דר. האָד האָדסאן
טענה'ט אז "זמן"/ספּעיסטיים ארבעט עפ"י די
גראָאיִנג בּלאַק יוּניווערס מאדעל. דאס באדייט אז ספּעיסטיים איז בעצם א וואקסענדיגע בּלאַק, וואו די עבר און הוה זענען "עכט" וקים, בשעת די עתיד (נאך) נישט
(ועיין כאן וכאן). "
הייפּערטיים" באדייט וואו עס זענען דא מערערע פון די סארט בּלאַקס (וכעין א מאָלטיווערס, נאר ביחס צו פארשידענארטיגע ספּעיסטיימס). און ער טענה'ט אז עס איז יתכן א "
הייפּערטיים היפּאטעזיע", וואו עס זענען פארהאן מערערע ספּעיסטיים בּלאַקס. ועפי"ז טענה'ט ער אז צו טענה'ן קעגן מציאות הא-ל בעד די רעות וואס מ'זעהט, דארף מען נישט נאר אָננעמען אז דאס איז נישט דאס בעסטע וועלט שייך, נאר מ'דארף אָננעמען אז אונזער ספּעיסטיים איז ניטאמאל
א חלק פונעם בעסטן וועלט מעגליך - מיינענדיג, אז מ'דארף דאס שוין טענה'ן אויף די גאנצע סעט פונעם
הייפּערטיים, וואס איז יתכן אז אונזער ספּעיסטיים איז א חלק פון. און דאס איז שוין א שווערערע טענה.
ער טענה'ט נאך מער, אז מעטאפיזיש גערעדט, איז עס פונקט אזוי מסתבר אז אזוי ווי די ספּעיסטיים בּלאַק קען וואקסן, וואס עס טוהט דאך כסדר כנ"ל, קען עס בעצם קלענער ווערן און עס קען "אפגעשניטן" ווערן דערפון; עס איז נישט בעצם מן הנמנע. וא"כ וויל ער עפי"ז קלערן אז מ'קען בעצם זאגן אז סיי מעשה בראשית אזוי ווי עס שטייט אין די תורה כפשוטו ממש, און סיי די סייענטיפישע קאנסענסוס ווי אזוי עס איז צוגעגאנגן, וועלכע איז בהדיא דערקעגן, זענען ביידע אמת ביינאזאם. און דאס איז ווייל מעיקרא איז די בּלאַק געווען און געוואקסן אזוי ווי עס שטייט אין די תורה און אזוי האט זיך עס פארמירט. אבער לאחר חטא אדה"ר וצאתו מגן עדן, האט הקב"ה אפגעשניטן דעם עבר פון דעם בּלאַק, און צוגעטשעפעט דערצו די עבר פון אַן אנדערן בּלאַק אין
הייפּערטיים, וואס דאס איז די עבר פון די סייענטיפיק קאנסענסוס וועלכע אונזער ספּעיסטיים האט כהיום, לאזענדיג דעם הוה וואו אדם און חוה זענען געווען יעצט
צוזאמען מיט אנדערע האָמינידס וכדומה. דר. דאָסטין קראָמעט
טענה'ט אבער אז וואס איז די סיבה אז ג-ט זאל אזוי טוהן מחמת חטא עץ הדעת? (אזא סארט
בונה עולמות ומחריבן, און דאס וואס הקב״ה האט געזאגט לאדה״ר בנוגע עצי הגן, קה״ר ז יג, תן דעתך שלא תקלקל ותחריב את עולמי ע״ש.)
ועיין בדברי דר. האָדסאן
לעיל.
איך האב געקלערט אז מ'קען אפשר זאגן בדרך רמז בזה אז די ערשטע ברכה פון ברכות ק"ש של שחרית הייבט זיך אָן מיט וואס איז מיוסד עה"פ בישעיה (מה ז) יוצר אור ובורא חשך עשה שלום ובורא רע, ועיין בברכות יא:. וא"כ קען מען זאגן אז דערפאר זאגט מען אין די ערשטע ברכה של ברכות ק"ש של ערבית, משנה עתים ומחליף את הזמנים. והיינו, לרמז אז ג-ט האט באשאפן מערערע ספּעיסטיים בּלאַקס, ועכ"כ אז ער האט געטוישט פון איין בּלאַק צום צווייטן וכדברי דר. האָדסאן כנ"ל, וואס די געדאנק טוהט פארמינערן פונעם תלונה פון דעם אז עס איז דא א בריאת רע בהעולם וכנ"ל, וואס פון די פסוק בישעיה פון "בורא רע" איז די נוסח פונעם ערשטן ברכה מברכות ק"ש של שחרית מיוסד.
