דער גר צדק וואס האט פארלאזט אידישקייט
- פרייוויליג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1778
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1168 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל
דער גר צדק וואס האט פארלאזט אידישקייט
יחיאל ישראל בלויד איז א גר צדק וואס איז צוריק געווארן א קריסט. עס טוט זיך אסאך גערידער איבער וואס דאס איז געשען. איז ער א מיסיאנער? איז ער א באהאלטענע דזשוס פאר יעזוס רעקרוטער? איז זיין גירות געווען אויטענטיש? אויב האט ער עס געמיינט ערנסט וואלט ער נישט געמאכט א ברית מילה: דאן וויאזוי קען זיין אז אזא יונגע צוקאכטער חסיד מיט לאנגע פיאות וואס האט מסיים געווען ש"ס, זוהר, וכתבי אריז"ל זאל מיטאמאל מאכן פליטה? וואס האט אים געמאכט ווערן א איד, און וואס האט אים געמאכט צווייפלען צו איבערלאזן אלעס? איז ער אן אינטערוועלטניק וואס מיר גייען נאך אמאל ליידן פון אים? וואס טוט זיך דא?
יחיאל ישראל אדער bartimaeus black וויאזוי ער רופט זיך יעצט, האט געהאט אן אינטערוויו מיט זאב ברענער, און עס איז מיר אויסגעקלארט געווארן אסאך זאכן איבער אים, און איך האב געוואלט מיטטיילן מיינע מחשבות.
עס איז געווען מענטשן וואס האבן אריינגערופן לייוו די שאו מיט קשיות פאר דעם גר, עס איז געווען איינצעלענע גוטע קשיות, אבער אסאך פון די קשיות איז געווען געטריבן פון עמאשענס, און עס איז א שאד אז אזעלכע קשיות/סטעיטמענס ווי: דו גייסט ברענען אין גיהנם! אדער דו ביסט איד, און דו קענסט נישט ווערן אויס איד, אא"וו, איז געווען רובא פון די פאון קאולס. די עיקר קשיא וואלט געדארפט זיין, סיריעסלי? פון א גר צו א קריסט נאכ'ן דורכלערנען ש"ס? what have you been smoking? נעם מיך אין א שפאציר אין דיין מוח צו פראסעסן אזא פרעצעדענטלאזע שריט. איך ווייס נישט אויב מיר קענען אן ענליכע געשיכטע ערגעץ וואו אין די נאנטע היסטאריע.
ווען מען האט געפרעגט יחיאל, וואס האסטו ארויסגענומען פון אידישקייט, פון אלע לימודים, געב מיר עפעס א חידוש. האט ער געענטפערט: סעלף דיסציפלין..
והנה, וויפיל איך האב קענענגעלערנט פון זיין אינטערוויו איז מיר אסאך זאכן קלאר געווארן איבער אים. זאכן וואס ער האט נישט אדער יא געוואלט זאגן, צווישן זיינע ווערטער איז מיר קלאר געווארן אזוי:
יחיאל איז דורכגעגאנגען אן אמת'ע גירות כהלכה. איז וואס האט אים אריינגעשטופט און וואס האט אים ארויסגעשטופט? ער האט נישט צופיל געוואלט ענטפערן ווען מ'האט אים אביסל געשטופט, בלייבט עס דאמאלט פאר אונז צו אנאליזירן.
באמת איז דאס אן אלטע פראבלעם, קשים גרים לישראל כספחת איז אזוי אלט ווי תלמוד. אין גמרא טרעפט מען אסאך וויאזוי מהאט זיך געמיטשעט מיט דעם אישו, וויאזוי קען מען וועטען א מענטש און וויסן אויב ער איז אמת'דיג, און עס האט טאקע פאסירט אז א סאך פאלשע גרים האבן געמאכט דעם וועג אין יהדות, און מ'האט זיך נישט געקענט אויפ'ן קאפ צו זיך טון. די גמרא שמועסט אויס אסאך עפיזאדן, תקופות, רעזאלוציעס וכו'.
עס איז ביי מיר קלאר ווי דער טאג אז יחיאל ישראל האט אינטערעסירט אידישקייט פאר אנדערע סיבות פארוואס רוב גרים זוכן עם ישראל. יעדן גר וואס דו טרעפסט וועט דיר ענטפערן וואס האט אים געשטופט צו יהדות: די איינציגקייט פון באשעפער, די שיינקייט פון יהדות, תורת ה', די אמת'ע תורה ווערסעס די ניו טעסטעמענט, די פאלשקייט אין אותו האיש וכו' וכו'.
יחיאל, איז א יונגער מענטש, 28 יאר אלט. ער איז זייער קלוג, ער האט אסאך געליינט בעפאר ער האט זיך מגייר געווען. און עס איז אים זייער אינטערסאנט געווען וואס ער האט געליינט איבער אידישע מיסטיסיזם, קבלה, אינטעליגענץ, ספירוטואליטי. ער האט עס געזוכט צו עקספערימענטן.
יעצט שטעלט זיך די קשיא, וויאזוי האבן די רבנים עס נישט געכאפט, פארוואס איז ער דורכגעגאנגען א ברית מילה, זיך געשאקעלט ביים דאווענען, ער האט יעדעם געקענט אזוי גוט אפ'נער'ן? איינער פון די ערשטע קשיות וואס מיר האבן צו א גוי איז זיכער צו מאכן אז די סיבות זענען נישט פארוואס ער זוכט אידישקייט. ע"פ רוב, אדער ע"פ פרעסעדענט ארבעט עס, מיר האבן א ראבאסט וועטינג סיסטעם וואס טוט זיכער מאכן וויפיל עס איז שייך, צו מאכן זיכער אז אזעלכע יחיאל ישראל'ס כאפן זיך נישט אריין.
