ס'איז א יענץ געלעכטער, אבער שוין.
"דו ווילסט זיך קומען זעצן צוזאמען מיט א רואיגקייט, יעדער איינער זאל פארלייגן זיינע טענות ווי א מענטש אן קיין געשרייען און געוואלדטאטן? איך בין גרייט זיך צו זעצן מיט דיר און פירן א געלאסענע שמועס, וואו יעדער זאל האבן די געלעגענהייט פארצולייגן זיין זייט און אזוי זאל יעדער קענען שפירן אז דער אנדערע פארשטייט פון וואו ער קומט".
- ווייסטע וואס? אז דו ביסט גרייט פאר אן אפענע שמועס אן קיין שום מחיצות אדער באהאלטענקייט, בין איך אויך גרייט. איך בין גרייט זיך צו זעצן מיט דיך פאר אן ערנסטע שמועס. לאז מיך אנהייבן מיט מיין צד.
מיינע טענות זענען גאנץ פשוט. איך האב נישט געהאט קעגן דיר גארנישט, איך האב דיר שווערליך געקענט, קיינמאל דיך נישט געטשעפעט און פלוצלונג כאפ איך פון דיך פרעסק איינס נאכן צווייטן און שלאגסט און רודפ'סט. טיילסט מכות און שלעק, אזש איך ווייס נישט וואו איך געפין זיך. האב איך מיך אויפגערעגט און פרובירט זיך צו פארטיידיגן, זענען דיינע מכות און געשלעגן נאר מער אגרעסיוו און ערגער געווארן. אין אנהייב האב איך בכלל נישט געוואלט זיך קריגן מיט דיר, איך האב אנדערע און מער וויכטיגערע זאכן אין מיין לעבן מיט וואס זיך אונטערצוהאלטן, אבער ווי מער איך האב געזען אז איך האב נישט קיין ברירה און די זאך נעמט נישט קיין עק, האב איך פארשטאנען אז איך בלייב נישט איבער מיט מער ווי איין אויסוואל, איך מוז זיך אנהייבן צו פארטיידיגן דורך פארשידנארטיגע וועגן, אבער די אלע מיטלען וועלכע איך האב גענומען, האבן נישט באוויזן דיך אפצושטעלן פון מיך אטאקירן און שלאגן. איך האב אנגעהויבן אויסצולויפן פון עצות ביז איך האב געמוזט נעמען שטרענגערע, מער אגרעסיווע טריט קעגן דיר, דאן איז דער קאנפליקט אריבער א נייע שטאפל. דיינע אגרעסיעס און שלעגערייען זענען שטערקער און מער פיינפול געווארן, איך האב אנגעהויבן איינצוזען אז עס נעמט נישט קיין עק צו דיינע אטאקעס.
- פיין, האסט געענדיגט צו רעדן? יעצט קען איך אנהייבן?
- איך האב געענדיגט, הייב אן.
איך האב הנאה אז איך האב דיר געגעבן די געלעגענהייט זיך אויסצורעדן און ארויסברענגען דיין זייט אין דעם קאנפליקט, און איך האב הנאה אז דו האסט אויסגענוצט דעם געלעגענהייט זיך גוט ארויסצוברענגען און פארלייגן דיין פערספעקטיוו. עס איז העכסט וויכטיג אין יעדע קאנפליקט, און בפרט אין אזא סענסיטיווע און קאמפליצירטע פאל, אז יעדער זאל האבן די שאנס ארויסצוברענגען זיין זייט און אז יעדער זאל פילן אז דער אנדערער האט פארשטאנען וואס ער האלט און וויאזוי ער פילט.
יעצט צו וואס איך האב צו זאגן.
איך בין געווען גענצליך אומשולדיג ווען די געשלעגן האבן זיך אנגעהויבן. איך האב פון אייביג אן געוואלט זיין וואויל און גוט. איך האב קיינמאל קיינעם נישט געוואלט וויי טון, און איך האב נאר געזוכט צו זיין גוט. דו דארפסט פארשטיין, זייענדיג דיאגנאזירט מיט SPD (Sadistic Personality Disorder) שוין פאר א לאנגע צייט, איז מיר מורא'דיג שווער צו פירן א נארמאלן לעבן אינעם געזעלשאפט. דו לעבסט זיך א פיינעם לעבן, ס'פעלט דיך גארנישט און דו ווייסט ניטאמאל אז איך לעב אין א גיהנם פון אימפולסיווע געדאנקען און קוריאזע סאדיסטישע אבסעסיעס. דו, זייענדיג א וואוילע און איידעלע כאראקטער, איז מיר אויסגעקומען צו אויסטוישן מיט דיר א ווארט דא דארט, אבער ערגעץ וואו, האבן מיר זיך פארהאנקעט, ס'שוין נישט קיין נפקא מינא וואו. און ווייל איך בין דאך דיאגנאזירט מיט דעם אויבנדערמאנטע דיאגנאז, האט זיך עס שווער אויסגעקלאפט. איך זאג נישט אז דו ביסט שולדיג, אבער דו קענסט מיך נישט באשולדיגן אין דיין שלעכטן מזל...
- איין מינוט, איך פארשטיי נישט...
- אה אה... איך האב נישט אריין גערעדט ווען דו האסט גערעדט, יעצט רעד נישט אריין ביז איך ענדיג צו פארלייגן וואס איך האב צו זאגן.
