייך! איינער ווייסט וויאזוי מ'נעמט געלט און מ'פארוואנדלט עס אין assets אזוי ווי באנדס, סטאקס, ריעל עסטעיט, רויעלטיס פעימעינטס פון מוזיק, ביכער, אדער פעטענטס, וכו' און די אנדערע פלאגן זיך מיט liabilities ווי מארגעטדזשס, קאר הוצאות, רענט, עסן, קליידונג, שכר לימוד, קרעדיט קארד חובות, און רעדן זיך איין אז מיטן באקומען דעם רעיז, ארבעטן די אווערטיים, נעמען דעם העכער באצאלטן דזשאב, וועט די פראבלעם געסאלווט ווערן. ס'איז ממש די עקוויליענט ווי צוויי מענטשן ווילן זיך ארויסלאזן קיין ניו דזשערזי, און איינער קומט טאקע אן קיין ניו דזשערזי און דער צווייטער קיין קאנעיטיקוט. קאנעטיקוט איז נישט ניו דזשערזי! דו פארסט בכלל נישט אין די גלילות פון ווי דו ווילסט אנקומען!

באצאל זיך פאר יענעם

העל נאוו! דאס זיין אנגעוויזן אויף א דזשאב אלס די הויפט source of income איז א never ending cycle און לכאורה די גרעסטע 'טרעפ' אין די גאנצע מאדערנע לעיבער עקאנאמיע וואס איז נאר מער פאשפרייט געווארן זינט די 08' קריזיס. די מער געלט מ'פארדינט, די מער געלט ספענדט מען אוועק. די פארכאפונג פון ארבעטן = צאלן בילס = ארבעטן = צאלן שטייער = וואקאציע? = 2 מאל ארבעטן... ר' איד, דו דארפסט דיך ערשט אויסלערנען וויאזוי מ'היט אפ די זאך וואס הייסט געלט, אז ס'זאל זיך נישט פארלירן, די עצה אויף דעם איז זיך באקענען מיט דיינע spending habits און צוביסלעך פארברייטערן דיינע assets און פארמינערן דיינע liabilities נאכדעם וועסטו אויך אנקומען צו די "אכזריות'דיגע" רייכע קלאס. אזוי קען מען לעוולען די playing field מיט בעסערע פינאנציעלע עדזשוקעישן, מענדעטארי צו גראדואירן הויך-שולע קען מען לעוולען די playing field אבער סימפלי אוועקנעמען פון איינעם און געבן פאר א צווייטן האט מען סתם באראבאוועט מענטשן און נישט גליקליך געמאכט ארימעלייט. ער שאצט אז א דורכשניטליכע מיטל-קלאס עמפלויאי ארבעט פיר צו פינף חדשים פאר די פעדעראלע רעגירונג. דאס האט נישט קיין פשט.
(יא, ס'איז אפשר נישט "פעיר" פאר די ארימעלייט, אבער מער א if you can't beat 'em join 'em מהלך) אזוי ווי Kevin O'leary זאגט:
"מיין געלט איז מיין ארמיי, איך וויל זיי זאלן ארויסגיין יעדע צופרי און אהיימקומען ביינאכט און מיר פאנגען נאך געלט..."

די סימפליסיטי פון ראבערט'ס מהלך איז, ס'איז עפעקטיוו און ארבעט פאר ווער ס'טוט עס ריכטיג: קענסט זיין די גרעסטע ארימאן און זיך ארויסריקן פון דחקות, און קענסט זיין די רייכסטע סעלעבערטי און דערקלערן באנקראט אלעס איז געוואנדן צו ביזטו קלוג מיט געלט, אדער צו ביזטו א נאר מיט געלט. נישט קיין נפקא מינא ווער דאס איז. ער זאגט א סימפל כלל: always pay yourself first ער טענה'ט אז דער ארימאן איז אלס פארנומען אוועקטיילן געלט, פאר זיין באנק, פאר די גראסערי, פאר די קאר קאמפעני, און אויב דו פיילסט, פאר די פעדעראלע רעגירונג. און פון דעם וואס בלייבט איבער לעבט מען, משא"כ די רייכער טוט פונקט קאפויער! אין די פארקערטע סדר, און אונז טוה מיר בעזר השם אויך נאכפאלגן די מאדל: די ערשטע זאך: געלט וואס קומט אריין קודם גייט 10% אין מיין סעיווינגס אקאונט, דאס איז פאר מ'קען אויסרעדן! צו זאל עס זיין פאר מידיום טערם גאולס/ריטייערטמענט, דאס איז שוין פערזענליך, אבער קודם חייך קודמים. נאכדעם נאך 10-15% אריין אין די מארקעט, יעצט הערשט קומט די בילס און אויסגעבן די איבריגע געלט וואס Ramit Sethi - אויך א גוטע מאני גורו - גלייכט צו רופן "guilt free spending" די איבריגע קען מען אויסגעבן ווי די הארץ באגערט, און הערשט די לעצטע אויפן ליסטע קומט שטייער. ווייל אז נישט קען מען ארבעטן פארעווער אן קיין נארמאלן חשבון און קיאסאקי איז אזוי פארגלייבט אין די איין טריק עד כדי כך אז ער באטיטלט דאס "די נומער איין אפטיילנדע פאקטאר וואס שטעלט דעם צווישנשייד צווישן די ארימע, די מיטל-קלאס, און די עשירים." ווייל ער האלט אז דאס נעמט אסאך זעלבסט-דיסציפלין וואס אסאך מענטשן זענען נישט גרייט דערפאר, און אזויייייייפייייל מענטשן טוען פארקערט אז ס'איז נישט געזונט, אבער אז דו וועסט דיך ארומקוקן צווישן די מיליאנערן פון די וועלט גלייב איך וועסטו דארפן ארבעטן שווער צו טרעפן אינדיווידועלן מיט דעם מדת רעה/שוטה.

Kim Basinger ,Mike Tyson, Rihanna, 50 cent, Michael Jackson

דו דארפסט דאס וויסן! אויב דו האסט סיי ווען אמאל פאנטאזירט פון רייכטום מוזטו דאס גוט אריינעמען אין דיין קעפל אריין. ווייל לאמיר נאר געבן אזא פעסט פאוערד מיט צוואנציג יאר, דו ביזט שוין א מיליאנער, טרעפסטו דיך אין האליוואד מיט א טוץ פון סעלעבערטיס, ס'פעלט זיי האר פון קאפ ארויסגעריסן פון מאני סטרעס, זיי בעטן זיך צו דיר: הער עס פון מיר טוה נישט די זעלבע טעותים וואס איך בין באגאנגען, און טוה עס די ריכטיגע וועג אז נישט וועסטו זיין מיסרעבל. טרעפסט דיך אן אין מייק טייסאן, קודם זאגט ער: האב נישט חתונה אזויפיל מאל, בעסיקס, קינדער און ווייבער קאסטן אסאך אסאך געלט, איך האב געמאכט 430 מיליאן א יאר, און ס'איז נאך אלס אסאך נאכדעם צאל אפ חובות, און פיש נישט פאר פרויען און טיגערס, ווייל אפילו איך מולטי-מיליאנער בין שאקירט ווי שנעל דאס געלט האט זיך אויסגעלאזט. אז דו גייסט עטליכע מייל ווייטער טרעף מיר אן ריהאנא זי באשולדיגט טאקע נאך איר געוועזענע אקאונטענט פאר אירע מאני פראבלעם'ס, אבער שטיל צו דיר אין אויער מורמלט זי אריין, מאך נישט קיין גרויסע באאלן און לאז זיך ארויס יעדע שני וחמישי אויף גרויסע shopping spree's און קויף נישט קיין נייע הייזער ווען דו בלוטיגסט ווייל נאכדעם וועסטו אויסזעהן ווי מיר און וועסט זיין געצווינגען עס צו פארקויפן פאר א פארלוסט פון 9 מיליאן טאלער. שפעטער וועסטו אריינבאמפן אין רעפער 50 צענט, וואס האט פארלוירן (אביסל מער) כאטש 21 מעלאנעס אין א קורצע צייט נאך עטליכע גרייזן און נאך אסאך חובות אויך געגאנגען באנקראט אקטיארסקע קים בעסינגער האט אויך א ליסטע פון דורכגעפאלענע פארזוכן צו פראפיטן פון פילמען וואס האבן זיך אויסגעלאזט א בוידעם, און האט איר געקאסט מער ווי א בוידעם, נאך א סטריק פון שלעכטע דיסיזשענס, לעכטע אינוועסטמענטס, לאוסוטס, און אינוועסטירט מיט מעידאף, דער קעניג פון פאפ מייקל דזשעקסן וואס דו וואלסט געוואלט מיינען אז ווען מ'האט מער געלט פון גאט דארף מען זיך שוין נישט זארגן, שטעלט זיך ארויס אז נישט, ער האט זיך אנגעזאמלט אזויפיל ווי א האלבן ביליאן דאלער.