מיר קוקט אויס אזוי:
יחיאל איז אן emotionless ראבאטישע מענטש. פאר די סיבה האט ער געקענט איבערצייגן די רבנים, ווייל ער האט נישט געדארפט גארנישט באהאלטן ווייל ער האט נישט קיין עמאשענס. מען האט אים געפרעגט וויאזוי שפירט זיך יעצט צו עסן טריפה, זאגט ער: גארנישט. אייז, קאלט, אן עמאשענס, ווי א ראבאט. דאס איז די זעלבע סיבה וויאזוי ער האט געקענט דורכשטופן עטליכע יאר אלס איד, ענדיגן ש"ס. וויבאלד ער האט געהאלט א ציל עפעס צו עררייכן, און ער איז גרייט געווען דאס צו עררייכן פאר יעדן פרייז. מילה, פרומער איד, שאקלען, לערנען, פונקט ווי אן astronaut וואס גייט דורך שווערע איבונגען.
ער איז יונג, ער האט נאך א לאנגע לעבן, און ער האט דאס אנגעקוקט ווי עפעס א קאלעדזש יונעווערסיטעט, מ'טשעקט אריין און ארויס. אראפ די פיאות, און יעדער זאל פארגעסן פון דעם. אבער ער ווייסט נישט, אז איינמאל דו האסט געטרינקען פון די קולעי גייט דיך דאס באגלייטן פאר אייביג. עס קען זיין אז וויבאלד ער איז אזא ראבאט וועט אים זיין גרינגער צו אריבערמישן דאס בלעטל, דאס בלייבט פאר אים איבער צו זען.
עס איז מעגליך אז זיין אנטרינען ווערן איז אויך א חלק פון זיין עקספערימענט. ער וויל שפירן וויאזוי עס זעט אויס צו זיין א יוצא בשאלה.
אבער איך האלט אז די פרשה פון יחיאל איז א טעסטעמאני ווי שטארק די אידישע ליין איז. עס שפייט אויס יעדער וואס איז נישט אין דעם בלב ובנפש. נעם א געבוירענער איד, און קוק ווי שטארק ער ארבעט צו בלייבן קאמיטעט, ער פראבירט אלעס, אז נישט ווערט ער סיניקעל, פארטרוקענט אדער פאלט ער ארויס. די זעלבע זאך געשעט מיט גרים, און אסאך אסאך שטערקער. גרים ווערן אסאך סורפרייזט נאך די גירות געוואר צו ווערן וואס זיי האבן נישט געוויסט, און ווי שווער עס וועט זיין זיך איינצוגלידערן. אבער איינער וואס קומט אריין וועגן "עקספערימענטן" וועט זיך קיינמאל נישט האלטן. בעסער געזאגט, די עקספערימענט ארבעט נישט, נאר טאמער דו ביסט קאמיטעט, און דאמאלט איז עס נישט קיין עקספערימענט.
עס איז ביי מיר בלתי שום ספק אז ער האט קיינמאל נישט קאנעקטעט מיט אידישקייט, אדער אידישע מיסטיסיזם און ספירוטואליטי, נישט קיין חילוק ווי שטארק ער האט זיך געשאקעלט ביים דאווענען. יחיאל זאגט אז די אלע זאכן וואס ער האט געלערנט למשל קבלה, האט ער שוין געטראפן ביי פלעטאניזם, נישטא קיין חידושים, האט ער קאטעגאריש דערקלערט. יחיאל ווייסט נישט אז אלעס איז שוין אויסגעדראשן געווארן א ביליאן מאל. ער איז נישט געווען אויף קיין מיסיע צו דערגיין דעם אמת, ער איז געווען אויף א מיסיע צו דערגיין זיין אמת. נאר א קאלטבלוטיגער, עמאשענלאזע, יונגע, איזולירטער מענטש קען אזאנס טון.
ער האט נישט געענטפערט געהעריג אויף קיין איין פראגע. ער זעט אויס צו זיין זייער א מאדנע איזולירטע מענטש. חתונה געהאט מיט איינער וואס איז דאפעלט די יארן פון אים. זיי האבן "צוזאמען" געטראפן אידישקייט, און "צוזאמען" פארלוירן אידישקייט.
פארוואס שטייט אז א גוי ששבת שבת חייב מיתה, ללמד אז מען קען נישט בלויז היטן שבת און אנהייבן שפירן. שבת איז נישט עפעס א טאגליכע קעלענדער וואס ברענגט מיסטיסיזם אויב דו היטסט עס, דו מוזט זיין אינגאנצן אין עס עס צו קענען שפירן.
יחיאל didn't get it. צו זיין מזל האט אים זיין ראבאטישע נאטור אים אהינגעשלעפט, איינגעשלינגען און אויסגעשפיגן.
פארשטייט זיך, אז די טיר איז נאכאלץ אפן, און יחיאל ישראל איז נאכאלס א איד, ער איז אלץ וועלקאום צוריק צו קומען תחת כנפי השכינה.
עם ישראל חי.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 5 אום פרייוויליג, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1202
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
- האט שוין געלייקט: 4853 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל
Re: ווען א ראבאט עקספערמענטעט אידישקייט
די אנאליז קוקט מער אויס ווי איינער פרובירט צו דיעלן מיט די פאקט אז א פארשטענדליכע מענטש וואס איז געווארן א גר האט אפגעלאזט אידישקייט, און אנשטאט צו פארשטיין אז אפשר איז מעגליך אז פארשטענדליכע מענטשן זאלן אזוי האלטן טרעפט מען אויף יענעם עמאציאנאלע פראבלעמען, ואני את נפשי הצלתי.
דו האסט עס דורכגעטוהן? דו ווייסט אז ער איז נישט גערעכט? "אלעס איז שוין אויסגעדראשן געווארן א ביליאן מאל" קען זיין א שיינע וועג פון האפן אז עס זענען טאקע דא גוטע תירוציםפרייוויליג האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 24, 2023 3:08 pm יחיאל זאגט אז די אלע זאכן וואס ער האט געלערנט למשל קבלה, האט ער שוין געטראפן ביי פלעטאניזם, נישטא קיין חידושים, האט ער קאטעגאריש דערקלערט. יחיאל ווייסט נישט אז אלעס איז שוין אויסגעדראשן געווארן א ביליאן מאל. ער איז נישט געווען אויף קיין מיסיע צו דערגיין דעם אמת, ער איז געווען אויף א מיסיע צו דערגיין זיין אמת. נאר א קאלטבלוטיגער, עמאשענלאזע, יונגע, איזולירטער מענטש קען אזאנס טון.
- קהל'ס נער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2461
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
- געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
- האט שוין געלייקט: 5892 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל
Re: ווען א ראבאט עקספערמענטעט אידישקייט
איך זעה נישט פארוואס מען איז אזוי אבסעסט מיט עים, ס׳דא צוויי אפציעס וואס דא איז פארגעקומען.
1. ער האט זיך מגייר געוועהן מיט די גאנצע ערנסטקייט, והכיר שח״ו…..
2. ער איז א מאדנע פערזאן (אדער עקספערמענטירער) וואס האט געוואלט אויספרובירן א נייע עקספיריענס אין לעבן.
איך שיהיה איך זעה נישט פארוואס אינז דארף מען זיך צושאקלען און פארוואס ס׳מאכט מער אויס ווי אז איינער האט זיך אויסגעגליטשט אויף א באנאנע שאלאכטס אויף ראדני.

If I could do it all again, I'd be a plumber.
Albert Einstein
Albert Einstein
- פרייוויליג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1778
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1168 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל
Re: ווען א ראבאט עקספערמענטעט אידישקייט
די עמאציענאלע פראבלעמען איז נישט געווען קיין דייעטרייב אויף א פאקט וואס איך קען שווער דילן מיט, עס איז געקומען נאך א רייע פאקטארן וואס איך האב אנאלעזירט פון זיין רעדן, זיין היסטערי, זיין עלטער, זיינע אויסריידן, און פרעצעדענט.סקעפטיקער האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 24, 2023 4:37 pm די אנאליז קוקט מער אויס ווי איינער פרובירט צו דיעלן מיט די פאקט אז א פארשטענדליכע מענטש וואס איז געווארן א גר האט אפגעלאזט אידישקייט, און אנשטאט צו פארשטיין אז אפשר איז מעגליך אז פארשטענדליכע מענטשן זאלן אזוי האלטן טרעפט מען אויף יענעם עמאציאנאלע פראבלעמען, ואני את נפשי הצלתי.
דו האסט עס דורכגעטוהן? דו ווייסט אז ער איז נישט גערעכט? "אלעס איז שוין אויסגעדראשן געווארן א ביליאן מאל" קען זיין א שיינע וועג פון האפן אז עס זענען טאקע דא גוטע תירוציםפרייוויליג האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 24, 2023 3:08 pm יחיאל זאגט אז די אלע זאכן וואס ער האט געלערנט למשל קבלה, האט ער שוין געטראפן ביי פלעטאניזם, נישטא קיין חידושים, האט ער קאטעגאריש דערקלערט. יחיאל ווייסט נישט אז אלעס איז שוין אויסגעדראשן געווארן א ביליאן מאל. ער איז נישט געווען אויף קיין מיסיע צו דערגיין דעם אמת, ער איז געווען אויף א מיסיע צו דערגיין זיין אמת. נאר א קאלטבלוטיגער, עמאשענלאזע, יונגע, איזולירטער מענטש קען אזאנס טון.
עס איז כמעט פרעצעדענטלאז אז א הייסע גר צדק שומר תורה ומצות זאל גיין פייפן. דו קענסט כמעט נישט טרעפן אזא געשיכטע.
זיינע סטעטמענטס איבער פלעטעניזם איז כמעט געקומען צו לאכן. platonism האט געפעדערט אידישקייט? platonism באדראעט אידישקייט? כ'מיין עס איז די ערשטע מאל איינער נוצט דאס אלס א וואפן. און עס איז שטארק קענטליך זיין יונגע עלטער, און זיין רעביט-האול, ער אליין זאגט ער האט מיט קיינעם זיך נישט דורכגערעדט איבער די ענינים. כמעט רוב ראציאנאלע ראשונים האבן געדילט דערמיט, אלע פון זיי. דאס איז בעיסליין.
איך האף נישט, נאר איך ווייס. איך ווייס אז ער ווייסט נישט.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 671
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
- האט שוין געלייקט: 388 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל
wow! כ׳בין זייער נתפעל פון דיין הערליכן אנעליז.
כ׳וויל זיך אבער מחולק זיין מיט דיין אים אנרופן ״emotionless ראבאטישע מענטש״.
איך האב געזען אין אים זייער שטארקע (און זיסע) אימאשענ׳ס.
כ׳וואלט געזאגט אז אלענפאלס, איז עטליעסט גילטיג אויף אים דעם טיטל: ׳חסידי אומות העולם׳.
בסך הכל איזעס ווי ער אליין זאגט; ״מח שליט על הלב״.
ווי מער מוח ס׳דא (און דאס ביזטו דאך מודה אז ס׳דא אסאך), אלץ מער איזעס שולט על הלב,
און קען ״אויסקוקן״ ווי אן ׳אימאשענלאזער׳ מענטש. אבער דער חילוק איז כרחוק מזרח ממערב.

טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה
פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה
פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1202
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
- האט שוין געלייקט: 4853 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל
Re: ווען א ראבאט עקספערמענטעט אידישקייט
יעצט זעה איך אז דו כאפסט נישט וואס ער רעדט, ער זאגט אז ער האט איינזעזעהן אז אלע חידושים פון "קבלה" עקזיסטירן אין Neo-Platonism, א שיטה וואס איז גאנץ אנגענומען ביי סקאלערס. די ראציאנאלע ראשונים קומען דא בכלל נישט אריין אין בילד. (אזויפיל קענסטו זאגן אז ער איז קיינמאל נישט געווארן איבערצייגט אין אידישקייט נאר מכח די ארגינעלע סודות אין קבלה).פרייוויליג האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 24, 2023 5:10 pm זיינע סטעטמענטס איבער פלעטעניזם איז כמעט געקומען צו לאכן. platonism האט געפעדערט אידישקייט? platonism באדראעט אידישקייט? כ'מיין עס איז די ערשטע מאל איינער נוצט דאס אלס א וואפן. און עס איז שטארק קענטליך זיין יונגע עלטער, און זיין רעביט-האול, ער אליין זאגט ער האט מיט קיינעם זיך נישט דורכגערעדט איבער די ענינים. כמעט רוב ראציאנאלע ראשונים האבן געדילט דערמיט, אלע פון זיי. דאס איז בעיסליין.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 662
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 5:43 pm
- האט שוין געלייקט: 252 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 562 מאל
Re: ווען א ראבאט עקספערמענטעט אידישקייט
סאיז זייער פאני ווען ער לאזט ווען איבער גאנץ יודישקייט און ווערט אן אטיעסט וואלט עס נישט געווען אזוי פאני. ער איז אריבער די גאנצע זאך און איינגעזעהן אז ס'איז אלעס בעלאני מעקאראני , אבער ציריק ג'יין צו די אלטע נארישע רעליגע נאכן דורכטון גאנץ ש"ס האט ער איינגעזעהן אז דזיזעס איז די זאך ... דאס שטעלט זיך ממש נישט אויפן שכלסקעפטיקער האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 24, 2023 4:37 pm די אנאליז קוקט מער אויס ווי איינער פרובירט צו דיעלן מיט די פאקט אז א פארשטענדליכע מענטש וואס איז געווארן א גר האט אפגעלאזט אידישקייט, און אנשטאט צו פארשטיין אז אפשר איז מעגליך אז פארשטענדליכע מענטשן זאלן אזוי האלטן טרעפט מען אויף יענעם עמאציאנאלע פראבלעמען, ואני את נפשי הצלתי.
דו האסט עס דורכגעטוהן? דו ווייסט אז ער איז נישט גערעכט? "אלעס איז שוין אויסגעדראשן געווארן א ביליאן מאל" קען זיין א שיינע וועג פון האפן אז עס זענען טאקע דא גוטע תירוציםפרייוויליג האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 24, 2023 3:08 pm יחיאל זאגט אז די אלע זאכן וואס ער האט געלערנט למשל קבלה, האט ער שוין געטראפן ביי פלעטאניזם, נישטא קיין חידושים, האט ער קאטעגאריש דערקלערט. יחיאל ווייסט נישט אז אלעס איז שוין אויסגעדראשן געווארן א ביליאן מאל. ער איז נישט געווען אויף קיין מיסיע צו דערגיין דעם אמת, ער איז געווען אויף א מיסיע צו דערגיין זיין אמת. נאר א קאלטבלוטיגער, עמאשענלאזע, יונגע, איזולירטער מענטש קען אזאנס טון.
מיין אישי קעסטל ארבעט נישט
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו
shpieler111@gmail.com
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו
shpieler111@gmail.com
- פרייוויליג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1778
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1168 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל
Re: ווען א ראבאט עקספערמענטעט אידישקייט
ער האט געזאגט אז אלעס וואס ער האט געלערנט עקזעסטירט שוין אינדרויסן אין די ראמען פון אידישקייט צב"ש Neo-Platonism, דאס הייסט אין אנדערע ווערטער נישטא קיין חידושים אין אידישקייט וואס איז נישט געווען פארדעם. ער האט דאס געזאכט לכה"פ 3 מאל אין לויף פון די אינטערוויו (שיק מיר נישט קיין יוטוב לינקס וואס עס מיינט פלעטאניזם בבקשה) פלעטאו איז געווען אריסטאטלס טיטשער, וואס א גרויס חלק פון אריסטאטל'ס וויוס קומט פון. די ראשונים חלק קומט אריין איבער די ויכוח פון די validity איבער פלעטאניזם. לויט יחיאל טוט פלעטאניזם שטעלן קבלה אין געפאר.סקעפטיקער האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 24, 2023 6:02 pmיעצט זעה איך אז דו כאפסט נישט וואס ער רעדט, ער זאגט אז ער האט איינזעזעהן אז אלע חידושים פון "קבלה" עקזיסטירן אין Neo-Platonism, א שיטה וואס איז גאנץ אנגענומען ביי סקאלערס. די ראציאנאלע ראשונים קומען דא בכלל נישט אריין אין בילד. (אזויפיל קענסטו זאגן אז ער איז קיינמאל נישט געווארן איבערצייגט אין אידישקייט נאר מכח די ארגינעלע סודות אין קבלה).פרייוויליג האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 24, 2023 5:10 pm זיינע סטעטמענטס איבער פלעטעניזם איז כמעט געקומען צו לאכן. platonism האט געפעדערט אידישקייט? platonism באדראעט אידישקייט? כ'מיין עס איז די ערשטע מאל איינער נוצט דאס אלס א וואפן. און עס איז שטארק קענטליך זיין יונגע עלטער, און זיין רעביט-האול, ער אליין זאגט ער האט מיט קיינעם זיך נישט דורכגערעדט איבער די ענינים. כמעט רוב ראציאנאלע ראשונים האבן געדילט דערמיט, אלע פון זיי. דאס איז בעיסליין.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1202
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
- האט שוין געלייקט: 4853 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל
Re: ווען א ראבאט עקספערמענטעט אידישקייט
ער איז נישט געווארן צוריק א טיפיקעל קריסט, ער איז געווארן א Christian Gnostic, עפעס וואס ער איז נישט געווען פארדעם. זייער גלויבן אין ישו איז אינגאנצן אנדערש
- פרייוויליג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1778
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1168 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל
Re: ווען א ראבאט עקספערמענטעט אידישקייט
Wow, דאס מיינט ער איז נאר געווארן א האלבע בהמה.סקעפטיקער האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 24, 2023 6:32 pm ער איז נישט געווארן צוריק א טיפיקעל קריסט, ער איז געווארן א Christian Gnostic, עפעס וואס ער איז נישט געווען פארדעם. זייער גלויבן אין ישו איז אינגאנצן אנדערש
- פרייוויליג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1778
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1168 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל
Re: ווען א ראבאט עקספערמענטעט אידישקייט
איך קען אויך זען די זעלבע אישו מיט געבוירענע אידן, נישט יעדער קענען קאנעקטן מיט אידן. און עס ווערט זייער שווער.סעמיט האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 24, 2023 6:53 pm וואס האט מיך מער אויפגעטרייסעלט איז געווען די רעאקציע פון דעם חשוב'ן גר צדק הר"ר אברהם גאלדשטיין. ר' אברהם האט געזאגט אז בלויד האט קאנעקטעד מיט גאט, אבער נישט מיט עם ישראל. ער האט נישט אויפגעפיקט אונזער לעבן און אונזער קולטור. ער זאגט אז אויב איינער וויל זיין א איד, איז נישט גענוג אז ער "זעהט איין" אין רבוש"ע, נאר ער דארף קאנעקטען מיט די אידישע פאלק, און בלויד האט קיינמאל נישט קאנעקטעד. אזוי ווי רות האט געזאגט "עמך עמי ואלקיך אלוקי". קודם דארף זיין עמך עמי, און נאר נאכדעם קען זיין אלקיך אלוקי.
וואס ס'שטערט מיך פון דעם איז אז ווען איינער איז טיף קאנעקטעד מיט עם ישראל, ער זעהט זיך ווי א איד, ער טראכט ווי א איד, קען ער שוין נישט מאכן די ארגומענט אז ער זעהט באמת איין אין די אמת פון די תורה, ווייל ער איז דאך שוין מלא נגיעות. לויט ר' אברהם איז טאקע נישט שייך פאר א נישט-איד צו ווערן א מאמין און עס אנהאלטן אינעם לאנג טוירם נאר אויב ער ווערט עמאשענעלי עטעטשד און האט נגיעות צו אידישקייט.
אין אזא פאל ברויך מען קענען מחלק זיין צווישן די practice וואס דאס איז תורה, און די practitioners וואס דאס איז אידן. ווייל די practitioners קענען אמאל שלעכט משפיע זיין אויף די practice. דאס איז אבער א שווערע סקיל, עס איז א לעולם תהא שמאל דוחה וימין מקרבת סיטואציע. אבער אין די אלגעמיינע טיעם גייט הקב"ה, ישראל,ואורייתא צוזאמען. אויב דו דראפסט איינס, וועסטו עווענטועל דראפן אלעס.
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
Re: ווען א ראבאט עקספערמענטעט אידישקייט
פארוואס א ראבאט? א ראבאט גייט דען אהן אפצוהאקן מיט משפחה? מיך הערט ער זיך טיף עמאציאנעל.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
Re: ווען א ראבאט עקספערמענטעט אידישקייט
וויפיל גרים קענסטו בכלל אז דו קענסט דיך אויסדריקן מיט אזא ברייטקייט איבער דעם? לויט ווי איך הער איז עס גראדע גאנץ אן אפטע ערשיינונג. די חברה וואס זענען גרייט צו ווערן אידן זענען געווענליך מענטשן וואס טוען וואס זיי האלטן איז ריכטיג, זיי קוקן נישט אויף וואס דער אדער יענער זאגט. און ווען זיי זעען שפעטער איין אז זיי האבן געמאכט א טעות, בלייבן זיי נישט קיין "אנוסים"... זיי גייען פון וואו זיי זענען געקומען.פרייוויליג האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 24, 2023 5:10 pm
עס איז כמעט פרעצעדענטלאז אז א הייסע גר צדק שומר תורה ומצות זאל גיין פייפן. דו קענסט כמעט נישט טרעפן אזא געשיכטע.
אידישקייט, אדער בעסער געזאגט די כלליות'דיגע נושא פון אמיתיות פון רעליגיעס בכלל, איז בכלל נישט קיין שווארצע אדער ווייסע נושא, מען קען עס דעבאטירן און אנקוקן פון גאר אסאך אנדערע אופנים. מען קען היינט האלטן אזוי, און צוקומען צו גענצליך נייע מסקנות נאכן ליינען נייע ליטוראטור.
דאס איז קלאר אז עס איז דא גאר קלוגע און אינטעליגענטע מאמינים, און די זעלבע איז דא גאר קלוגע און אינטעליגענטע כופרים. עס זענען דא זייער קלוגע אידן, מוסלאמענער, בודאהיסטן, הונדאס, קריסטן ועוד.
דאס איז איינער האט איינגעזען די אמת אין אידישקייט, און נאכן דורכלערנען ש"ס האט ער אפגעלאזט אידישקייט דארף בכלל נישט צו זיין קיין חידוש, און דארף אויך קיינעם נישט טריגערן.
איינער ווערט גאר שטארק נתפעל פון די חכמה און חידושים וואס חז"ל האבן שוין געוויסט מיט טויזנטע יארן צוריק, און קומט צום מסקנה אז די אומפארשטענדליכע זאכן וואס זיי זאגן מוז אויך האבן עפעס אן הסבר. און א צווייטער קוקט עס אן פארקערט, פון די זאכן וואס חז"ל האבן געזאגט וואס שטומען נישט מיטן מציאות איז אז סימן אז זיי האבן נישט געוואוסט וואס זיי רעדן און ביי די אנדערע וואונדערליכע זאכן האבן זיי סתם צוגעטראפן.
בקיצור, ס'נישט עפעס וואס איינער קען טריאמפירן אז ער האט עס, און די מיט אנדערע מסקנות ווי אים זענען סתם גולמים אדער ראבאטן וואס עס פאדערט זיך א לאנגע אנאליז דאס "מסביר צו זיין".
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 96
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2023 9:20 pm
- האט שוין געלייקט: 92 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 55 מאל
Re: ווען א ראבאט עקספערמענטעט אידישקייט
מיר איז געווען אינטרעסאנט אז ער האט קיינמאל נישט געטראפען מיט סיי וועלכע סאטמאר רבי. ער האט מורא געהאט (לפענ"ד) אז זיי וועלן אים כאפן פאר וואס ער איז.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
Re: ווען א ראבאט עקספערמענטעט אידישקייט
אמת, ווייל די סאטמארע רביס זענען גרויסע מומחים אין דערשנאפן פעיקערס.נאך א שמויגער האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 24, 2023 7:44 pm מיר איז געווען אינטרעסאנט אז ער האט קיינמאל נישט געטראפען מיט סיי וועלכע סאטמאר רבי. ער האט מורא געהאט (לפענ"ד) אז זיי וועלן אים כאפן פאר וואס ער איז.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
- ברוך שפינוזה
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1132
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
- געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
- האט שוין געלייקט: 1646 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל
Re: ווען א ראבאט עקספערמענטעט אידישקייט
אוי איז ער הייליג גערעכט בלויד זאגט עס גראדע אליין אין די זאב ברעננער אויספקראקעריי. ער זאגט דארט אין אומצוויידייטיגע ווערטער אז וואס האט איהם געצויגן צו אידישקייט איז געוועהן גאט/רוחניות/אמת/מיסטיסיזם/קבלה וכו', און נאך אזויפיל יארן האט ער איינגעזעהן (אדער באשלאסן, whatever suits your ego) אז די אלע זאכן באלאנגען נישט אויסשליסליך צו די אידן, די איינציגסטע זאך וואס "אידישקייט" ברענגט צום טיש איז די אידישע קולטור און אויף דעם זאגט ער מוחל טובות, כ'האב מיך מיין אייגענע קולטור, פארוואס סתם גיין פאשען אין פרעמדע פעלדער? אזויווי די ישראלישע אינגווארג וואס לויפן קיין אינדיע זוכן רוחניות און זיי געפינען אויס אז מ'קען די זעלבע זאך טרעפן אין אידישקייט אדער ניו אייג', לאזטס מיך אפ פון די אינדיאנע שטותים, איך גיי מיר צוריק אהיים לעבן ווי א נארמאלער מענטש. שוין, איז ער געווארן א gnostic, וואס איז א מאוומענט פון די צייטן ווען אידן און קריסטן זענען נאך געוועהן פארהעלטנעסמעסיג צוזאמען, פון די גנאסטישע טעאלאגן זענען געוועהן סיי אידן און סיי קריסטן, ס'געוועהן אזא דאס אין וואס מ'האט געקענט אריינטייטשן סיי די אידישקייט מיט יאשקע (וואס האט עווענטועל עוואלווט צו די היינטיגע נצרות) און סיי די אידישקייט אן יאשקע. אזויווי ס'דא די אסכולה פון Cabbalah (קבלה מיט א C, די C שטייט פאר Christianity) וואס איז די זעלבע זאך ווי קבלה מיט א K נאר מיט אן הוספת נופך פון יאשקע והמסתעף. אדערווייל האלט זיין רייזע ביי פראטעסטאנטיזם, ניו אייג', חסידישקייט (די פאר'נשתכח'דיגע חסידות), קבלה, גנאסטיסיזם, וועלן מיר זעהן ווי ווייטער זיין נשמה וועט איהם פירן, איך וואונטש איהם פיהל הצלחה.סעמיט האט געשריבן: וואס האט מיך מער אויפגעטרייסעלט איז געווען די רעאקציע פון דעם חשוב'ן גר צדק הר"ר אברהם גאלדשטיין. ר' אברהם האט געזאגט אז בלויד האט קאנעקטעד מיט גאט, אבער נישט מיט עם ישראל. ער האט נישט אויפגעפיקט אונזער לעבן און אונזער קולטור.
נ.ב. די אנאליז אז בלויד איז א געפיללאזער מענטש איז דאך אזוי אבסורד אז ס'בכלל נישט דא אין וואס דן צו זיין, די איינציגסטע זאך וואס קען ברענגען א מענטש צו זאגן אזא זאך אויף איהם איז נאר ווייטאג.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
- פרייוויליג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1778
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1168 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל
Re: ווען א ראבאט עקספערמענטעט אידישקייט
אט דאס איז אונזער שמועס, דאס אז פארלוירענע אידן זאלן זיך טרעפן מעדיטעטן אין אינדיע אדער זיך טרעפן פראקטיצירן בודהיזם און נאכדעם משיג זיין אז זיי האבן דארטן גארנישט פארלוירן, אלעס איז אידישע Plagiarism, עס איז דא הונדערטער אזעלכע מעשיות. אבער דאס אז איינער וואס זאל דאס זאגן אויף פארקערט איז עפעס וואס מ'הערט נישט.
נ.ב די אנאליז איבער די געפילישע חלק איז נאכן וואטשען זיינע animations און רעאקציעס אין די אינטערוויו, מ'דארף זיין בלינד נישט דאס צו זען.
נ.ב די אנאליז איבער די געפילישע חלק איז נאכן וואטשען זיינע animations און רעאקציעס אין די אינטערוויו, מ'דארף זיין בלינד נישט דאס צו זען.
- ברוך שפינוזה
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1132
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
- געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
- האט שוין געלייקט: 1646 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל
Re: ווען א ראבאט עקספערמענטעט אידישקייט
די חברה וואס קומען צוריק פון אינדיע און פארקויפן דיר אז ס'איז אלעס פלאגירט פון אידישקייט זאגן עס נאר ווייל אויב זיי וואלטן געזאגט וואס זיי טראכטן באמת (אז ביידע זענען די זעלבע אמת נאר מיט אן אנדערע עטנישע פלעיוואר) וואלט מען זיי גראד צוריקגעשיקט, איך קען די חברה זייער גוט. אויף פארקערט קענסטו נישט זאגן אז "מ'הערט נישט" ווייל מ'הערט יא, איך קען א צאל מענטשן (צווישן זיי פרומע אידן) וואס זענען געקומען צו זייער עהנליכע מסקנות, אזויפיל קענסט זאגן אז דו האסט נאכנישט געהערט.
אגב, די צושטעל צווישן קבלה, נעא-פלעטאניזם און גנאסטיסיזם האב איך שוין געהאט געהערט פון פריער פון אידן וואס טוען אין קבלה (פרומע און נישט פרומע) אבער כ'האב קיינמאל נישט געטראכט אז ס'ליגט עפעס דערין ווייל ס'איז געוועהן גערעדט אין די וועלט אריין, יעצט אז איך האב געזעהן ווי דער האט עס גענומען אויף הלכה למעשה האב איך אביסל אריינגעקוקט דערין און איך מוז זאגן אז ס'ליגט אן אמת אין דעם צושטעל. הגם איך האלט נאכאלץ אז ס'איז זייער נישט מסתבר אז די ערשטע מקובלי אשכנז האבן עפעס געהאט א דירעקטע מסורה פון די ערשטע גנאסטיקער ווייל וואו איז עס געוועהן אויסבאהאלטן טויזענט יאר? ס'מער מסתבר אז ביידע האבן צוגעטראפן צו די זעלבע זאך.
אגב, די צושטעל צווישן קבלה, נעא-פלעטאניזם און גנאסטיסיזם האב איך שוין געהאט געהערט פון פריער פון אידן וואס טוען אין קבלה (פרומע און נישט פרומע) אבער כ'האב קיינמאל נישט געטראכט אז ס'ליגט עפעס דערין ווייל ס'איז געוועהן גערעדט אין די וועלט אריין, יעצט אז איך האב געזעהן ווי דער האט עס גענומען אויף הלכה למעשה האב איך אביסל אריינגעקוקט דערין און איך מוז זאגן אז ס'ליגט אן אמת אין דעם צושטעל. הגם איך האלט נאכאלץ אז ס'איז זייער נישט מסתבר אז די ערשטע מקובלי אשכנז האבן עפעס געהאט א דירעקטע מסורה פון די ערשטע גנאסטיקער ווייל וואו איז עס געוועהן אויסבאהאלטן טויזענט יאר? ס'מער מסתבר אז ביידע האבן צוגעטראפן צו די זעלבע זאך.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
- פרייוויליג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1778
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1168 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל
Re: ווען א ראבאט עקספערמענטעט אידישקייט
יעצט קומסטו מיט די no true Scotsman, אז אפילו איך ברענג דיך שוין יא איינעם ווי למשל Rabbi Gutman Locks וועסטו זאגן, נע עכט האלט ער אז ביידע זענען די זעלבע. אזא ויכוח קען איך נישט פירן. https://www.chabad.org/library/article_ ... ru-Jew.htmברוך שפינוזה האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 24, 2023 8:20 pm די חברה וואס קומען צוריק פון אינדיע און פארקויפן דיר אז ס'איז אלעס פלאגירט פון אידישקייט זאגן עס נאר ווייל אויב זיי וואלטן געזאגט וואס זיי טראכטן באמת (אז ביידע זענען די זעלבע אמת נאר מיט אן אנדערע עטנישע פלעיוואר) וואלט מען זיי גראד צוריקגעשיקט, איך קען די חברה זייער גוט. אויף פארקערט קענסטו נישט זאגן אז "מ'הערט נישט" ווייל מ'הערט יא, איך קען א צאל מענטשן (צווישן זיי פרומע אידן) וואס זענען געקומען צו זייער עהנליכע מסקנות, אזויפיל קענסט זאגן אז דו האסט נאכנישט געהערט.
איך רעד נישט פון פון פרומע אידן וואס זענען געקומען צו מסקנות. איך רעד אויסשליסליך פון א גר צדק כהלכה וואס האט אוועקשפאצירט אפאר יאר נאכדעם. ברענג מיך נישט קיין מיסיאנערן אדער JFJ רעקרוטערס. ברענג מיך נאך 5 אזעלכע פעלער (ווייל איינס איז גרינג צו טרעפן אויף יוטוב) ווען א גר צדק האט אוועקשפאצירט. 5 גרים.
אדאנק.
- ברוך שפינוזה
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1132
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
- געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
- האט שוין געלייקט: 1646 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל
Re: ווען א ראבאט עקספערמענטעט אידישקייט
ס'נישט קיין סקאטסמען, איך זאג אזוי. לאמיר נעמען טאקע בלויד אלץ א ביישפיל, וואס מיינסטו זאגט ער פאר זיין פאמיליע און חברים יעצט אז ער איז צוריק? שטעל דיך פאר ער קומט צוריק צום גלח און ער זאגט איהם וואס ער האט געזאגט פאר ברעננער: "הער גלח, איך האב איינגעזעהן אז אידישקייט און נצרות זענען ביידע די זעלבע אמת ממילא בין איך צוריקגעקומען ווייל איך וויל אנהאלטן אונזער מסורה", דער גלח וואלט איהם ארויסגעטראסקעט און איהם אויסגעצאלט א טיקעט צוריק קיין וויליאמסבורג, בלייב דארט און מאך מיר נישט קאליע מיין ביזנעס. אוודאי זאגט ער זיי די בעלאוני אז ער האט איינגעזעהן אז גאנץ אידישקייט איז פלאגירט פון נצרות, וואס דען?פרייוויליג האט געשריבן:יעצט קומסטו מיט די No true Scotsman, אז אפילו איך ברענג דיך שוין יא איינעם ווי למשל Rabbi Gutman Locks וועסטו זאגן, נע עכט האלט ער אז ביידע זענען די זעלבע. אזא ויכוח קען איך נישט פירן.
איך רעד יא, ווייל דער אידישער נעא-פלעטאניסט און די קריסטליכע נעא-פלעטאניסט זאגן ביידע די זעלבע זאך, דער איד זאל בלייבן א איד און דער קריסט זאל בלייבן א קריסט און דער בודדהיסט זאל בלייבן א בודדהיסט, נישטא קיין שום סיבה צו גיין פאשען אין פרעמדע פעלדער ווייל גאט איז מלא כל הארץ כבודו.פרייוויליג האט געשריבן:איך רעד נישט פון פון פרומע אידן וואס זענען געקומען צו מסקנות.
דו בעהטסט פאר א ליסטע פון 5 גרים וואס האבן deconverted, איך קען ניטאמאל קיין 5 גרים.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
Re: ווען א ראבאט עקספערמענטעט אידישקייט
דער רב גאטמאן איז לכאורה אויך סתם א ראבאט.פרייוויליג האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 24, 2023 8:45 pm
יעצט קומסטו מיט די no true Scotsman, אז אפילו איך ברענג דיך שוין יא איינעם ווי למשל Rabbi Gutman Locks וועסטו זאגן, נע עכט האלט ער אז ביידע זענען די זעלבע. אזא ויכוח קען איך נישט פירן. https://www.chabad.org/library/article_ ... ru-Jew.htm
איך קען אויך נישט קיין פינעף גרים, אבער די איינציגסטע אנדערע גר וואס איך קען יא פון דא אויף קאווע שטיבל איז אויך חזר לסורו.ברוך שפינוזה האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 24, 2023 8:58 pm דו בעהטסט פאר א ליסטע פון 5 גרים וואס האבן deconverted, איך קען ניטאמאל קיין 5 גרים.
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 5&start=69
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שמן למאור, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
- פרייוויליג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1778
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1168 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל
Re: ווען א ראבאט עקספערמענטעט אידישקייט
איך קען מיך נאר באציען צו וואס ער רעדט, דו מאכסט יעצט חשבונות אז עס קומט אים אויס גוט אזוי צו זאגן. איך זע נישט פארוואס ער זאל נישט זיין באמת איבערצייגט אז אידישקייט איז די זעלבע פון נוצרות. אפשר זאל איך יעצט חושש זיין אז ער איז געווארן א באהאלטענע שאהיד, נאר ער האט מורא פון זיין גלח וואס אויב זאגט ער אויס, וועט ער אים אפשיקן קיין סיריע. דאס איז זייער נישט קיין רעאליסטישע ארגומענט.ברוך שפינוזה האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 24, 2023 8:58 pmס'נישט קיין סקאטסמען, איך זאג אזוי. לאמיר נעמען טאקע בלויד אלץ א ביישפיל, וואס מיינסטו זאגט ער פאר זיין פאמיליע און חברים יעצט אז ער איז צוריק? שטעל דיך פאר ער קומט צוריק צום גלח און ער זאגט איהם וואס ער האט געזאגט פאר ברעננער: "הער גלח, איך האב איינגעזעהן אז אידישקייט און נצרות זענען ביידע די זעלבע אמת ממילא בין איך צוריקגעקומען ווייל איך וויל אנהאלטן אונזער מסורה", דער גלח וואלט איהם ארויסגעטראסקעט און איהם אויסגעצאלט א טיקעט צוריק קיין וויליאמסבורג, בלייב דארט און מאך מיר נישט קאליע מיין ביזנעס. אוודאי זאגט ער זיי די בעלאוני אז ער האט איינגעזעהן אז גאנץ אידישקייט איז פלאגירט פון נצרות, וואס דען?פרייוויליג האט געשריבן:יעצט קומסטו מיט די No true Scotsman, אז אפילו איך ברענג דיך שוין יא איינעם ווי למשל Rabbi Gutman Locks וועסטו זאגן, נע עכט האלט ער אז ביידע זענען די זעלבע. אזא ויכוח קען איך נישט פירן.
איך רעד יא, ווייל דער אידישער נעא-פלעטאניסט און די קריסטליכע נעא-פלעטאניסט זאגן ביידע די זעלבע זאך, דער איד זאל בלייבן א איד און דער קריסט זאל בלייבן א קריסט און דער בודדהיסט זאל בלייבן א בודדהיסט, נישטא קיין שום סיבה צו גיין פאשען אין פרעמדע פעלדער ווייל גאט איז מלא כל הארץ כבודו.פרייוויליג האט געשריבן:איך רעד נישט פון פון פרומע אידן וואס זענען געקומען צו מסקנות.
דו בעהטסט פאר א ליסטע פון 5 גרים וואס האבן deconverted, איך קען ניטאמאל קיין 5 גרים.
לייג אריין אין יוטוב און טרעף מיך 5 גרים וואס האבן אוועקשפאצירט, זיך אין אינסטעגרעם, זיך אין טיקטאק, זיך אויף רעדיט, טרעף מיך 5.
איך קען דיך טרעפן זייער גרינג 5 גרים, און אסאך מער וואס זענען נאכאלס געבליבן אידן. דאס איז די טעמע פון די אשכול. נישט פון נעא-פלעטאניסטן, און נישט פון אידישע דראפ-אוטס.
מיין ארגומענט איז אז אידישקייט איז זייער ראבאסט, און זיי נעמען אן זייער שווער, איינמאל דו מאכסט עס אריין ביסטו אינסייד, אויב האסטו געמאכט דיין וועג אריין בערמה, וועט דיך עס אויסשפייען, אזוי ווי עס איז געשען מיט אונזערע יחיאל. און מען טרעפט נישט נאך ענליכע פעלער.
- ברוך שפינוזה
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1132
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
- געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
- האט שוין געלייקט: 1646 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל
Re: ווען א ראבאט עקספערמענטעט אידישקייט
בקיצור, דו האסט געמאכט א קלעים און איך דארף דיך אפווענדן, און אזוי ביי די וועי האסטו גוט באוואשן א איד אזוי נישט מיר נישט דיר, ווען דו צאלסט מיר ווען $1000 דאללער פאר די מחקר וואלט געוועהן פון וואס צו רעדן. לאמיר גיין פארקערט, איך מאך א קלעים און לאמיר זעהן צו דו קענסט מיר אפווענדן, איך האב כאטש קיינעם נישט באוואשן.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II