אומזינסטע הלוואות פאר נייע ביזנעסעס, 100% לעדזשיט

הילף, עצות און טיפס
רעאגיר
באניצער אוואטאר
קריינא דאיגרתא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 159
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 25, 2014 10:02 am
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 388 מאל

אומזינסטע הלוואות פאר נייע ביזנעסעס, 100% לעדזשיט

שליחה דורך קריינא דאיגרתא »

ברשות דעם @מנהל וויל איך מאכן א פאבליק סערוויס אנאונסמענט פון וואס אידן קענען זיכער הנאה האבן. דאס איז נישט קיין סקעם, און איז 100% לעדזשיט.

ס'איז דא א איד א צדיק מיט'ן נאמען הרב זושא נאוואסעלער וואס האט א מוסד וואס געט הלוואות ביז 50 אלפים פאר נייע היימישע ביזנעסעס, צו העלפן די ביזנעס זיך שטעלן אויף די פיס. no strings attached. פשוטו כמשמעו, מ'באקומט א טשעק, געווענטליך איז עס 25 אלפים אדער 50 אלפים, און מ'מאכט א פעימענט פלאן צו באצאלן יעדן חודש ביז ס'ווערט אויסגעצאלט אין 38 חדשים.

ס'קאסט גארנישט, און מ'דארף גארנישט טוהן דערפאר. ס'גלייבט זיך שווער אז ס'איז היינט דא אזא זאך וואס איז 100% ריין און עהרליך, וואס באלאנגט נישט צו קיין שום קאמפעני אדער פארטיי און וואס האט נישט קיין שום אדזשענדעס, נאר צו העלפן אחב"י זיך אליין שטעלן אויף די פיס.

די איינציגסטע זאך וואס מ'דארף טוהן איז קומען פאר א מיטינג צום אפיס אין מאנהעטען, ווי מ'טרעפט זיך מיט א קאמיטי פון 8-10 ערענסטע ביזנעסלייט (וואס זיי פאנדען די הלוואות). מ'דארף צושטעלן ערבים, זיי הערן אויס פון וואס די ביזנעס באשטייט און וואס די ביזנעס פלאן איז, און אויב זיי זעען אז ס'איז דא מיט וועם צו גיין צום טיש, באשטעטיגן זיי די הלוואה.

ווער עס האט לעצטענס געעפענט א נייע ביזנעס זאל ניצן די געלעגענהייט פון הרה"צ ר' זושא, און רופן זיין נאמבער, און זייטס מצליח!
בייגעלייגטע פיילס
Basic Loan Info (7).png

דער אשכול פארמאגט 7 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר