מיין צוויי צענט נאכן הערן דעם ווידיאו.. להוסיף על דברי
@אלפא
כ'רעספעקט וועלוועל פארן אנטשולדיגן, מסביר'ן אז מ'האט זיך נאר דערשראקן פון זיינע כלומר'ישע שלעכטע כוונות, אבער וועלוועל איז אקעי אויב ער גייט אלס זיין פריוואטע סיבות.
דעם טערעפיסט האט מיך מכשיל געוועהן מיט כעס.. ווען ער האט געפרעגט ברבים: דו האסט א סעלף איידענטעטי? האט ער מיך מכשיל געוועהן מיט ניבול פה..
דעי וואס קענען באמת נישט פארשטיין אז א מענטש וואס זיכט דעם אמת קען האלטן אז אידישקייט איז נישט.. כ'בין זיי מקנה. איגנערינס איז בליס..
כ'רעספעקט יחיאל ישראל, מיט אלע אויספראקערייען האלט ער זיך דאס מויל, דערמאנט נישט קיין נעמען, שיסט נישט ארויס זיינע נייע געפינסן, (אפי' ווען מ'דריקט עם צום וואנט "ביסט א איד אלעמאל", זאגט ער נישט בפירוש אז ער גלייבט נישט דערין, נאר אז ער לעבט יעצט אין אן אנדערע מצב.) זיין אמת'דיג'קייט. און זיין שטארקייט ווען דער לאצי האט געשוימט פאר כעס "פארוואס רעדסטו אפי' מיט דעם 27 יעהריגער כו'" האט עם יחיאל געגעבן גערעכט מיט "א גוטן פורים"
כ'זעה אין עם קלוגשאפט, און איידעלע מדות. שטייצעך כ'נעם קרעדיט, ער איז דאך א איד, אונז זעמער אלע קליג און איידל