ס'איז געווען אמאל א אידענע וואס האט געליינט אינעם צאינה וראינה די גאנצע מעשה פון יוסף, און זי האט זייער געוויינט. זי האט נישט געקענט קומען צו זיך אז מען האט פארקויפט יוסף און ער איז אריבער די אלע צער און פיין.
די אנדערע יאר האט זי נאכאמאל געליינט די מעשה, און דאסמאל האט זי עס קאלטבלוטיג אדורכגעבלעטערט אן קיין פיפס.
האט די מאן איר געפרעגט "פארוואס וויינסטו נישט אזוי ווי פאראיאר"?
האט זי געענטפערט אז די יאר האט זי שוין נישט קיין רחמנות! יוסף וואלט געדארפט צו געדענקן פון לעצטע יאר וואס איז געשען מיט אים און זיך נישט רייצן אדער גיין צו זיינע ברודערס קיין דותן, און אז ער טוט דאס נאכאמאל איז עס אויף זיין אייגענע אחריות"!
שאק: בחור פון א"י ארעסטירט
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
Re: שאק: בחור פון א"י ארעסטירט
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 6
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 9:19 pm
- האט שוין געלייקט: 17 מאל
Re: שאק: בחור פון א"י ארעסטירט
איך כאפ נישט, די מעשה גייט ווייטער אדער ער האט עס איבערגעטון נאכאמאל?
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 65
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 10:39 am
- האט שוין געלייקט: 137 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל
Re: שאק: בחור פון א"י ארעסטירט
און ווי האט די אונגערישע אידענע געזאגט היינט האב איך שוין קיין רחמנות אויף אים ער לערנט זיך נישט פון פרידעגע יאהרן
אגב מקען פון יוסף'ן זיך לערנען אז מ'טאר קיינמאל זיך מייאש זיין וויל עס שטייט דאך אין אלע ספרים אז יוסף איז געגאנגען שלום מאכן און יעדע יאהר פון פריש גייט ער נאכמאל אפשר די יאהר וועלן די ברידערס זיך לאזן הערן פאר אים און שלום מאכן
yatzmachp האט געשריבן: ↑ פארוואס ווייסטו נישט די חילוק צווישן אין און און?הגאון הצדיק האט געשריבן: ↑ אדרבא יעדער וואס זעהט אז איך האב נישט גוט געשריבן אויף אידיש און ער וועט מיך ווייזען מיין טעות וועל איך עם דאנקן