די לאך אין די לאגיק פון דיין טענה איז די השערה אז נאר דיע אידן וואס קוקן חיצוניות'דיג אויס ווי דער פוילישער אדלמאן פון 16יארהונדערט, פון געבורטווייז אהן, קענען געזאגט ווערן צוהאבן ארויסגעהאט אידישקייט מכל הצדדים.פרייוויליג האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 24, 2023 9:45 pmברענגסט מיך אידן וואס האבן גארנישט געוויסט פון אידישקייט. ווייסט וואס, לאמיר גיין אנדערש, ברענג מיך 5 פרומע אידן שומת"צ וואס האבן געפירט א אידישע לעבן, און האבן קאנווערטעט צו קרייסט, אדער בודהיזם. (ביטע ברענג מיך נישט עפעס א מפיל קינד וואס איז דורכגעגאנגען אביוז אלס קינד און האט גארנישט געוויסט) איך רעד פון א ריכטיגער שומת"צ, א פרומער, אדער רעליגיעזער איד.ברוך שפינוזה האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 24, 2023 9:33 pmמיין קלעים איז אז די אמת קען מען טרעפן איבעראל, משה מימון המכונה Somananda האט מיר עס געזאגט זייער קלאר, קענסט איהם אפרופן פרעגן (אגב ער איז נישט דער איינציגסטער פון זיין חבריא פון אידישן אפשטאם וואס האבן זיך געטראפן זייער שורש נשמה אין הינדואיזם). זלמן שעכטער-שלומי האט אויך אזוי געהאלטן, אוהד אזרחי פון ISTA האלט אויך אזוי. איך קען נאך אסאך מענטשן וואס האבן עס דורכגעטוהן און זענען געקומען צום זעלבן מסקנא נאר זיי זענען פריוואטע מענטשן.פרייוויליג האט געשריבן:קענסט מאכן א קלעים - באותו ענין - אדער אין דיין אשכול, און איך וועל פראבירן צו ענטפערן, און נישט זאגן אז איך קען א צאל חברה, אדער מיין שכנ'ס ברודער האט מיך אזוי געזאגט.
באמת קען אפילו זיין פארקערט, אז דוקא צווישן דיע, הערשט די העכסטע עמאונט פון אומוויסענהייט אפילו אין אידישקייט, טאקע צוליב וואס זיי זענען דערין געבוירן געווארן און האבן ע"פ רוב קיינמאל נישט געדארפט מאכן קיין אנשטרענגונג צו פראוון זייערע וועג פון לעבן.
קאמאן, דו מוזט מודה זיין אז צולערנען אזא כמות ווי יחיאל האט, אינקלודינג אפאר שפראכן, אין אזא קורצע תקופה, איז אימפרעסיוו, ווייזט אויף ערנסטע דעטערמינעישאן, און איז עטוואס מער ווי סתם צינישע צביעות?