ובענין זה,
טענה'ט דר. וויליאם דעמבּסקי אז די רעות בהעולם זענען מחמת חטא עץ הדעת (
עכ"פ אין איר אלעגארישן זין). איי, ס'דאך געווען רעות בהעולם מקודם שנברא האדם ובא לעולם, און ווי סייענס נעמט אָן? נאר ג-ט האט שוין אריינגעלייגט די רעות בהעולם, וויסענדיג מעיקרא אז דער מענטש וועט זינדיגן. דר. דאָסטין קראָמעט
טענה'ט דערקעגן:
God’s pre-emptive addition of suffering seems counterproductive, given Dembski’s description of God’s aims. A punishment which harms babies and animals as or more often than it affects people who have done anything wrong, and allegedly does so ‘as a matter of justice’, raises more questions than it answers. As far as making us realize the gravity of sin is concerned, most people throughout history have not known about the eons of evolutionary history before we came on the scene, and those who do almost uniformly draw the seemingly obvious conclusion that we can’t be responsible for natural evil, since it predates us. (Contrast this with the situation if we knew that the Earth had been a tranquil paradise for hundreds of millions of years until, shortly after the beginning of humanity, it plunged into the bloodbath we see today – that would be an effective demonstration of the gravity of sin!) So, on this view, God inflicts suffering on non-human animals for hundreds of millions of years in order to do something that apparently frustrates his purposes
ווי אויך איז אינטרעסאנט בענין זה, ווי דר. קראָמעט ברענגט דארט צו אז די געדאנק פונעם
אָמפעלאָס טעאריע, אז ג-ט האט באשאפען די יקום בערך 6,000 יאר צוריק, אבער עס זעהט פשוט אויס עלטער, איז דאס אז עס איז מכח דעם וואס עס איז מן הנמנע פאר ג-ט דאס צו באשאפן אנדערש. ער און
דר. מיכאל מורעי דינגען זיך אבער דערויף.
***
עס איז מערקווידיג ווי שד״ל איז מפרש הפסוקים בסיום קהלת (יב יג-יד) סוף דבר הכל נשמע את האלקים ירא ואת מצותיו שמור כי זה כל האדם, כי את כל מעשה האלקים יבא במשפט על כל נעלם אם טוב ואם רע:
אין צורך להגות בספרי הקדמונים, אשר לא דברו רק דברי מוסר ולא דברי פילוסופיאה, שהרי הכל נשמע, יום יום אנו שומעים כל איש ואיש אפילו הדיוט שאומר את האלקים ירא ואת מצותיו שמור, כי זה כל האדם, כל אדם יודע לדבר כזאת, ואין בזה חכמה כלל.
וכן כל האדם אפילו הדיוט אומר כי את כל מעשה האלקים יבא במשפט על כל נעלם אם טוב ואם רע. ומפני כל זה הוצרך בעל הספר לכתוב את הספר הזה, אשר, לדעת קהלת שכתבו, הוא מלא חכמה וכליל יופי על פי עומק חכמת הפילוסופיאה (גם כי באמת כל משכיל יראה בעיניו כי הבל הבלים אמר קהלת).
***
ר׳ שלמה פפנהיים האט
געשריבן א ספר ״אגדת ארבע כוסות״, נאכדעם וואס ער האט ל״ע פארלוירן דריי קינדער און אויך זיין ווייב במקשה לילד. די ״ארבע כוסות״ זענען צום ערשט דעם ״כוס התרעלה״, וואו ער איז מתאבל על מיני הרעות בעולם, כגון העניות הזקנה החולשה והמיתה.
