אנטשולדיגס, אבער געלט און כבוד איז אויך לשמה און השקפה טהורה אדער אפילו גאר שפיץ השקפה טהורה. please don't bust the balloonרוני האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 8:40 amשמעון וואלף האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 12:12 am אבי מ'זעהט שוין איין אז די מחלוקת איז עפעס טיפערס, נישט בלויז אויף ריעל עסטעיט און כבוד. דא איז דא ערענסטע חילוקי דעות בעניני משנה זיין פון מסורה.
א מחיה, מ'זעהט בחוש אז מתוך שלא לשמה בא לשמה, ס'האט זיך אנגעהויבען אויף געלט און כבוד, און ס'ענדיקט זיך אויף השקפה טהורה...
ת"ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר"א) קר"י
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 344
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 12:00 pm
- האט שוין געלייקט: 47 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 264 מאל
Re: ת''ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר''א) קר''י
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 792
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:40 pm
- האט שוין געלייקט: 55 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 655 מאל
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 307
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 10:18 pm
- האט שוין געלייקט: 507 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 232 מאל
Re: ת"ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר"א) קר"י
ווי לאנג נעמט ביז איינער פון די צווי קומט ארויס מיט א נייע מערכה
אין וואס ווענד זיך עס
אין דער פראבלעם אליין זיכער נישט - איז וואס יא
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 57
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 2:13 pm
- האט שוין געלייקט: 11 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 205 מאל
Re: ת"ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר"א) קר"י
יענער האט געזאגט אז זיין רבי איז ממש א 'ספר תורה' - יעדער וואך א צווייטע פרשה...
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 792
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:40 pm
- האט שוין געלייקט: 55 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 655 מאל
Re: ת"ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר"א) קר"י
איינער דארף זיך פארעדען און נאכדעם הייבט זיך עס אהן הין און צוריקקליינע צדיק האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 2:24 pmווי לאנג נעמט ביז איינער פון די צווי קומט ארויס מיט א נייע מערכה
אין וואס ווענד זיך עס
אין דער פראבלעם אליין זיכער נישט - איז וואס יא
או אפשר אז רז"ל זאל האבען עפעס א שטארקע הצלחה און ר"א וואס איז דאך אן איש אמת כידוע וועט זיכער נאכען אז יעדער ווייסט אז ער איז מקנא
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 780
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
- האט שוין געלייקט: 328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל
Re: ת"ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר"א) קר"י
כ'האב עטליכע יאר צוריק געזעהן א קונטרס פון ר' איטשע מאיר מארגנשטערן אדמו''ר מתורת חכם ווי דערציילט מעשיות פון זיין רבי ר' אלחנן האלפרין ז''ל פון לאנדאן
דערציילט ער בשמו אז ער האט אמאל געוואלט שלום מאכן צווישן הרה''ק מ'סאטמאר און הרה''ק מ'קלויזענבערג ער איז ארויף צי ביידע עטלעכע מאל, אבער ער האט איינגעזעהן אז ס'איז גאר א העכערע מחלוקת וואס אונז האבן נישט אריינצורעדן
- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
Re: ת''ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר''א) קר''י
פון דיין אויסברויך אויף בלויז איין צד, קוקט אויס אז אויף דעם אנדערן צד האסטי שוין יא איינגעזעהן אז ס'איז לשם שמים. ווארט צו אביסול און די וועסטיך איבערצייגן אז צד א' איז אויך עפעס העכערע ענינים.מן הסתם האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 3:10 amשמעון וואלף, פרייט אייך נאכנישט, מ'רעדט דא פון קיין שום טיעפע זאכן, ס'גאנץ פשוט מהרז"ל דער יונגערער ברודער האט פשוט און פראסט פיינט דעם עלטערן ברודער מהר"א, א איינגעגעסענע טיפע דזשעלעסי און אומפארגינערישקייט פין יארן יארן לאנג, און דעטץ איט.קהל'ס נער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 1:47 amמען לייגט זיך אריין אין א באקס, אז מען טאר נישט משנה זיין, און יעצט דארף מען זיכן א loophole, פארוואס יעצט מעיג מען יא משנה זיין, חברה ס׳נישטא קיין באקס, דער קעניג איז נאקעט.שמעון וואלף האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 12:12 amאבי מ'זעהט שוין איין אז די מחלוקת איז עפעס טיפערס, נישט בלויז אויף ריעל עסטעיט און כבוד. דא איז דא ערענסטע חילוקי דעות בעניני משנה זיין פון מסורה.חב''ד הויזן האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 8:13 am
אוודאי משנה טייטשט טוישן, אבער מ'ניצט שינוי אין קאנטעקסט פון פארפארן פון מסורה. מהר''א טענה'ט אז ער האט געטוישט אבער נישט משנה געווען. מהרז''ל טענה'ט אז דאס הייסט יא משנה געווען.