די מיטל קלאס גייט אייביג צאלן די מערסטע אין טעקס: זעה נישט צו בלייבן שטעקן דארט

אזוי ווי דו הערסט די רייכע גייען קיינמאל נישט צאלן זייער פעיר שעיר! פארוואס? ווייל די גרעסטע סוד פון די rich איז... קארפערעישנס! און דאס ווערט געטעקסט אויף א נידריגערע ראטע (21%) ווי מיטל קלאס אינקאם טעקס וואס קען רענדזשן פון 22% ביז 32% ס'איז זייער נישט יושר'דיג בכלל נישט יושר'דיג לויט די "פראגרעסיוו טעקס קאוד מאדל" וואס א מענטש צאלט לויט וויפיל ער/זי פארדינט, נאכאמאל: דו ווילסט זיין גערעכט אדער קלוג, די פאקט איז אז ס'גייט זיך נישט טוישן, אבער דו קענסט זיין קלוג און זיך טוישן און אויך טוהן וואס די רייכע טוען, צו ס'איז מיט א 1031 צו ס'איז פארדינען 80,000 אין דיוועדענד אינקאם טעקס-פרי ווען מ'פיילט צוזאמען (40,000 פאר א סינגל) צו ס'איז א קארפ. צו ס'איז א טעקס דיפעררד אקאונט וואס לאזט דיר (לעגאל) אוועקלייגן פרי-טעקס דאלארן אין אן IRA און דאס קען דערווייל וואקסן דורכן נעמען אדווענטעדזש פון קאמפאונד אינטערעסט, וואס אלבערט איינשטיין האט גערופן "די אכטע וואונדער פון די וועלט" דאס ווייסן נישט ארימעלייט, ווייל זיי זענען נאך סטאק מיטן אלטן קאנצעפט פון א דזשאב וואס מאכט דיר זיין א קנעכט ביז יובל, די וועלט האט זיך געענדיגט... אבער פארוואס נישט טוען מער ווען די גאווערמענט לאזט דיך, און באלוינט דיך נאך דערפאר? זעהסט דער ארימאן, קארגט אויף גוטע פינאנציעלע עדווייס, ווייל קיין גרויסע שטייערן צאלט ער דאך נישט און אפאר טאלער באקומט ער צוריק און ס'איז אים גוט. דער מיטעלע קלאס זוכט זיך נישט די בעסטע CPA ווייל ער "ווייסט שוין" אז ער איז במילא אין א העכערע ברעקעט, און ער איז עניוועי דאאומ"ד. כאפסט אויף וואס איך לייג אראפ? זיי נישט קיין עבד! זיי אן עושר! נו וויאזוי? די ערשטע סטעפ איז האבן אן עושר מיינדסעט. נישט קיין בוגאטי חלומות, טראכטן ווי א סמארט קוקי, זיי א סמארט קוקי, וועסטו אנקומען.

די רייכע ארבעטן נישט פאר געלט

oh... this one is just mind blowing דאס זאגט קיאסאקי האט אים געקאסט עטליכע רידזשעקשנס פון פובלישערס וואס האבן מחולק געווען מיט זיין לעקציע: ער לערנט אויס א וויכטיגע און פונדעמענטאלע לעקציע וואס טוט ממש פארוואנדלען די גאנצע אויסקוק פון וואס געלט מיינט בכלל צווישן די סאסיאועקאנאמישע קלאסן: "די ארימע און די מיטעלע קלאס ארבעטן פאר געלט, די רייכע האבן געלט ארבעטן פאר זיי" און ס'איז גענוי ווי ער זאגט, קענסט זיין ביטער און צוריקגעשטאנען, אז דו מעסטערסט דעס קומסטו אזוי שנעל אן פארנט פון די ליין, איך זאג דאס נישט צו מאכן א שיינע fluffy תגובה, כ'האב עס געזעהן אין מיין אייגענעם לעבן זייט כ'האב מיר געלערנט דאס. מער געלט איז נישט די ווארט. ווייל מער געלט פאר רוב מענטשן מיינט: איך וויל שפענדן מער וויפיל איך האב יעצט. נישט אינוועסטירן מער, נישט אוועקלייגן מער, כדי אייגנטליך צו האבן מער! אויף שפעטער. די ווארט איז מער ידיעות! מער פינאנציעלע אינטעלעקט, נישט א רעיז, נישט א שענערע קאר, קיינער קעירט נישט! אבער דער וואס האט אויסגעטראפן וואס פראדוצירט מער וועליו, מיט דעם וויל מען זיך חבר'ן, מיט דעם וויל מען זיין אין גוטן, ווייל דער איז באמת רייך! און נישט דער וואס איז געפאלן פאר די נארישע "לייפסטייל קריפ" פון אויסשטעכן א צווייטן די אויגן, און אנזעצן קרעדיט קארד נאך קרעדיט קארד.

יעצט קום צו צו קיאסאקי'ס אינקאם און בעלענס קאלום'ס. איך וואלט געזאגט די שטערקסטע takeaway אין דעם בוך זענען די פשוטע אבער לעבנסוויכטיגע דיאגראם'ס וואס דעמאנסטרירט די חילוק צווישן די מיטל קלאס, די ארימעלייט, און די עשירים מער ווי ווערטער קענען. איך בין מציע איר זאלט דאס אלע לאדענען, און אפילו ארויספרינטן. (איך האף עס צו ענלארדזשן און אויפהענגען ביי מיר אין אפיס, ס'זאלמיר אייביג שטיין פאר די אויגן. ווייך ווי באוויסט וויזשואלייזעישן איז גאר פאוערפול) קיאסאקי לערנט זיינע ליינער אז ווען מ'ווערט גוט מיט געלט בויעט מען זעלבסט-זיכערקייט, און ווידער ווען מ'בלייבט הונטערשטעליג איז ממש אוממעגליך צו זיין א רייכע און סוקסעספולע מענטש! ווייל ווי דו ווייסט מסתם, ס'איז א משוגענע וועלט out there און יעדר שטופט דיך און שלעפט דיך, און דער וואס האט נישט קיין זעלבסט-דיסציפלין דער ווערט א קרבן. אין ראבערט'ס ווערטער:
I do not take the saying, “Pay yourself first,” lightly
The statement, “Pay yourself first,” comes from George Clason’s book, The
Richest Man in Babylon. Millions of copies have been sold. But while millions
of people freely repeat that powerful statement, few follow the advice. As I said,
financial literacy allows one to read numbers, and numbers tell the story. By
looking at a person’s income statement and balance sheet, I can readily see if
people who spout the words, “Pay yourself first,” actually practice what they
preach.
A picture is worth a thousand words. So let’s review the financial statements
of people who pay themselves first against someone who doesn’t
Study the diagrams and see if you can pick up some distinctions. Again, it
has to do with understanding cash flow, which tells the story. Most people look
at the numbers and miss the story.
personal-financial-statement-empty.png
personal-financial-statement-empty.png (63.55 KiB) געזען געווארן 1274 מאל
the balance sheet of a middle class person
the balance sheet of a middle class person
דא האסטו אלע קלאסן אין א דעטאלירטן ווידזשועל. שטודיר דאס בכובד ראש! ווייל דיין עתיד ליגט ערגעץ דא, און דו האסט די פאוער עס צו קאנטראלירן
דא האסטו אלע קלאסן אין א דעטאלירטן ווידזשועל. שטודיר דאס בכובד ראש! ווייל דיין עתיד ליגט ערגעץ דא, און דו האסט די פאוער עס צו קאנטראלירן
the balance sheet of a rich person
the balance sheet of a rich person
קיאסאקי לערט דיר אויס וויאזוי צו אפערירן דיין לעבן אזוי ווי יעדע גרויסע קאמפאני, ווייל יעדער דארף געזונטע אקאנטינג, און כ'ווייס ווען א מענטש הערט די ווארט "אקאונטינג" ווערט מען שוידערליך לאנגווייליג און מ'נעמט זיך ציען פאלשע געניצן און קוקן אינסטעגראם.. אבער ס'דארף נישט זיין אזוי, ס'קען זיין פאן, ס'איז ניטאמאל אזוי קאמפליצירט, לאמיר עס אלע טוהן אינאיינעם, איך האב די הארד קאפי, דו קענסט דאנלאודן די בילד און שרייב אריין דארט, קאם אן! גלייב אין דיר אביסל דו ווילסט דאך סוכ"ס זיין בעטער אף איין טאג שטימט? לייגט מען יעצט אריין די פאר מינוט, אינסטעגרעם און נעטפליקס וועלן נישט אנטלויפן אין די צייט... לאמיר גיין זייער שטייט, דו מאכסט דיר א ליסטע פון expenses ס'מוז נישט זיין אלע, די בעסיקס, נאכדעם מאכסטו דיר א ליסטע פון דיינע פארדינסטן, (דאס קען זיין דיין דזשאב, דיין ווייב'ס דזשאב אויב האלסטו שוין ווייטער, קען דאס זיין אנדערע אינקאםפון רענט, סייד דזשאב וכו') אלעס וואס ברענגט אריין געלט באלאנגט אין די קאטעגאריע. נעקסט אין די ראיה איז הוצאות, דאס ריפלעקט די רעכטע זייט פונעם בעלענס שיט. שרייבסטו אריין: מארטגעטדזש/רענט מעינטענעס, קאר, אויל טשעינדזש, שאפינג, שכר לימוד אא"וו. אויב דו האסט, שרייב אריין debt סיי וועלכע, done? פיין יעצט גייט מען צו די לעצטע חלק Assets פרעג דיר וואס זענען זאכן וואס גייט ארויף אין ווערט און נישט אראפ? לאמיר זעהן, לאמיר טראכטן, א היי יעילד סעיווינגס אקאונט גייט ארויף, באלאנגט דאס דא? יא! לאמיר זעהן, כ'קען שיין מאלן, כ'פלאן אמאל צו פארקויפן מיינע ארט, גייט דאס ארויף אין וועליו צו אראפ? נעקסט! א הויז טענה'ט קיאסאקי איז געווענליך א לייעביליטי, חוץ אויב איז דאס אן אינוועסטמענט וואס ס'ברענגט דיר שוין יעצט אייגנטליך אריין געלט. אבער פאר רוב מענטשן איז א הויז א פריקן לייעביליטי! לאדיך אפ. וואס נאך? אה כ'האב געקויפט מיוטשעל פאנדס יארן צוריק, יאלא דאס דארף ארויפצוגיין, דו ווייסט וואס צו טוהן.

דיוועדענס, קלאסישע עססעט! דו קענסט מאכן געלט אין דיין שלאף! זאג מיר וויפיל ארימעלייט ווייסן וועגן דעם? זאג מיר וויפיל פראדזשעקט אין פילי, צו אין טישקאגא, צו די ווייסע קאוקעין אדיקטס וואס זענען פלאצירט אין טרעילער פארקס ווייסן פון דעם? זאג מיר וועלכע מיטל קלאס קוילן גרובער אין אפעלעשיע ווייסט פון דעם? זייער סטריט סמארטס איז שטעקן געבליבן ביי דזשאב סעקיוריטי, ביים זיך זארגן צו טוהן וואס פעלט זיך אויס אז זייער האר זאל זיי נישט זאגן "דו ביזט נישט ווערט גענוג צו זיין מיין קנעכט פאר געלט מער" און זיי שיקן לופטערן. זיי נישט קיין קנעכט! זיי דיין אייגן האר, אוודאי דארף מען עפעס טוהן מיטן לעבן, אבער לאז דאס נישט ווערן דיין גאנצע ס"ה פון וואס דיין טאג באשטייט, ארום 65% האומעיד מיליאנערן לויט gulf news פארמאגן כאטש 3 אינקאם סטריעמס. (פון 6000 אויסגעפרעגטע מיליאנערן) און ארום 45% פארמאגן 4. אפשר איז צייט דו זאלסט זיך נעמען טראכטן ווי א ביזנעסמאן מער ווי אן ארבעטער? חוץ אויב דו פלאנסט צו ארבעטן פאר דיין האר ביז די זיבעציג, איך פלאן צו זיין פולי זעלבסטשענדיג איין טאג, און איינע פון די וועגן אנצוקומען אהין איז נישט צו בלייבן שטעקן מיט איין פאך אין די הענט עד ביאת גואל צדק, דאס איז נאריש, און אירעספאנסיבל (פאר רוב מענטשן) "יא באט, די דיוועדענדס זענען קוים אפאר צענט פער קווארטל צו וואס טויג עס מיר?" מסכים, אבער וואס א חילוק? דו ווייסט יעצט איין זאך מער וואס מיליאנען מיליאנען ווייסן נישט; די חילוק צווישן אן עססעט און א לייעביליטי! איינמאל דו כאפסט די נחוצת הדבר וועסטו שוין זעהן דערצו אז דיינע עססעטס זאלן דאמינירן. אבער וויייס די פאוער פון אן עססעט, ווייל דאס איז די ווארט פון אלע ווערטער....

