ר ' אפרים אשרי ז"ל

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
רעאגיר
לייביששרייבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 595
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
האט שוין געלייקט: 321 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1385 מאל

ר ' אפרים אשרי ז"ל

שליחה דורך לייביששרייבער »

ליטע און דאס ליטווישע אידנטום
נאכן צעפאלן פון צארישן רוסלאנד אין דער ערשטער וועלט מלחמה איז אין יאר 1918 ווידער אויפגעקומען דאס זעלבסט שטענדיגע און באפרייטע לאנד ליטע

דאס דאזידע קליינע לאנד וואס ליגט נאנט צום מזרח ברעג פונעם באלטישן ים, מיט דער הויפטשטאט קאוונע (קאאונאס) ציילט זיך צוזאמען מיט דער שטאט ווילנע וואס איז דורך איר אנעקסירט געווארi זינט 1939 ארום phr מיליאן איינוואויbער' און ביזן חורבi ליטע האבן דארטן געלעבט לערך 250 טויזנט אידן

דעד אידישער ישוב אין ליטע איז שוין ארום זיבן הונדערט יאר אלט און נאך אין 17טן יאר הונדרעט איז ליטע בארימט געווען אלס דער גרעסטער אידישער צענטער פון תורה און חכמה אין אייראפע א דאנק אירע גדולי ליטע באצייכנט געווארן אלס וועלט בארימטע ישיבות איז ליטא באצייכענט געווארן אךס ארץ ישראל השני און ווילנע אלס ירושלים דליטא.

גרעסטע גאונים ווי ר' שבתי הכהן (ש"ך) ר משה רבק"ש (באר הגולה) ר אליה (דער ווילנער גאון) ר חיים וואלאזשינער ר' יצחק אלחנן דער נצי"ב ר ישראל סאלאנטער ר' יוסף בער סאלאווייטשיק ר' חיים סאלאווייטשיק ר' מאיר שמחה ר' יוסף ראזין דער חפץ חיים ר אלי ברוך קמאי, ר' משה מרדכי עפשטיין רב און ראש ישיבה פון סאלאבאדקא ר' ברוך בער לייבאוויץ דער ראש ישיבה פון קאמענעץ און אנד.

היינט אירע גרויסע און בארימטע ישיבות: סאלאבאדקע ראדין טעלז קעלם פאנעוועזש וואו עס האבן געלערנט תלמידים פון דער גאנצער וועלט וואס האבן גרויס געמאכט איר נאמען אלס גרעסטער תורה צענטער ביי אידן.

ליטע איז אויך געווען באוואוסט מיט איר שיטת המוסר זצ"ל וואס האט איינגעפירט ר' ישראל סאלאנטער זצ"ל

א חוץ דעם איז ליטע אויך בארימט געווען, אלס צענטער פון השכלה,פונוואנען עס זענען ארויס געקומען די גרעסטע אידישע דענקעראון ווארט זאגער. יעדע שעפערישע אידישע געדאנק, האט אדער געהאט זיין אחיז אין ליטווישען אידונטעם, אדער דא אויסגעצייטיגט און רייף געווארן. נישטא כמעט קיין איין וויכטיגע אידישע באוויגונג, צו וועלעכע ליטויישע אידן האבן נישט =געהאט בייגעטראגען זייער חלק.

אבער איבער אלץ האט ליטע געשמט אין דער אידישער וועלט מיט איר הכנסת אורחים ברייטהארציגקייט איבערגעבנקייט און אהבת ישראל נישט אומזיסט איז געשאן געווארן דאס ווערטל" ליטוואק צלם קאפ ווייל א ליטווישער איד האט זיך געלייגט אין דער לענג און אין דער ברייט צו העלפן א צווייטער איד.

ווי אן אילוסטראציע צו דער דאזיקער ברייטהארציקייט, קאן דינען דער פאקט וויאזוי ווי אזוי ליטווישע אידן האבן אויפגענומען די לעצטע אנטלאפענע פליטים פון פוילן דייטשלאנד און אנדערע לענדער, ביים אויסברוך פון דער מלחמה אין 1939 מיט וואס פאר א ווארימקייט און ברודערליכקייט מען האט די דערמאנטע פליטים אויפגענומען.

דאם איז געווען ליטע דאס לאנד פון תורה חכמה און אהבת ישראל דאס אלץ איז געווען און מער נישטא.

די נאצישע רוצחים ימ"ש צוזאמען מיט זייעע ליטווישע אונטער-העלפער האבן אויסגעריסען מיטם ווארצעל דעם כרם ישראל, דעם יאר הודרעטער פארווארצעלטער אידישן ישוב פון ליטאץ

א בלוטיגע כאוואליע פון מוארעדיגע מאסן שחיטות האבן זיך אריבער געטראגן איבערן ליווישען אידענטום, און אפגעמעקט אלע ישיבות און תורה מוסדות צוזאמען מיט אלע וועלטליכע אינסטיטוציעס, און מיט די שרעקליכסטע עינויים זיינען אומגעקומען די דארטיגע גדולי התורה און די תלמידי היששיבות.
מיט אריבער 110 יאר צוריק (32 יאר פון ווען ר' אפירם אשרי ז"ל האבן די ווערטער געשריבען) וועןליטא איז אויפגעשטאנען תחיית המתים, האבן די ליטווישע אידן פון גאנצען הארצען זיך געפרייט איבער דער דאזיגער גישעעניש, זיי האבן געהאט די טיפסטע סימפאטיע און אכטונג פאר דער באפרייטער מדינה, און מיט זייער כוח און גייסט האבן זיי געהאלםן אויפ-בויעם צוריק דאס ליטא לאנד און געהאט די גרעסטע חלק אין איר דערפאלג.

געדוכענט האט זיך איז ליטווינער שאצן דאס אפ, און אז די גוטע באציאונגען וואס האט זיך איינגעשטעלט אין יענער צייט וועלן שאפן א נייע תקופה פון פריינדליכע צוזאמען לעבען צווישען די ליטווינע און די ליטווישע אידן וועלעכע האבן דורות לאנג געוואוינט צוזאמען, און צוזאמען אדורך געמאכט פארשידענע צייטן שלעכטע און גוטע ביז זיי האבן זיך דערווארט די צייט פון ליטעס באפרייאונג.

ליטע האט טאקע ביים אנהייב פון איר זעלבסשטעדיגקייט געגעבן פאר די אידן נאציאנאלער אויטאנאמיע, אין פארם פון זעלבסשטענדיגקע קהילות מיט א נאציאנאל-ראט, א זעלבסטשטענדיגע שול-וועזן אין העברעיאישער און אידישער שפראך אויפן חשבון פון דער מלוכה, און איבער דעם א אידישע מיניסטעריע מיט א אידישער מיניסטער, אזוי אז ליטע האט ווירקליך געקענט דינען ווי א מוסטער פאר אסאך אנדערע מדינות ווי אזוי צו באהאנדלען מינדערהייט.

אבער נישט לאנג האט דער זיסער חלום געדויערט די ליטוויש אנטיסעמיטישע עלעמענטן אין דער מלוכה האבן חרוב געמאכט די דאזיגע אינסטיטוציעס און געבליבען איז ביז די מלחמה די קולטור אוטאנאמיע דאס רעליגיעזע און וועלטליכע שול וועזן.

אויך אויפן עקאנאמישער געביט האט די ליטווינער גיך גענוען צו די אידן ארויס שטופן זיי פון זייערע לאגע איינגעפונדעטע פאזיציעס, און מאכן פאר אידן שווער דאס לעבן און צווינגען זיי צו עמיגראציע.

אבער דער קלימאקס איז געקומען אין יאר 1941, ווען די ליטווינער זיינען באפאלן די אידן מיט גרויליגע אכזריות, זיי געפייניגט און געמארדעט און אומגעבראכט קליינע אומשולדיגע קינדער אומגליקליכע קראנקע און שוואכע מענער און פרויען, און זיי אויסגענארדעט מיט כל ערליי מיתות משינות וואס לאזט זיך גארנישט באשרייבן.

זאל דאס בלייבן לדראון עולם אלם אייביגער קין-צייכן פאר די ליטווישע רוצחים ווי זיי האבן זיך אויפגעפירט מיט די אידן, מיט וועלכע זיי האבן צוזאמען געלעבט 700 יאר וועלעכע האבן מיט זייער מארך און בלוט געהאלםן טויף בויען ליטעץ

מיין טייערע אידישע ליטע ווי קען איך דיך פארגעסען? ווי קען איך רואיג לעבן ווען דיין גרויזאמע חורבן שטייט םאר מיינע אויגען ווי ירמי' הנביא רוף איך מי יתן ראשי מים ועיני מקור דמעה ואבכה יומם ןלילה את חללי בת עמי !

זאל די ווערטער זיין ווי א קליינע מצבה אויף דעם גרויסען חורבן פון אונזער אידישע ליטע.

דאס זענען די גענויע ווערטער פון הרב ר' אפרים אשרי פאר זיין בוך וואס ער האט געשריבען אין אידיש וועגען די ליטווישער שחיטות

ווער איז דאס ר' אפרים אשרי, וואס איז ער געווען, וואו איז ער געוען בעפארן קריג און נאכן קריג?
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.

דער אשכול פארמאגט 13 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר