דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
פארשפארט
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?

שליחה דורך אלפא »

עס טוט זיך הימל און ערד און נטורי קרתא.

YY דזשעקאבסאן שרייט אז זיי זענען נישט קיין אידן, לעיזער קרויס האקט אז ס'נישט קיין קונץ נאר ליב צו האבן מחללי שבתות בעת מ'האט פיינט שומרי תו"מ.
דוד ליכטענשטיין האלט אז הצלה טאר נישט מחלל שבת זיין פאר זיי אלס 'מיצר את הרבים', טורקס שרייט אז ליב האבן א איד איז נישט נאר ווען עס איז גרינג.

און אזוי גייען די קולות העכער און העכער, צו ביי זיי גייט אן 'ואהבת לרעך' און צו זיי האבן א דין מסור אדער גאר ווי די קאפוי'ס וועלכע זענען מיטגעשטאנען מיט די נאצי'ס?! אדער זענען זיי עכ"פ תינוק שנשבה'ס און ערליכע אידן וואס האבן א פארדרייטע השקפה...

וואס איז אינטרעסאנט איז אז די נקודת המחלוקת ווערט נישט באמת אויסגעשמועסט, דהיינו, אן אויסוואורף וואס זאל מיטגיין מיט היטלער ימ"ש וואלט יעדער אטאמאטיש פיינט געהאט צ"ע צו ע"פ הלכה איז בכלל דא א חיוב צו גיין אנטקעגן די פשוט'ע מענטשליכע געפיל.., לאידך גיסא איינער וואס האט אן אג'ענדא אבער טוט נישט קיין סאך וועגן דעם אדער טוט נישט קיין פעולות וואס רעגן אויף וואלט מען אים לכאו' ווייטער נישט פיינט געהאט. די טיפערע שאלה איז אין די גדר - בעסער געזאגט, די בליק - וואס הייסט 'שטיצן רציחה' און וואס די גדר פון זיין א מיצר לרבים איז.

ביי די וואס די מדינה איז אידישקייט אליין, איז דאך סאטמאר אויך בארדערליין אנטיסעמיטיש, ווער רעדט נאך אויסטוישן א ווארט מיט אן אראבער, אפגערעדט שרייען 'פרי פאלעסטיין' אינאיינעם אדער גאר באזוכן א מערדער'ס קבר חס מלהזכיר - דאס איז דאך היטלער אליין - עס קען גאר נישט זיין זיי זענען מזרע ישראל. און אלע בארעכטיגונגען פאלגן שוין אטאמאטיש נאך, עבירות בין אדם לחבירו איז דאך אסאך הארבער ווי בין אדם למקום, נישט אזוי? איי, וועלכע 'עבירה' האבן זיי געטון? וועמען טוען זיי וויי חוץ דיין 'אידעאלאגיע'? קענסטו זייער השקפה? פארשטייסטו זייער צד פון וואו זיי קומען אז דו שרייסט? דאס איז נישט נוגע ווייל זיי זענען דאך ממילא נישט בכלל ישראל איינמאל זיי האבן זיך 'מתחבר געווען מיט רשעים' פלוצים קענען זיי די סאטמאר'ע שפראך?! און זיי 'פארשעמען כלל ישראל' בפני כל עם ומדינה (פון וועלכע שעצן גראדע אז געוויסע אידן האבן א פראבלעם מיט 20000 טויטע פאלעסטינער וכו') .

משא"כ איינער וואס די מדינה אין פורסט פלעיס איז אונטער פראגע צייכן, איז דאך אפשר נישט אזוי שלעכט צו גיין ווייזן פאר די אראבער אז מיר האבן געוויסע איינקלאנגען, אולי ברענגט עס טאקע אראפ אביסל פון זייער שנאה?! אין ערגסטן פאל זענען זיי טאטאל פארריקט און משוגע.
הכלל, די הונטערליגענדע נושא איז די בליק איבער זייער אקציעס און וויפיל עס שאדט פאר מיר, מיין 'אידישקייט', און פאר מיין 'כלל ישראל'. ביי איינעם איז שרייען 'פרי פאלעסטיין' ערגער ווי זיך בוקן צום צלם, און ביי איינעם איז נישט עק וועלט אז אפאר משוגעים טרעפן זיך מיט די איראנער גייסטליכער, וואס קען מיר נישט און איך קען אים נישט ושלום על ישמעאל..

אדער?

האט איינער א בעסערע אנאליז איבער דעם שנאת ישראל צו די נטורי קרתא וועלכע זענען נישט עובר (ווי ווייט איך קען זיי) אויף קיין איין זיז כל שהוא פון שו"ע, בס"ה אידענטיפיצירן זיי זיך ענדערשע מיט אראבער ווי מיט מחללי שבתות פון עפעס א זנות פעסטעוויל וכדו'?

ומענין לענין, רעדענדיג פון מיצר לרבים האב איך פערזענליך געהאט א פארקערטע שאלה. אפאר טעג צוריק האט עפעס א חברה'מאן באהאנגען מיין געגנט ווי איך וואוין (צווישן אסאך גוים) מיט די פאוסטערס פון די האסטידזשעס, ער האט באמת מיאוס געמאכט די גאס - און איך קען אים גאראנטירן אז קיין איינער פון די חטופים וועלן נישט ארויסקומען שנעלער לכבוד זיינע צעטלעך - וואס יא, געוויסע גוים אין מיין געגנט האבן זיך זייער גערעגט און יעדעס מאל איך בין געשטאנען דערנעבן האב איך מיר ממש געפילט ווי א טארגעט צו איינער פון די בייזע עלעמענטן הגם עס איז ב"ה אריבער בשלום (די גאסן קערער האט עס שוין אפגערייניגט), האב איך געהאט די חקירה צו דער וואס האט עס אויפגעהאנגען און אריינגעלייגט מיר מיט מיינע שכנים אין א פיזישע סכנה - צו ער האט גאר די דין 'מיצר לרבים'?!

א חבר מיינע טענה'ט מיט דעם לאגיק אז גור'ע רבי איז אמאל זיכער א מיצר לרבים - נאך וואס מער מענטשן זענען שלאפלאז צוליב אים ווי צוליב נטורי קרתא אקציעס...
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

Re: דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?

שליחה דורך שעפטאל »

😘
באניצער אוואטאר
אסטראלאג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 315
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 10:14 am
האט שוין געלייקט: 147 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

Re: דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?

שליחה דורך אסטראלאג »

דאס איז זיכער אז לשיטת לעזער קרויס דארף מען פיינט האבן שומרים און שמירה..

מיר שעלטן טעגליך די מינים ואפיקורסים ביי תפילת ולמלשינים.

לעניינינו, די אלע כלל ישראל ארגאניזאציעס, הצלה, RCCS, צדק, התאחדות הרבנים, נטורי קרתא, וכו' וכו', קען מען אייביג זיך ארויפכאפן אויף זאכן.
די רשעות איז אבער, אז בלויז נטורי קרתא, האסן די אלע אזוי-גערופענע "כלל ישראל אחדות אידן", זיי וועלן ליב האבן די גרעסטע רשעים, שונאי השם די וואס דערצענערן דעם אויבערשטן, די זעלבע וואס פארשעמען און רייטן אויף אונזער געמיינדעס,
אבער די נטורי קרתא (בראשות מהרי"ד ווייס שליט"א) וואס די זענען א מעסער אין זייער אויגן קעגן זייער נאציאנאליסטישע עבודה זרה, דא, דרייט מען אויף דעם ספר תורה אפיר צו זוכן עפעס זיי פיינט צו האבן .
שקצים טיפשים ורמסים.
🕯️לעילוי נשמת רביה"ק מנטורי קרתא זי"ע בעל "דברי יואל, ויואל משה, על הגאולה"
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

Re: דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?

שליחה דורך אלפא »

איך מיין מ'קען פארשטיין די וואס האלטן אז נ"ק שטיצט רציחה מיטן לעקן די פיס פון רוצחים, נישט ווייניגער ווי מ'קען פארשטיין נ"ק אליין פארן דאס טון. בכל אופן דיין האסע ("שקצים רמסים"...) איז אויך נישט בארעכטיגט!

נ.ב. מהרי"ד ווייס איז א שוואכע 'ראש' (איך קען אים פערזענליך..)
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
חב''ד הויזן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 403
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 14, 2022 12:00 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 577 מאל

Re: דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?

שליחה דורך חב''ד הויזן »

אסטראלאג האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 4:17 pm דאס איז זיכער אז לשיטת לעזער קרויס דארף מען פיינט האבן שומרים און שמירה..

מיר שעלטן טעגליך די מינים ואפיקורסים ביי תפילת ולמלשינים.

לעניינינו, די אלע כלל ישראל ארגאניזאציעס, הצלה, RCCS, צדק, התאחדות הרבנים, נטורי קרתא, וכו' וכו', קען מען אייביג זיך ארויפכאפן אויף זאכן.
די רשעות איז אבער, אז בלויז נטורי קרתא, האסן די אלע אזוי-גערופענע "כלל ישראל אחדות אידן", זיי וועלן ליב האבן די גרעסטע רשעים, שונאי השם די וואס דערצענערן דעם אויבערשטן, די זעלבע וואס פארשעמען און רייטן אויף אונזער געמיינדעס,
אבער די נטורי קרתא (בראשות מהרי"ד ווייס שליט"א) וואס די זענען א מעסער אין זייער אויגן קעגן זייער נאציאנאליסטישע עבודה זרה, דא, דרייט מען אויף דעם ספר תורה אפיר צו זוכן עפעס זיי פיינט צו האבן .
שקצים טיפשים ורמסים.
בלויז אויף נטורי קרתא כאפט מען זיך ארויף אויף זאכן :lol:

אסטראלאג, ביטע טשעק ארויס פון די אשכול, כשם שמצוה לומר דבר הנשמע כך מצוה שלא לומר דבר שאינו נשמע. מ'וויל עס אויסשמועסן נארמאל.
תניא בניחותא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 140
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 12:33 pm
האט שוין געלייקט: 139 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 353 מאל

Re: דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?

שליחה דורך תניא בניחותא »

פונקט ווי ביי אונז אידעלעך טוישט קיינער כמעט נישט זיין מיינונג נאך היציגע ויכוחים, דער סאטמארער שרייט אז יעדער זעט שוין איין אז די רעבע זעכיסעיאגענאלייני איז געווען גערעכט, די ציונים האלטן ווייטער ביי דאס זייעריגע, ליובאוויטשע שרייען אז די ”אף שעל” טעאריע איז גערעכט, וכו’ וכו’

להבדיל ביי די גוים איז די זעלבע זאך, די רעכטע האלטן מיט די ציונים, די ליבעראלן האלטן מיט די אראבער, נטרונא קלערט קיינעם נישט אויף...

נאר וואס דען ? ס’קען געבן סחורה פאר אנטיסעמיטן צו ווייזן קוק די אידן האלטן אויך קעגן די מדינה, א בחינה פון לתת חרב בידם להרגני, דאס קען ביי מאנכע ארויף ברענגען בייז בלוט מיט די טענה אז ס’איז מעודד רציחה.
באניצער אוואטאר
אסטראלאג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 315
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 10:14 am
האט שוין געלייקט: 147 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

Re: דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?

שליחה דורך אסטראלאג »

אלפא האט געשריבן:
איך מיין מ'קען פארשטיין די וואס האלטן אז נ"ק שטיצט רציחה מיטן לעקן די פיס פון רוצחים, נישט ווייניגער ווי מ'קען פארשטיין נ"ק אליין פארן דאס טון. בכל אופן דיין האסע ("שקצים רמסים"...) איז אויך נישט בארעכטיגט!

נ.ב. מהרי"ד ווייס איז א שוואכע 'ראש' (איך קען אים פערזענליך..)

איבער דעם פאפולערע לאוזונג, אז פון די נ"ק פראטעסטן איז געדרינגען אז זיי שטיצן רציחה, האב איך שוין געשריבן אין די פארגענגענהייט.
די עצם מציאות אז די אידישע שטימע קומט ארויס פאר די וועלט פון נאך א פערספעקטיוו, איז שטענדיג א הצלה פאר כלל ישראל אומעטום, בזמן כמעט צוויי ביליאן אראבער וואס א גרויסע פראצענט וואקסן אויף מיט שנאה קעגן אידן,
זאלן זיי וויסן און פארשטיין אז ווי שלעכט איין סארט ראסע אבער רעליגיע זאל נאר זיין, איז פארט דא מענטשן מיט אנדערע דעות.
דאס איז וויכטיג פאר סיי וועלכע געמיינדעס.

אז נטורי קרתא האט א דיפלאמאטישע עפעקט פון די וועלט פירער לטובת הערבים, וועט יעדער פארשטיין אז נישט. די רעגירונגען נעמען זיי נישט ערענסט..
סך הכל נעמען זיי אראפ די שנאה פון אראבער אויף די ערליכע אידישע קהילות ארום דער וועלט.
טויזענטער מעשיות איז פארהאן במשך די יארן.
נטורי קרתא האט שוין אפגעראטעוועט בית חיים, בתי מדרשים, אידן להבדיל ציונים (ר"ל?) פון ווערן געהארגעט.
🕯️לעילוי נשמת רביה"ק מנטורי קרתא זי"ע בעל "דברי יואל, ויואל משה, על הגאולה"
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

Re: דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?

שליחה דורך אלפא »

תניא בניחותא האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 4:52 pm פונקט ווי ביי אונז אידעלעך טוישט קיינער כמעט נישט זיין מיינונג נאך היציגע ויכוחים, דער סאטמארער שרייט אז יעדער זעט שוין איין אז די רעבע זעכיסעיאגענאלייני איז געווען גערעכט, די ציונים האלטן ווייטער ביי דאס זייעריגע, ליובאוויטשע שרייען אז די ”אף שעל” טעאריע איז גערעכט, וכו’ וכו’

להבדיל ביי די גוים איז די זעלבע זאך, די רעכטע האלטן מיט די ציונים, די ליבעראלן האלטן מיט די אראבער, נטרונא קלערט קיינעם נישט אויף...

נאר וואס דען ? ס’קען געבן סחורה פאר אנטיסעמיטן צו ווייזן קוק די אידן האלטן אויך קעגן די מדינה, א בחינה פון לתת חרב בידם להרגני, דאס קען ביי מאנכע ארויף ברענגען בייז בלוט מיט די טענה אז ס’איז מעודד רציחה.

אויף א מאקרא לעוועל ביסטו גערעכט אז סעקטס טוישן זיך נישט en-massa, אבער אין די מייקרא לעוועל זעט מען כסדר ווי מענטשן (וכולי האי ואולי א ווייעלענט מענטש) טוישן זייער מיינונגען לכאן ולכאן, אין וועלכע סיי נטרונא און נאך מער נטורי קרתא קענען יא לכאו' שפילן א ראלע.
לגבי גיסן אויל צו אנטי-סעמיטיזם, דאס איז טאקע די טאלקינג פוינט אנקעגן נ"ק, אבער קענסטו מיר מסביר זיין די path וויאזוי שטיצן פאלעסטינער (און אפי' חאמאס נישט-אויסגערעדט-צו-זיין) פירט צו רציחה אין סיי וועלכע פארם?
דאס איז איגנארירנדיג די אבוויעסע פאקט אז נ"ק איז נישטא צו 'שטיצן רציחה' נישט אין זייערע ווילן און נישט אין זייערע אקציעס - אביעקטיווערהייט!
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

Re: דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?

שליחה דורך אלפא »

אסטראלאג האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 4:56 pm
נטורי קרתא האט שוין אפגעראטעוועט בית חיים, בתי מדרשים, אידן להבדיל ציונים (ר"ל?) פון ווערן געהארגעט.
איין מעשה? ראי'? קעיס? ביטע.
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
באניצער אוואטאר
אסטראלאג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 315
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 10:14 am
האט שוין געלייקט: 147 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

Re: דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?

שליחה דורך אסטראלאג »

אלפא האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 5:01 pm
אסטראלאג האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 4:56 pm
נטורי קרתא האט שוין אפגעראטעוועט בית חיים, בתי מדרשים, אידן להבדיל ציונים (ר"ל?) פון ווערן געהארגעט.
איין מעשה? ראי'? קעיס? ביטע.
דו קענסט דאך מהרי"ד ווייס, טעלעפאניר אים , קום צוריק אין צוויי שעה ארום.
איך האב יעצט נישט קיין צייט דערפאר.
🕯️לעילוי נשמת רביה"ק מנטורי קרתא זי"ע בעל "דברי יואל, ויואל משה, על הגאולה"
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

Re: דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?