דערנאך גייט דאס צו ״כוס תנחומים״, וועלכע געבט זיך אפ מיט תירוצים על זה. כגון אז די רע איז מעט נגד הטוב, אז רע איז נישט קיין מציאות בפני עצמו בעצם, אז רע איז (אפט) נאר רעלאטיוו צום אינדיווידואלן מענטש, אז עס קען זיין א גם זו לטובה און פונעם רע שפראצט שפעטער ארויס א טובה פאר׳ן מענטש, און אז רוב רעות זענען מחמת וואס דער מענטש ברענגט זיך אליינס אָן מחמת רדיפת המותרות.
דערנאך איז ״כוס ביד ה׳״, וואו ער איז מבאר אז די רעות זענען בא מחמת חטא עץ הדעת וועלכע האט גורם געווען עזיבת האדם להמקרים, און ווי רעות קענען זיין בהשגחה על האדם לנסותו או להנטותו אל הדרך הנכונה לשכר עוה״ב.
דערנאך איז ״כוס ישועות״, וואו ער פאקוסירט אויף די טובות בהעולם וציוויליזאציע און איז מעורר לביטחון בה׳.
די לשון זיינער איז מורא׳דיג!
***
דוד הום האט
געשריבן:
The best, and indeed the only, method of bringing everyone to a due sense of religion is by just representations of the misery and wickedness of men
און דר. וויליאם עדווארד מאָריס און דר. טשארלאט בּרוין
שרייבן בזה במשנתו של דוד הום:
Cleanthes admits that if we go beyond their usual meanings when we apply human terms to God, what we say is indeed unintelligible. Abandoning all human analogy is thus to abandon natural religion, but preserving it makes it impossible to reconcile evil with an infinite God
Cleanthes doesn’t realize that his new theory of “finite perfection” is worse than his old one. He also doesn’t seem to remember Philo’s earlier question about what “finitely perfect” might possibly mean. Instead of God, he is now committed to some kind of superhero. Besides, the story he is telling is itself a theodicy. His superhero’s limitations explain why he cannot eliminate evil, or create an evil–free world
***
לגבי דעם געדאנק פון
אנטינעטעליזם, האט דער בּריטישער דאקטאר הענרי העוועלאק עליס, וועלכער האט געהאלטן פון
יוּדזשעניקס, געשריבן:
The superficially sympathetic man flings a coin to the beggar; the more deeply sympathetic man builds an almshouse for him so he need no longer beg; but perhaps the most radically sympathetic of all is the man who arranges that the beggar shall not be born
דאס איז א העכערע מדריגה פון דאס וואס דער רמב״ם שרייבט לגבי צדקה (הל׳ מתנות עניים פ״י ה״ז) ואיפסק להלכה ביו״ד סימן רמט סעיף ו. ואולי וועגן דעם כאפט אָן דער רמב״ם די לשון ״מעלה גדולה שאין למעלה ממנה״ לשלול דאס וואס עליס זאגט.
***
בנוגע
דעם אז ספר איוב קומט שולל זיין די קשר בין מעשים טובים או רעים ובין שכר ועונש,
זאגט דר. דזשאַן לעווינסאן אז עס איז נישט מוכרח אז ספר דברים ומשלי האבן יא אזוי שטארק געהאלטן פון דעם קשר. מ׳זעהט אז זיי האלטן אז ס׳איז שייך אביונים ול״ד אז זיי זענען רשעים, און זייער שלוות הנפש, טוהנדיג וואס איז ריכטיג באדארף צו זיין בעסער ווי דער יושר וואס טוהט נישט אזוי.
ער ברענגט אויך ארויס אז
ספר איוב איז מעגליך אז שורשו מאדום, און ווי מ׳זעהט אז די נעמען פון די כאראקטערס דערין זענען ענליך צו די נעמען וואס מ׳טרעפט ביי אדום (לדוגמא בבראשית פל״ו). ווי אויך זאגט ער אז די מטרה פונעם ספר במענה לאיוב מן הסערה, איז ארויסצוברענגען דעם געדאנק במו״נ ח״ג פי״ג אז דער מענטש איז נישט תכלית היקום והיצירה.