נישט רייכטום. א רייכע מיינדסעט

מ'האט שוין אזויפיל מעשיות געהערט פון ארימעלייט אדער מיטל קלאס פארדינער, וואס האבן געווינען די לאטערי און "פלוצלינג" פארלוירן אלעס... און אפטמאל געווארן דיפרעסט און באגאנגען זעלבסטמארד. אין פאקט שטודיעס צייגן אז 44% לאטערי געווינערס דערזעהן זיך מיט גארנישט אין 5 יאר צייט פארוואס? צו מיר, איז עס א מיסטעריע וואס איז נישטא אירס גלייכן, א פליאה. וואס הייסט? א מענטש וואס האט געשטרעבט יעדן טאג פון זיין לעבן אויפגעראכטן צו ווערן, מיט אן אויפגעריסענעם שטאלץ יעדע דאנערשטאג נאכט נאכן ארבעט זיך אפגעשטעלט אין גאז סטאנציע צו קויפן דעם זכות צו ווערן רייך, שוין געדמיון'עט, און פאנטאזירט, שוין געהאט פונקטליכע פלענער אין קאפ ארום די ארכיטעקט פון זיין נייע פאלאץ, און ווען ס'קומט דערצו נישט נאר וואס ס'האט נישט געארבעט איז ער נאך צוריק געווארן ארעם ווי די נאכט, און נאך מער פארקריפלט ווי ער איז געווען פאר דעם. ווי קען דאס זיין? ווייל זיי פארשפילן דאס געלט אן קיין לאגיק, און ס'פעלט זיי דעם פערזענליכן פינאנץ פלאן דער אוצר זאל זיי לעסטן א לייפטיים אדער אפילו מער. זיי האבן פשוט און פראסט נישט קיין מושג וויאזוי זיך אומצוגיין מיט געלט!! און פון וואנעט זאלן זיי האבן? מ'האט זיי דאס קיינמאל נישט געלערנט, מ'האט זיי נאר געלערנט אז האבן א דזשאב איז וויכטיג. נישט יעדער איז א ביזנעס קאפ, נישט יעדער קען אקאונטינג, אבער דאס מיינט נישט אז מ'קען זיך ערלויבן צו זיין שלעכט מיט געלט טראצדעם טוען יגע מיליאנען מענטשן אוועקצאלן אוועק אזויפיל ווי 71 ביליאן דאלאר א יאר, פאר איינס אין א 292 מילאנס'טל אדער 302 מיליאנס'טל פון א טשאנס, צו געווינען עפעס וואס גייט זיי קיין גוטס נישט ברענגען אין די לאנג ראן, אויב פארשטייען זיי נישט צו personal finance. אבער מענטשן קויפן מיט אן ערליכקייט! ווייל "וואס איז עס שוין? 2 דאלער, 10 דאלער"... האלא ס'איז דיר אמאל בייגעפאלן וויאזוי דו גייסט האלטן די געלט? וויאזוי דו גייסט עס אפהיטן? אדער נאר ווי דו גייסט עס אפשפענדן? האסט אמאל אריינגעטראכט וויפיל קלוגערע, זיכערערע, אפציעס ס'איז אלס דא פאר די 10 דאלער? (אדער טויזנט דאלער)
זעהט מען פון דעם אז טרעפן אן אוצר איז גאר א קנאפע נחמה, נישט אז שטייערן איז די אישאו, די אישאו איז די שפילער נישט די שפיל...

בעצם שטעלט זיך א הארבע קשיא: אויב איז די לאטערי די ענטפער, ווי זענען אלע מיליאנערן סוקסעס סטאריס? פארוואס זעהט מען זיי נישט אויף שארק טענק אדער אויף CNBC שילדערן מיט דראמא ווי אלעס האט זיך אנגעהויבן מיט א פאפירענעם בילעט אין א קאנוויניענט סטאר אויף א פראסטיגן דאנערשטאג נאכט? פארוואס ווייסט קיינער נישט פון זיי? איך מיין די שכל זאגט דאך אזוי, האסט מיטאמאל 30 מיליאן דאלער גיי ווער א שותף אין best buy אדער סטארבאקס און ביז א יאר צוויי וועסטו זיין אין די קעפל פון א Forbes באריכט "פון א נישטיגע מעגא מיליאן געווינס צו א הונדערט מיליאן דאלארדיגן מאגנאט" די פאקטן זענען דאך אבער נישט מסכים, זעהט מען פון דעם אז טרעפן אן אוצר גופא, איז גאר א קנאפע נחמה. געלט איז נישט אלעס, אדער בעסער געזאגט גארנישט מיט נישט. טעביע וואלט שוין גארנישט בעסער געשטאנען אויב ער וואלט ווען "צופעליג" געהאט גאלד און זילבער, ער וואלט געווען א געזונטער בעל חוב! דאס וואלט ער געווען! וואס מ'דארף איז א געזונטן financial education אן אויסגעבויטע מהלך החיים. און אז די מוח איז רייך וועט די קעשענע אויך זיין.
ווי האב איך געהערט אן אייזענעם ווארט?

"Being poor is hard, becoming rich is hard, choose your hard"

דאס איז די יסוד פון ראבערט'ס בעסטעלער, ווען מ'פלאנצט איין א נושא אין די יונגע יארן בלייבט עס אויף יארן לאנג, אבער אז מ'פאפאנפעט די צייט דערזעהט מען זיך מיט פאלשע beliefs וואס ברענגט שלעכטע דיסיזשענס. צו נוצן זיינע ספעציפישע ווערטער: "די עיקר סיבה פארוואס מענטשן פלאגן זיך פינאנציעל איז, ווייל זיי זענען אפגעזעצן יארן אין שולע אבער האבן גארנישט געלערנט וועגן געלט. די תוצאה איז, מענטשן לערנען צו ארבעטן פאר געלט, אבער לערנען קיינמאל נישט צו מאכן געלט ארבעטן פאר זיי."

פאר דו ווערסט מיר אן אומפארגינער און דו קומסט מיר אפפרעגן מיט אלע מינע דרייקעפ אינטערפרעטאציעס אז למעשה איז ער א שארלאטאן ממילא קלעבן נישט זיינע טעאריעס. לאמיר דיר נאר צוברענגען עטליכע קוואוטס און דו זעה פאר דיר אליינס וואס זיינע געדאנקן זענען אלל אבאוט:
דאס איז פון קאפיטל 2 וואס ער באטיטלט: "Why teach Financial Literacy"
"I am concerned that too many people are too focused on money and not on their greatest wealth; their financial education. If people are prepared to be flexible, keep an open mind and learn, they will grow richer and richer despite tough changes. If they think money will solve their problems, they will have a tough ride. Intelligence solves problems and produces money. Money without financial intelligence, is money soon gone."
...I know so many people who became instant millionaires. And while I'm glad some people have become richer and richer, I caution them that in the long run, it's
not how much money you make. It's how much money you keep. And for how many generations you keep it. So when people ask, "where do I get started?" Or "tell me how to get rich quick" they often are greatly disappointed with my answer. I simply say to them what my what my rich dad said to me when I was a little kid: If you want to be rich, you need to be financially literate."
“If you learn life’s lessons, you will do well. If not, life will just continue to
push you around. People do two things. Some just let life push them around.
Others get angry and push back. But they push back against their boss, or their
job, or their husband or wife. They do not know it’s life that’s pushing.”
נאך א טריליאן דאלאר'דיגן קאנצעפט:
"If you are going to build the Empire State Building, the first thing you need to do is dig a deep hole and pour a strong foundation. If you are going to build a home in the suburbs, all you need to do is pour a six-inch slab of concrete. Most people, in their drive to get rich, are trying to build an Empire State Building, on a six-inch slab.
Fear, greed, and job security
וועסטו מיר פרעגן אן ערנסטע סקעפטישע שאלה, סאנטיאגא, כ'מיין לאמיר זיין אפן, דו גלייבסט טאקע די אלע "ליבעראלע" נארישקייטן? כ'מיין באמת, האסט מיר געליינט אפאר בוקס און דו קומסט פארקויפן די ערפינדענע אמעריקע אין אפאר שורה'לעך, שקט, לאז געמאך! מיר קענסטו גארנישט איינרעדן, איך האב שוין חתונה געמאכט זעקס קינדער, איך האב שוין 2 אויסגעצאלטע הייזער איך קען די נושא בעסער ווי דיר, און "איך" זאג דיר פארברענג נישט דיין צייט און נישט מיין צייט, ווייל דו חלומ'סט! זעהסטו מיין פריינט, ראבערט האט אויף דעם אויך א קלארן סטרעיט-פאוערד הסבר, און ווי ס'איז אמת מיט כמעט יעדע זאך if it were easy everyone would be doing it
די הסבר איז עס פאלגאנד: רוב מענטשן וואס דו טרעפסט אויפן גאס, טראצדעם וואס זיי וועלן דיר עס אין א מיליאן יאר נישט מודה זיין (און איך רעכן אויף עטליכע אזוינע ריפלייס אז נאאא די the rat race האט עס למעשה) זענען געטריבן דורך צוויי געפילן: געלטגייציגקייט און פחד, דו גיבסט זיי געלט טוען זיי אן ארבעט פאר דיר, דו נעמסט אוועק דאס געלט אנטלויפן זיי ערגעצאנדערשוואו, די שניידסט וועידזשעס ווערן זיי דיפרעסט, דו העכערסט די וועידזשעס ווערן זיי אויפגעלייגט. א רעיז טרייבט זיי ווייל זיי רעדן זיך איין אז דאס גייט זיי פטר'ן פון אלע פראבלעמען, פאר אזעלכע מענטשן איז זעלבסשטענדיגקייט נישט קיין עיקר, ווייל (איים טעריבלי סארי) זיי פארשטייען באמת נישט וואס געלט איז, זיי דארפן בס"ה געלט ווייטער אנצוגיין, געלט פאר זיי איז נישט מער ווי אנצוקומען צו די נעקסטע "פיקס" ווייטער צו זיין פאראויס אין וואס קיאסאקי רופט די "rat race" איינמאל זיי קריגן דאס געלט פשש א נייע פענאמען סעטלט אריין; אקעי ווי קען איך אפקט'נען דאס אויסגעהארעוועטע געלט וואס כ'האב נארוואס פארדינט, ס'קומט זיך מיר א וואך אין די הייעט רידזשענסי מיט מיין ווייב, ס'קומט זיך מיר ערליך נייע עירפאדס, און די שוויץ צוזאמען מיט מיין שיעור וועל איך נאכנישט אויפגעבן העלא! כ'ארבעט דאך ווי א פערד נאך אלעם יא? נאכהער ווען די בילס קומען אפיר, פארגעסט זיך פון אלע זיסע וואקאציעס און מאטעריאליזם, און יעצט וואס? צוריק אין די ארבעט אריין! צו וואס? וואס הייסט? צו האבן "נאך געלט" צו קענען ווייטער נאכלויפן די אלע וואס האב דיר דערווייל אויסגעכאפט אין די מעכטיגע טאטע רעיס ווייל דו ביזט געווען צו פארטוהן אין די אוידיא קוואליטי פון דיינע 6סי עירפאדס, צו דיין שיינע קאר צו וואטעווער, און יעצט ביזטו ווייטער הונטערשטעליג מיט די מצוה פון Keeping up with the Jonseses און דו האסט שוין ווייטער נישט נאך געלט, נאר יעצט האסטו צו דעם א פחד, א פחד פון זיין א קנעכט צו דיין נעקסטע פעיטשעק, דו האסט נישט קיין אינדיפענדענס ווייל דו רעדסט דאך איין אז די געלט וואס מ'צאלט דיר דאס איז דיין וואפן אין לעבן, דאס איז דיין גבורה, נעבעך. אבער ווי מיין רייכע טאטע האט מיר געלערנט, איז געלט גארנישט מיט גארנישט אויב דו ביזט א קנעכט, געלט איז נאר גוט אזוי לאנג ווי דו ביזט אין קאנטראל. ווען דו לערנסט דיך אויס וויאזוי עס צו מאכן "דיין" קנעכט, און נאר דעמאלטס ביזטו באמת אינדיפענדענט, ווייל דעמאלטס ווערט פלוצלינג ארבעטן אפציענאל, (עווענטועל) משא"כ א קנעכט הערט קיינמאל נישט אויף צו ארבעטן ווייל אן ארבעט, איז ער א גארנישט. א ליידיגע קערפער, אן קיין קענטעניסן, אן קיין ידיעות, און אן קיין פינאנציעלע אינטעליגענציע. און די אינטערסאנסטע פארט איז געוויסע מענטשן פארן דורך זייער גאנצע לעבן און קענען מאכן אסאך אסאך געלט אויך! אבער געלערנט "וויאזוי צו זיין גוט מיט געלט" האבן זיי נאך קיינמאל נישט, און וואונדערן זיך פארוואס זיי האבן אישאוס דערמיט.

