נייעס פון היימישע פראדוקטן...!

אלעס איבער האנדל וואנדל
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

נייעס פון היימישע פראדוקטן...!

שליחה דורך berlbalaguleh »

איך האב גערעדט צו א היימישן יונגערמאן. האט ער מיר פארציילט אז ער אימפארטירט און פארשפרייט (דיסטריביוטאר) פון עטליכע גאר געשמאקע פראדוקטן, מיט זייער א גוטע השגחה.

מאיאנעז: פון א קאמפעני אין בעלגיע. וואס הייסט ..."אלישע"...די מאיאנעז איז גארנישט צו פארגלייכן צו די לאקאל פאבריצירטע. די אמעריקאנער פראדוצירטע זענען אויך זייער גוט. אבער די ..."אלישע"... מאיאנעז איז זייער. ..."סמאאטה"... און גאר געשמאק אין טעם...!
אויך אימפארטירט ער (פון די זעלבע קאמפאני) ...."גהערקינס"...כמו פיקלס. דאס שטייט צוזאמען מיט די פראדוקטן פון העכסטן טעם און געשמאק... אלעס מיט די השגחה פון קהל מחזיקי הדת פון אנטווערפן. נישט צו מאכן א טעות. דער נאמען האט גארנישט צו טון מיט בעלז. דאס איז די קהילה וואו הרה"ג ר' חיים קרייזווירטה זצ"ל איז געווען דער רב.

אויך איז ער דער (עקסקלוסיוו) דיסטריביוטאר פון די נייע..."באלעבאסטע"... מצות. וועלכע ווערן געבאקן אין ארץ ישראל. די מעלה פון אט די (קלענערע) מצות איז, אויסער דעם געשמאקן טעם, האט עס פונקטליך א כזית...!

די אלע פראדוקטן זענען שוין דא צו באקומען אין אלע היימישע גראסעריס און סופערמארקעטס אין די היימישע געגנטן...אינו דומה שמיעה לראיה. או טעימה...טעמו וראו כי טוב...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
[NAMELESS]

Re: נייעס פון היימישע פראדוקטן...!

שליחה דורך [NAMELESS] »

בערעלע וויפיל נעמט איר פאר אזא עדווערטייזמענט
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

בערל איז אליינס די אימפארטירער/דיסטריבעטער, ער באהאלט זיך אונטערן מאסק פון באס דרייווער.

האב איך געמאכט א קאסטעם עד פאר יושבי ק"ש.


לכשיפוצו "מעינותיך" חוצה
לויפט און קויפט בערעלע'ס מעינעיס
צי באקימען ביי @berlbalagule
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אנשטענדיגע ייוד האט געשריבן:בערעלע וויפיל נעמט איר פאר אזא עדווערטייזמענט

ר' אנשטענדיגע יוד: כ'האב מורא אז איהר וועט נישט קענען קויפן קיין (כזית) לחם משנה פון דעם שכר וואס איך באקום. אפילו איין בילקעלע (אדער מצה'לע) אויך נישט. דאס איז געהעריג תורה (מיט א ה"א) לשמה. פשוט איך האב גערעדט צו דעם יונגערמאן האט ער מיר פארציילט וואס ער טוט פאר פרנסה. ווייל איך האב איהם חושד געווען אז ער איז א כולל יונגערמאן.

ס'איז היינט געווארן אזא צינישע וועלט, אז אויב מ'זאגט א גוט ווארט פאר יענעם. אדער איבער יענעם, איז מען באלד חושד אז דער צווייטער מאכט שוין עפרות זהב. די ערשטע חלק איז אמת. די עפרות זענען שוין (ב"ה) דא. די זהב, נאכנישט...לאל. אדער אזוי ווי בערל בעל עגלה איז זיך נוהג צו זאגן ווען עפעס איז זייער שטארק פאני...שברים, תרועה...לאל, לאל, לאל...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

קהל'ס נער האט געשריבן:בערל איז אליינס די אימפארטירער/דיסטריבעטער, ער באהאלט זיך אונטערן מאסק פון באס דרייווער.

האב איך געמאכט א קאסטעם עד פאר יושבי ק"ש.


לכשיפוצו "מעינותיך" חוצה
לויפט און קויפט בערעלע'ס מעינעיס
צי באקימען ביי @berlbalagule

קהל'ס נער: אויף דיין מאמר קענעמען זאגן...שברים, תרועה, תקיעה גדולה...לאל, לאל,, ולאל י"ב פעמים...! ייש"כ פאר די אדווערטייזמענט. נאר ווען דער עולם 'עט קומען אין גראסערי און זיך נאכפרעגן אויף בערל בעל עגלה'ס דברי מאכל וועט מען איהם אנקוקן ווי א האן אין בני אדם...ווען מ'עט פרעגן דעם בעל דבר...ווער האט דיך געשיקט. וועט מען קענען ענטפער'ן ..."קהל'ס נער"...!
באניצער אוואטאר
כלבאשבוע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1028
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1082 מאל
קאנטאקט:

HEIMISH AND AMISH

שליחה דורך כלבאשבוע »

א זיסע שותפות, ווי האט יענער געזאגט, מזעמיר ביידע רעליגיעז, לאמיר כאטש מאכן אפאר טאללער דערויף

Rabbi Pal is a Skverer chassid whose passion for natural, antibiotics- and hormone-free food led him to partner with several Amish farmers from the Lancaster, Pennsylvania, area to bring their food to the heimish market. He brought his Amish suppliers to the JFood show, where they hawked their brand — Meant to Be — to kosher food buyers. Finding commonality over beards, hats, and a hesitancy to utilize technological advances, the unlikely duo was an attraction at the show.

https://mishpacha.com/heimish-and-amish/
לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ווען איך זאל אדווערטייזן די אלע ברענדס פון בראנפן וואס איך טרינק, מיינעך אז זיי וואלטן געטון א סאך ביזנעס. און זייערע סטאקס 'עללן זיכער ארויפגיין.

איינס פן די ברענדס וואס זענען מיין פעיוואריט איז "יענעם'ס". דאס האט אייביג א געשמאקן, גוטן טעם. ס'איז זייער סמאאטה. ס'גליטשט זיך שנעל און גרינג אראפ דעם האלז.

די פראבלעם איז אז ס'איז נישט אייביג דא צו באקומען. אויסער ביי א קידוש, שטייצעך...!
קלוגע יודל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 610
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 12:40 am
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 329 מאל

Re: נייעס פון היימישע פראדוקטן...!

שליחה דורך קלוגע יודל »

פארוואס קאסט א פשוטער דאנאט $2 אין די גראסעריס?
די גראסערי מאן איז נישט שולדיג, ער צאלט מער ווי א דולר דערפאר, אבער ווי קען ROYAL DONUTS בעטן מער ווי א דולר פאר שטיקל געפרעגלטן טייג באדעקט מיט שאקולאד?
מיין גראסערי מאן טענה,ט אז שולדיג זענען די געשעפטן וואס בעטן $10 א דאנאט, האט די דאנאט פירמע מחליט געוועהן אז למה נגרע....
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: נייעס פון היימישע פראדוקטן...!

שליחה דורך berlbalaguleh »

קלוגע יידל: איך האב טאקע זייער שטארק ליעב דאונאטס. ספעציעל "קאסטערד" דאונאטס". נאר איך בין נאכנישט אזוי משוגע אדער אזא גרויסער בעל תאווה אז איך זאל אפילו חלומ'ען פון צאלן צעהן דאללאר פאר א שטיקל געפרעגלט טייג. באדעקט מיט טשאקאלאד. און אנגעפולט מיט דעם טעם גן עדן "קאסטערד."
קלוגע יודל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 610
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 12:40 am
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 329 מאל

Re: נייעס פון היימישע פראדוקטן...!

שליחה דורך קלוגע יודל »

berlbalaguleh האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 9:03 pm קלוגע יידל: איך האב טאקע זייער שטארק ליעב דאונאטס. ספעציעל "קאסטערד" דאונאטס". נאר איך בין נאכנישט אזוי משוגע אדער אזא גרויסער בעל תאווה אז איך זאל אפילו חלומ'ען פון צאלן צעהן דאללאר פאר א שטיקל געפרעגלט טייג. באדעקט מיט טשאקאלאד. און אנגעפולט מיט דעם טעם גן עדן "קאסטערד."
אבער אסאך יודן נעמען ארויס א מארטגעדז און צאלן יא די פרייז.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: נייעס פון היימישע פראדוקטן...!

שליחה דורך berlbalaguleh »

יא: דאס איז די מזל פון די דאונאט פאבריקאנטן.

איך ווייס פון א דאונאט געשעפט אין בארא פארק וואס האט אוועקגעגעבן "פרישע" דאונאטס וועלכע זענען נישט פארקויפט געווארן ביז נאכמיטאג, בחינם ממש. נאר פאר די "פרישע" האט ער געטשארדזשט א געפעפערטן פרייז . ספעציעל אום חנוכה.
קלוגע יודל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 610
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 12:40 am
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 329 מאל

Re: נייעס פון היימישע פראדוקטן...!

שליחה דורך קלוגע יודל »

berlbalaguleh האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 9:14 pm יא: דאס איז די מזל פון די דאונאט פאבריקאנטן.

איך ווייס פון א דאונאט געשעפט אין בארא פארק וואס האט אוועקגעגעבן "פרישע" דאונאטס וועלכע זענען נישט פארקויפט געווארן ביז נאכמיטאג, בחינם ממש. נאר פאר די "פרישע" האט ער געטשארדזשט א געפעפערטן פרייז . ספעציעל אום חנוכה.
ראזנערס פארקויפט טאקע דאנאטס פאר $1, לא יודע טיבם
פארשפארט