נס חנוכה - דער טאטע איז מסביר פארן קינד:

מחשבה, השקפה ועיון
אייניקעל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 155
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 04, 2013 1:44 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 382 מאל

נס חנוכה - דער טאטע איז מסביר פארן קינד:

שליחה דורך אייניקעל »

חיימ'ל: טאטי, וויאזוי האבן מיר באזיגט די יוונים?
דער טאטע: מיטן הילף פון אייבערשטען.
חיימ'ל: דאן וואס זענען געווען די מכבים
דער טאטע: זיי זענען געווען נאר די סאלדאטן, און דער אייבערשטער האט זיי געהאלפן אין מיר האבן באזיגט.
חיימ'ל: די מכבים זענען טאקע געווען סאלדאטן?
דער טאטע: אההה.... סאלדאטן פונעם אויבערשטן, אינעם אויבערשטענ'ס מיליטער.
חיימ'ל: הייסט די מכבים זענען געוועזן חב''דס'קער?
דער טאטע: ניין! ניין! חס וחלילה! זיי זענען געווען געהעריגע אידן.
חיימ'ל: די מכבים האבן געהאט געווער מיט גאן'ס?
דער טאטע: יא
חיימ'ל: הייסט אז זיי זענען געווען פרייע אדער גוים?
דער טאטע: חס ושלום! וואס עפעס?
חיימ'ל: ווייל נאר גוים גייען אין מיליטער מיט געווער.
דער טאטע: אמאליגע צייטן זענען פרומע אידן אויך געגאנגען אין מיליטער.
חיימ'ל: דעמאלטס פארוואס די מכבים זענען געגאנגען, אין אונז נישט?
דער טאטע: ווייל היינטיגע צייטן היט אויף אונז די הייליגע תורה ב''ה.
חיימ'ל: און יענע צייטן האט די תורה נישט געהיטן?
דער טאטע: אפשר גייסטו לערנען אביסעלע משניות מיט מוישי?
חיימ'ל: די מכבים האבן געלערנט משניות?
דער טאטע: אוודאי האבן זיי געלערנט תורה, אסאך תורה.
חיימ'ל: און אויך נישט געארבעט?
דער טאטע: חס ושלום
חיימ'ל: דאס הייסט האט אנטיוכוס זיי געגעבן געלט?
דער טאטע: ניין. זיי האבן געארבעט און פארדינט דא און דארט.
חיימ'ל: נישט אויף די ביכער אזויווי פעטער יענקי?
דער טאטע: יענקי ארבעט נישט אונטערן טיש!
חיימ'ל: דעמאלטס מיט וואס האט מתתיהו געארבעט?
דער טאטע: ער איז געווען א פארמער.
חיימ'ל: מתתיהו איז געווען א טיילאנדער?
דער טאטע: ד' ירחם פון וואנעט קומט צו דיר אזוילכע נארישקייטן, פארוואס עפעס פונקט א טיילאנדער?
חיימ'ל: נו ווייל וויאזוי האט ער געארבעט אין פעלד מיט א ווייסע העמעד?
דער טאטע: און פון וואנענט ווייסטו אז ער האט אנגעהאט א ווייסע העמעד?
חיימ'ל: מוישי האט מיר געזאגט אז א אמתיגער יוד גייט אנגעטון נאר מיט א ווייסע העמעד.
דער טאטע: די פארברענגסט שוין צופיל צייט מיט דעם מוישי. אבער ער איז דאך גערעכט.
חיימ'ל: איז וואס האבן די מכבים געוואלט?
דער טאטע: א אייגענע לאנד וואס זיי גייען אליינס געוועלטיגן דערויף, און נישט די גוים חלילה.
חיימ'ל: אונז וויל מיר אויך דאס?
דער טאטע: יא אבער מ'טאר דאס נישט זאגן מיר זענען נישט קיין טמא'נע ציונים רח''ל שר''י עפ''ל
חיימ'ל: טאטי! איך וויל אויך זיין א שטארקע עובד השם סאלדאט! מכבי! ציוני!
דער טאטע: אוי וויי געוואלד!! וואס גייט פאר מיט דיר? ביזט א איד??!!
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

Re: נס חנוכה - דער טאטע איז מסביר פארן קינד:

שליחה דורך שמן למאור »

"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
פארשפארט