דער גר צדק וואס האט פארלאזט אידישקייט

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

Re: ווען א ראבאט עקספערמענטעט אידישקייט

שליחה דורך טאמבל סאס »

פרייוויליג האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 9:45 pm
ברוך שפינוזה האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 9:33 pm
פרייוויליג האט געשריבן:קענסט מאכן א קלעים - באותו ענין - אדער אין דיין אשכול, און איך וועל פראבירן צו ענטפערן, און נישט זאגן אז איך קען א צאל חברה, אדער מיין שכנ'ס ברודער האט מיך אזוי געזאגט.
מיין קלעים איז אז די אמת קען מען טרעפן איבעראל, משה מימון המכונה Somananda האט מיר עס געזאגט זייער קלאר, קענסט איהם אפרופן פרעגן (אגב ער איז נישט דער איינציגסטער פון זיין חבריא פון אידישן אפשטאם וואס האבן זיך געטראפן זייער שורש נשמה אין הינדואיזם). זלמן שעכטער-שלומי האט אויך אזוי געהאלטן, אוהד אזרחי פון ISTA האלט אויך אזוי. איך קען נאך אסאך מענטשן וואס האבן עס דורכגעטוהן און זענען געקומען צום זעלבן מסקנא נאר זיי זענען פריוואטע מענטשן.
ברענגסט מיך אידן וואס האבן גארנישט געוויסט פון אידישקייט. ווייסט וואס, לאמיר גיין אנדערש, ברענג מיך 5 פרומע אידן שומת"צ וואס האבן געפירט א אידישע לעבן, און האבן קאנווערטעט צו קרייסט, אדער בודהיזם. (ביטע ברענג מיך נישט עפעס א מפיל קינד וואס איז דורכגעגאנגען אביוז אלס קינד און האט גארנישט געוויסט) איך רעד פון א ריכטיגער שומת"צ, א פרומער, אדער רעליגיעזער איד.
די לאך אין די לאגיק פון דיין טענה איז די השערה אז נאר דיע אידן וואס קוקן חיצוניות'דיג אויס ווי דער פוילישער אדלמאן פון 16יארהונדערט, פון געבורטווייז אהן, קענען געזאגט ווערן צוהאבן ארויסגעהאט אידישקייט מכל הצדדים.
באמת קען אפילו זיין פארקערט, אז דוקא צווישן דיע, הערשט די העכסטע עמאונט פון אומוויסענהייט אפילו אין אידישקייט, טאקע צוליב וואס זיי זענען דערין געבוירן געווארן און האבן ע"פ רוב קיינמאל נישט געדארפט מאכן קיין אנשטרענגונג צו פראוון זייערע וועג פון לעבן.

קאמאן, דו מוזט מודה זיין אז צולערנען אזא כמות ווי יחיאל האט, אינקלודינג אפאר שפראכן, אין אזא קורצע תקופה, איז אימפרעסיוו, ווייזט אויף ערנסטע דעטערמינעישאן, און איז עטוואס מער ווי סתם צינישע צביעות?
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

Re: ווען א ראבאט עקספערמענטעט אידישקייט

שליחה דורך שמן למאור »

"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

Re: דער גר צדק וואס האט פארלאזט אידישקייט

שליחה דורך פרייוויליג »

צדק: למעשה ליין איך אדורך די subsequent תגובות, און איך זע אז דו ביסט נישט גערעכט אז קיין איין איד אדער גר האט נישט פארלאזט אידישיקייט, כזע דאך אז @חדשים האט ציטירט א וויקיפידיע בלעטל, וואס צייגט איבער א מיליאן אידן וואס האבן זיך גע'שמד'ט צו קריסטינטום.

שמעון: יא, אבער וויפיל מאל דארף איך זאגן אז כ'רעד נישט פון דעם. כ'רעד פון אידן וואס האבן געהאט אן עכטע אידישע עדיוקאציע, און זענען נאכדעם אוועקגעגאנגען צום קלויסטער.

צדק: שכח, דו זוכסט דוקא אידן וואס זענען געגאנגען מיט בערד, און האבן געגעסן עפל קאמפאוט ביים סעודה, ווייל ער גייט מיט א קראך היט? כככככ. נאר די וואס קוקן חיצוניות'דיג אויס ווי דער פוילישער אדלמאן פון 16יארהונדערט קען פארשטיין אידישקייט?

שמעון: כ'זע אז דו האסט נאך א 8 יעריגע ווערסיע וואס א פרומער איד מיינט. פרומער איד האט זילטש צו טון מיט לבוש. דו קענסט גיין מיט א קאפל אדער אן א קאפל, בארד און otherwise נישט דאס מיינט א פרומער איד. א פרומער איד מיינט איינער וואס איז געבוירן, אדער האט באקומען א אידישע עדיוקאציע און פירט זיך אזוי אויף. למשל ער קען לשה"ק, ער שיקט די קינדער אין א אידישע מוסד, ער איז א יודע ספר, ער היט שבת און תורה און מצות.

