עסן מיט א קול- מער שכיח ביי די היימישע ציבור?
- שאלתיאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 846
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
- האט שוין געלייקט: 1634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל
עסן מיט א קול- מער שכיח ביי די היימישע ציבור?
איך בין היבש סענסיטיו צו מענטשליכע קולות פון עסן. ווען כ'זיץ מיט א מענטש, אדער נעבן א מענטש וואס עסט מיט א קול (פארשטייט זיך אויף א הויעכע וואליום) שטערט מיך עס שטארק און ס'מיך פשוט נישט אנגענעם צו רעדן מיט אים אדער אפי' זצן נעבן. אפטמאל קומט דאס באגלייט מיט א ברייט אפענע מויל וואס אנטפלעקט איר אומהיימליכן אינהאלט פארן ברייטן פובליקום.
לעצטנס האב איך באקומען די איינדרוק אז דאס איז מער טרעפבאר און איינגעפירט צווישן די היימישע ציבור ווי ביי די אלגעמיינע גאס. ס'איז א פערזענליכע איינדרוק און ס'איז מסתמא אויך ווייל כ'האב מיך געדרייט מער ביי אונזער ציבור.
האט נאך איינער אזא איינדרוק?
קען א מענטש טוישן אזא אויפירונג?
איז עס א געבוירענע זאך אדער א זאך וואס מען האט זיך נישט אויסגעלערנט אינדערהיים אלץ קינד?

Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 72
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 09, 2021 5:58 pm
- האט שוין געלייקט: 62 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 94 מאל
Re: עסן מיט א קול- מער שכיח ביי די היימישע ציבור?
מיין רבי פלעגט זאגן אז גוים עסען נישט איידל סא איי געס אז עס מאכט מער ביי גוים. אבער ערענסט גערעדט עס קומט מיר כמעט נישט אויס צו עסן מיט קיין אלגעמיינע עסערס
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 595
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
- האט שוין געלייקט: 285 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל
Re: עסן מיט א קול- מער שכיח ביי די היימישע ציבור?
וואס מיינט אלגעמיינע עסערס?
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: עסן מיט א קול- מער שכיח ביי די היימישע ציבור?
איינער האט אמאל געזאגט אז ביי אידן זעהט מען רעדן. און מ'הערט עסן...לאל.
- שאלתיאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 846
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
- האט שוין געלייקט: 1634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל
Re: עסן מיט א קול- מער שכיח ביי די היימישע ציבור?
גויים בלע"ז אדער אפי' מער מאדערנע אידן
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 595
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
- האט שוין געלייקט: 285 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל
Re: עסן מיט א קול- מער שכיח ביי די היימישע ציבור?
אהה, איך האב נישט געוואוסט אז אין אלגעמיין עסן נאר די גוים און די מער מאדערנע.
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
- קהל'ס נער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2461
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
- געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
- האט שוין געלייקט: 5892 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל
Re: עסן מיט א קול- מער שכיח ביי די היימישע ציבור?
ס׳זעהט אויס ווי ס׳איז א נייע טרענד צי קריטיקירן אלעס וואס מיר חרדים טוען, האלאו ס׳דא גענוג און נאך פראבלעימען אויף וואס צי קריטיקירען מען ברויך נישט זוכן פון אונטער די ערד.
If I could do it all again, I'd be a plumber.
Albert Einstein
Albert Einstein
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 595
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
- האט שוין געלייקט: 285 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל
Re: עסן מיט א קול- מער שכיח ביי די היימישע ציבור?
איך זעה נישט אז די זאלסט זיין אזא קהלס נער. איך שטום אריין מיט דיר א יעדעס ווארט דא.
איז דער שרייבער עפעס מער ווי דער היימישער קאקאש, אז דער סעקט אין חסידים און יענער סעקטע עסט הויך?
איך האב נאך נישט באגעגענט קיין היימישער הויעכע אדער פלאטשיקע היט וואס עסט הויעך, אדער איז היידזשעניקעלי שוואכער פון די שיינע באפוצטע פערפיום שמעקענדע אורחים
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום לייביששרייבער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: עסן מיט א קול- מער שכיח ביי די היימישע ציבור?
