וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

Re: וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן

שליחה דורך וועטערבאריכט »

קליינע צדיק האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 8:40 am @וועטערבאריכט
האסט אונז פארלאזט?
איך האב קלאר געפרעגט , איז anyone home? טוט איינער לייענען די באריכטען . איך האב נישט צירוקגעהערט, סאו וואס דארף איך זיך אדער ענק באדערען?
סוף טוב הכל טוב
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 811
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 31, 2023 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 659 מאל

Re: וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן

שליחה דורך סוף טוב הכל טוב »

וועטערבאריכט האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 4:15 pm
קליינע צדיק האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 8:40 am @וועטערבאריכט
האסט אונז פארלאזט?
איך האב קלאר געפרעגט , איז anyone home? טוט איינער לייענען די באריכטען . איך האב נישט צירוקגעהערט, סאו וואס דארף איך זיך אדער ענק באדערען?
anyone home?


(פארפארט פון די נושא...)
קליינע צדיק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 307
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 10:18 pm
האט שוין געלייקט: 507 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 232 מאל

Re: וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן

שליחה דורך קליינע צדיק »

וועטערבאריכט האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 4:15 pm
קליינע צדיק האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 8:40 am @וועטערבאריכט
האסט אונז פארלאזט?
איך האב קלאר געפרעגט , איז anyone home? טוט איינער לייענען די באריכטען . איך האב נישט צירוקגעהערט, סאו וואס דארף איך זיך אדער ענק באדערען?
יא
איך קוק און האב הנאה יעדן טאג
ביטע האלט אן
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

Re: וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן

שליחה דורך וועטערבאריכט »

דאנערשטאג אווענט -פרשת ויגש

א גוטען אווענט,

היינט איז געווען א נארמאל קאלטע אבער שיין זוניגע טאג. היינט נאכט און מארגען וועט סיין מיט אפאר דעגרי קעלטער ביפאר עס נעמט זיך צו ווערען מילדער.

שבת און זונטאג וועלען זיין זוניג און טרוקען נאך אסאך וויקענדס וואס מען האט געזעהן רעגן אדער שבת אדער זונטאג.

נעקסטע וואך וועט זיין מילדער מיט טעמפרעטורס ארום 10-15 דעגריס העכער ווי נארמאל.

די נעקסטע רעגן שטורם קומט אהן ארום דינסטאג נאכמיטאג און גייט ווייטער ביז דאנערשטאג.


🌇נאו יארק סיטי

היינט נאכט-☁️🌛29
פרייטאג-🌤️38
צונאכטס- 🌛32
שבת-🌤️45
מוצש״ק-☁️38
זונטאג-🌤️48
מאנטאג-🌤️50
דינסטאג -🌧️?52
מיטוואך-☔️52
דאנערשטאג-🌦️?52

________
🏡 מאנסי און קרית יוא-ל

היינט נאכט-☁️🌛18-22
פרייטאג-🌤️35
צונאכטס- 🌛25-28
שבת-🌤️42
מוצש״ק-🌧️/🌨️??32
זונטאג-🌤️42-45
מאנטאג-🌤️48
דינסטאג -🌧️?48
מיטוואך-☔️50
דאנערשטאג-🌦️?48

________
🏡לעיקוואוד-טאמס ריווער-דזעקסאן

היינט נאכט-☁️🌛26
פרייטאג-🌤️41
צונאכטס- 🌛28
שבת-🌤️47
מוצש״ק-☁️35
זונטאג-🌤️51
מאנטאג-🌤️52
דינסטאג -🌧️?55
מיטוואך-☔️55
דאנערשטאג-🌦️?52

⛰קעטסקילס

היינט נאכט-☁️🌛15
פרייטאג-🌤️36
צונאכטס- 🌛22
שבת-🌤️38
מוצש״ק-🌨️⛷️?31
זונטאג-🌤️40
מאנטאג-🌤️47
דינסטאג -🌧️?48
מיטוואך-☔️48
דאנערשטאג-🌧️48

——————————-
?=ווייניגער ווי א 50% טשענס פון רעגן.
??=שוואכע טשענסעס פאר רעגן.

א גוטען אווענט און א לעכטיגע שבת קודש!

👈🏻ביטע העלפט די אידישע וועטער טשענעל אנצוגיין ווייטער , שיקט א וואטסאפפ לינק צו אפאר חברים. מען קען זיך אויך איינשרייבען אויף טעלעגראם.

⬅️אויך וויל איך בעטען אז מען זאל נישט קאפי/ פעסטען copy/paste מיינע באריכטען אויף אנדערע פלעצער. איך לייג עס נאר אויף וועבזייטליך מיט מיין רשות, פאר די וואס ווילען נאר א כשר׳ע וועבסייט און האבען נישט קיין עפפס .

א יישר כח,
-וועטערבאריכט
קליינע צדיק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 307
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 10:18 pm
האט שוין געלייקט: 507 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 232 מאל

Re: וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן

שליחה דורך קליינע צדיק »

א גרויסן שכח!
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

Re: וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן

שליחה דורך וועטערבאריכט »

זונטאג אווענט -פרשת ויחי

א גוטען אווענט,

היינט איז געבליבען פארוואלקענט נאך די לייכטע שויערס וואס זענען געפאלען איבערנאכט. די מערסטענס פארוואלקענטע וועטער וועט בלייבען מיט אונז במשך די וואך. די נעקסטע שטורם וועט אנקומען שפעט דינסטאג נאכט אדער מיטוואך פארטאגס. אנדרעשט ווי די שטורם לעצטע וואך, איז נישט ערווארט מער ווי א האלב ביז אפשר איין אינטש רעגן מיטוואך.

אפאר שוואכערע דיסטארבענסעס וועלען אדורכגיין ביז שבת. דאס וועט ברענגען א טשענס פאר רעגן אדער אפשר שניי שויערס דאנערשטאג און פרייטאג.

שבת און זונטאג ווערט זוניג און קעלטער, און די ערשטע וואך פון יאניואר קען זיך אנהויבען ווי א קאלטע וואך, איז דאס די וועטער פעטטערן טויש מען ווארט שוין פאר וואכען? עס איז נישט קלאר ביז דערווייל אויב די קעלט בלייבט און אויב שטורמס וועלען קומען נאנט געניג ווען עס קאלט פאר שניי.

🌇נאו יארק סיטי

היינט נאכט-☁️40
מאנטאג-🌥️50
נאכט- ☁️43
דינסטאג -☁️52
מיטוואך-☔️52
דאנערשטאג-🌧️55
פרייטאג-🌧️45
שבת-🌤️42
זונטאג-🌤️45

________
🏡 מאנסי און קרית יוא-ל

היינט נאכט-☁️32-35
מאנטאג-🌥️45-47
נאכט- ☁️35-38
דינסטאג -☁️48
מיטוואך-☔️48
דאנערשטאג-🌧️50
פרייטאג-🌧️42
שבת-🌤️38
זונטאג-🌤️42

🏡לעיקוואוד-טאמס ריווער-דזעקסאן

היינט נאכט-☁️38
מאנטאג-⛅️52
נאכט- ☁️42
דינסטאג -☁️>🌧️?52
מיטוואך-☔️55
דאנערשטאג-🌧️55
פרייטאג-🌧️47
שבת-🌤️44
זונטאג-🌤️45

⛰קעטסקילס

היינט נאכט-☁️32
מאנטאג-🌥️45
נאכט- ☁️34
דינסטאג -☁️48
מיטוואך-☔️46
דאנערשטאג-🌧️48
פרייטאג-🌧️/🌨️40
שבת-🌤️37
זונטאג-🌤️37

——————————-
?=ווייניגער ווי א 50% טשענס פון רעגן.
??=שוואכע טשענסעס פאר רעגן.

א גוטען אווענט.

👈🏻ביטע העלפט די אידישע וועטער טשענעל אנצוגיין ווייטער , שיקט א וואטסאפפ לינק צו אפאר חברים. מען קען זיך אויך איינשרייבען אויף טעלעגראם.

⬅️אויך וויל איך בעטען אז מען זאל נישט קאפי/ פעסטען copy/paste מיינע באריכטען אויף אנדערע פלעצער. איך לייג עס נאר אויף וועבזייטליך מיט מיין רשות, פאר די וואס ווילען נאר א כשר׳ע וועבסייט און האבען נישט קיין עפפס .

א יישר כח,
-וועטערבאריכט
קליינע צדיק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 307
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 10:18 pm
האט שוין געלייקט: 507 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 232 מאל

Re: וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן

שליחה דורך קליינע צדיק »

וועטערבאריכט האט געשריבן: זונטאג אווענט - פרשת ויחי

א דאנק פאר דיין צייט און ארבעט!
די קעפעלע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 344
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 12:00 pm
האט שוין געלייקט: 47 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 264 מאל

Re: וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן

שליחה דורך די קעפעלע »

ישר כח פאר דיין ארבעט.