נישטא קיין שאנס איינער זאל ארויסגיין גערעכט דא.
מהרז"ל האט נישט קיין שום פראבלעם מיט שינוי מסורה ווען עם פריוואט קומט אויס גוט, ער וויל דיר בסך הכל איינרעדן אז ער מיינט כבוד שמים, מיינען מיינט ער זיך מיט יעך מיט זעך, כבוד עצמו הוא דורש. דעם עולם גולם פארקויפט מען אז מ'מיינט דעם באשעפער מיטן ויואל משה..
שרייט אתה יצרת, און ס'שטערט עם אז ער האט נישט באקומען קיין מוסף.. דעטס איז, גארנישט מער, נישט קיין שום טיפע עניינים קומען נישט אריין, בלויז ברודערישע פראסטע געפעכטן, ביי גולובנציץ האט עם אויך נישט געשטערט קברים, ביי אריזאנע ווייץ האט עם נישט געשטערט חשש חמץ אדער קיום מצוות מצה, עם שטערט בלויז דאס ברודער זיינער, ווען ער שלעפט זיך ארויס קיין מאנרא זיין מסדר קידושין ארונטערברענגען דעם ברודערס הנהגה שטערט עם אויך נישט קיין מסורה.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 189
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 4:22 am
- האט שוין געלייקט: 92 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 183 מאל
Re: ת"ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר"א) קר"י
איך האלט דירעקט נישט אז צד א' איז לשם שמים, אבער עכ"פ זיי זענען מער ווייניגער ביזי מיט זיך און נישט מיטן אראפצורייסן כסדר דעם קאמפעטישן מיט דזשעלעסי סטייל אטאקעס כידוע..
- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
Re: ת"ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר"א) קר"י
כידוע....
נעכטן איז געווען א פייער אין בראדוועי מצה בעקערי און מ'האט געשפריצט וואסער. וואס זענען די שאנסן אז די אנדערע צד קוקט זיך שוין פאר א דרשה? בסה"כ קען ער בעסער ארומשפילן מיט ווערטער צו מאכן דעם איינדרוק.
ביידע קוקן אויפ'ן צווייטן מיט די זעלבע זשעלעסי און אומפארגינישקייט, נאר בעת מהר"א ענד קא. טיען למעשה און ארבעטן אריין אויף אלע פראנטן אויף די חלק פון "ועשה טוב", איז מהרז"ל ענד קא. סטאק ביים "סור מרע". (כמובן "רע" און "טוב" לשיטתם.)
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 403
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 14, 2022 12:00 am
- האט שוין געלייקט: 102 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 577 מאל
Re: ת"ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר"א) קר"י
ווי זאגט יענער? אלעס מאכן די זאליס נאך די ארוינים, פאראיאהר איז געווען א פייער אין מהר''א מצה בעקערי היי יאר איז געווען אין מהרז''ל בעקערי...שמעון וואלף האט געשריבן: ↑פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 6:34 amכידוע....
נעכטן איז געווען א פייער אין בראדוועי מצה בעקערי און מ'האט געשפריצט וואסער. וואס זענען די שאנסן אז די אנדערע צד קוקט זיך שוין פאר א דרשה? בסה"כ קען ער בעסער ארומשפילן מיט ווערטער צו מאכן דעם איינדרוק.
ביידע קוקן אויפ'ן צווייטן מיט די זעלבע זשעלעסי און אומפארגינישקייט, נאר בעת מהר"א ענד קא. טיען למעשה און ארבעטן אריין אויף אלע פראנטן אויף די חלק פון "ועשה טוב", איז מהרז"ל ענד קא. סטאק ביים "סור מרע". (כמובן "רע" און "טוב" לשיטתם.)
- אלפא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 836
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
- האט שוין געלייקט: 3900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל
Re: ת"ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר"א) קר"י
וואס זאגט דער עולם צו אזא דעבאטע צווישן אן ארוני און זלוני?
סאטמאר ז. עס איז אנקעגן די מסורה צו טוישן דעם דרך הלימוד פון חו"ר, היתכן מ'האט עס איינגעפירט אין א 'סאטמארע' מוסד?