צדק: כ'הער, אבער פארוואס קערסטו אזוי שטארק אונטערצושטרייכן שומת"צ, וואס איז שלעכט מיט @שמן למאור לינק צו דזשוס פאר דזשיזעס, כ'זע דאך וואו זיי זאגן אז זיי זענען געווען אידן.

שמעון: געוואלדיגע קשיא, און יעצט גייסטו כאפן פארוואס כזיך דוקא שומת"צ. ווייל אידן וואס האבן נישט באקומען קיין אידישע חינוך און שפאצירן אוועק ווייזט דאס אויף גארנישט. ער קומט אן אויף אינדיע און ער מיינט אז ער האט געטראפן ה' ומשיחו. די סארט אידן ווייסן נישט גארנישט. אלע אידן וואס דזשוס פאר דזשיזעס רעקרוטען ווייסן גארנישט פון אידישקייט. עס איז נישט גענוג צו קענען צינדן א מנורה, אדער זאגן אז זיין מאמע פלעגט צינדן ליכט. אויב זיכסטו צו ברענגן א קאנטראסט וואס עס איז געשען מיט אונזער גר, איינער וואס האט געהארוועט אויף ש"ס פאר איבער 5 יאר, דארפסטו מיך לפחות ברענגן נאך אזא איד אדער גר וואס איז אוועקגעגאנגען נאכן אטעמען אידישקייט פאר א לאנגע צייט ביז ער האט אנדעקט א גורו אין אינדיע. טרעף מיך 5 אזלעכע חברה. נישט איינער וואס שמעתי שחזר לסורו, אדער כ'מיין אז איך קען איינעם. ברענגט מיך 5 חברה פון די לעצטע 151 יאר (פשוט ווייל עס איז אפשר גרינגער צו קענען זוכן) וואס האבן באקומען א גוטע אידישע עדיוקאציע און זענען געווארן אפילו א האלבע קריסט אא"וו

כ'האף אז עס איז גענוג קלאר, און איך וועל נישט דארפן זען נאך א לינק צו עפעס א איד וואס פראקטיצירט יאגע, ער קען זיין זייער א פיינער איד, און טון גוטע זאכן. אבער צום 10'טע מאל איך רעד פון א אנדערע קרייטעריע.

צדק: אוקיי כ'וועל איבערגעבן.
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 1634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל

Re: ווען א ראבאט עקספערמענטעט אידישקייט

שליחה דורך שאלתיאל »

פרייוויליג האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 8:45 pm
איך רעד נישט פון פון פרומע אידן וואס זענען געקומען צו מסקנות. איך רעד אויסשליסליך פון א גר צדק כהלכה וואס האט אוועקשפאצירט אפאר יאר נאכדעם. ברענג מיך נישט קיין מיסיאנערן אדער JFJ רעקרוטערס. ברענג מיך נאך 5 אזעלכע פעלער (ווייל איינס איז גרינג צו טרעפן אויף יוטוב) ווען א גר צדק האט אוועקשפאצירט. 5 גרים.

אדאנק.
איך קען צוויי פעלער פון גרים וואס האבן אפגעלאזט אלעס. ביידע האבן זיך שוין געהאט אוועקגעשטעלט, אויפגעשטעלט שטובער און זיך אריינגעדרייט אין זייערע קהילות.
אין איין פאל איז יענער אויך אריבער עטליכע גלגולים , קודם מאדערן ארטדאקס> חסיד> קנאי > גוי (קען זיין ער איז אריבער אינצווישן נאך)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שאלתיאל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

Re: דער גר צדק וואס האט פארלאזט אידישקייט

שליחה דורך שמן למאור »

פרייוויליג האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 10:54 am צדק: למעשה ליין איך אדורך די subsequent תגובות, און איך זע אז דו ביסט נישט גערעכט אז קיין איין איד אדער גר האט נישט פארלאזט אידישיקייט, כזע דאך אז @חדשים האט ציטירט א וויקיפידיע בלעטל, וואס צייגט איבער א מיליאן אידן וואס האבן זיך גע'שמד'ט צו קריסטינטום.

שמעון: יא, אבער וויפיל מאל דארף איך זאגן אז כ'רעד נישט פון דעם. כ'רעד פון אידן וואס האבן געהאט אן עכטע אידישע עדיוקאציע, און זענען נאכדעם אוועקגעגאנגען צום קלויסטער.

צדק: שכח, דו זוכסט דוקא אידן וואס זענען געגאנגען מיט בערד, און האבן געגעסן עפל קאמפאוט ביים סעודה, ווייל ער גייט מיט א קראך היט? כככככ. נאר די וואס קוקן חיצוניות'דיג אויס ווי דער פוילישער אדלמאן פון 16יארהונדערט קען פארשטיין אידישקייט?

שמעון: כ'זע אז דו האסט נאך א 8 יעריגע ווערסיע וואס א פרומער איד מיינט. פרומער איד האט זילטש צו טון מיט לבוש. דו קענסט גיין מיט א קאפל אדער אן א קאפל, בארד און otherwise נישט דאס מיינט א פרומער איד. א פרומער איד מיינט איינער וואס איז געבוירן, אדער האט באקומען א אידישע עדיוקאציע און פירט זיך אזוי אויף. למשל ער קען לשה"ק, ער שיקט די קינדער אין א אידישע מוסד, ער איז א יודע ספר, ער היט שבת און תורה און מצות.

צדק: כ'הער, אבער פארוואס קערסטו אזוי שטארק אונטערצושטרייכן שומת"צ, וואס איז שלעכט מיט @שמן למאור לינק צו דזשוס פאר דזשיזעס, כ'זע דאך וואו זיי זאגן אז זיי זענען געווען אידן.

שמעון: געוואלדיגע קשיא, און יעצט גייסטו כאפן פארוואס כזיך דוקא שומת"צ. ווייל אידן וואס האבן נישט באקומען קיין אידישע חינוך און שפאצירן אוועק ווייזט דאס אויף גארנישט. ער קומט אן אויף אינדיע און ער מיינט אז ער האט געטראפן ה' ומשיחו. די סארט אידן ווייסן נישט גארנישט. אלע אידן וואס דזשוס פאר דזשיזעס רעקרוטען ווייסן גארנישט פון אידישקייט. עס איז נישט גענוג צו קענען צינדן א מנורה, אדער זאגן אז זיין מאמע פלעגט צינדן ליכט. אויב זיכסטו צו ברענגן א קאנטראסט וואס עס איז געשען מיט אונזער גר, איינער וואס האט געהארוועט אויף ש"ס פאר איבער 5 יאר, דארפסטו מיך לפחות ברענגן נאך אזא איד אדער גר וואס איז אוועקגעגאנגען נאכן אטעמען אידישקייט פאר א לאנגע צייט ביז ער האט אנדעקט א גורו אין אינדיע. טרעף מיך 5 אזלעכע חברה. נישט איינער וואס שמעתי שחזר לסורו, אדער כ'מיין אז איך קען איינעם. ברענגט מיך 5 חברה פון די לעצטע 151 יאר (פשוט ווייל עס איז אפשר גרינגער צו קענען זוכן) וואס האבן באקומען א גוטע אידישע עדיוקאציע און זענען געווארן אפילו א האלבע קריסט אא"וו

כ'האף אז עס איז גענוג קלאר, און איך וועל נישט דארפן זען נאך א לינק צו עפעס א איד וואס פראקטיצירט יאגע, ער קען זיין זייער א פיינער איד, און טון גוטע זאכן. אבער צום 10'טע מאל איך רעד פון א אנדערע קרייטעריע.

צדק: אוקיי כ'וועל איבערגעבן.
זאג מיר אז דו האסט נישט געקוקט די ווידיאוס אדער געליינט די לינקס, אן מיר זאגן אז דו האסט נישט געקוקט די ווידיאוס אדער געליינט די לינקס.

מען רעדט קלאר פון חברה מבקשים וואס האבן עט סאם פוינט געהעריג פראקטעצירט אידישקייט און דאס גרינטלעך שטודירט. א טייל פון די ווידיאוס איז טאקע יא פון חברה וואס קומען פון א גענצליך סעקולערע באקראונד, אבער א טייל זאגן קלאר אז זיי האבן זיך "יא" געפירט לויט דיין אויבן דערמאנטע קרייטעריע.

איינער פארציילט ווי ער האט געהאט אפן צוויי זייטלעך, דזשוס פאר דזשיסעס און דזשוס פאר דזשודאיזם, און כסדר געקוקט אהין און אהער צו זען וואס דער זאגט צו יענעמס טענות און פארקערט, און אזוי געזען וואס יעדער האט צו פארקויפן.

מען רעדט דא קלאר נישט פון סתם לאציס וואס האבן 'גארנישט' געוויסט פון אידישקייט ביז זיי האבן אנדעקט יוזל.

האסט בלויד, האסט דעם אנדערן גר פון קאווע שטיבל 'יחד' האסט דעם געטויפטן פאנעט, האסט נאך אפאר פון די ווידיאוס, מען האלט שוין לאנג נאך דיין פארלאנגטע 5.

און דאס איז נאר וואס איך האב געטראפן זיכנדיג אביסל אויפן געוועב, נישט קענעדיגע קיין שום גרים אדער קריסטליכע אידן. פון בלויד וואלסטו אויך נישט געוויסט ביז עפעס א וויליאמסבורגע יענטע האט אים ארויסגעשטעלט.

אז דו ווילסט עכט וויסן קענסטו אראפפארן קיין גוואטאמאלע און גיין צו די קהילת הגרים און זיי פרעגן וויפיל חברה גיין צוריק צו קריסטונום.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שמן למאור, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 1634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל

Re: דער גר צדק וואס האט פארלאזט אידישקייט

שליחה דורך שאלתיאל »

ס'דא אזעלכע וואס זענען געגאנגען אין אנדערע פלעצער ווייל זיי האלטן אז דארט ליגט די אמת וואס איז בעצם אויך די אמת וואס איז דא (עט סאם לעוועל) אין אידישקייט.
כ'קען איינער אין ירושלים ער רופט זיך יעקוב אבן יוסוף, א איד וואס קומט פון א קאנסערוואטיווע אמעריקאנער משפחה און האט געטראפן די אמת אין 'סופיזם' די מיסטישע שטראם אין איסלאם. ער האט אפי' געטוישט זיין נאמען דורך א סופי'שע שעיך. ער האלט זיך אבער אויך א איד און ער איז משלב די ביידע. (ער איז באיינפלוסט פון ר' זלמן שכטר-שלומי)
כ'מיין ר' אברהם בן הרמב"ם מיט די חסידי מצרים זענען אויך געגאנגען פאשן אין סופיזם ווייל זיי האבן געהאלטן געהאלטן אז דארט ליגט באהאלטן פריערדיגע אידישע טראדיציעס
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
דערהויבענע איד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 622
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
האט שוין געלייקט: 4274 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל

Re: ווען א ראבאט עקספערמענטעט אידישקייט

שליחה דורך דערהויבענע איד »

קהל'ס נער האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 5:09 pm
איך שיהיה איך זעה נישט פארוואס אינז דארף מען זיך צושאקלען און פארוואס ס׳מאכט מער אויס ווי אז איינער האט זיך אויסגעגליטשט אויף א באנאנע שאלאכטס אויף ראדני.

פאר א ק''ש איד איז אינטערעסאנט פארוואס אזא מענטש האט זיך צוגעטשעפעט צו אידישקייט, חסידים, הארעווען ש''ס, און זיין אידיש איך אויך נשקשה, און דאס אלעס איז געווען אין א קנאפע 5 יאר.


פאר א סיסטעם אינגערמאן קען אזא מעשה מורא'דיג טריגערן, צוליב,

ווי אזוי קען זיין אז די רבנים האבן גארנישט באמערקט? אונז דארפן צו האבן די בעסטע גיור...?

פון א סאציאלע שטאנדפונקט, ווי אזוי קען א דרויסענדיגער זיך אזוי גוט אריינדרייען אין אונזער געזעלשאפט, זיך ווייקענדיג און אונזערע מקוואות, און עסן מיט אונז מלוה מלכה'ס?

פארוואס די חברה טרעפן זיך אייביג די פלאץ אין וויליאמסבורג, און ציען דוקא קיין סאטמער? סיי אויב אונז זעמיר טאקע די איינציגסטע ערליכע אידן פארוואס דווקא אזא פארפרומטע גר האט אפגעפיצט, און אויכעט די חלק פארוואס ציט זיי אזוי שטארק די סאטמערע העיט...

(דאס קען פיין טריגערן א סאטמערע אינגערמאן)
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

Re: ווען א ראבאט עקספערמענטעט אידישקייט

שליחה דורך שמן למאור »

דערהויבענע איד האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 11:34 am
קהל'ס נער האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 5:09 pm
איך שיהיה איך זעה נישט פארוואס אינז דארף מען זיך צושאקלען און פארוואס ס׳מאכט מער אויס ווי אז איינער האט זיך אויסגעגליטשט אויף א באנאנע שאלאכטס אויף ראדני.

פאר א ק''ש איד איז אינטערעסאנט פארוואס אזא מענטש האט זיך צוגעטשעפעט צו אידישקייט, חסידים, הארעווען ש''ס, און זיין אידיש איך אויך נשקשה, און דאס אלעס איז געווען אין א קנאפע 5 יאר.


פאר א סיסטעם אינגערמאן קען אזא מעשה מורא'דיג טריגערן, צוליב,

ווי אזוי קען זיין אז די רבנים האבן גארנישט באמערקט? אונז דארפן צו האבן די בעסטע גיור...?

פון א סאציאלע שטאנדפונקט, ווי אזוי קען א דרויסענדיגער זיך אזוי גוט אריינדרייען אין אונזער געזעלשאפט, זיך ווייקענדיג און אונזערע מקוואות, און עסן מיט אונז מלוה מלכה'ס?

פארוואס די חברה טרעפן זיך אייביג די פלאץ אין וויליאמסבורג, און ציען דוקא קיין סאטמער? סיי אויב אונז זעמיר טאקע די איינציגסטע ערליכע אידן פארוואס דווקא אזא פארפרומטע גר האט אפגעפיצט, און אויכעט די חלק פארוואס ציט זיי אזוי שטארק די סאטמערע העיט...

(דאס קען פיין טריגערן א סאטמערע אינגערמאן)
איך קען הערן פארוואס דאס טריגערט, אבער באמת דארף עס בכלל נישט קיינעם טריגערן.

די סיבה פארוואס עס טריגערט איז ווייל אונז ווערן מחונך אז "נאר אונז" האבן די אויסשליסליכע פשוטע אמת און די אלע ביליאנע גוים אויפן וועלט זענען אדער סתם משוגע אדער האבן נאכנישט געהאט די געלעגנהייט צו כאפן א בליק אויף אידישקייט. אבער די רגע וואס סיי ווער מיט בלויז א טראפקעלע שכל אין קאפ וועט נאר אביסל געבן א קוק אויף אידישקייט, וועט ער גלייך איינזען אז דאס איז עס.

דאס איז די פראבלעם.

דער בלויד האט עס געהעריג געמיינט אמת'דיג. ער האט זיך געהעריג מגייר געווען, פאר די 5 יאר האט ער געהעריג געהאלטן אז אידישקייט איז די זאך, ביז ער איז שפעטער צוגעקומען צו אנדערע מסקנות. מה כל הרעש?

עס קומט פון א געפערליכע שוואכקייט און אומזיכערקייט, אז די רגע מען הערט אז איינער האט אויך די ידועות וואס איך האב, און דאך קומט ער אן צו אנדערע מסקנות, מוז עס מיינען אז איך בין נישט גערעכט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שמן למאור, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

Re: דער גר צדק וואס האט פארלאזט אידישקייט

שליחה דורך פרייוויליג »

שאלתיאל האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 11:28 am ס'דא אזעלכע וואס זענען געגאנגען אין אנדערע פלעצער ווייל זיי האלטן אז דארט ליגט די אמת וואס איז בעצם אויך די אמת וואס איז דא (עט סאם לעוועל) אין אידישקייט.
כ'קען איינער אין ירושלים ער רופט זיך יעקוב אבן יוסוף, א איד וואס קומט פון א קאנסערוואטיווע אמעריקאנער משפחה און האט געטראפן די אמת אין 'סופיזם' די מיסטישע שטראם אין איסלאם. ער האט אפי' געטוישט זיין נאמען דורך א סופי'שע שעיך. ער האלט זיך אבער אויך א איד און ער איז משלב די ביידע. (ער איז באיינפלוסט פון ר' זלמן שכטר-שלומי)
כ'מיין ר' אברהם בן הרמב"ם מיט די חסידי מצרים זענען אויך געגאנגען פאשן אין סופיזם ווייל זיי האבן געהאלטן געהאלטן אז דארט ליגט באהאלטן פריערדיגע אידישע טראדיציעס
וויאזוי זענען מיר געגאנגען פון 'פרומע אידן צו קריסטנטום', ביז 'פון פרומע אידן צו אינלייטענט אידן'. פון 'פרומע אידן צו קריסטנטום', ביז "פון א קאנסערוואטיווע אמעריקאנער משפחה צו סופיזם'.? אז ר' אברהם בן הרמב"ם האט גענאשט פון חסידי מצרים מיינט דאס אז ער האט איבערגעביטן ה' ומשיחו? חכמה בגויים תאמין, עס איז דא א סך צו געניסן פון אינדרויסן. אבער וואו קומט יעצט זלמן שכטר-שלומי אריין אינעם בילד? דו ביסט יעצט אריין אין די שמועס אז ספרים חיצונים קען אומווארפן איינער וואס איז נישט שטארק געבויעט, ער קען פארלוירן ווערן פון אן א גוטע איידיע פון אינדרויסן און מיינען אז דארט געפינט זיך דעם אמת. ר' אברהם בן הרמב"ם איז געבליבן א איד און נישט קאנווערטעט צו איסלאם, אויב געדענק איך גוט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום פרייוויליג, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

Re: דער גר צדק וואס האט פארלאזט אידישקייט

שליחה דורך טאמבל סאס »

פרייוויליג האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 10:54 am א פרומער איד מיינט איינער וואס איז געבוירן, אדער האט באקומען א אידישע עדיוקאציע און פירט זיך אזוי אויף. למשל ער קען לשה"ק, ער שיקט די קינדער אין א אידישע מוסד, ער איז א יודע ספר, ער היט שבת און תורה און מצות.
יודע ספר? סיריעסלי?? קען לשה"ק?

אבער אויסער דעם מיין איך אז סאיז פשוט א נומבערס אישו. שטעל דיך אפ א מינוט און טראכט אריין אז די גאנצע פאפולאציע אין אר"י, איז נאר מיט ווייניגער פון א מיליאן מער פון די צאל נפשות פון ניו יארק סיטי אליינס. און וויפיהל פון די מענטשן, אידן, רעליגעיזע, חרדים אין ניו יארק זענען שוין סאטמערע חסידים?
טאנץ דריי מאהל אשרינו אז דו האסט די זכיה צוהאבן געבוירן געווארן אין די אנפאנג פון א גאללרייכע תקופה. (גאררייכע, גוררייכע אדער גר-רייכע; כ'האב שוין פארגעסן ווי מען זאגט עס). צווישן זיי, די געבורט פון לב טהור, יואלי ראטה און בן גביר און נאך.. אמן כיה"ר.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

Re: דער גר צדק וואס האט פארלאזט אידישקייט

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

האב איך געטראפן א רעדדיט שנירל וואו גרים וואס האבן פארלאזט אידישקייט פארציילן זייערע געשיכטעס.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
שפילער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 662
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 252 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 562 מאל

Re: דער גר צדק וואס האט פארלאזט אידישקייט

שליחה דורך שפילער »

עיין
כאן
מיין אישי קעסטל ארבעט נישט
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו

shpieler111@gmail.com
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: דער גר צדק וואס האט פארלאזט אידישקייט

שליחה דורך berlbalaguleh »

איך האב יעצט געענדיגט הערן (און זעהן) דעם קליפ פון דעם אינטערוויו מיט זאב ברענער.

דער מענטש יחיאל ישראל בלויד איז גארנישט קיין נאר. ער זעהט אויך אויס צו זיין א היפש באלאנסירטער און רואיגער מענטש. דאך. עפעס דרוקט אויף איהם וואס ער וויל נישט ארויסגעבן. ווארשיינליך די פאלשקייט און געמאכטע פריינטשאפט און זילזול דורך א סאך מענטשן מיט וועם ער איז געווען אין פארבינדונג. אז ער איז אנגעקומען צו א מצב פון יאוש. ער איז געקומען צו די מסקנא אז ער וועט זיך קיינמאל נישט קענען אריינארבעטן אין די אידישע סאסייעטי . און ווערן אן אינטעגראלער חלק פון דעם אידישן פאלק. ער וועט אייביג בלייבן אן "אינדרויסנדיגער". דאס האט איהם מעגליך געשטופט צו יאוש. און זיין באשלוס אויפצוגעבן אידישקייט אינגאנצן.

נאר איין עפיזאד וואס ער פארציילט (ביי 1:05:36 בערך). אז צווישן פורים און פסח האט ער און זיין ווייב באשלאסן איבערצולאזן אידישקייט.

מ'קען זאגן אז דאס איז געווען אין די ריכטיגע צייט (לשיטתו). ווייל אהערצושטעלן א פסח איז זייער טייער . ס'קאסט א סאך געלט. און ווען ער איז צוריק געווארן א גוי האט ער זיך דאס אלעס איינגעשפארט.

ס'איז דא אזא קלאסישע מעשה'לע וואס דער בעלזער רב הרה"צ ר' יששכר בער זצוק"ל האט פארציילט. און געניצט אלס א מוסר השכל.

ס'איז אמאל געווען א פריץ וועלכער האט געהאט א אידישן באדינער. ווען דער פריץ האט זיך אנגעשיכור'ט האט ער זיך בארימט פאר זיינע חברים די אנדערע פריצים אז זיין מאשקע איז איהם זייער געטריי. און וואס ער וועט פארלאנגען פון איהם וועט ער מקיים זיין. האט ער געלאזט רופן זיין מאשקע און ער זאגט צו איהם...מאשקע. איז אמת אז וואס איך הייס דיר וועסטו טון. זאגט מאשקע...יא.... זאגט דער פריץ...מאשקע איך וויל דו זאלסט זיך שמד'ן. מאשקע זאגט זיכער, הער פריץ. און מאשקע האט זיך געשמד'ט און געווארן א גוי. ס'איז אדורך א חודש און דער פריץ לאזט רופן מאשקע און ער זאגט צו איהם...מאשקע...איך האב נאר געוואלט ווייזן פאר מיינע חברים ווי געטריי דו ביזסט. דו קענסט צוריק ווערן א איד. מאשקע לויפט אהיים מיט איין שמחה און פארציילט פאר זיין ווייב אז דער פריץ לאזט איהם צוריק ווערן א איד. רופט זיך אן זיין ווייב. לאמיר בלייבן גויים ביז נאך פסח. ס'איז אזוי טייער אהערצושטעללן א פסח. מיט מצות. וויין און פלייש...!

די מסקנא פון דעם גאנצן דראמאטישן שפיעל איז, אז מ'דארף אמת'דיג ליעב האבן א גר און באציען זיך צו איהם/איהר מענטשליך און מיט רעספעקט. נישט מיט זילזול. ווייל זיי שפירן דאס. זיי דערקענען ווען מ'חנפ'ט זיי. און אונטער'ן רוקן לאכט מען פון זיי. נישט אומזינסט שטייט אין די תורה...ואהבתם את הגר...!

נאר איך האב נאכאלץ מיינע ספיקות אויב ער האט דורכגעלערנט ש"ס. און ער פארשטייט עס.
[NAMELESS]

Re: דער גר צדק וואס האט פארלאזט אידישקייט

שליחה דורך [NAMELESS] »

שפילער האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 11:30 pm עיין
כאן
דא דערציילט זי באריכות. זי קומט פון א חסידישע שטיב
נחום הסופר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 349
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 13, 2018 1:04 pm
האט שוין געלייקט: 246 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 396 מאל

Re: דער גר צדק וואס האט פארלאזט אידישקייט

שליחה דורך נחום הסופר »

berlbalaguleh האט געשריבן:
די מסקנא פון דעם גאנצן דראמאטישן שפיעל איז, אז מ'דארף אמת'דיג ליעב האבן א גר און באציען זיך צו איהם/איהר מענטשליך און מיט רעספעקט. נישט מיט זילזול. ווייל זיי שפירן דאס. זיי דערקענען ווען מ'חנפ'ט זיי. און אונטער'ן רוקן לאכט מען פון זיי. נישט אומזינסט שטייט אין די תורה ואהבתם את הגר...!

כ'האב שוין לאנג געקלערט אז איינס פון די זאכן וואס מען דארף זאגן פאר א גר ווען ער וויל זיך מגייר זיין, איז אים קלארשטעלן אז ווי א שטארקע איד ער וועט נאר ווערן, און מיט אלע 36 מצות עשה'ס פון ואהבתם את הגר, וועט ער זיך קיינמאל נישט געהעריג אריינבלענדן און אינטעגרעיטן, ער וועט אייביג בלייבן אין א געוויסן זין א 'דרויסנדיגער'.
שמחהלע קאפשטיק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 776
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 1399 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

Re: דער גר צדק וואס האט פארלאזט אידישקייט

שליחה דורך שמחהלע קאפשטיק »

נחום הסופר האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 10:24 am
berlbalaguleh האט געשריבן:
די מסקנא פון דעם גאנצן דראמאטישן שפיעל איז, אז מ'דארף אמת'דיג ליעב האבן א גר און באציען זיך צו איהם/איהר מענטשליך און מיט רעספעקט. נישט מיט זילזול. ווייל זיי שפירן דאס. זיי דערקענען ווען מ'חנפ'ט זיי. און אונטער'ן רוקן לאכט מען פון זיי. נישט אומזינסט שטייט אין די תורה ואהבתם את הגר...!

כ'האב שוין לאנג געקלערט אז איינס פון די זאכן וואס מען דארף זאגן פאר א גר ווען ער וויל זיך מגייר זיין, איז אים קלארשטעלן אז ווי א שטארקע איד ער וועט נאר ווערן, און מיט אלע 36 מצות עשה'ס פון ואהבתם את הגר, וועט ער זיך קיינמאל נישט געהעריג אריינבלענדן און אינטעגרעיטן, ער וועט אייביג בלייבן אין א געוויסן זין א 'דרויסנדיגער'.
די קהילות פון גרים [פענסעלוועניע / געוואטאמאללא] יוכיחו, זיי מאכן שבת פאר זיך,
ס’איז זייער א קלוגע שריט מצידם ומצד העסקנים...
האניג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 5:10 pm
האט שוין געלייקט: 209 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 226 מאל

Re: דער גר צדק וואס האט פארלאזט אידישקייט

שליחה דורך האניג »

ס'איז לאו דוקא א קהילה פון גרים וואס זיי ברויכן. זיי קענען זיך אריינגלידערן אין אנדערע קהילות בישראל און אין אנדערע שטעט, וואו מען וועט זיי ענדערש אנעמען.
וויליאמסבורג איז דאס ארגסטע פלאץ פאר א גר. מיר נעמען נישט אריין קיינעם וואס איז א טראפ אנדערש, מיר קענען עס פשוט נישט פארנעמען. וואלט זיך א רוסישע איד געטראפן דאס פלאץ דא? קיינמאל.
בְּתוֹךְ עַמִּי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 671
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

Re: דער גר צדק וואס האט פארלאזט אידישקייט

שליחה דורך בְּתוֹךְ עַמִּי »

האניג האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 3:52 pm ס'איז לאו דוקא א קהילה פון גרים וואס זיי ברויכן. זיי קענען זיך אריינגלידערן אין אנדערע קהילות בישראל און אין אנדערע שטעט, וואו מען וועט זיי ענדערש אנעמען.
וויליאמסבורג איז דאס ארגסטע פלאץ פאר א גר. מיר נעמען נישט אריין קיינעם וואס איז א טראפ אנדערש, מיר קענען עס פשוט נישט פארנעמען. וואלט זיך א רוסישע איד געטראפן דאס פלאץ דא? קיינמאל.

וואס...?! גרים, רוסישע אידן?
׳איך׳ אויפוואקסענדיג אין וויליאמסבורג האב זיך קיימאל געפונען דאס פלאץ אין ווילי...
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה :)

פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: דער גר צדק וואס האט פארלאזט אידישקייט

שליחה דורך berlbalaguleh »

בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 4:34 pm וואס...?! גרים, רוסישע אידן?
'איך' אויפוואקסענדיג אין וויליאמסבורג האב זיך קיימאל געפונען דאס פלאץ אין ווילי...
בתוך עמי: איך בערל בעל עגלה בין געבוירן (ליידער/ב"ה/רחמנא ליצלן מהאי דעתא) אין ארץ ישראל. איך פלעג צו גיין (אפילו אלס בחור) מיט א קאפל און א העמד אום זומער. איך האב מיך אויך נישט געשוירן (ב"ה) מיט א טריפל זיראו. אויך ווען די אידן האבן (בעזהשי"ת) א נצחון איבער די שמוציגע אראבישע רוצחים פריי איך מיך זייער שטארק. און ניין, ס'בארירט מיר נישט קיין כהוא זה ווען די פאלעסטינער, אראבישע רוצחים (סיוויליענס. פרויען און קינדער, ימ"ש) ווערן געהרג'עט אין די טויזנטער, כן ירבו. נאר א יעדער איד וואס ווערט (ח"ו) גע'הרג'עט טוט מיר זייער שטארק וויי. ה' ירחם...!
מר. קלונימוס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 306
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 17, 2016 3:45 pm
האט שוין געלייקט: 465 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 327 מאל

Re: דער גר צדק וואס האט פארלאזט אידישקייט

שליחה דורך מר. קלונימוס »

שאלתיאל האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 11:28 am ס'דא אזעלכע וואס זענען געגאנגען אין אנדערע פלעצער ווייל זיי האלטן אז דארט ליגט די אמת וואס איז בעצם אויך די אמת וואס איז דא (עט סאם לעוועל) אין אידישקייט.
כ'קען איינער אין ירושלים ער רופט זיך יעקוב אבן יוסוף, א איד וואס קומט פון א קאנסערוואטיווע אמעריקאנער משפחה און האט געטראפן די אמת אין 'סופיזם' די מיסטישע שטראם אין איסלאם. ער האט אפי' געטוישט זיין נאמען דורך א סופי'שע שעיך. ער האלט זיך אבער אויך א איד און ער איז משלב די ביידע. (ער איז באיינפלוסט פון ר' זלמן שכטר-שלומי)
כ'מיין ר' אברהם בן הרמב"ם מיט די חסידי מצרים זענען אויך געגאנגען פאשן אין סופיזם ווייל זיי האבן געהאלטן געהאלטן אז דארט ליגט באהאלטן פריערדיגע אידישע טראדיציעס
זיי זענען די וואס מ'זעט אויף יו טוב מיט די מאדנע טאנצנרייען און שאקלרייען קלאפן מיט די פיס ווי וואנזיניגע נישטא קיין בעסערע ענטערטעינמעמט!
איך רעד צום וואנט קוקט אויס
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 1634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל

Re: דער גר צדק וואס האט פארלאזט אידישקייט

שליחה דורך שאלתיאל »

דו מיינסט לכאורה די סארט ווידעאס.
ס'איז די סופישע Dhikr צערעמאניע. קוקט אויס הימעליש

Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
moody
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 72
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 09, 2021 5:58 pm
האט שוין געלייקט: 62 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 94 מאל

Re: דער גר צדק וואס האט פארלאזט אידישקייט

שליחה דורך moody »

איך וואלט געקלערט אז גרים זענען אזאלכע וואס וועלען נעמען דאס לעבען ביזן עקסטרים איך קען אבער איינער וואס איז א דאקטאר אין וויליאמסבורג, די עולם קען איר, איך ווייס נישט אויב ס'פאסיג צו שרייבן א נאמען, וואס זי מיט איר מאן, וואס איז א באקסער, זענען גרים פירען א מאדארען ארטודאקס לעבענס שטייגער,

איך בין נייגעריג אויב צווישן די מאדערענע זענען גרים אן אפטע ערשיינוג.
moody
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 72
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 09, 2021 5:58 pm
האט שוין געלייקט: 62 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 94 מאל

Re: דער גר צדק וואס האט פארלאזט אידישקייט

שליחה דורך moody »

איך דערמאן זעך יעצט אז ווען איך בין געווען א קליין קיד האט א אינגערמאן פון ווילימסבורג, נישט ארגינעל, זיך אויפגעהויבן מיט דאס ווייב און עטליכע קינדער און זיך געטויפט צו איסלאם איינער געדענקט?, ליגט מיר נאך אין קאפ די העדליין אין איינע פון די איזרעלי צייטונגען "מש"ס להתחאמאס"
פארשפארט