וועט נאך זיין א טשענס פאר קידוש לבנה דעם חודש, פאר די וואס האבן פארפאסט לעצטע וואך?
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

Re: וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן

שליחה דורך וועטערבאריכט »

שוואכע טשענסעס…
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

Re: וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן

שליחה דורך וועטערבאריכט »

מאנטאג אווענט -פרשת ויחי

א גוטען אווענט,

היינט איז געבליבען פארוואלקענט און פארנעפעלט און איבערנאכט איז דא א dense fog warning , פאר פארנעפעלטע וועטער מיט שוואכע visibility.

אפילו מארגען צופרי קען דוירען אפאר שעה פאר די נעפל אוועקצוגיין, אבער די וואלקענעס וועלען אבער בלייבען אזוי ווי היינט. דינסטאג איבערנאכט קומט אהן די נעקסטע שטורם. די שטורם וועט זיין א געהעריגע רעגן שטורם מיט רעגן פון 3/4 ביז איינס און א האלב אינטשעס אין ערגסטען פאל, ביי מיטוואך אווענט.

שויערס וועלען בלייבען ארום פאר דאנערשטאג און פרייטאג און מיט קעלטערע לופט קען מען זעהן שניי שויערס פרייטאג שפעט אדער אווענט אין אפסטעיט.

פון שבת ביז מאנטאג וועט מען זעהן קיהלערע טעמפרעטורס און מען דארף האלטען אן אויג אויף מאנטאג און מאנטאג נאכט ווען א שטורם דיוועלאפט זיך. עס קען ארויסגיין אין ים , אבער אויב עס קומט נאנט געניג צו אונז קען יעדער באקומען א לייכטע שניי מיט די קעלטערע לופט אין פלאץ.

בכלל זעהט אויס ווי עס וועט זיין אביסעל פון א טויש אין די וועטער פאטטערן מיט קעלטערע לופט אנהויבענדיג נעקסטע וואך.


🌇נאו יארק סיטי

היינט נאכט-☁️>🌫️42
דינסטאג -🌫️>☁️52
נאכט- 🌧️45
מיטוואך-☔️52
דאנערשטאג-🌧️55
פרייטאג-🌧️45
שבת-🌤️42
זונטאג-🌤️42
מאנטאג-🌥️42

________
🏡 מאנסי און קרית יוא-ל

היינט נאכט-☁️>🌫️35-37
דינסטאג -🌫️>☁️48
נאכט- 🌧️38-42
מיטוואך-☔️48
דאנערשטאג-🌧️52
פרייטאג-🌧️42
שבת-🌤️38
זונטאג-🌤️40
מאנטאג-🌥️38

🏡לעיקוואוד-טאמס ריווער-דזעקסאן

היינט נאכט-☁️>🌫️42
דינסטאג -🌫️>☁️52
נאכט- 🌧️45
מיטוואך-☔️52
דאנערשטאג-🌧️55
פרייטאג-🌧️47
שבת-🌤️44
זונטאג-🌤️44
מאנטאג-🌥️44

⛰קעטסקילס

היינט נאכט-☁️>🌫️?33
דינסטאג -🌫️>🌧️?47
נאכט- 🌧️38
מיטוואך-☔️48
דאנערשטאג-🌧️48
פרייטאג-🌧️40
שבת-🌤️35
זונטאג-🌤️37
מאנטאג-🌥️37

——————————-
?=ווייניגער ווי א 50% טשענס פון רעגן.
??=שוואכע טשענסעס פאר רעגן.
🌫️-פארנעפעלט/fog

א גוטען אווענט.

👈🏻ביטע העלפט די אידישע וועטער טשענעל אנצוגיין ווייטער , שיקט א וואטסאפפ לינק צו אפאר חברים. מען קען זיך אויך איינשרייבען אויף טעלעגראם.

⬅️אויך וויל איך בעטען אז מען זאל נישט קאפי/ פעסטען copy/paste מיינע באריכטען אויף אנדערע פלעצער. איך לייג עס נאר אויף וועבזייטליך מיט מיין רשות, פאר די וואס ווילען נאר א כשר׳ע וועבסייט און האבען נישט קיין עפפס .

א יישר כח,
-וועטערבאריכט
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

Re: וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן

שליחה דורך וועטערבאריכט »

דינסטאג אווענט -פרשת ויחי

א גוטען אווענט,

היינט איז געווען די דריטע פארוואלקענטע טאג און א רייע. היינט נאכט בלייבט פארוואלקענט און עס איז מעגליך צו זעהן מער fog דורך די נאכט. ביי מארגען נאכמיטאג קומט אהן די נעקסטע שטורם.

די לעצטערע מאדעלס ציען ארויף די רעגן אמאונטס מיטען שטורם וואס איז יעצט ערווארט צו קומען נענטער צו אונז .

די לעטעסט פרעדיקטענס זענען פון איינס און א האלב אינטשעס ביז אפילו צוויי אינטשעס אין פלעצער. די רעגן קען פאלען שווער פון צייט צו צייט מארגען אווענט און נאכט.

רעגן שויערס וועלען בלייבען מיט אונז פאר דאנערשטאג, פרייטאג און אפילו שבת צופרי , ביפאר מען זעהט א פארבעסערונג אין די וועטער מיט טייל זון שבת נאכמיטאג.

זונטאג ביז דינסטאג זעהן אויס אביסעל קיהלער און ווינטיג אבער די פעטעערן טויש איז אפגעריקט געווארען פאר נאך א פאר טעג.


🌇נאו יארק סיטי

היינט נאכט-☁️>🌫️42
מיטוואך-🌧️>☔️52
נאכט- ☔️47
דאנערשטאג-☔️>🌧️55
פרייטאג-🌧️48
שבת-🌧️?>🌤️45
זונטאג-🌤️45
מאנטאג-🌥️45
דינסטאג -🌤️42

________
🏡 מאנסי און קרית יוא-ל

היינט נאכט-☁️🌫️35-38
מיטוואך-🌧️>☔️45
נאכט- ☔️42-45
דאנערשטאג-☔️>🌧️50
פרייטאג-🌧️45
שבת-☁️>🌤️42
זונטאג-🌤️42
מאנטאג-🌤️40
דינסטאג -🌤️40

🏡לעיקוואוד-טאמס ריווער-דזעקסאן

היינט נאכט-☁️>🌫️45
מיטוואך-🌧️>☔️55
נאכט- ☔️52
דאנערשטאג-🌧️55
פרייטאג-🌧️52
שבת-🌧️?>🌤️48
זונטאג-🌤️45
מאנטאג-🌥️45
דינסטאג -🌤️44


⛰קעטסקילס

היינט נאכט-☁️>🌧️37
מיטוואך-🌧️>☔️46
נאכט- ☔️42
דאנערשטאג-🌧️49
פרייטאג-🌧️44
שבת-🌥️40
זונטאג-🌤️40
מאנטאג-🌥️38
דינסטאג -🌤️38


——————————-
?=ווייניגער ווי א 50% טשענס פון רעגן.
??=שוואכע טשענסעס פאר רעגן.
🌫️-פארנעפעלט/fog

א גוטען אווענט.

👈🏻ביטע העלפט די אידישע וועטער טשענעל אנצוגיין ווייטער , שיקט א וואטסאפפ לינק צו אפאר חברים. מען קען זיך אויך איינשרייבען אויף טעלעגראם.

⬅️אויך וויל איך בעטען אז מען זאל נישט קאפי/ פעסטען copy/paste מיינע באריכטען אויף אנדערע פלעצער. איך לייג עס נאר אויף וועבזייטליך מיט מיין רשות, פאר די וואס ווילען נאר א כשר׳ע וועבסייט און האבען נישט קיין עפפס .

א יישר כח,
-וועטערבאריכט
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

Re: וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן

שליחה דורך וועטערבאריכט »

מיטוואך אווענט - פרשת ויחי

א גוטן אווענט,

היינט איז געווען די פערטע פארוואלקענטע טאג און א רייע. די רעגן שויערס זענען דערווייל געווען מערסטענס לייכט און אויסגעשפרייט. היינט אווענט קומט דער שטורם נענטער און די רעגן וועט זיך אנהויבן מער שטענדיג שפעט אווענט און איבערנאכט. עס קען פאלן 1-2 אינטשעס רעגן מיט אפאר פלעצער אפילו נאנט צו דריי אינטשעס. די שווערסטע רעגן דאס מאל זעהט אויס צו זיין ארום די שטאט און נארטאיסט ניו דזשערסי. עס וועט זיין אביסל פלאדינג אבער עס זעהט נישט אויס ווי צו ערנסט, ווייל עס וועט פאלן אויסגעשפרייט איבער א משך פון 6-10 שעה.

דאנערשטאג צופרי וועט די רעגן ווערן מער שויערס און מיט אפאר שוואכע א דיסטארבענסעס קען זיין שויערס ביז פרייטאג צונאכטס.
ביי שבת צופרי וועט זיך ענדיגן אלע רעגן אבער עס בלייבט פארוואלקענט.
זונטאג ביז מיטוואך (שמות) וועט זיין טייל זוניג און קיהל אבער גארנישט געפערליך פאר די ערשטע וואך פון יאנואר.


🌇ניו יארק סיטי

היינט נאכט-🌧️>☔️48
דאנערשטאג-☔️>🌧️52
נאכט- 🌧️44
פרייטאג-🌧️52
שבת-🌥️48
זונטאג-🌤️45
מאנטאג-🌤️45
דינסטאג -🌤️42
מיטוואך-🌤️45

________

🏡 מאנסי און קרית יואל

היינט נאכט-🌧️>☔️42-45
דאנערשטאג-☔️>🌧️50
נאכט- 🌧️40-42
פרייטאג-🌧️?48
שבת-🌥️45
זונטאג-🌤️42
מאנטאג-🌤️40
דינסטאג -🌤️38
מיטוואך-🌤️42

________

🏡לעיקוואוד-טאמס ריווער-דזעקסאן

🌊א פלאד וואטש איז אין קראפט פון 7 היינט נאכט ביז 7 דאנערשטאג.

היינט נאכט-🌧️>☔️50
דאנערשטאג-☔️>🌧️55
נאכט- 🌧️?45
פרייטאג-🌦️?>🌧️52
שבת-🌤️45
זונטאג-🌤️48
מאנטאג-🌤️45
דינסטאג -🌤️42
מיטוואך-🌤️45

________

⛰קעטסקילס

היינט נאכט-🌧️>☔️42
דאנערשטאג-🌧️50
נאכט- 🌧️40
פרייטאג-🌧️47
שבת-🌥️40
זונטאג-🌤️40
מאנטאג-🌤️37
דינסטאג -🌤️38
מיטוואך-🌤️40

——————————-
?=ווייניגער ווי א 50% טשענס פון רעגן.
??=שוואכע טשענסעס פאר רעגן.
🌫️-פארנעפעלט/fog


א גוטן אווענט.

👈🏻 ביטע העלפט די אידישע וועטער טשענל אנצוגיין ווייטער, שיקט א וואטסאפפ לינק צו אפאר חברים. מען קען זיך אויך איינשרייבן אויף טעלעגראם.

⬅️ אויך וויל איך בעטן אז מען זאל נישט קאפי/פעיסטן copy/paste מיינע באריכטן אויף אנדערע פלעצער. איך לייג עס נאר אויף וועבזייטלעך מיט מיין רשות, פאר די וואס ווילן נאר א כשר'ע וועבסייט און האבן נישט קיין עפפס.

א יישר כח,
-וועטערבאריכט
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

Re: וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן

שליחה דורך וועטערבאריכט »

דאנערשטאג אווענט -פרשת ויחי

א גוטען אווענט,

היינט איז געווען נאך א פארוואלקענטע טאג, אפילו נאך דעם וואס דער שטורם איז ארויס איז געבליבען אסאך נאסקייט , דער שטורם האט געברענגט פון ארום 2.5 אינטשעס אין מאנרא און אויך מאנסי, מיט קלענערע אמאונטס נענטער צום שטאט פון 1.5 אינטשעס אדער ווייניגער.

די וואלקענעס און אפאר לייכטע שויערס אדער דריזזעל בלייבען מעגליך איבערנאכט און פרייטאג צופרי , עס זעהט יעצט אויס ווי מען קען זעהן אביסעל זון פרייטאג נאכמיטאג און עס ווערט מערסטענס זוניג אויף שבת טאג.

פון זונטאג ביז דאנערשטאג איז נישט דא קיין סאך צו רעדן מיט טרוקענע און אביסעל קיהלערע וועטער.

דערווייל בלייבען מיר שטעקען אין די מילדע שניילאזע וועטער. גארנישט איך זעה אויף די לעצטערע מאדעלס ווייזען עפעס א טויש , די מאדעלס האלטען אין איין פארשפעטערען די פאטטערן טויש. די פראבלעם איז אז ווינטער איז נאך דא פאר בערך צוויי און א האלב חדשים. אויב עפעס טוישט זיך נישט דראסטיש בלייבען מיר מיט גאר א שוואכע ווינטער.


🌇נאו יארק סיטי

היינט נאכט-🌧️?45
פרייטאג-🌧️??>🌤️52
צונאכטס- 🌧️??40
שבת-☁️>🌤️48
מוצש״ק-☁️🌛36
זונטאג-🌤️45
מאנטאג-🌤️45
דינסטאג -🌤️45
מיטוואך-🌤️45
דאנערשטאג-🌤️45

________
🏡 מאנסי און קרית יוא-ל

היינט נאכט-🌧️42
פרייטאג-🌧️??>🌥️52
צונאכטס- 🌧️?35
שבת-☁️>🌤️45
מוצש״ק-☁️🌛28-32
זונטאג-🌤️42
מאנטאג-🌤️42
דינסטאג -🌤️42
מיטוואך-🌤️42
דאנערשטאג-🌤️40

🏡לעיקוואוד-טאמס ריווער-דזעקסאן

היינט נאכט-🌧️?42
פרייטאג-🌤️55
צונאכטס- ☁️🌛32
שבת-🌤️48
מוצש״ק-☁️🌛30
זונטאג-🌤️47
מאנטאג-🌤️47
דינסטאג -🌤️45
מיטוואך-🌤️45
דאנערשטאג-🌤️>🌧️?45

⛰קעטסקילס

היינט נאכט-🌧️39
פרייטאג-🌧️??>🌤️47
צונאכטס- ☁️30
שבת-🌥️40
מוצש״ק-☁️🌛27
זונטאג-🌤️39
מאנטאג-🌤️37
דינסטאג -🌤️40
מיטוואך-🌤️40
דאנערשטאג-🌤️38

——————————-
?=ווייניגער ווי א 50% טשענס פון רעגן.
??=שוואכע טשענסעס פאר רעגן.
🌫️-פארנעפעלט/fog

א גוטען אווענט און א לעכטיגע שבת קודש!

👈🏻ביטע העלפט די אידישע וועטער טשענעל אנצוגיין ווייטער , שיקט א וואטסאפפ לינק צו אפאר חברים. מען קען זיך אויך איינשרייבען אויף טעלעגראם.

⬅️אויך וויל איך בעטען אז מען זאל נישט קאפי/ פעסטען copy/paste מיינע באריכטען אויף אנדערע פלעצער. איך לייג עס נאר אויף וועבזייטליך מיט מיין רשות, פאר די וואס ווילען נאר א כשר׳ע וועבסייט און האבען נישט קיין עפפס .

א יישר כח,
-וועטערבאריכט
די קעפעלע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 344
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 12:00 pm
האט שוין געלייקט: 47 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 264 מאל

Re: וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן

שליחה דורך די קעפעלע »

א ישר כוח פארן צושטעלן א פולע וואך פון וועטער-באריכטן.
ביטע האלט אן דיין געטרייע ארבעט. כה לחי!
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

Re: וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן

שליחה דורך וועטערבאריכט »

זונטאג אווענט -פרשת שמות

א גוטען אווענט,
היינט האטס זיך אנגעהויבען א נייע וואך אבער מיט ענדליכע וועטער עס איז געבליבען פארוואלקענט און גאנץ קיהל היינט.

היינט נאכט גייט אדורך א שוואכע פראנט און עס קען ברענגען אפאר לייכטע שניי אדער רעגן שויערס אין שטאט, שניי שויערס אפסטעיט.

מאנטאג בלייבט פארוואלקענט מיט קליינע טשענסעס פאר שויערס אין שטאט געמישטע און שניי אפסטעיט. ענדליך ווערט קלארער און קעלטער מאנטאג נאכט און עס זעהט אויס ווי דינסטאג און מיטוואך וועלען זיין זוניג און קיהל .

דאנערשטאג קומט דער נעקסטע מעגליכקייט פאר לייכטע רעגן אין שטאט, שניי אפסטעיט. מען ערווארט נישט קיין עקיומעלעשענס פון די שטורם. אבער עס וועט ווערען ווינטיג און קעלטער דאנערשטאג נאכט ביז שבת.

שבת נאכמיטאג ווערט פארוואלקענט און דאס מאל קען א עכטע שטורם אנקומען . אזוי ווי געווענטליך אין א ווינטער שטורם ווייזען וועטער מאדעלס פארשידענע סעלושענס. און עס איז נאך צו פרי פארצוזאגען אויב דאס וועט זיין אונזער ערשטע שניי שטורם און אויך ווי עס וועט זיין בלויז רעגן.