דאס איז נאר אזוי אויפן שפיץ גאפל, דאס בוך גייט נאך פיל טיפער און מער באריכות, כ'האב ענק נאר געגעבן א טעיסט.

קריטיק איז דא אויף יעדע זאך, און די אנאליז וואלט נישט געווען גאנץ אן אדרעסירן די טענות: איין באקאנטע קריטיק איז אז די גאנצע זאך איז נאר באזירט אויף אמת, און ס'איז נישט אייגנטליך געווען קיין 2 טאטע'ס וואס איינעם'ס באראט האט זיך אויסגעשטעלט צו זיין בעסער פונעם צווייטן, אויך איז דא וואס זענען ביי די מיינונג אז קיאסאקי איז א שארלאטאן וואס מאכט א לעבן פון קאנסאלטינג פראומאוטן פראפאגאנדע אויף יוטוב, און פון פארקויפן טייערע סעמינארס און פון דארט איז ער רייך געווארן, ס'איז דא אפאר דאקומענטריס קעגן זיינע קורסעס, וואס איז אויך א זאך וואס ער שטיצט אין די בוך און קען גרינג באטראכט ווערן אלס א סעלף-סערווינג בייעס. די תירוץ אויף דעם איז תוכו אכל, ווער הייסט דיך גיין צו זיין קורס, ער האט ארויסגעגעבן א בעסטסעלער, ס'איז בעסטסעלער פאר א ריזן, מוזט נישט גיין אל די וועי, און די בוך איז גוט פאר זיך. איך האב נאכנישט געטראפן איינער וואס קען אונטערייסן די אדווייס גופא, ווייל די בוך ענהאלט גוטע זאכן, ס'טשעלענדזשט בעסיק און קאנווענשענעל מאני וויסדאם, און נישט יעדער האט ליב ווען וואס זיי ווייסן שוין ווערט געטשעלענדזשט. למעשה די בוך האט שווערע טויזנטע רעוויוס אויף עמעזאן, איך האלט ס'איז ווערט די read אפילו נאר פאר די פאר זיינע געלט לעקציעס אליינס. איך האף אז דו וועסט אויך הנאה האבן און ס'וועט דיר מאכן פאזיטיווע טוישונגען אין דיין פערזענליכע לעבן, און דיר אינספירירן צו ליינען נאך גוטע זאכן און אנקומען ווייטער ווי דו מיינסט דו קענסט. הצלחה!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום סאנטיאגא, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them

Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר