ביזנעס פינאנץ - ווי אזוי רעכנט מען דאס?

אלעס איבער האנדל וואנדל
רעאגיר
לייביששרייבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 595
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
האט שוין געלייקט: 321 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1385 מאל

ביזנעס פינאנץ - ווי אזוי רעכנט מען דאס?

שליחה דורך לייביששרייבער »

אויב ביסטו אין ביזנעס וועסטו זייער גוט פארשטיין די קומענדיגע שורות. אויב נישט מיש ווייטער, עס איז נישט פאר דיר.

איך בין אין א געוויסע סערוויס ביזנעס (למשל איך ראן אן עידזשענסי פון ביזנעס, און ריעל עסטעיט לויערס), א יעדע קאנטראקט גייט אדורך שבעה מדורי ביז עס ווערט פיינעל.

בילדינגס ווערן טאקע געפליפט אין קראלי ביהמ"ד בשעת רייבענדיג זיך דארט אין די שויערס, אבער וואס עס מיינט פליפן א בילדינג אין ניו יארק סיטי? עס מיינט צענדליגער שעות אויף דו דילידזשענס, תנאים, זאנינג, קאנסטראקשען פערמיטס, בענק אפפראוועלס, טייטעל קלערענס, אא"וו.

און ווי אויך, פארקויפן א ביזנעס וואס האט אינטריקעט סערוויסעס, האום קעיר, מעניופעקטשערינג פראדוקטן, קליענטן, אקאונטינג, אקאונטס רעסיוועבעלס, און פעיעבלס. זייער אסאך דיטעילס גייען אריין אין א יעדע קאנטרעקט. כ"ש אויב דער ערשטער בעה"ב בלייבט אין די געשעפט, און נעמט אריין א שותף. להלכה, און דינא דמלכותא, פארנעמט עס גאר אסאך דעטאלן.

אין אונזער עינדזשענסי האבן מיר 30 לויערס, וואס יעדע איינס איז א פאכמאן אין איין פארטיקיולער חלק פון פינאנצן אדער אגרימענטס וכו'.

מיין דזשאב אלץ די אוינער פון די עדזשענסי איז, אז א יעדע לויער איז בוקד און טוהט זיין ארבעט, און קען ווערן באצהלט ביי די ענד פון די וואך.

א לויער קאסט מינימום $250.00 א שעה. פארשטייט זיך, איך וועל נישט ניצען קיין לויערס ארבעט פאר פשוט'ע סעקרעטארישע ארבייט, נאר א יעדע לויער וועט באקומען א שטאב אונטער זיך, געוואנדן וויפיל ארבעט עס איז דא. שרייבן, רעדן מיט די קליענטן, מיט די צד שכנגד אטורניס, וכו'.

אבוויעסלי אז עס איז אן עדזשענסי פון 30 לויערס איז ב"ה דא ארבעט אנצופילן דעם טאג פאר סעקראטארן און לויערס. א יעדע לויער קען האבן פון איינס ביז פינף געהילפן, געוואנדן אין די דיעלס מיט וואס ער איז פארנומען.

דאס מיינט אז אויסער די לויערס זעלבסט, קען זיין נאך א שטאב פון אריבער 60-70 ארבעטער/ינ'ס וואס זענען פארנומען דורכאויס דעם ארבעט'ס טאג מיט פארשידענע פעיפער ארבעט, קאמיוניקעשאנס, פארלאנגען (Inquiries), וכו'.

אזא אפעראציע דארף צו האבן גוטע סעילס לייט צו מאכן זיכער אז די איינקונפטן קומען אריין כדי צו דעקן אזא ריזיגע בודזשעט.

קענט איר זיך מצייר זיין וואס עס טוהט זיך אפ אין אזא אפיס? ווי אזוי ווערט געהאלטן ארדענונג, ווי אזוי בילט מען די קליענטן, ווי אזוי מאכט מען זיכער אז קיין איין וויכטיגער קליינער דיטעיל פאלט נישט דורך די שפאלטן, ווי אזוי מאכט מען זיכער אז יעדער איינציגער ארבעטער איז אחריות'דיג אויף זיינע/אירע טעסקס אז עס זאל נישט אדורכפאלן די שפאלטענעס, וואס קען קאסטן א הון תועפות פאר די קליענט, און די קאמפאני זעלבסט.

איך האב אמאל פארלוירן א פראפאזעל צו א קאמפאטישען זייענדיג טייערער מיט בערך 15-20%, און פאר מיין לעבן האב איך נישט געקענט אויספיגערן ווי אזוי קען יענער אוועקגעבן די סערוויסעס פאר אזוי ביליג. (זייט וויסן איך רעד נישט פון א קאמפעטישאן וואס איז איצטערט אריין אין די ביזנעס און ווייסט נישט ווען די ברית וועט זיין, איך רעד פון א קאמפעטישאן וואס איז שוין יארן אין די ביזנעס.)

לאמיר רעדן פון א פראפערטי מענעדזשמענט קאמפאני וואס מענעדזשעט א גרויסער פארטפאוליא פון איבער טויזענט דירות. זיין אייגענע און פאר אנדערע בעלי בתים.

וואס איז די עקטשואל קאסט א פראפערטי מענעדזשמענט קאמפאני האט פער טיר וואס ער מענעדזשט, פארוואס בעהט א פראפערטי מענעדזשמענט קאמפאני 8% פון די רעוועניו פון א בילדינג, אפשר איז עס אסאך, אפשר איז עס ווייניג. עס דרייט זיך ארום הונדערטער טויזענטער דאלארן אין זיינע אקאונטס, אבער וואס איז די עכטע פראפיטן וואס די קאמפאני מאכט פער טיר?

צענדליגער ארבעטער פאנטשן אריין און ארויס טעגליך, סוף וואך א ריזיגער פעיראל באלאנס דארף צו ווערן דיסטריביוטעד צווישן זיי, וואס האט די איצטיגע וואכעדיגע פעיראל געברענגט, און וואס האט ער געקאסט? האב איך איבערגעצאלט אדער אונטערגעצאלט?

אלע ארבעטערס, פון גרויס ביז קליין, זיצן און פלעטקען אויפ'ן טעלעפאן, שרייבן אימעילס און טשעטס א גאנצן טאג. אדער גאר רייכערט ער אינדראויסן אבער רעדט אויף זיין סעלפאן בשעת ער רייכערט. וואס זענען די רעזולטאטן פון א יעדע איינציגע פאון קאל? וואס האט עס מיר במציאות געברענגט? האסטו שוין אמאל באאבאכט וויפיהל מינוטן עס ווערן געפלעטקעט ביי אן ארבעטער, און דו קענסט נישט אקאונטן פאר דעם. האסט 10 ארבעטער, א יעדער רעדט נאר 10 מינוט מיט איין קליענט, און 10 קליענטן א טאג. האסטו טויזנט מינוט, איז בערך 16 א האלב שעה. אן עווערעדזש שעה פאר די 10 קאסט $415.00 קען עס אויסקומען צו אן אסטראנאמישע סכום, אריבער $6,400.00 פער טאג. 5 טעג א וואך איז $32,000.00 א יאר איז 1.6 מיליאן דאללער. (גערעכנט נאר 50 וואכן).

יותר מה שכתבתי לכם כתיב כאן, אבער והמבין יבין.

לאמיר גיין איין טריט ווייטער. עס איז 9:00 אזייגער צופרי און דיין ארבעטס מיליטער שטראמט אריין איינער נאכן צווייטן און גלייך דאן פאנטשן זיי אריין די פינגער, זיי זענען דא ביי די ארבעט.

די מאנטלען נאך אנגעטוהן, די פרישטאג זעקל נאך אין די האנט, א קאווע נאך נישט געהאט וכדו', פון דעם 9:00 פאנטש ביז דער ארבעטער זעצט זיך צו זיין דעסק און פאנגט אן די פיזישע ארבעט זיך מסדר זיין אין די קאפעטעריע, אריינשטעלן זיינע/אירע חפצים אין דעם פרידזש זיך אנגיסנדיג א גלעזל קאווע, א גוט מארגן פאר די קאלעגע, נעמט לכה"פ 15-20 מינוט.

איצטערט רעכן די 15-20 מינוט מאל פון וויפיל ארבעטער מען רעדט. דו ווייסט פון וויפיל די געלט מען רעדט דא וואס דארף ווערן אריינגערעכנט אין די הוצאות אן קיין הכנסות? דאס קאסט פער ארבעטער $6.25 אין עווערעדזש. $62.50 פער טאג לכה"פ (גערעכנט אויף 15 מינוט) $312.50 פער וואך $15,625.00 פער יאר (גערעכנט פער 15 מינוט).

ווילסט גיין ווייטער? די מילך אין די פרידזש, די אשר יצר פאפיר, פאפיר, פענס, קאפיס, אינטערנעט, טעלעפאן בילס. א"א לפרטם כי רבים הם. זאכן וואס האט נישט קיין דירעקטע שייכות צו די ארבעט וואס איז בלויז א ביזנעס עקספענס וואס ווערט נאר אריין גערעכנט אין די פי. ענד על. (P&L) אדער לגבי א געוויסע פראפאזעל. ביז די ענדע פון די יאר וועסטו נישט קענען האבן קיין דירעקטע איינקופט סכום ווייל די עקספענסעס זענען נישט מחובר צו די אינקאם. זענט איר אין די סערוויס ביזנעס קענט איר נישט האבן קיין קלארע קאסט אף גודס סאלד (COGS). איז ווי געט מען זיך אן עצה?
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.

דער אשכול פארמאגט 6 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר