וואו איז די גיהנם?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

Re: וואו איז די גיהנם?

שליחה דורך סקעפטיקער »

לייביששרייבער האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 3:49 pm
די ווארט גי הנם נעמט זיך זיכער פון דעם פלאץ, דאס איז די נאמען פון די פלאץ אין ספר יושע "גי הנם" (טאל פון הינום). עס ווערט נישט אנגערופן גיהנם ווייל אויף די פלאץ איז געווען שלעכטס, נאר דאס איז די ארגינעלע נאמען פון דעם פלאץ. ירמי' און ישעי' רעדן קלאר פון דעם פלאץ, און חז"ל רעדן אויך וויאזוי עס איז צוגעגאנגען די עבודה אויף דעם פלאץ. חז"ל זאגן אויך אז דארט איז די פתחה של גיהנם. ביסט גערעכט אז שפעטער איז גיהנם געווארן א מושג בפנ"ע אן קייןן שייכות מיט דעם מקום, אבער איך רעד פון די "אקטואלע" גיהנם
איך שרייב דאך אויך אזוי די פלוין פון הינם, אבער אויך איז אין די פלוין פאר געקומען די מולך וואס איז געווען א גהינם פאר זיך אליינס.

גראדע גי הינם האב איך נישט געכאפט אז גי איז א טאל אבער ריכטיג.
וואס מיינסטו צוזאגן א "גיהנם" פאר זיך אליינס? א פייער וואס פארברענט מענטשן? דאס זאג איך דאך אז פון דארט קומט די נאמען
לייביששרייבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 595
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
האט שוין געלייקט: 285 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל

Re: וואו איז די גיהנם?

שליחה דורך לייביששרייבער »

וואס מיינסטו צוזאגן א "גיהנם" פאר זיך אליינס? א פייער וואס פארברענט מענטשן? דאס זאג איך דאך אז פון דארט קומט די נאמען
יא יא איך מיין צו זאגען אז אגרי מיט דעם, אבער פרוואס עס איז געווארן גערופן אזוי זונט דאן און פארוואס גהינם ווערט גערופן אזוי היינט איז ווייל רימי' הנביא האט עס גערופן לגבי די מעשה און מיט אט די נאמען האט ער אנגערופן דעם שטראף אויכעט.
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

Re: וואו איז די גיהנם?

שליחה דורך סקעפטיקער »

לייביששרייבער האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 4:08 pm
וואס מיינסטו צוזאגן א "גיהנם" פאר זיך אליינס? א פייער וואס פארברענט מענטשן? דאס זאג איך דאך אז פון דארט קומט די נאמען
יא יא איך מיין צו זאגען אז אגרי מיט דעם, אבער פרוואס עס איז געווארן גערופן אזוי זונט דאן און פארוואס גהינם ווערט גערופן אזוי היינט איז ווייל רימי' הנביא האט עס גערופן לגבי די מעשה און מיט אט די נאמען האט ער אנגערופן דעם שטראף אויכעט.
ירמיה הנביא רעדט ווייטער נאר פון די פלאץ, און מ'זעהט נישט בדבריו אז די שטראף זאל ווערן אזוי אנגערופן
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

Re: וואו איז די גיהנם?

שליחה דורך כרם זית »

The Greek word...
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
באניצער אוואטאר
פאלאצ'ינטא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 557
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
האט שוין געלייקט: 432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל

Re: וואו איז די גיהנם?

שליחה דורך פאלאצ'ינטא »

וואו איז די גיהנם?

אויב וואלטען ענק געקענט מיין שוויגער, וואלטען ענק נישט געפרעגט אזא פשוט'ר קשיא.

איך מיין עס זייער ערענסט דאס איז נישט קיין וויץ
אוי באשעפער! טאטע זיסע! עד מתי?

צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

Re: וואו איז די גיהנם?

