קודם כל איך מיש נישט הודו מיט כוש, רבי אברהם דוב האט געדארפט די מנין, און וויזשניץ נישט, אבער מיין עיקר אויפרעגעניש איז געווען כלפי דעם אינגען מחוצף, אז דו קומסט שוין אמאל יא, זיי כאטש מכבד דעם פלאץ, איך קוק עס אהן ווי מהר"י איז נעבאך צוריסן געווען אלע יארן, קרח מכאן ומכאן, ס'האט מיר אויסגעקוקט די איינצעלנע מאל וואס זיין זוהן איז מיט געווען דאהי אין בארא פארק ווי זיי האבן נישט געהאט קיין געמיינזאמע שפראך!תניא בניחותא האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 11:02 amלמען האמת מיש נישט הודו מיט כושמיסטעריע האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 24, 2023 11:41 pmאון דעם ביזטו הייליג גערעכט, אויב דו מיינסט זיין עלסטע זוהן, געדענק איך נאך גוט מיט וואספארא זולזול און גרינגשעצונג ער פלעגט שוין אלס קינד קומען קיין בארא פארק, (אויך נאר די געציילטע מאל וואס ער האט נישט געהאט קיין ברירה....) אבער צו די זעלבע צייט האבן זיך בני הרב מראחמיסטריווקא מאנסי שליט"א זיך אויכעט אזוי נוהג געווען אנבאלאנגט ראחמיסטריווקא און נישט גורס געווען קיין טאטן נאר וויזשניץ, קיין טערארריסטן זענען זיי נישט געווען, (ווייל זיי זענען נישט סקווירא, וד"ל).היימלינד האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 24, 2023 1:41 pmקיינער אבער קיינער האט נישט פראבלעם מיט ר"י גופא נישט קיין חילוק ווי ער איז אן איידעם, דו האלסט אין איין אויפבלאזען אז ס'איז פארהאן עפעס א העיט מיט סקווירא, לא דובים ולא יער.
אדרבא ווען ער וואלט געווען אין סיי וועלעכע שטאט וואלט ער געהאט א שיינע הצלחה, ער איז ערליכער און א געשמאקער ביינזאם.
אז דו דערמאנסט איהם שוין יא מעגסטו וויסען אז איינער פון זיינע חשובע זון - וואס איז נישט ברא כרעא דאבוה - פון די חשובע טעראר אנפירער אין שטעטל, האט זיך לעצטענס פון פריש גענומען איבער די ביינער פון רחמס"ט מאנסי, די חידוש איז אז נישט נאר צו זיין זיידע ז"ל איז ער כמעט נישט געקומען נאר אפילו ביי זיין טאטען שליט"א זעהט מען איהם כמעט נישט, שמח"ת ועוד זמנים מיוחדים זענען ער מיט רוב משפחה אריינגערעכענט די מאמע געלאפען קיין סקווירא על אף אז זיין ביי זיין טאטע הקפות ליל שמח"ת וואלט נישט געווען קיין סתירה צו גיין שפעטער קיין סקווירא.
איז אויב אזוי וואס פלוצלינד דרוקט איהם אז רי"י איז רבי ?!
און ווי געזאגט איך גיי נישט צו קיינעם מער, ס'האט ביי מיר אויסגעוועפט דאס ערענסקייט, קען זיין טאמער איך וועל זעהן אז איינער פון זיי וועט למעשה האבן דעם ארגינעלקייט וועל איך מיך צושארן אהין.
וויאזוי ס'זאל נאר נישט זיין, האסט מיר דערמאנט אלטע זכרונות פון דעם מהר"י ממאנסי'ס מחוצף'ל
בני ראחמיסטריווקא מאנסי האבן געהאט א טאטע וואס האט א קליינע געגנט שול, לעומת זה האבן זיי א זיידע אריבער די גאס מיט א גרויסע רבי’סטעווע, איז פארשטענדליך אז זיי האבן זיך דארט געדרייט, חוץ מזה האבן זיי אלע כאטש האלב תפילות ימים טובים געדאוונט ביים טאטן,
משא”כ בני מהר”י האבן געהאט א זיידן אויך א רבי טאקע נישט אזא גרויסע פירמע אבער דאך עלטער און חשו... פאסט אז מ’זאל זיך דארט אויך דרייען חלק כחלק.
@בעל דרשן, איך קען מיך נישט אויס און וויזשניץ, אבער ס'לייגט זיך אויפן שכל אז די האגער'ס עתיד זענען אין וויזשניץ, ווער רעדט נאך היינט נאכדעם וואס זייער זיידע איז די-פאקטא רבי פון מאנסי, און זייער טאטע איז די צוקונפטיגער ממלא מקום, זענען זיינע קינדער ווי מ'זאגט פראנט ליניע, וואס פונקטליך האבן זיי פארלוירן אין סקווירא, משא"כ דער בנו הגדול פון מהר"י וואלט געדארפט פארשטיין, אז קיין עתיד אין סקווירא האט ער סיי ווי סיי נישט, האט ער געזאלט כאטשיג קומען גענוג אויף מיטצוהאלטן בחצר הקודש ראחמיסטריווקא, און נישט איין טאג אנקומען אין וועלן האבן די מלוכה וואס ער האט אזוי מזלזל געווען דערין אלע יארן.
אלס איינער פון די עלטערע דור, האלט איך אז מהר"י (דער זעלבע קען געזאגט ווערן אויף מהרד"מ ביז תשנ"ב) קומט זיך א גאלדענע מעדאל און אסאך קרעדיט דער וועג וויאזוי ער האט עס געהאנדעלט, און אלס א בני יואל קוקענדיג היינט פונדערויסן מעג ער און דארף באקומען שטארקע רעספעקט אפילו ביי די חסידים פון מהרי"י ממאנסי שליט"א