סאטמאר א. קודם כל מ'טוט כסדר נייע זאכן, נישט נאר סאטמאר, און נישט נאר אונז, עס איז א פשוט'ע זאך אז מ'דארף זיך אראפלאזן און צופאסן זאכן צום דור, ובפרט היינטיגע צייטן. לדוגמא די נושא פון מענטל העלט וועלכע איז אמאל געווען א 'בעלזער מאדערניזאציע' איז היינט אנגענומען אין אלע מוסדות.
צווייטנס איז די נייע מהלך נישט קיין שינוי נאר אן הוספה, ווייל מ'לערנט אויך די וואכענדיגע פרשה.
ז. איבער דעם אז מ'לערנט די וואכענדיגע פרשה און צו דאס איז טאקע ממש נישט משונה פון פריער, וועל איך לייגן אין א זייט, בעיקר ווייל עס זענען נישט מער ווי פאקטן וואס מ'דארף פשוט מברר זיין. אבער איבער דעם אז מ'מעג טוישן און אז מ'טוישט כסדר וויל איך זיך דינגען.
עס איז אמת אז מ'טוישט כסדר און אז אידישקייט בלייבט נישט שטיין, אבער פארט איז דא א גרויסע נ"מ ווער, ווען, און וויאזוי מ'גייט צו צו דעם. ובפרט סאטמאר וואס איז דאך די סימבאל פון מסורה און דעם 'חדש אסור מן התורה' סלאגאן - דער רבי זי"ע איז געגאנגען אין פייער פאר די שיטת החת"ס און זיכער געמאכט אז מ'רירט ווי ווייניגער צו – דארף זייער אכטונג געבן פון אזעלכע זאכן. ווידער, זאכן וואס זענען שוין נתקבל געווארן אין א גרויס טייל כ"י און האט זיך ארויסגעשטעלט אומשעדליך אדער גאר ראטזאם, דאס קען מען אננעמען, וכמובן נישט מיט אפענע ארעמעס נאר מתןך הכרח.
א. דער רבי זי"ע האט דאך געעפנט א מיידל שולע און נאך זאכן, אנדערש ווי די מסורה?
ז. קודם כל דער רבי זי"ע האט געהאט פלייצעס. צווייטנס עס איז געווען אן אבסעלוטע צורך וועלכע מ'האט נישט געקענט לייקענען.
א. נו, איז פארוואס זאל אונזער רבי נישט קענען מחליט זיין וואס איז א צורך און וואס מ'מעג טוישן? ובכלל אונז זענען דאך סאטמאר היינט, אונזער רבי איז היינט די מחליט וואס 'סאטמאר' טוט יא און נישט?!
ז. ענקער רבי מעג מחליט זיין וואס ער וויל, אבער דיין צווייטע נקודה ברענגט ארויס די פוינט גאר גוט. די נקודת המחלו' ליגט נישט אזוי ווייט צו עס הייסט א שינוי אדער נישט, און צו דער רבי זי"ע וואלט עס יא אדער נישט געטון, עס איז איבער די בעלות פון דער מושג סאטמאר. בעת וואס רוב סאטמארע חסידים – תלמידים פונעם רבי זי"ע זענען זייער אומבאקוועם מיט שינויים, און פילן ווי איינמאל דער רבי איז אוועק האט מען נישט דעם רעכט צו רוקן די פערניטשור אוועק פון פאזיציע, און אפי' ווען עס איז נחוץ און נוגע איז סאטמאר אייביג די פאן-טרעגער פון שטיין מיט די טראדיציע (חוץ ווי גע'שמועס'ט מתוך הכרח), קומט ענקער רבי און 'איז מחליט' וואס זיין סאטמאר איז און טוט זיך מה שעולה על לבו מיטן אויסרייד אז דאס ווערט יעצט סאטמאר.
א. וואס איז די פראבלעם דערמיט?
ז. עס איז טאקע נישט קיין אינהערענט פראבלעם, עס איז נאר א מחלוקת ווער עס באזיצט דעם אמת'ע סאטמארע השקפה – וואס דו ביסט מודה איז ביסודו זיך צו האלטן דאס מערסטע מיטן מסורה – וואו ענקער רבי וויל זיך נעמען דאס רעכט אלס מנהיג סאטמאר צו טוישן דעם יסוד?!

וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 808
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 12, 2020 11:17 pm
- געפינט זיך: אויפן וועג צום קאווע שטיבל
- האט שוין געלייקט: 448 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל
Re: ת"ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר"א) קר"י
איך זעה באמת נישט די פראבלעם צווינגט קיינעם נישט ווער עס וויל נישט זאל נישט שיקן אין די חדר?