פרוינדס קיטשען - ידיד גורמעי

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
קלוגע יודל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 610
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 12:40 am
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 329 מאל

פרוינדס קיטשען - ידיד גורמעי

שליחה דורך קלוגע יודל »

ווי יעדער בארא פארקער ווייסט שוין מן הסתם טוט זיך פרוינדס קיטשען \ סושי ענד גריל לעצטענס גאר דטארק ריברענדן אלס ידיד גורמעי, צוביסליך מער אין מער, לעצטענס באקום איך שוין איממילס פון YEDID.COM

וויל איך וויסן צו איינער וויסט פשט דערפון? וואס איז שלעכט געוועהן מיט די נאמעם פרוינדס? איך מיין זיי האבן געהאט גאר א שטארקע ברענד. ני if ain't broken, ain' t fix it
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קלוגע יודל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: פרוינדס קיטשען - ידיד גורמעי

שליחה דורך berlbalaguleh »

קלוגע יידל: איך פלעג אריבערפארן זייער "העדקווארטערס" אויף 15'טע עווע. די טראקס זענען געווען אויסגעשורה'ט צו מאכן די דעליוועריס. און די גויים האבן געשפריצט די סיידוואק כדי צו פארמיידן א "סירחון". נישט אזוי ווי אן אנדער פיש געשעפט אין בארא פארק. וואס אז דו קומסט נאנט צו א "תחום שבת" פון דעם געשעפט ווייסטו אז דא ערגעץ אין די געגנט געפינט זיך א פיש געשעפט.

נאר פרוינד'ס איז ארויף א דרגא (אדער צוויי). זיי האבן שוין די לעצטע פאר יאר נישט פארקויפט פשוט'ע פיש לכבוד שבת. נאר אלעס איז געווען "סושי". דאס איז שוין אויך (כמעט) ארויס פון סטייל. היינט פארקויפן זיי און דעליווערן..."גורמעי סיע פוד פראדוקטן"...!
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

Re: פרוינדס קיטשען - ידיד גורמעי

שליחה דורך שמעון וואלף »

קלוגע יודל האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 8:21 pm
וויל איך וויסן צו איינער וויסט פשט דערפון? וואס איז שלעכט געוועהן מיט די נאמעם פרוינדס? איך מיין זיי האבן געהאט גאר א שטארקע ברענד. ני if ain't broken, ain' t fix it
אמאל איז געווען נאטירליך אז ווען מר. גרינפעלט עפענט א געשעפט, הייסט עס "גריפעלד'ס ......", מר. קליין'ס געשעפט הייסט קליין'ס ....." א.א.וו. היינט דארף יעדער (מיינט יעדער אז מ'דארף) האבן עפעס א פענסי נאמען, זאל עס זיין א נאמען פון א פרוכט, א לשון קודש ולהבדיל אן איטאליעניש ווארט, אדע סתם עפעס מאדנע.

ווען פראינד'ס בלייבט מיט די אלטע נאמען איז עס אלטמאדיש און רעדט נישט צו די היינטיגע קאסטומערס, עכ"פ אזוי פארקויפן די מארקעטערס. גיי ווייס.
כפתור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 305
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 3:52 pm
האט שוין געלייקט: 371 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 273 מאל

Re: פרוינדס קיטשען - ידיד גורמעי

שליחה דורך כפתור »

אפשר ווילן זיי זיך גרייטן צו אמאל קענען פארקויפן אדער מערזשן מיט איינעם, און פרוינדס איז צו פערסאנעל
לייביששרייבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 595
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
האט שוין געלייקט: 285 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל

Re: פרוינדס קיטשען - ידיד גורמעי

שליחה דורך לייביששרייבער »

כי בך יקרא לך זרע, די אלט געזעצענער וועלן עס ווייטער אייביג רופן פרוינדס. פונק נעכטן נאכט בין איך געפארן מיט א איד צו א חנוכה פרעזענטאציע פון עפעס א ליכט צינדען פון איינע פון די גרויסע היינטיגע אדמורים. פרעיג נישט פארוואס איך בין געגאנגען איך ווייס אויך נישט פארוואס. איי געס די חנוכה פארטיס זענען מיר שוין געגאנגען צו די נערווען. אזוי ווי מיר זענען ביידע ילדי ב"פ פון די זעלבע יארגאנג האבן מיר פארבראכט מיט נאסטאלגישע זכרונות פון די שטאט.
ווער עס ווייסט זיצט פרוינדס ביי 15 קארנער 43 ווי פון ביידע זייטן אויף די זעלבע גאס זענען דא פובליק שולעס איינס ביי זעכטצען און איינס ביי פערטצען אויך דריי און פערציג.
מיר האבן געלערנט אין קראסנע ישיבה וואס איז דאן געווען אויף דריי און פערציג צווישען 16 און 17 אבער מיטאג פלעגן מיר גיין עסן אין די חדר (די ישיבה האט נישט געהאט קיין אפיצעלער לאנטש רום) 10 בחורים האבן אדורך שפאצירט דעם 43 יארד פון די פאבליק שולע האט עס גורם געווען אז די אינגע שקצים האבן געטראפן מיט וואס זיך צו אונטער האלטן. אבער ר' ליפא פריינד ז"ל איז געווען אונזער לייף סעיווער. מיר האבן געדארפט לויפן ביז די 15 קארנער און שרייען ר' ליםפא עס איז צרות. דאן איז ארויס געקומען אינמיטן האקן די פיש מיט זיין גרויסער מעסער אין די האנט מיט זיין שמוציגער שירשעל און זיין פארטוך. אוי זענען די שקצים געלאפן.
איך ווייס נישט צו זיי זענען אנטלאפן פונעם מעסער אדער פונעם פיש שטינק. אבער זיי זענען אנטלאפן
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
dan
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 32
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 15, 2020 5:13 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18 מאל

Re: פרוינדס קיטשען - ידיד גורמעי

שליחה דורך dan »

Lawsuit
קלוגע יודל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 610
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 12:40 am
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 329 מאל

Re: פרוינדס קיטשען - ידיד גורמעי

שליחה דורך קלוגע יודל »

dan האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 17, 2023 3:48 pmLawsuit
lawsuit פון וועם?
קליינע צדיק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 307
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 10:18 pm
האט שוין געלייקט: 507 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 232 מאל

Re: פרוינדס קיטשען - ידיד גורמעי

שליחה דורך קליינע צדיק »

dan האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 17, 2023 3:48 pmLawsuit
קום אריין מיט פרטים ביטע
לייביששרייבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 595
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
האט שוין געלייקט: 285 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל

Re: פרוינדס קיטשען - ידיד גורמעי

שליחה דורך לייביששרייבער »

dan האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 17, 2023 3:48 pmLawsuit
נישט אז עס איז דא אן עקטיווע Law Suit נאר איינע פון די סיבות פארוואס א מענטש טוישט אזא אלטע נאמען איז וועגן א Law Suite.

האב איך גוט פארשטאנען ?
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
די קעפעלע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 344
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 12:00 pm
האט שוין געלייקט: 47 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 264 מאל

Re: פרוינדס קיטשען - ידיד גורמעי

שליחה דורך די קעפעלע »

לייביששרייבער האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 9:09 am כי בך יקרא לך זרע, די אלט געזעצענער וועלן עס ווייטער אייביג רופן פרוינדס. פונק נעכטן נאכט בין איך געפארן מיט א איד צו א חנוכה פרעזענטאציע פון עפעס א ליכט צינדען פון איינע פון די גרויסע היינטיגע אדמורים. פרעיג נישט פארוואס איך בין געגאנגען איך ווייס אויך נישט פארוואס. איי געס די חנוכה פארטיס זענען מיר שוין געגאנגען צו די נערווען. אזוי ווי מיר זענען ביידע ילדי ב"פ פון די זעלבע יארגאנג האבן מיר פארבראכט מיט נאסטאלגישע זכרונות פון די שטאט.
ווער עס ווייסט זיצט פרוינדס ביי 15 קארנער 43 ווי פון ביידע זייטן אויף די זעלבע גאס זענען דא פובליק שולעס איינס ביי זעכטצען און איינס ביי פערטצען אויך דריי און פערציג.
מיר האבן געלערנט אין קראסנע ישיבה וואס איז דאן געווען אויף דריי און פערציג צווישען 16 און 17 אבער מיטאג פלעגן מיר גיין עסן אין די חדר (די ישיבה האט נישט געהאט קיין אפיצעלער לאנטש רום) 10 בחורים האבן אדורך שפאצירט דעם 43 יארד פון די פאבליק שולע האט עס גורם געווען אז די אינגע שקצים האבן געטראפן מיט וואס זיך צו אונטער האלטן. אבער ר' ליפא פריינד ז"ל איז געווען אונזער לייף סעיווער. מיר האבן געדארפט לויפן ביז די 15 קארנער און שרייען ר' ליםפא עס איז צרות. דאן איז ארויס געקומען אינמיטן האקן די פיש מיט זיין גרויסער מעסער אין די האנט מיט זיין שמוציגער שירשעל און זיין פארטוך. אוי זענען די שקצים געלאפן.
איך ווייס נישט צו זיי זענען אנטלאפן פונעם מעסער אדער פונעם פיש שטינק. אבער זיי זענען אנטלאפן
פיינע נייעס!
אקטעוויסט
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 8
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 11:31 am
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל

Re: פרוינדס קיטשען - ידיד גורמעי

שליחה דורך אקטעוויסט »

אבער וואס איד דו נאמען ידיד? עס הערט זיך ווי אן ארגענעזאציע.
אלע מענטשען רעכט דעגרייכונגען אשטייגער ווי די לגבטק+ מאוומענט איז נאר צושטאנד געקומען דורך אקטיווע אקטעוויסטן
יצחק אייזיק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 76
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 7:59 pm
האט שוין געלייקט: 387 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 113 מאל

Re: פרוינדס קיטשען - ידיד גורמעי

שליחה דורך יצחק אייזיק »

אקטעוויסט האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 2:01 pm אבער וואס איד דו נאמען ידיד? עס הערט זיך ווי אן ארגענעזאציע.
א ידיד אין אידיש איז א פריינד
אקטעוויסט
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 8
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 11:31 am
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל

Re: פרוינדס קיטשען - ידיד גורמעי

שליחה דורך אקטעוויסט »

יצחק אייזיק האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 9:27 pm
אקטעוויסט האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 2:01 pm אבער וואס איד דו נאמען ידיד? עס הערט זיך ווי אן ארגענעזאציע.
א ידיד אין אידיש איז א פריינד
מארגן וועלן די גלויבער משפחה פון די קליידער טוישן פון G&G GB צו אמונה רעקלעך..
אלע מענטשען רעכט דעגרייכונגען אשטייגער ווי די לגבטק+ מאוומענט איז נאר צושטאנד געקומען דורך אקטיווע אקטעוויסטן
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

Re: פרוינדס קיטשען - ידיד גורמעי

שליחה דורך איך אויך »

אזוי ווי אמונה קאר סערוויס.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
פארשפארט