berlbalaguleh האט געשריבן:חיימ שמעונ: נישט איבעראל. אבער אין געוויסע שטעט אזוי ווי קר"י וואו ס'איז דא א מרא דאתרא און א בית דין גייט עס יא אן. זיכער. מ'דארף נישט פרעגן רשות ווען מ'ווילל גיין אין ביהכ"ס. אבער אין גרויסע און ערנסטע עניינים אזוי ווי כשרות און סידור קידושין דארף מען בעטן רשות פונ'ם מרא דאתרא ובית דינו...! נאר ס'איז היינט ליידער געווארן אזא וועלט אז מ'מאכט חוזק און ליצנות פון אלץ און אלעמען.
אבער אונזער עיקר אינטרעסע איז איבער גלילות. אויב א רב האט א רעכט אריינצורעדן אין די שכינות'דיגע שטאט. נאר לאמיר א ביסל מרחיב את הדיבור זיין איבער דעם ענין. לו יצוייר אז אזא שטאט ווי מאנסי וואלט געווען דירעקט בשכינות מיט קרית יואל. וואלט דער מרא דאתרא פון קר"י זיכער נישט געהאט קיין רעכט אריינצורעדן אין זייערע עניינים. ופשוט הוא. ווייל מאנסי (למשל) איז אן אינטערנאציאנאלע שטאט וואו ס'איז נישט דא קיין מרא דאתרא. און א יעדער רב איז בעה"ב אין זיין קהילה. און א יעדער פיהרט זיך לויט זיינע מנהגים. משא"כ בלומינג גראוו איז א סאטמאר'ע שטעטל. און איבער אלע עניינים וואס גאנץ סאטמאר איז פאראייניגט איבער דעם קען נישט קומען א נייע גרופ און משנה זיין...!
פון ווי נעמסטו דאס צו זאגן אז היינט ווען א רב האט בכלל נישט קיין כח מטעם די שטאטישע טאטעס זאל ער האבן די מאכט איבער אנדערע מענטשן משא"כ אמאל ווען עס איז געווען די גאנצע כח ביי די רב און ער האט געהאט א כח וואס די טאטעס האבן אים געגעבן האט ער געהאט א אמתע בעלות צו קענען פארלאנגען וויאזוי מען זאל זיך פירן.