שליחה דורך שמעקעדיג »

א בילד פונעם גיהנם!
בייגעלייגטע פיילס
Hell.jpg
וירח ה' את ריח הניחוח
לאכעדיג
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:55 am
האט שוין געלייקט: 605 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל

Re: וואו איז די גיהנם?

שליחה דורך לאכעדיג »

שמעקעדיג האט געשריבן: זונטאג מערץ 31, 2024 4:47 pm א בילד פונעם גיהנם!
דער ארויסגעבער פון די מאה ברכות פראיעקט ווייסט פונקטליך ווי אזוי די גיהנום זעהט אויס.

די אומשולדיגע אידן וואס פארן יעדן טאג פון ב"פ קיין וומ"ס מיט זיינע באסעס פילן זיך דארטן ממש ווי זיי זענען אין די גיהנום.

מאה ברכות איז א וויכטיגע זאך אבער נישט וויי צו טוהן אזויפיל אידן יעדן טאג וואס זוכן פשוט א רואיגע און א איינגענעמע רייזע איז נאך וויכטיגער.

דער אייבערשטער זאל אים געבן שכל.
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

Re: וואו איז די גיהנם?

שליחה דורך סקעפטיקער »

אנטוישטער יונגערמאן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 103
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 25, 2021 5:27 pm
האט שוין געלייקט: 150 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 142 מאל

Re: וואו איז די גיהנם?

שליחה דורך אנטוישטער יונגערמאן »

סקעפטיקער האט געשריבן: מיטוואך מערץ 15, 2023 6:34 pm לאור דעם שמועס דא אויב די גיהנם איז א פייער, האב איך געוואלט שרייב א תגובה דערוועגן, אזויווי עס האט זיך פארלענגערט האב איך באשלאסן צו מאכן אן אשכול דערוועגן

וואו און וואס איז גיהנם? לאמיר לערנען אביסל
יהושע טו ח: ועלה הגבול גי בן הנם אל כתף היבוסי מנגב היא ירושל͏ם ועלה הגבול אל ראש ההר אשר על פני גי הנם ימה אשר בקצה עמק רפאים צפונה (מוזכר גם ביהושע יח טז ובנחמיה יא ל)
דא זעהט מען אז גיהנום איז א פלאץ אין ירושלים, די באדייט פונעם נאמען איז לכאורה "די טאל פון בן הנום (א נאמען)"

שפעטער זעהט מאן אז דארט איז געוווען די פלאץ ווי מ'האט פארברענט מענטשן, דהיינו נותן מזרעו למולך
ביי אחז שטייט (דה"ב כח ג) והוא הקטיר בגיא בן הנם ויבער את בניו באש
ביי מנשה שטייט (דה"ב לג ו) והוא העביר את בניו באש בגי בן הנם
ביי יאשיהו שטייט (מל"ב כג י) וטמא את התפת אשר בגי בן הנם לבלתי להעביר איש את בנו ואת בתו באש למלך
אזוי אויך ירמיה דערמאנט (לב לה) ויבנו את במות הבעל אשר בגיא בן הנם להעביר את בניהם ואת בנותיהם למלך

