הכנות צו די וואלען און מדינת ישראל
ווי באוויסט איז אריה דרעי געוועין יו"ר פון ש"ס פאר אסאך יארען און זיינע צייטען איז געוועין די בעסטע צייטען פאר ש"ס האבענדיג 15מנדטים ביז ער איז געגאנגען זיצען וואס דעמאלטס האט אלי ישי איבער גענומען און די לעצטע פאר יאר האט ש"ס געהאט סך הכול 8 אדער 9 מנדטים, אריה דרעי פון זיין זייט איז א געריבנע סוחר אין ער האט געמאכט זיכער אז זיין נאמען בלייבט א גאנצע צייט און די נייעס יעדע שטיק צייט מיט עפעס א אנדרע נייעס,
יעצט נאך וואס ביבי האט פאררופען וואלען האט זיך געטין און ארץ ישראל ווער גייט זיין יו"ר פון פון די ספרדישע מפלגה ש"ס וועט אלי ישי מותר זיין אויף זיין כבוד און זיך ריקען פאר אריה דרעי אדער נישט, עס איז געוועין שמועות אז אריה דרעי קומט צוריק און אלי ישי גייט אוועק פון פאלטיק אנדרע האבען געזאגט אז אריה דרעי וועט עפנען א נייע מפלגה, אזוי איז געוועין שמועות אהין און צוריק למעשה האט ש"ס סופרייזט יעדעם און זיי האבען געמאלדען אויף א שלום און פון יעצט ביז די בחירות גייט שס ווערען געפירט דורך 3 חברה אריה דרעי, אלי ישי, און אריאל אטיאס, און נאך די בחירות וועלען זיי מחליט זיין ווער וועט זיין די פאקטישע יו"ר און ווער זיין די ערשטע פלאץ און כנסת,
וועט זיי געלונגען צו ארבטען און איינעם? צייט וועט לאזען וויסען! למעשה האבען די ספרדישע באוויזען עפעס וואס די חסדישע האבען נאך נישט באוויזען ביז יעצט ווייל ווי עס קוקט יעצט אויס וועלען די חברה פון ר' שמואל אויערבאך עפענען א נייע מפלגה און עס איז דא שמועות אז בעלזא האט געסטראשעט אז אויב זיי באקומען נישט א גיטע פלאץ וועלען זיי גיין מיט ש"ס בקיצור עס איז הויך יום טוב
ווער עס וויסט מער איז מכבוד זיך צו לאזען הערען
אזוי שרייבענדיג טראכט איך אז קען זיין עס קומט אין צומעס איס אויב די הנהלה האלט אזוי זאלען זיי עס רוקען