איך אפדעיט דער עולם אויף די וועטער גערעדט וואטעפפ טשענעל. און איך וועל שרייבען מער דיטעילס אין די אווענטליכע וועטער דיסקאציע בעזרת ה׳.

🌇נאו יארק סיטי

היינט נאכט-🌧️-🌨️??35
מאנטאג-🌧️??45
נאכט-☁️>🌛32
דינסטאג -🌤️45
מיטוואך-🌤️45
דאנערשטאג-🌧️?42
פרייטאג-🌤️💨38
שבת-🌤️>☁️40
זונטאג-❄️?☔️38

________
🏡 מאנסי און קרית יוא-ל

היינט נאכט-🌧️-🌨️??28-32
מאנטאג-☁️40
נאכט-☁️>🌛25-28
דינסטאג -🌤️40
מיטוואך-🌤️42
דאנערשטאג-☁️38
פרייטאג-🌤️💨34
שבת-🌤️>☁️38
זונטאג-❄️?33

🏡לעיקוואוד-טאמס ריווער-דזעקסאן

היינט נאכט-🌧️?36
מאנטאג-🌧️?45
נאכט-☁️>🌛28
דינסטאג -🌤️45
מיטוואך-🌤️45
דאנערשטאג-🌧️?45
פרייטאג-🌤️💨38
שבת-🌤️>☁️43
זונטאג-☔️42

⛰קעטסקילס

היינט נאכט-🌨️??25
מאנטאג-☁️>🌤️38
נאכט-☁️>🌛22
דינסטאג -🌤️39
מיטוואך-🌤️39
דאנערשטאג-☁️38
פרייטאג-🌤️💨30
שבת-🌤️>☁️35
זונטאג-❄️30

——————————-
?=ווייניגער ווי א 50% טשענס פון רעגן/שניי
??=שוואכע טשענסעס פאר רעגן/שניי

א גוטען אווענט.

👈🏻ביטע העלפט די אידישע וועטער טשענעל אנצוגיין ווייטער , שיקט א וואטסאפפ לינק צו אפאר חברים. מען קען זיך אויך איינשרייבען אויף טעלעגראם.

⬅️אויך וויל איך בעטען אז מען זאל נישט קאפי/ פעסטען copy/paste מיינע באריכטען אויף אנדערע פלעצער. איך לייג עס נאר אויף וועבזייטליך מיט מיין רשות, פאר די וואס ווילען נאר א כשר׳ע וועבסייט און האבען נישט קיין עפפס .

א יישר כח,
-וועטערבאריכט
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

Re: וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן

שליחה דורך וועטערבאריכט »

מאנטאג אווענט -פרשת שמות

א גוטען אווענט,
נאך אפאר לייכטע שויערס צופרי , איז היינט געווען גאנץ א לאטישע טאג.

היינט נאכט וועט די לאו פרעשור סיסטעם ארויס גיין אין די אטלענטיק. א היי פרעשור מיט א קיהלע לופט מאסע וועט אריינקומען און ברענגען שיינע זוניגע און אביסעל העכער ווי נארמאלע לופט פון היינט נאכט ביז מיטוואך.

א שטורם וואס מען האט לכתחילה ( א וואך צוריק) געמיינט אז קען אונז באגרייפען און ברענגען רעגן אדער שניי וועט זיך ארויסגליטשען אין ים.
מער פון א קליינע מעגליכקייט פאר אפאר לייכטע שניי אדער רעגן שויערס מיטוואך נאכט וועט דאס נישט ברענגען אבער עס איז א וויכטיגע שטיקעל אין די יסודות פון די נעקסטע וואכעדיגע שניי שטורם.

די שטורם וועט ארויפגיין ביז איסטערן קאנאדע אין בלייבען שטעקען אין א פלאץ וואס מען רופט די 50/50 בלאק.

דאנערשטאג ווערט זוניג נאך א פארוואלקענטע נאכט און קעלטערע לופט וועט אנהויבען זיך אריינצוריקען פאר דאנערשטאג נאכט ביז שבת. אפילו אין די שטאט וועט עס בלייבען אין די העכערע 30׳ערס דורכ׳ן טאג און אין די 20׳ערס ביינאכט.

שבת הייבט זיך אהן טייל זוניג אבער וואלקענעס וועלען זיך אריינגליטשען נאכמיטאג פון א שטורם אין די סאוטאיסט יונייטעד סטעיטס . די שטורם קען זיין אונזער ערשטע ווינטערדיגע שטורם פון די יאהר און מעגליך אונזער ערשטע שניי אין שטאט נאך א לאנגע צייט.

די פונקטליכע טרעק און וויפיל קאלטע לופט עס וועט זיין אוועיליבעל פאר די שטורם איז נאך נישט צו פונקטליך באוויסט. די וועטער מאדעלס מיט יעדע פון זייערע מיינונגען שפאנען פון רעגן צו שניי , א העפטיגע שניי שטורם , א געמיש, אדער אינגאנצען א מיס.

דערווייל גייען מיר מיט דער מיינונג אז עס וועט זיין מערסטענס שניי אפילו אין שטאט ,מוצאי שבת.

אויב דער שטורם בלייבט נאנט געניג וועט עס אריינשלעפען קעלטער לופט און שנייען ביז זונטאג נאכמיטאג. פלעצער אין אונזער ריאון קענען זעהן פון 6-12 אינטשעס.

מאנטאג ווערט זוניג און גאנץ קאלט מיט א שטארקע ווינט אונטער די שטורם. עס קען זיין א צווייטע שטורם ארום דינסטאג אדער מיטוואך אבער די שטורם וועט שוין זיין מערסטענס רעגן, מיט די מעגליכקייט פון שניי אפסטעיט ביים אנהויב, עס וועט זיך טוישען צו א שווערע רעגן שטורם דערנאך מיט פארפלייצונגען מעגליך ווען די רעגען צולאזט די שניי פון די מוצאי שבת און זונטאג שטורם.

נ.ב. איך אפדעיט דער עולם אויף מיין וועטער גערעדט וואטעפפ טשענעל. און איך וועל שרייבען מער דיטעילס און ארויפלייגען א שניי מעפ אויב עס פעלט אויס אין די אווענטליכע וועטער דיסקאציעס דורכאויס די וואך בעזרת ה׳.

🌇נאו יארק סיטי

היינט נאכט-☁️>🌛32
דינסטאג -🌤️42
נאכט-🌛☁️32
מיטוואך-🌤️45
דאנערשטאג-☁️>🌤️💨42
פרייטאג-🌤️💨38
שבת-🌤️>☁️40
זונטאג-❄️?☔️38
מאנטאג-🌤️💨37

________
🏡 מאנסי און קרית יוא-ל

היינט נאכט-☁️>🌛25-28
דינסטאג -🌤️40
נאכט-🌛☁️28-30
מיטוואך-🌤️42
דאנערשטאג-🌤️💨38
פרייטאג-🌤️💨35
שבת-🌤️>☁️38
זונטאג-❄️?32
מאנטאג-🌤️💨37

🏡לעיקוואוד-טאמס ריווער-דזעקסאן

היינט נאכט-🌧️??>🌛28
דינסטאג -🌤️42
נאכט-🌛☁️28
מיטוואך-🌤️45
דאנערשטאג-☁️>🌤️💨44
פרייטאג-🌤️💨38
שבת-☁️>☔️?40
זונטאג-☔️>❄️?☔️38
מאנטאג-🌤️💨40

⛰קעטסקילס

היינט נאכט-☁️>🌛22
דינסטאג -🌤️36
נאכט-🌛☁️25
מיטוואך-🌤️37
דאנערשטאג-🌤️💨36
פרייטאג-🌤️💨32
שבת-☁️35
זונטאג-❄️30
מאנטאג-🌤️💨35

——————————-
?=ווייניגער ווי א 50% טשענס פון רעגן/שניי
??=שוואכע טשענסעס פאר רעגן/שניי

א גוטען אווענט.

👈🏻ביטע העלפט די אידישע וועטער טשענעל אנצוגיין ווייטער , שיקט א וואטסאפפ לינק צו אפאר חברים. מען קען זיך אויך איינשרייבען אויף טעלעגראם.

⬅️אויך וויל איך בעטען אז מען זאל נישט קאפי/ פעסטען copy/paste מיינע באריכטען אויף אנדערע פלעצער. איך לייג עס נאר אויף וועבזייטליך מיט מיין רשות, פאר די וואס ווילען נאר א כשר׳ע וועבסייט און האבען נישט קיין עפפס .

א יישר כח,
-וועטערבאריכט
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

Re: וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן

שליחה דורך וועטערבאריכט »

דינסטאג אווענט -פרשת שמות

א גוטען אווענט,
נאך א קאלטע פרימארגען איז היינט געווען גאנץ א שיינע טאג.