די ווארט תופת מיינט לכאורה א גרויסע מדורה

די פלאץ הייבט אן מער צו ווערן שרעקעדיג אין פסוקים אין ירמיה (פרק יט וגם בקיצור בפרק ז ל-לג)
(א) כה אמר ה' הלך וקנית בקבק יוצר חרש ומזקני העם ומזקני הכהנים. (ב) ויצאת אל גיא בן הנם אשר פתח שער החרסית וקראת שם את הדברים אשר אדבר אליך. (ג) ואמרת שמעו דבר ה' מלכי יהודה וישבי ירושל͏ם כה אמר ה' צבאות אלקי ישראל הנני מביא רעה על המקום הזה אשר כל שמעה תצלנה אזניו. (ד) יען אשר עזבני וינכרו את המקום הזה ויקטרו בו לאלהים אחרים אשר לא ידעום המה ואבותיהם ומלכי יהודה ומלאו את המקום הזה דם נקים. (ה) ובנו את במות הבעל לשרף את בניהם באש עלות לבעל אשר לא צויתי ולא דברתי ולא עלתה על לבי. (ו) לכן הנה ימים באים נאם ה' ולא יקרא למקום הזה עוד התפת וגיא בן הנם כי אם גיא ההרגה. (ז) ובקתי את עצת יהודה וירושל͏ם במקום הזה והפלתים בחרב לפני איביהם וביד מבקשי נפשם ונתתי את נבלתם למאכל לעוף השמים ולבהמת הארץ. (ח) ושמתי את העיר הזאת לשמה ולשרקה כל עבר עליה ישם וישרק על כל מכתה. (ט) והאכלתים את בשר בניהם ואת בשר בנתיהם ואיש בשר רעהו יאכלו במצור ובמצוק אשר יציקו להם איביהם ומבקשי נפשם. (י) ושברת הבקבק לעיני האנשים ההלכים אותך. (יא) ואמרת אליהם כה אמר ה' צבאות ככה אשבר את העם הזה ואת העיר הזאת כאשר ישבר את כלי היוצר אשר לא יוכל להרפה עוד ובתפת יקברו מאין מקום לקבור. (יב) כן אעשה למקום הזה נאם ה' וליושביו ולתת את העיר הזאת כתפת. (יג) והיו בתי ירושל͏ם ובתי מלכי יהודה כמקום התפת הטמאים לכל הבתים אשר קטרו על גגתיהם לכל צבא השמים והסך נסכים לאלהים אחרים.
(יד) ויבא ירמיהו מהתפת אשר שלחו ה' שם להנבא ויעמד בחצר בית ה' ויאמר אל כל העם. (טו) כה אמר ה' צבאות אלקי ישראל הנני מבי אל העיר הזאת ועל כל עריה את כל הרעה אשר דברתי עליה כי הקשו את ערפם לבלתי שמוע את דברי.

חז"ל געבן אונז א ערקלערונג וויאזוי זאכן זענען צוגעגאנגען אין גי הינום (ילקו"ש רע"ז) אמרו רבותינו ז"ל אע"פ שהיו כל בתי אלילים בירושלים המולך היה חוץ לירושלים במקום מופלג, וכיצד היה עשוי היה צלם והיה לו שבע קנקלין (מחיצות מנוקבות, כעין סבכה) והוא לפנים מהם והיו פניו של עגל וידיו פשוטות כאדם שפותח ידיו לקבל מחברו, והיו מסיקין אותו מבפנים שהיה חלול וכל אדם ואדם לפי קרבנו נכנס, כיצד כל מי שהיה לו עוף היה נכנס לקנקל ראשון ומקריב, צאן לשני, שה לשלישי, עגל לרביעי, פר לחמישי, שור לששי, ומי שהיה מקריב בנו היו מכניסין אותו לשביעי והוא נושקו, ועל זה נאמר זובחי אדם עגלים ישקון. והיו נותנין את הבן לפני המולך והיה מסיק מבפנים עד שהיו ידיו עעשות כאור ונוטלין את התינוק ונותנים אותו לתוך ידיו והיו מביאים תופים ומקישים בהם בקול גבוה כדי שלא יהא קולו של נער יוצא ואביו שומע ומעיו הומים עליו, ולמה נקרא שמו בן הנם שקולו של תינוק היה נוהם מכח האש. דבר אחר שהיו העומדים נוהמים ואומרים יהנה לך יערב לך יבסם לך, לכך נקרא בן הנם:

די פלאץ ווערט אויך דערמאנט אין ישעיה (ל לג) אלס א פלאץ צו באשטראפן דעם מלך אשור "כי ערוך מאתמול תפתה גם היא למלך הוכן העמיק הרחב מדרתה אש ועצים הרבה נשמת ה' כנחל גפרית בערה בה"

עס זעהט אויס אז וויבאלד גיהנם איז געווען די פלאץ פון די רשעים און דארט זאגט ירמיה אז זיי וועלן נענש ווערן, איז פונדעם געווארן דאס איז רשעים גייען אין "גיהנם"

פון די גמרא אין עירובין (יט) זעהט מען אויך אז די "פתח" של גיהנם איז אין די פלאץ גערופן גי בן הנום "שתי תמרות יש בגי בן הנום ועולה עשן מביניהן וזו היא ששנינו ציני הר הברזל כשירות וזו היא פתחה של גיהנם"

היינט צוטאגס זעהט מען נישט דארט גארנישט ספעציעל, זיכער נישט קיין פתח צום גיהנם, דאס איז ווארשיינליך פארשוואונדן געווארן צוזאמען מיטן סמבטיון ועוד

א בילד פון גיהנם היינט צוטאגס.jpg
השגחה פרטית אז פונקט אין א טאג ווי מ׳פייערט ל’’ג בעומר דעם הייליגן תנא ר׳ שמעון, קומט ארויף דער אשכול אינ׳ם feed ווייל כידוע ווי ס׳ווערט געברענגט פון מדרש אין אבות דר׳ נתן האט ער געהאלטן אז קיין שום איד קען נישט גיין אין גיהנים (נישט קיין חילוק ווי נידריג ער פאלט) איך האף מיר אלע לאזן דאס וויסן פאר אונזערע קינדער (און בני בית אויב ס׳מעגליך) דאס איז אזא וויכטיגע פליכט אויף יעדע טאטע צו ראטעווען זיין קינד פון אומזיסטע יסורים און זארג
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

Re: וואו איז די גיהנם?

שליחה דורך סקעפטיקער »

אנטוישטער יונגערמאן האט געשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 11:52 pm השגחה פרטית אז פונקט אין א טאג ווי מ׳פייערט ל’’ג בעומר דעם הייליגן תנא ר׳ שמעון, קומט ארויף דער אשכול אינ׳ם feed ווייל כידוע ווי ס׳ווערט געברענגט פון מדרש אין אבות דר׳ נתן האט ער געהאלטן אז קיין שום איד קען נישט גיין אין גיהנים (נישט קיין חילוק ווי נידריג ער פאלט) איך האף מיר אלע לאזן דאס וויסן פאר אונזערע קינדער (און בני בית אויב ס׳מעגליך) דאס איז אזא וויכטיגע פליכט אויף יעדע טאטע צו ראטעווען זיין קינד פון אומזיסטע יסורים און זארג
וואו איז די אבות דר' נתן?
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

באבות דר׳ נתן (פט״ז ה״ד):
רבי שמעון בן יוחי אומר מכאן שאין ישראל רואים פני גיהנם לעולם. משלו משל למה הדבר דומה, למלך בשר ודם שהיה לו שדה זבורית. באו בני אדם והשכירוה בעשרת כורין חטים בשנה. זיבלוה, עדרוה, השקוה וכסחוה, ולא הכניסו ממנה אלא כור אחד חטים בשנה. אמר להם המלך מהו זה? אמרו לו, אדונינו המלך, אתה יודע בשדה שנתת לנו שמתחלה לא הכנסת ממנה כלום. ועכשיו שזבלנוה וכיסחנוה והשקינוה מים לא הכנסנו ממנה אלא כור אחד חטים בלבד. כך עתידים ישראל לומר לפני הקדוש ברוך הוא: ריבונו של עולם, אתה יודע ביצר הרע שהוא מסית בנו, שנאמר, (תהלים קג יד) כי הוא ידע יצרינו
וע״ש בבנין יהושע שזהו במי שעכ״פ ״ישראל״, והיינו אז ער פרובירט כאטש. ער צייכענט אויך צו צו די גמרא בעירובין יט. ובסוף חגיגה כז. אמר ריש לקיש אין אור של גיהנם שולטת בפושעי ישראל (עכ״פ לבר מישראל שבא על בת עכו״ם) ע״ש. (ועיין במה שהביא @כספי.)
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
פארשפארט