- אקעי.
- יעצט, איך גיי דיך ח"ו נישט באשולדיגן, איך זוך נישט דא צו טרעפן דעם שולדיגן אינעם בילד, איך וויל בסך הכל ארויסברענגען וואס דא האט זיך אפגעשפילט. דער דיסארדער האט זיך שווער אויסגעקלאפט אבער דו האסט אנגעהויבן זיך אויפצופירן זייער ווילד און נישט געטראכט פון מיר, וואס דאס האב איך שוין נישט געקענט פארשווייגן. דו מוזט פארשטיין, דו אין מיין מצב וואלסט זיך אויפגעפירט פונקט אזוי ווי מיר און לויט ווי איך קען דיר, נאך אסאך ערגער, אבער דו האסט נאך אלס נישט באקומען דעם מעסעדזש און דו האסט ווייטער פארפירט. דו כאפסט וואס דו האסט אלץ אפגעטון? דו נעמסט א מענטש וועלכע איז געבוירן געווארן פונקט ווי דיר, א תמימת'דיגע קינד, זיך געשלעפט פאר צען יאר אין חדר מיטן קאלירפולן טאש איבערן רוקן, נישט וויסענדיג וויאזוי צו דעקן זיין נאז ווען עס הייבט אן צו רינען אינמיטן קלאס, און דו צאפסט איהם דאס בלוט, פארוואס? ווייל ער האט א פסיכאלאגישע פראבלעם. זאג נאר, וואו איז דער יושר? דו האסט אן אנונג וואס דאס מיינט? דו קענסט נישט פארנעמען אפאר גלעטן פון איינער וואס ליידט אויף SPD? גיי צו א דאקטאר, וואס ווילסטו פון מיר?...
- יא אבער...
- איין מינוט, איך האלט אינמיטן רעדן. איך געדענק נאך איינמאל ווען דו ביסט געלעגן אויפן ערד אינעם זייטיגן געסל. דו מיינסט איך האב נישט געפילט שלעכט פאר דיר? דאס איז דיין פראבלעם, ווייל עס קוקט דיר אויס אז איך טו עס פאר שלעכטסקייט, ווייל דו קענסט נישט, אפילו נישט פאר קיין איין סעקונדע, טראכטן פון א צווייטן חוץ פון דיר, דיר און דיר, האסטו געמאכט קולות און געוואלדטאטן. דו האסט אן אהנונג די בושות וואס איך האב דעמאלס צוזאמגעליטן, ווען די גאנצע גאס האט זיך אנגעזאמלט דארטן? דו ווייסט אז פאר צוויי וואכן האב איך נישט געקענט אריין קומען אין בית מדרש וועגן דעם? מיין בלוט איז עפעס ווייניגע רויט פון דיין? דו האסט זיך א פיין לעבן, אלעס גייט דיר גוט און ווען עפעס גייט נישט פונקטליך אזוי ווי דו ווילסט, ווער איך פארוואנדלט אין א מאסן מערדער, אן עביוזער און בלוטדורשטיג. טראכט אביסל אריין וואס דו טוסט, איך בין נישט מקנא דיין גיהנם וואס ווארט דיך אפ נאך דיין באקוועמען עולם הזה וואס דו לעבסט זיך דא.
- איך פארשטיי נישט...
- איין מינוט, איך בין נאכנישט פארטיג! און דו געדענקסט נאך ווען דו ביסט געגאנגען צום דיין פרעגן אויב דו קענסט מיך באריכטן צו די פאליציי? וואס מיינסטו? איך בין א ישראל מומר? א ממזר? דו אומפארשעמטע מנוול. וואס האב איך געדארפט ענטפערן, ווען דער דיין האט מיך צוגערופן פרעגן וואס די מכות אין ווייבער שול זענען געווען? נאר האלבע מעשיות פארציילסטו איהם, הא? האסט איהם נישט געוואלט זאגן די גאנצע מעשה, איך פארשטיי, פארוואס? ווייל דו ביסט א פרעכער שקרן, א נידעריגע פארברעכער, און א שמוציגער יונג. איך וויל דיך מער נישט קענען, מער האב איך גארנישט מיט דיר, איך מעק דיר אויס פון מיין קאנטאקטס און מער עקזיסטירסטו נישט אין מיין לעבן.
- פיין, זיי'מער געזונט, אדער נישט. א גוטע נאכט...
א שמועס מיט א SPD דיאגנאזירטער
- שעפטאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 889
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
- געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
- האט שוין געלייקט: 7215 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל
Re: א שמועס מיט א SPD דיאגניזירטער
נאך איין זאך. פון ווי נעמסטו דעם רשעות עס צו שרייבן אויפן ק"ש, יעצט וועלן מענטשן געוואר ווערן פון דעם פראבלעם און זיי וועלן מיך חושד זיין אז כ'לייד דערויף.
סתם אזוי באשמיצען א צובראכענע מענטש?!!
---
דיכטער:
מאכסט מיך זיך רעגן מיט אזא געלעכטער
און לאכן מיט אזא רחמנות
סתם אזוי באשמיצען א צובראכענע מענטש?!!
---
דיכטער:
מאכסט מיך זיך רעגן מיט אזא געלעכטער
און לאכן מיט אזא רחמנות