היינט נאכט וועט נישט זיין אזוי קאלט אין שטאט און די נעקסטע צוויי טעג זעהן אויס צו זיין מערסטענס זוניג און קיהל. א קאלד פראנט וועט אדורכקומען דאנערשטאג און אריינברענגען א פרישע קעלטערע לופט מאסע. טעמפרעטורס וועלען זיין אין די 20׳ערס ביינאכט אפילו אין שטאט און בלייבען אין די 30׳ערס פרייטאג.

א שטורם וועט זיך דיוועלאפען אין די סאוט און ארויפקומען די איסט קאוסט. די וועטער מאדעלס וואקעלען זיך אין א פונקטליכע טרעק און אונז וועלען מיר וויסען וואס צו ערווארעטען ביז כאטש דאנערשטאג נאכמיטאג.

דערווייל זעהט עס אויס גאנץ סעיף צו זאגען אז אפסטעיט באקומט א גוטע שניי פון דער שטורם.
די שאלה בלייבט יעצט אויס די שטאט און אנדערע פלעצער נאנט צום וואסער וועלען בלייבען קאלט געניג פאר שניי. אפאר אינטשעס זעהן אויס גאנץ מעגליך אבער עס אנז נאך נישט א זיכערע זאך.

נאך די שטורם וועט זיין ווינטיג אבער שענער מאנטאג פאר א נייע און דאס מאל א רעגן שטורם קומט אהן פאר דינסטאג.
די צווייטע שטורם קען ברענגען שווערע רעגן און שטארקע ווינטען.


נ.ב. איך אפדעיט דער עולם גאנץ אפטען אויף מיין וועטער גערעדט וואטעפפ טשענעל. און איך וועל שרייבען מער דיטעילס און ארויפלייגען א שניי מעפ אויב עס פעלט אויס אין די אווענטליכע וועטער דיסקאציעס דורכאויס די וואך בעזרת ה׳.

🌇נאו יארק סיטי

היינט נאכט-🌛35
מיטוואך-🌤️45
נאכט-🌛☁️35
דאנערשטאג-☁️>🌤️💨45
פרייטאג-🌤️💨38
שבת-🌤️>🌨️?🌧️40
זונטאג-❄️?☔️>☁️38
מאנטאג-🌤️💨40
דינסטאג -☔️52

________
🏡 מאנסי און קרית יוא-ל

היינט נאכט-🌛25-28
מיטוואך-🌤️42
נאכט-🌛☁️28-30
דאנערשטאג-🌤️💨40
פרייטאג-🌤️💨35
שבת-🌤️>🌨️?35
זונטאג-❄️?>☁️35
מאנטאג-🌤️💨38
דינסטאג -❄️>☔️45

🏡לעיקוואוד-טאמס ריווער-דזעקסאן

היינט נאכט-🌛29
מיטוואך-🌤️45
נאכט-🌛☁️32
דאנערשטאג-☁️>🌤️💨45
פרייטאג-🌤️💨38
שבת-☁️>🌧️42
זונטאג-☔️?>☁️38
מאנטאג-🌤️💨42
דינסטאג -☔️48

⛰קעטסקילס

היינט נאכט-🌛25
מיטוואך-🌤️35
נאכט-🌛☁️25
דאנערשטאג-☁️>🌤️💨37
פרייטאג-🌤️💨30
שבת-☁️>🌨️30
זונטאג-❄️>☁️32
מאנטאג-🌤️💨38
דינסטאג -❄️&☔️40

——————————-
?=ווייניגער ווי א 50% טשענס פון רעגן/שניי
??=שוואכע טשענסעס פאר רעגן/שניי

א גוטען אווענט.

👈🏻ביטע העלפט די אידישע וועטער טשענעל אנצוגיין ווייטער , שיקט א וואטסאפפ לינק צו אפאר חברים. מען קען זיך אויך איינשרייבען אויף טעלעגראם.

⬅️אויך וויל איך בעטען אז מען זאל נישט קאפי/ פעסטען copy/paste מיינע באריכטען אויף אנדערע פלעצער. איך לייג עס נאר אויף וועבזייטליך מיט מיין רשות, פאר די וואס ווילען נאר א כשר׳ע וועבסייט און האבען נישט קיין עפפס .

א יישר כח,
-וועטערבאריכט
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

Re: וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן

שליחה דורך וועטערבאריכט »

מיטוואך אווענט -פרשת שמות

א גוטען אווענט,
היינט איז געווען די צווייטע טאג פון זון מיט וואלקענעס, מיט קיהלע טעמפרעטורס.

היינט נאכט וועט ווערען פארוואלקענט, מיט אפאר שוואכע פראנטס און שוואכע שטורם סיסטעמס. מער ווי אפאר לייכטע שויערס און שניי שויערס איז נישט ערווארטעט.
א שטערקערע קאלד פראנט וועט אדורכקומען דאנערשטאג און אריינברענגען א פרישע קעלטערע לופט מאסע, טעמפרעטורס וועלען זיין אין די 20׳ערס ביינאכט [אפילו אין שטאט] און בלייבען אין די 30׳ערס פרייטאג.

נאך וואס פרייטאג צונאכטס וועט זיין גוט קאלט, קומט א שטורם אהן פון די סאוט. די שטורם וועט ארויפקומען די איסט קאוסט. די וועטער מאדעלס וואקעלען זיך נאכאלץ לגבי דער פונקטליכע טרעק און שטארקייט פון די שטורם.

מען קען זיך גאנץ זיכער אנגרייטען פאר א פיינע שניי אפסטעיט, די שאלה איז לגבי די שטאט. ווי איך זעה עס, וועלען מיר באקומען אפאר אינטשעס, און לכאורה ציברעכען די רעקארד פון כמעט 700 טעג אהן אן אינטש שניי. דאס איז א שטורם וואס גאנץ קליינע טוישענגען אין די טרעק קען אויסמאכען א גרויסע חילוק.

די שניי זעהט אויס זיך אנצוהייבען שבת נאכמיטאג און די שווערסטע רעגן/שניי וועט פאלען ביינאכט. זונטאג קען מען זעהן א טויש צירוק צו לייכטע שניי איבעראל בשעת ווען די שטורם רוקט זיך ארויס.

א קאלטע היי פרעשור סיסטעם וועט איבערנעמען ביז דינסטאג אווענט ווען א צווייטע און שטערקערע שטורם קומט אהן. די צווייטע שטורם וועט נעמען א טרעק צו אונזער לינקס. וואס דאס מיינט אז רוב פון די שטורם וועט זיין רעגן און ווינט. אפסטעיט, קען זיין קאלט געניג פאר שניי און אייז, פאר עס גייט איבער צו רעגן ביי שפעט דינסטאג נאכט אדער מיטוואך.

בכלל קומט מער א ווינטערדיגע וועטער פאטטערן מיט קעלטערע לופט פון וואס מהאב מיר געהאט דיצעמבער. און א פיינע פאר שטרומס וואס גייען אדורך גיין, איינס פון די שטורמס קען טאקע ברענגען אן עכטע שניי אפילו פאר די שטאט.

נ.ב. איך אפדעיט דער עולם גאנץ אפטען אויף מיין וועטער גערעדט וואטעפפ טשענעל.
איך וועל שרייבען מער דיטעילס און ארויפלייגען שניי מעפס אויב עס פעלט אויס, אין די אווענטליכע וועטער דיסקאציעס דורכאויס די וואך בעזרת ה׳.


🌇נאו יארק סיטי

היינט נאכט-☁️35
דאנערשטאג-🌨️??>🌤️💨45
נאכט-🌛25
פרייטאג-🌤️💨38
שבת-☁️>❄️38
זונטאג-❄️&☔️33
מאנטאג-🌤️💨42
דינסטאג -☁️>❄️?☔️40
מיטוואך-☔️?>🌤️48

________
🏡 מאנסי און קרית יוא-ל

היינט נאכט-☁️28-32
דאנערשטאג-🌤️💨40
נאכט-🌛20-22
פרייטאג-🌤️💨35
שבת-☁️>❄️33
זונטאג-❄️32
מאנטאג-🌤️💨38
דינסטאג -☁️>❄️>☔️37
מיטוואך-☔️?>🌤️45

🏡לעיקוואוד-טאמס ריווער-דזעקסאן

היינט נאכט-🌨️??33
דאנערשטאג-🌨️??>🌤️💨43
נאכט-🌛23
פרייטאג-🌤️💨38
שבת-☁️>☔️42
זונטאג-☔️38
מאנטאג-🌤️💨42
דינסטאג -☁️>☔️48
מיטוואך-☔️?>🌤️52


⛰קעטסקילס

היינט נאכט-☁️25
דאנערשטאג-🌨️??>🌤️💨37
נאכט-🌛15
פרייטאג-🌤️💨30
שבת-☁️>❄️?30
זונטאג-❄️30
מאנטאג-🌤️💨35
דינסטאג -☁️>❄️34
מיטוואך-☔️42
——————————-
?=ווייניגער ווי א 50% טשענס פון רעגן/שניי
??=שוואכע טשענסעס פאר רעגן/שניי

א גוטען אווענט.

👈🏻ביטע העלפט די אידישע וועטער טשענעל אנצוגיין ווייטער , שיקט א וואטסאפפ לינק צו אפאר חברים. מען קען זיך אויך איינשרייבען אויף טעלעגראם.

⬅️אויך וויל איך בעטען אז מען זאל נישט קאפי/ פעסטען copy/paste מיינע באריכטען אויף אנדערע פלעצער. איך לייג עס נאר אויף וועבזייטליך מיט מיין רשות, פאר די וואס ווילען נאר א כשר׳ע וועבסייט און האבען נישט קיין עפפס .

א יישר כח,
-וועטערבאריכט
עמרם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 780
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
האט שוין געלייקט: 328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל

Re: וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן

שליחה דורך עמרם »

די פאלגענדע מאפע האט @וועטערבאריכט געלייגט אויף אייוועלט
IMG_2024-01-03-174938.png
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

Re: וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן

שליחה דורך וועטערבאריכט »

‎זונטאג אווענט - פרשת ‎וארא

די שבת/זונטאג שטורעם האט זיך געענדיגט. עס איז געווען צוויי עקסטערע שטורעמס בכלל פאר די שטאט און ווייטער איסט. אויף לאנג איילענד און סאוט צו לעיקוואוד איז דאס געווען מערסטנס א רעגן שטורם, די שטאט האלט נאך ביי איהר רעקארד כמעט 700 טעג פון די לעצטע מאל אונז האבן געזען איין אינטש שניי. פאר אפסטעיט איז דאס געווען אינגאנצן אנדערש, פון ארום 4-5 אינטשעס איז געפאלן ארום מאנסי און 10 אינטשעס צו איבער א פוס איז געפאלן אין ארענד'ג קאנטי, אין די קעטסקילס איז צום סוף אויך געפאלן פון 10 אינטשעס אין קיאמישע לעיק צו א פוס אין ליבערטי.

די שטורעם איז אריבער, אבער עס קומט א נייע און מער אימפעקטפולע שטורם פאר דינסטאג נאכמיטאג ביז מיטוואך צופרי.
די שטורעם גייט ארויף צו די גרעיט לעיקס, וואס דאס מיינט אז מיר באקומען רעגן, נישט שניי, איבעראל. (עס קען זיין גאר א קורצע צייט פון שניי און אייז אין די קעלטערע פלעצער אין די האדסען וועלי און די קעטסקילס).

די שטורעם ברענגט מיט זיך אסאך נאסקייט פון די גאלף אף מעקסיקא, די פראבלעמען וועלן זיין -
1. שווערע רעגן. נאנט צו דריי אינטשעס - אביסל ווייניגער ארום די שטאט און אביסל מער איבער נארטאיסטערן, נאו דזערסי און די האדסאן וועלי. די שניי וואס איז געפאלן די לעצטע טעג וועט זיך צולאזן און צולייגן כאטש איין אינטש צו די רעגן וואס פאלט, און פלאדינג איז זייער מעגליך. די שווערסטע רעגן וועט פאלן פון דינסטאג אווענט ביז מיטוואך פארטאגס.
2. שטארקע סאוטאיסט ווינטן וועלן זיך דעוועלאפן צווישען די שטורם און א היי פרעשור אין קאנאדע. לויט טייל פרעדיקשענס קענען מיר זעהן ווינטן פון 35-40 מ.פ.ש. און גאסטס (wind gusts) פון 50-60 מ.פ.ש. די שטערקסטע נאנט צו די ים (ברוקלין) און אין לעיקוואוד.
3. קאוסטעל פלאדינג. די שטורם קומט מיט שטארקע ווינטן פון די סאוטאיסט, וואס ברענגט די העכסטע וואלן פאר סיגעיט און די פייוו טאונס, ווי אויך די גאנצע סאוט בארטן פון ברוקלין, קווינס און לאנג איילענד. וואס קען עס מאכן נאך ערגער איז אז עס איז סוף חודש ווען די טיידס (tides) זענען העכער ווי נארמאל אין אלע אופנים.

די שטורם וועט קומען צו א סוף מיטוואך צופרי מיט שענערע, זוניגע און קילערע וועטער פאר סוף וואך. נאך א שטורעם איז מעגליך פרייטאג ביינאכט און שבת מיט מערסטנס רעגן פאר די שטאט און א געמיש אדער שניי העכער אפסטעיט.

🌇 ניו יארק סיטי


היינט נאכט-☁️32
מאנטאג-🌤️💨42
נאכט-🌛>☁️30
דינסטאג -☁️>☔️💨52
מיטוואך-☔️💨?>🌤️52
דאנערשטאג-🌤️45
פרייטאג-🌤️>☔️?💨47
שבת-☔️?>⛅️52
זונטאג-🌤️38

________
🏡 מאנסי און קרית יוא-ל

🌊פלאד וואטש דינסטאג אווענט ביז מיטוואך צופרי

היינט נאכט-☁️🌛💨25-28
מאנטאג-🌤️💨38
נאכט-🌛☁️18-23
דינסטאג -☁️>☔️💨45
מיטוואך-☔️?>🌤️48
דאנערשטאג-🌤️42
פרייטאג-🌤️>☔️42
שבת-☔️>☁️45
זונטאג-🌤️35

__________________
🏡לעיקוואוד-טאמס ריווער-דזעקסאן

🌊פלאד וואטש דינסטאג אווענט ביז מיטוואך צופרי

היינט נאכט-☁️🌛💨28
מאנטאג-🌤️💨44
נאכט-🌛>☁️28
דינסטאג -🌧️?>☔️💨52
מיטוואך-☔️💨?>🌤️52
דאנערשטאג-🌤️47
פרייטאג-🌤️>☔️?💨47
שבת-☔️?>⛅️55
זונטאג-🌤️40

___________________
⛰קעטסקילס

היינט נאכט-☁️🌛💨23
מאנטאג-🌤️💨38
נאכט-🌛☁️15
דינסטאג -❄️>☔️💨37
מיטוואך-☔️?>☁️45
דאנערשטאג-🌤️37
פרייטאג-🌤️>🌧️/🌨️38
שבת-❄️&☔️>☁️40
זונטאג-🌤️30

——————————-
?=ווייניגער ווי א 50% טשענס פון רעגן/שניי
??=שוואכע טשענסעס פאר רעגן/שניי

=======

א גוטן אווענט!

👈🏻ביטע העלפט די אידישע וועטער טשענעל אנצוגיין ווייטער, שיקט א וואטסאפפ לינק צו אפאר חברים. מען קען זיך אויך איינשרייבען אויף טעלעגראם.

⬅️אויך וויל איך בעטן אז מען זאל נישט קאפי/פעסטען (copy/paste) מיינע באריכטן אויף אנדערע פלעצער. איך לייג עס נאר אויף וועבזייטליך מיט מיין רשות, פאר די וואס ווילן נאר א כשר'ע וועבסייט און האבן נישט קיין עפפס.

א יישר כח
- וועטערבאריכט
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

Re: וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן

שליחה דורך וועטערבאריכט »

‎מאנטאג אווענט פרשת וארא

עס איז געווען שיין צו האבן איין זוניגע און שטילע קיהלע טאג. דאס קומט צו א סוף מיט א שטארקע שטורם וואס קומט אהן דינסטאג נאכמיטאג, ביז מיטוואך צופרי.
די שטורעם זעהט אויס צו ברענגען ווי מען זאגט אין ענגליש -everything but the kitchen sink.

לאמיר זעהן, פאר די שטאט למשל איז דא א פלאד וואטש פון מארגען אווענט ביז מיטאג אויף מיטוואך, 2-3 אינטשעס רעגן קען פאלן, און מיט א נאסע ערד ביז יעצט וועט נישט נעמען קיין סאך צו זעהן פארפלייצונגען.

דערנאך איז דא א ווינט אדווייזערי פאר דינסטאג אווענט ביז מיטוואך פארטאגס. די ווינטן פון די סאוטאיסט וועלן בלאזען פון 25-35 מ.פ.ש געהעריג און אזוי הויך ווי 50-55 מ.פ.ש. אין די שטערקסטע שויערס פון רעגן. א קאוסטעל פלאד וואטש איז אויך אין קראפט פאר ברוקלין, קווינס, מיט א קאוסטעל פלאד ווארענונג און הויכע ווינט ווארענונג פאר ווינטן פון 50-65 מ.פ.ש. פאר סאוט קווינס און לאנג איילענד. די מיטוואך פארטאגס היי טייד קען ברענגען ערנסטע קאוסטעל פלאדינג פאר די פייוו טאונס.