לייביששרייבער: א יעדער (בעל חי) עסט. נאר זיין (שאלתיאל'ס) נקודה איז אז היימישע אידן עסן אויף א (הויכן) קול. מער ווי אנדערע. למשל. צומאלן קרעקערס. וועללן היימישע אידן טון מיט גרויס התמדה. און מיט אן אפן מויל...לאל. ווייז מיר א גוי אדער א מאדערנעם איד וואס רוקט אריין א "לעפל" הערינג מיט דעם גאנצן געשמאק וואס א "היימישער" טוט ביי א קידושא רבה. און ער שווענקט עס נאך אפ מיט א גלעזל בראנפן...!.לייביששרייבער האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 8:32 pm אהה, איך האב נישט געוואוסט אז אין אלגעמיין עסן נאר די גוים און די מער מאדערנע.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 671
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
- האט שוין געלייקט: 388 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל
די סענסעטיוועטי איז א קאנדישאן וואס ווערט באריכטעט אלץ עפעס וואס קען היפש באדערן און נערווירען א מענטש און האלט אים צוריק פון סאשעלייזען וכו׳ ויקרא שמו בעולם הרפואה: Misophonia
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה
פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה
פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: עסן מיט א קול- מער שכיח ביי די היימישע ציבור?
בתוך עמי: דו ביסט גערעכט. ביי א קידוש האקט מען אויף ביידע באקן. קיינער קוקט נישט אין יענעמ'ס מויל. וויאזוי און וואס ער עסט. ספעציעל נאך א לאנגן, פארצויגענעם מוסף און שחרית וואו דער בעל תפילה גארגלט זיך. און האט ליעב צו הערן זיין אייגן קול.
- צקון לחש
- ידיד ותיק
- הודעות: 682
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 2:09 am
- האט שוין געלייקט: 1504 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1291 מאל
Re: עסן מיט א קול- מער שכיח ביי די היימישע ציבור?
מענין לענין, ס'דא מענטשן וואס ביים דאווענען אטעמען זיי הויעך, מיט אזא ש' סאונד איך האלט אז דאס קומט פון רעליגיעזע OCD צו אניאגן ווערטער מער ווי מ'קען אזש מען פארלירט דאס לעצטע ביסל סעלף עווערנערס, נאך איינער איז מיט מיר?
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 595
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
- האט שוין געלייקט: 285 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל
Re: עסן מיט א קול- מער שכיח ביי די היימישע ציבור?
איך דענק נישט אז הערינג מיט קרעקערס זאל מאכן עפעס אן העכערע קול ווי סיי וואספארא טאקא מיט פולד ביך דערינען, אן אפענער מויל, לאמיר כאפן א שפאציר אין סיי וואספארא רעסטראן די אלגעמיינער עסער עסט און ער זיצט דערט מיט חברתו הטהורה און האט א גוד טיים צו עס איז אנדערשטberlbalaguleh האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 8:45 pmלייביששרייבער: א יעדער (בעל חי) עסט. נאר זיין (שאלתיאל'ס) נקודה איז אז היימישע אידן עסן אויף א (הויכן) קול. מער ווי אנדערע. למשל. צומאלן קרעקערס. וועללן היימישע אידן טון מיט גרויס התמדה. און מיט אן אפן מויל...לאל. ווייז מיר א גוי אדער א מאדערנעם איד וואס רוקט אריין א "לעפל" הערינג מיט דעם גאנצן געשמאק וואס א "היימישער" טוט ביי א קידושא רבה. און ער שווענקט עס נאך אפ מיט א גלעזל בראנפן...!.לייביששרייבער האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 8:32 pm אהה, איך האב נישט געוואוסט אז אין אלגעמיין עסן נאר די גוים און די מער מאדערנע.
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
- שאלתיאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 846
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
- האט שוין געלייקט: 1634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל
Re: עסן מיט א קול- מער שכיח ביי די היימישע ציבור?
ס'טאקע קאווע שטיבל ווייב דא אבער נישט יעדער זאך איז דייקא צו קריטיקירן חרדים. גלייב מיר אז כ'האב נישט געזוכט דא צו קריטיקרן סתם, ס'איז סתם א זאך וואס שטערט מיך פערזענליך האב איך עס מיטגעטיילט
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
- שאלתיאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 846
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
- האט שוין געלייקט: 1634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל
Re: עסן מיט א קול- מער שכיח ביי די היימישע ציבור?
כ'האב געמיינט 'אלגעמיין' אין קאנטראסט צו אונזערע ציבור. נישט אז אין אלגעמיין עסן נאר די גויים מיט די מאדערנעלייביששרייבער האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 8:32 pm אהה, איך האב נישט געוואוסט אז אין אלגעמיין עסן נאר די גוים און די מער מאדערנע.
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
- שאלתיאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 846
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
- האט שוין געלייקט: 1634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל
Re:
אינטערסאנט. כ'האב נישט געוויסט פון דעםבְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 9:15 pm די סענסעטיוועטי איז א קאנדישאן וואס ווערט באריכטעט אלץ עפעס וואס קען היפש באדערן און נערווירען א מענטש און האלט אים צוריק פון סאשעלייזען וכו׳ ויקרא שמו בעולם הרפואה: Misophonia
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1665
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
- געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
- האט שוין געלייקט: 6003 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל
Re:
בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 9:15 pm די סענסעטיוועטי איז א קאנדישאן וואס ווערט באריכטעט אלץ עפעס וואס קען היפש באדערן און נערווירען א מענטש און האלט אים צוריק פון סאשעלייזען וכו׳ ויקרא שמו בעולם הרפואה: Misophonia
יא, כ'קען מענטשן וואס ליידן דערויף גאר נארמאלע מענטשן, קלוגע מענטשן וועלכעס פעהלט זיי גארנישט אין אנדערע חלקים אין לעבן. און ניין, ס'האט גארנישט צוטוהן מיט היימישע אידן אדער גוים, ס'פשוט א גייסטישע קרענק.
און ס'זייער אומאנגענעהם (מילד גערעדט)סיי פאר די וואס ליידן דערויף און סיי פאר די ארומיגע וועלכע עסן. און די וועלכע ליידן אויף מיספאניע מוז נישט דער וואס עסט עסן מיט א ספעציעל הויכע קול פון קייען אדער לעקן הויך, נאר אפילו עסן איידעלרהייט, רואיג און שטיל וועט דאס אויך שטארק שטערן פאר די וואס ליידן דערויף, ממש ביז זיי קענען טאנצן פאר כעס און אפילו אנטלויפן פונעם טיש. ס'זענען פארהאן פעלער ווי מ'קען ממש נישט עסן גארנישט און אפילו נישט סתם רוקן די צינג אין פארענט פון די וועלכע ליידן דערויף, ווער רעדט נאך קייען פאפיטאס אדער עסן מצה אדער אריין בארזשן א פיינעם פאסטראמע סענדוויטש.
ס'איז אבער פארהאן טעראפי דערויף עס גרינגער צו מאכן אדער אפילו אינגאנצן עס אויסצוהיילן עס רופט זיך Tomatis
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 234
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 14, 2021 2:25 pm
- האט שוין געלייקט: 213 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 389 מאל
Re: עסן מיט א קול- מער שכיח ביי די היימישע ציבור?
איך קען נישט פארליידן ווי מענטשן "טרינקען" די זופ הויך
ווייפפככככ.... ווייפפכככ
ווייס וואס איך מיין... ווען מען שלינגט די טשיקען זופ ביים סעודה און מען ציעט אריין די זופ
ווייפפככככ.... ווייפפכככ
ווייס וואס איך מיין... ווען מען שלינגט די טשיקען זופ ביים סעודה און מען ציעט אריין די זופ
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
Re: עסן מיט א קול- מער שכיח ביי די היימישע ציבור?
פאראן פלעצער אין די וועלט ווי דאס "שלינגען" זופ הויך איז גאר א מעלה...
וירח ה' את ריח הניחוח
Re: עסן מיט א קול- מער שכיח ביי די היימישע ציבור?
זיכער נישט מער שכיח ביי היימישע אידן ווי אין אלגעמיין. איך האלט זיך צוריק פון קוקן סרטים אין וועלכן מען הערט מענטשן קייען, שלינגען זופ, און דאס גלייכן. ס׳נעמט מיר ארויס פון גלייכגעוויכט. איך האב עטליכע נאנטע חברים וואס איך גיי קיינמאל נישט ארויס מיט זיי עסן וויבאלד זיי מאכן גערודער, און כ׳האב שוין אמאל שיעור עמיצן ארויסגעטראסקעט פון מיין קאר אינמיטן א הייוועי ווייל ער האט געגעסן און געטרינקען מיט גערודער.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: עסן מיט א קול- מער שכיח ביי די היימישע ציבור?
צקון לחש: נישט זייער. אפשר אנדערע. איך דאוון בניחותא און כ'האב פארפאקט די יאגערס און כיפערערס.צקון לחש האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 10:18 pm מענין לענין, ס'דא מענטשן וואס ביים דאווענען אטעמען זיי הויעך, מיט אזא ש' סאונד איך האלט אז דאס קומט פון רעליגיעזע OCD צו אניאגן ווערטער מער ווי מ'קען אזש מען פארלירט דאס לעצטע ביסל סעלף עווערנערס, נאך איינער איז מיט מיר?
איך האב אמאל געפרעגט פון אן עלטערן איד וואס האט זיך זייער שטארק געיאגט ביי קבלת שבת און מעריב, פארוואס ער האט געסטאפט ביי עלינו. ער האט געקענט ווייטער דאווענען שחרית, מוסף און מנחה אן געענדיגט מיט שבת...!
Re: עסן מיט א קול- מער שכיח ביי די היימישע ציבור?
ר' בערל, איר זענט גערעכט. אבער אויב איינער איז איינגעוואוינט צו יאגן דאס דאווענען אין דערוואכן וועגן ארבייט אדער איזה סיבה שתהיה, איז שווער אפצולאזן די געוואוינהייט אפילו ווען עס איז שבת.