פאר אפסטעיט קומט אהן זייער אייגענע פראבלעמען מיט פלאד וואטשעס אין ווינט אדווייזעריס. צוצולייגן צו דעם איז א מעגליכקייט פאר א פאר שעה פון לייכטע שניי אין מאנרא און ספעציעל די קעטסקילס, וואס דאס קען ברענגען א קאוטינג אין מאנרא צו ארום איין אינטש אין די קעטסקילס מיט אביסל אייז פאר עס גייט איבער צו רעגן. די איינציגע גוטע נייעס איז אז יעצט זעהט עס אויס ווי עס וועט פאלן 2-3 אינטשעס און נישט מער.

די פראבלעם איז אבער אז די שניי וואס ליגט אויפן ערד וואס וועט צוגיין אין די זעלבע צייט וואס די רעגן פאלט וועט ברענגען א בעסערע טשענס פון פארפלייצונגען.

די רעגן וועט פאלן פון ארום 1/2 אינטש ביז אן אינטש א שעה, סאו מען דארף זיך כאטשיג נישט זארגן פאר אן ערב סוכות אין שטאט מינע סצענע.

ביי מיטוואך פארטאגס גייט אדורך א שטארקע קאלד פראנט מיט א ליין פון שטארקע שטורמס מעגליך אבער דערנאך ווערט שנעל טרוקן.

נאך א שענערע מיטוואך נאכמיטאג ביז פרייטאג, קומט אהן נאך איין אין די פעראדע פון שווערע רעגן און שטארקע ווינט שטורמס פאר פרייטאג צונאכטס ביז שבת צופרי. מיט א דריטע (דאס מאל מער שנייאיגע שטורם, מעגליך מאנטאג פר' בא), אבער לאמיר אדורכגיין איין שטורעם אויף אמאל…


🌇 ניו יארק סיטי

היינט נאכט-🌛>☁️35
דינסטאג -🌧️?>☔️💨50
נאכט-☔️🌊46
מיטוואך-🌊☔️💨?>🌤️52
דאנערשטאג-🌤️45
פרייטאג-🌤️48
שבת-☔️?>🌤️💨55
זונטאג-🌤️💨35
מאנטאג-🌤️💨35

________
🏡 מאנסי און קרית יוא-ל

היינט נאכט-🌛>☁️22-28
דינסטאג -🌨️?>☔️💨45
נאכט-☔️🌊42
מיטוואך-🌊☔️💨?>🌤️48
דאנערשטאג-🌤️42
פרייטאג-🌤️42
שבת-☔️?>🌤️💨52
זונטאג-🌤️💨32
מאנטאג-🌤️💨32

__________________
🏡 לעיקוואוד-טאמס ריווער-דזשעקסאן

היינט נאכט-🌛>☁️28
דינסטאג -🌧️?>☔️💨52
נאכט-☔️🌊48
מיטוואך-🌧️💨?>🌤️52
דאנערשטאג-🌤️48
פרייטאג-🌤️>🌧️?50
שבת-☔️?>🌤️💨55
זונטאג-🌤️💨37
מאנטאג-🌤️💨37

___________________
⛰ קעטסקילס

היינט נאכט-🌛>☁️16
דינסטאג -🌨️⛷️?>☔️💨38
נאכט-☔️🌊38
מיטוואך-🌧️?💨42
דאנערשטאג-🌤️40
פרייטאג-🌤️38
שבת-🌧️?🌨️?💨42
זונטאג-🌤️💨28
מאנטאג-🌤️💨27

——————————-
?=ווייניגער ווי א 50% טשענס פון רעגן/שניי
??=שוואכע טשענסעס פאר רעגן/שניי



א גוטן אווענט!

👈🏻 ביטע העלפט די אידישע וועטער טשענעל אנצוגיין ווייטער , שיקט א וואטסאפפ לינק צו אפאר חברים. מען קען זיך אויך איינשרייבן אויף טעלעגראם.

⬅️ אויך וויל איך בעטן אז מען זאל נישט קאפי/ פעסטען copy/paste מיינע באריכטן אויף אנדערע פלעצער. איך לייג עס נאר אויף וועבזייטלעך מיט מיין רשות, פאר די וואס ווילן נאר א כשר'ע וועבסייט און האבן נישט קיין עפפס .

א יישר כח
-וועטערבאריכט
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

Re: וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן

שליחה דורך וועטערבאריכט »

‎דינסטאג אווענט -פרשת
‎וארא
עס רעגענט און בלאזט שוין גאנץ שטארק , ספיצעיל און פלעצער לעבן די ים.

א שטארקע שטורם סיסטעם ברינג אלע ערליי וועטער פראבלעמען. טארנעידאס אין די סאוט , פון פלארידא , צו די קארליינעס , שווערע רעגן אין די סאוט און די מידדעל אטלענטיק סטעיטס, וועסט פון די שטורם שנייט פעסט מיט בליזזערד קאנדיטשענס אין אסאך ערטער אין די נארט האלב פון Illinois, Wisconsin, Iowa אין Missouri.
די שטורם וועט ארויפגיין צו די גרעיט לעיקס און ברענגען שווערע רעגן, שטארקע צו סכנה׳דיגע ווינטען אפילו שניי הויך אין New Hampshire און Maine. די עפעקטס פון די שטורם ווערען געשפירט איבער האלב די United States.

די ירגסטע וועטער פאר אונז און אונזער ריאון וועט פארסירען היינט ביינאכט ביז מיטוואך פארטאגס . די רעגן פון 2-4 אינטשעס די ווינטען און אלע פראבלעמען וועלען אנהויבען צו ווערען בעסער ביי 2-5 אזייגער צופרי. די אויסנאם וועט זיין קאוסטעל פלאדינג פון די נאו דזערסי בארטען ביז בואט ברוקלין און לאנג איילענד. דאס וועט נאך געשעהן מארגען אינדערפרי ארום די צייט פון היי טייד (high tide) וואס דאס קומט אהן ארום 7-9 צופרי ווענדט זיך ווי עס איז.

אן upper level low , וועט נאכגיין די שטורם און ברענגען שויערס מארגען צופרי אבער עס וועט ווערען טייל זוניג ,ווינטיג און אביסעל קיהלער אונטער דער שטורם. קיהלע אבער קלארע און זוניגע וועטער פאר דאנערשטאג און פרייטאג, מיט נאך אין די פאראדע פון שטורמס פאר פרייטאג צונאכטס ביז שבת צופרי.
די שטורם קען שוין ווייטער ברענגען שווערע רעגן און שטארקע ווינטען. נעקסטע וואך וועט עכט קעלטערע וועטער אנהויבען אריינציקריכען פון קאנאדע, עס וועט זיין 20-30 below zero און די נארטוועסט חלק פון אמעריקא אבער ביז עס קומט אהן צו אונז וועט עס שוין פארלירען דער punch, און קודן וועלען מיר זעהן 30׳ערס בייטאג און ארום 20 ביינאכט אפילו אין שטאט. סוף וואך קען אהן קומען די קעלטסטע לופט פון די ווינטער, אבער דאס איז ווייט ארויס און מען האט נאך צייט צו זעהן מער וואס גייט געשעהן ביי אנהויב נעקסטע וואך.

פיינעלי אזוי ביז יעצט קומען אהן שטורמס א יעדע פאר טעג אבער די שטורמס נעקסטע וואך זעהן אויס מער שנייאיג ווי רעגענדיג בפרט נארטוועסט פון די שטאט.

בקיצור מען איז זייער ביזי…

פאר די וואס האבען וואטסאפפ לוינט זיך צו ארויפגיין צו די וועטער גערעדט טשענעל https://chat.whatsapp.com/GIhTEXA2BNTLYVyvsKmrrB
פאר שטענדיגע אפדעיטס איבערנאכט ווי עס פעלט אויס אי״ה.


🌇נאו יארק סיטי

היינט נאכט-☔️🌊?💨💨48
מיטוואך-🌧️?🚧💨?>🌤️50
נאכט-🌛☁️💨35
דאנערשטאג-🌤️45
פרייטאג-🌤️55
שבת-☔️?>🌤️💨60
זונטאג-🌤️💨35
מאנטאג-🌤️>☔️/❄️36
דינסטאג -❄️/☔️>❄️34

________
🏡 מאנסי און קרית יוא-ל


היינט נאכט-☔️🌊?💨💨40-44
מיטוואך-🌧️?>🌤️💨45
נאכט-🌛☁️💨28-30
דאנערשטאג-🌤️42
פרייטאג-🌤️48
שבת-☔️?>🌤️💨55
זונטאג-🌤️💨30-32
מאנטאג-🌤️>☁️30-32
דינסטאג -❄️30

__________________
🏡לעיקוואוד-טאמס ריווער-דזעקסאן

היינט נאכט-☔️🌊?💨💨46
מיטוואך-🌧️?💨>🌤️50
נאכט-🌛☁️💨32
דאנערשטאג-🌤️48
פרייטאג-🌤️>🌧️?48
שבת-☔️?>🌤️💨60
זונטאג-🌤️💨37
מאנטאג-🌤️>☔️?37
דינסטאג -❄️/☔️?36

___________________
⛰קעטסקילס

היינט נאכט-☔️🌊?💨36
מיטוואך-🌧️/🌨️💨?40
נאכט-🌛☁️💨25
דאנערשטאג-🌤️37
פרייטאג-🌤️37
שבת-☔️?🌨️💨42
זונטאג-🌤️💨27
מאנטאג-☁️28
דינסטאג -❄️?27

——————————-
?=ווייניגער ווי א 50% טשענס פון רעגן/שניי
??=שוואכע טשענסעס פאר רעגן/שניי

א גוטען אווענט!

👈🏻ביטע העלפט די אידישע וועטער טשענעל אנצוגיין ווייטער , שיקט א וואטסאפפ לינק צו אפאר חברים. מען קען זיך אויך איינשרייבען אויף טעלעגראם.

⬅️אויך וויל איך בעטען אז מען זאל נישט קאפי/ פעסטען copy/paste מיינע באריכטען אויף אנדערע פלעצער. איך לייג עס נאר אויף וועבזייטליך מיט מיין רשות, פאר די וואס ווילען נאר א כשר׳ע וועבסייט און האבען נישט קיין עפפס .

א יישר כח,
-וועטערבאריכט
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

Re: וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן

שליחה דורך וועטערבאריכט »

‎דאנערשטאג אווענט -פרשת
‎וארא

נאך א שיינע און זוניגע טאג גייען מיר צירוקציוועגס צו נאך א שטורם. ווי עס זעהט אויס יעצט איז עס א שטורם וואס ענדילט זיך צו די פארגאנגענע דינסטאג נאכטס שטורם אבער עס וועט זיין א שוואכערע סיסטעם. די טאטאל רעגן זעהט אויס צו זיין פון 1-2 אינטשעס און די העכסטע ווינטען וועלען זיין פון 30-40 מ.פ.ש. עס קומט מיט איהר קאוסטעל פלאדינג פראבלעמען און געווענטליכע פלעצער וואס ווערען פארפלייצט גאנץ שנעל און אפטען וועלען אויך ליידען פון דעם אז די ערד איז נאך גוט פייכט פון די רעקארד נאסע דיצעמבער און אנהויב יאניואר.

היינט נאכט און רוב מארגען בלייבען שיין און גאנץ מילד. פרייטאג צונאכטס ארום כניסת שבת הייבט די רעגן אהן צו פאלען און דורכ׳ן נאכט וועט זיין רעגענדיג זייער ווינטיג און ווילד. די שטורם וועט אבער אויסער דעם וואס עס ברענגט רעגן און ווינט ,

היינט נאכט וועט זיין טייל פארוואלקענט , ווינטיג אבער נישט צו קאלט. מארגען וועט זיין זוניג און קיהל, כדרכו דעם ווינטער קען מען נישט אדורכגיין מער ווי א פאר טעג ביפאר א נייע שטורם קומט אהן. פרייטאג וועט ווערען פארוואלקענט און שויערס קען זיך אנהייבען שפעט נאכמיטאג . פרייטאג צונאכטס באקומען מיר א חזרת השיעור פון די פארגאנגענע שטורם. שווערע רעגן, מיט א טונדערשטורם אפילו מעגליך. די רעגן אמאונטס וועלען זיין ווייניגער, בערך 1-2 אינטשעס . די ווינט איז אויך נישט עקספעקטעט צו זיין אזוי שטארק מיט די שטערקסטע סאוטאיסט ווינטען פון ארום 30-40 מ.פ.ש.

שבת צופרי וועט די רעגן זיין פארטיג, און עס וועט זיין מילד און ווינטיג אונטער די נייע שטורם.

נעקסטע וואך קומט א עכטע ארטיק לופט מאסע אריין פון קאנאדע מיט די קעלטסטע לופט פון די ווינטער.

א שטורם וועט זיך דיוועלאפען אין סאוט און ארויפקומען צו אונזער לאטיטאט -latitude , די שאלה איז ווי נאנט עס קומט צו אונז , דאס מאל איז נישט די שאלה אויב עס איז רעגן אדער שניי. נאר אויס עז קומט נאנט געניג צו ברענגען שניי פאר די שטאט און קאוסטעל פלעצער, אדער עס בלייבט מער איסט און געט איהר שניי אויס פאר די פיש.

סיי ווי סיי זעהט עס אויס אז ארטיק לופט קומט ענדליך אריין אין די יונייטעט סטעיטס , מיט די די קעלטסטע טעמפרעטורס מער אין די צענטרעל און נארטוועסט
סטעיטס. Northwest states.

די טעמפרעטורס וועלען אראפגיין מיט יעדע טאג נעקסטע וואך ( פרשת בא) ביי מיטוואך וועט עס בלייבען אין די 20׳ערס אפילו אין שטאט! פארשטייטס זיך אז אין אפסטעיט ווי עס איז געווענטליך קעלטער וועט זיין גאר קאלט.

די אנוואציע פון קאלטע לופט קען אפילו אפעקטירען אזוי ווייט סאוט אז פלארידא און מיאמי וועלען האבען אפאר קיהלע טעג מיט 40׳ערס ביז נאך שבת.

נ.ב.
פאר די וואס האבען וואטסאפפ לוינט זיך צו ארויפגיין צו די וועטער גערעדט טשענעל https://chat.whatsapp.com/GIhTEXA2BNTLYVyvsKmrrB
פאר שטענדיגע אפדעיטס, קליפס און בילדער ווי עס פעלט אויס אי״ה.


🌇נאו יארק סיטי

היינט נאכט-☁️🌛36
פרייטאג-🌤️>⛅️48
צונאכטס-☔️🌊💨43
שבת-🌤️🌧️? ?>🌤️💨55⏬️42
מוצש״ק-🌛💨32
זונטאג-🌤️💨37
מאנטאג-🌤️>☁️35
דינסטאג -🌨️?>❄️33
מיטוואך🌤️27
דאנערשטאג-🌤️34

________
🏡 מאנסי און קרית יוא-ל

היינט נאכט-☁️🌛28-30
פרייטאג-🌤️>⛅️45
צונאכטס-☔️🌊💨38
שבת-🌤️🌧️? ?>🌤️💨50⏬️38
מוצש״ק-🌛💨25
זונטאג-🌤️💨32
מאנטאג-🌤️>☁️32
דינסטאג -🌨️?>❄️28
מיטוואך🌤️24
דאנערשטאג-🌤️32

__________________
🏡לעיקוואוד-טאמס ריווער-דזעקסאן

היינט נאכט-☁️🌛29
פרייטאג-🌤️>⛅️48
צונאכטס-☔️🌊💨42
שבת-🌤️💨55⏬️45
מוצש״ק-🌛💨32
זונטאג-🌤️💨40
מאנטאג-🌤️>☁️35
דינסטאג -🌨️?>❄️&☔️37
מיטוואך🌤️28
דאנערשטאג-🌤️37

___________________
⛰קעטסקילס

היינט נאכט-🌨️??🌛28
פרייטאג-🌤️>⛅️38
צונאכטס-❄️>☔️🌊💨32
שבת-🌤️>🌧️/🌨️?42⏬️32
מוצש״ק-🌛💨20
זונטאג-🌤️💨27
מאנטאג-🌤️30
דינסטאג -🌨️?24
מיטוואך🌤️22
דאנערשטאג-🌤️26

——————————-
?=ווייניגער ווי א 50% טשענס פון רעגן/שניי
??=שוואכע טשענסעס פאר רעגן/שניי

א גוטען חודש, אווענט און א לעכטיגען שבת!

👈🏻ביטע העלפט די אידישע וועטער טשענעל אנצוגיין ווייטער , שיקט א וואטסאפפ לינק צו אפאר חברים. מען קען זיך אויך איינשרייבען אויף טעלעגראם.

⬅️אויך וויל איך בעטען אז מען זאל נישט קאפי/ פעסטען copy/paste מיינע באריכטען אויף אנדערע פלעצער. איך לייג עס נאר אויף וועבזייטליך מיט מיין רשות, פאר די וואס ווילען נאר א כשר׳ע וועבסייט און האבען נישט קיין עפפס .

א יישר כח,
-וועטערבאריכט
פארשפארט