שליחה דורך אלפא »

אסטראלאג האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 5:09 pm

עס דארף נישט נעמען קיין צוויי שעה ארויסצושלעפן איין מעשה פון 'אסאך'!

אלפא האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 5:11 pm
אסטראלאג האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 5:09 pm
אלפא האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 5:01 pm
אסטראלאג האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 4:56 pm
נטורי קרתא האט שוין אפגעראטעוועט בית חיים, בתי מדרשים, אידן להבדיל ציונים (ר"ל?) פון ווערן געהארגעט.
איין מעשה? ראי'? קעיס? ביטע.
דו קענסט דאך מהרי"ד ווייס, טעלעפאניר אים , קום צוריק אין צוויי שעה ארום.
איך האב יעצט נישט קיין צייט דערפאר.
עס דארף נישט נעמען קיין צוויי שעה ארויסצושלעפן איין מעשה פון 'אסאך'!
איך ווייס אזוי סאך, דערפאר ווייס איך נישט ווי אנצוהייבן.
איך וועל אי"ה מאכן צייט און צאמנעמען וואס איך געדענק.
כהאלט נישט אז דו קענסט מהרי"ד ווייס אז דו זאלסט קענען רעדן אזוי. ער איז א קליגער, שטארקע כארארטער, מיט א איידעלע עטיטוט

אג"ב פארגאנגענע וואך ווען מהרי"ד ווייס און נאך פינף אידן זענען געגאנגען קיין איראן, האט זיי הרב גראמי - רב טעהראן איינגעליידענט און זיי אויפגענומען פאר די ישיבה און ארויסגעהויבן אלס זייערע רעטער און "אפהיטער" און ארומגערעדט וויפיל נטורי קרתא ראטעוועט די וואוילזיין פון אידישקייט אין טעהראן.
🕯️לעילוי נשמת רביה"ק מנטורי קרתא זי"ע בעל "דברי יואל, ויואל משה, על הגאולה"
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

Re: דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?

שליחה דורך אלע צוזאמען »

אסטראלאג האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 5:20 pm איך ווייס אזוי סאך, דערפאר ווייס איך נישט ווי אנצוהייבן.
איך וועל אי"ה מאכן צייט און צאמנעמען וואס איך געדענק.
כהאלט נישט אז דו קענסט מהרי"ד ווייס אז דו זאלסט קענען רעדן אזוי. ער איז א קליגער, שטארקע כארארטער, מיט א איידעלע עטיטוט

אג"ב פארגאנגענע וואך ווען מהרי"ד ווייס און נאך פינף אידן זענען געגאנגען קיין איראן, האט זיי הרב גראמי - רב טעהראן איינגעליידענט און זיי אויפגענומען פאר די ישיבה און ארויסגעהויבן אלס זייערע רעטער און "אפהיטער" און ארומגערעדט וויפיל נטורי קרתא ראטעוועט די וואוילזיין פון אידישקייט אין טעהראן.
עגעין מיט דיינע בול-שיט’ן דעם עולם, שיסט א סטופיט קלעים, און קענסט עס נישט באשטעטיגן, און דיין גרויליגע חוצפה צו ניצן די משכנות אין איראן אלס א באווייז, מדחציף כולי האי שמע מינה....
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
באניצער אוואטאר
אסטראלאג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 315
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 10:14 am
האט שוין געלייקט: 147 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

Re: דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?

שליחה דורך אסטראלאג »

אלע צוזאמען האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 6:06 pm
אסטראלאג האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 5:20 pm איך ווייס אזוי סאך, דערפאר ווייס איך נישט ווי אנצוהייבן.
איך וועל אי"ה מאכן צייט און צאמנעמען וואס איך געדענק.
כהאלט נישט אז דו קענסט מהרי"ד ווייס אז דו זאלסט קענען רעדן אזוי. ער איז א קליגער, שטארקע כארארטער, מיט א איידעלע עטיטוט

אג"ב פארגאנגענע וואך ווען מהרי"ד ווייס און נאך פינף אידן זענען געגאנגען קיין איראן, האט זיי הרב גראמי - רב טעהראן איינגעליידענט און זיי אויפגענומען פאר די ישיבה און ארויסגעהויבן אלס זייערע רעטער און "אפהיטער" און ארומגערעדט וויפיל נטורי קרתא ראטעוועט די וואוילזיין פון אידישקייט אין טעהראן.
עגעין מיט דיינע בול-שיט’ן 💩 דעם עולם, שיסט 💘 א סטופיט קלעים, און קענסט עס נישט באשטעטיגן🙏, און דיין גרויליגע חוצפה💊 צו ניצן די משכנות👶אין איראן🥸אלס א באווייז, מדחציף כולי האי שמע מינה🧠....
בארואיגט אייך.

די פאר שורות האב איך בלויז געשריבן פון וואס זיי האבן אפיציעל איבערגעגעבן 212-444-1117 דערנאך דרוקט 1, און דרוקט אריין די קנעפלעך פון די באריכט פון איראן.

איך האב גראדע געהערט א פערזענליכע באריכט מיט שטארקע באווייזן איבער זייערע אויפטועונגען.
רעד מיט זיי אויב דו ביסט אזוי אינטערסירט
🕯️לעילוי נשמת רביה"ק מנטורי קרתא זי"ע בעל "דברי יואל, ויואל משה, על הגאולה"
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

Re: דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

די שאלה פונעם קעפל איז טעארעטיש אדער למעשה'דיג? לאמיר זאגן אויב שטעלט זיך ארויס בבירור גמור אז מ'דארף פיינט האבן נטורי קרתא און ס'גייט איינער במזיד און האט זיי ליעב גייט ער פארלירן זיינע 72 בתולות צו וואס אדער ס'נאר נוגע לקידושי אישה?
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

Re: דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?

שליחה דורך אלפא »

ברוך שפינוזה האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 6:49 pm די שאלה פונעם קעפל איז טעארעטיש אדער למעשה'דיג? לאמיר זאגן אויב שטעלט זיך ארויס בבירור גמור אז מ'דארף פיינט האבן נטורי קרתא און ס'גייט איינער במזיד און האט זיי ליעב גייט ער פארלירן זיינע 72 בתולות צו וואס אדער ס'נאר נוגע לקידושי אישה?
נאר טעארעטיש, למעשה גייט קיינער נישט טוישן זיין עטיטוד ממילא...
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

Re: דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

אוודאי וועט מען טוישן דעם עטיטוד, וואס טוט מען דען נישט פאר אביסלע (אומאיידעלע ווארט וואס אין אונגאריש מיינט עס קישן) אויף יענער וועלט?
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?

שליחה דורך berlbalaguleh »

אלפא: ייש"כ. לויט ווי איך זעה פון דיין שרייבן ביסטו נוטה צו האבן (א ביסל) סימפאטיע מיט די "קלאונס" וואס רופן זיך (פאר די וועלט) נטורי קרתא.

זיכער זענען דא מענטשן ביי כלל ישראל וועמען זיי רעגן געפערליך אויף מיט זייערע מעשים תעתועים. און ברענגען זיי ממש ארויס פון די כלים (גלייכגעוויכט).

איך פערזענליך האב זיי נישט ליעב און נישט פיינט. אפילו לויט די מאן דאומרים וואס האלטן אז זיי טוען זייערע נארישע, משוגע'נע און פאלשע שטיק פאר געלט. די איראנער באצאלן זיי זייער שיין פאר זייער "ארבעט".

העכסטנס האב איך רחמנות אויף זיי (און זייערע נשמות). אין א נעגאטיוון סענס. ווי מ'זאגט...דער איז נעבעך א משוגע'נער...!

וואס איך קען, אבער נישט פארשטיין פארוואס די איראנער, וועלכע זענען רשעים ארורים, בלי שום ספק. נאר קיין בהמות זענען זיי נישט. פארוואס זיי געבן זיי (פאר ישראל דויד וסייעתו) אפילו די "צייט פון טאג".

צי זעהן זיי דען נישט איין אז אויסער די זעקס אדער זיבן קלאונס האבן זיי קיין איין ערנסטער מענטש וואס שטייט מיט זיי. ישראל דויד און זיין קאמפעני פרובירן איינצורעדן פאר די גוי'אישע וועלט אז רוב מנין ובנין פון כלל ישראל שטייט מיט זיי. אבער דאס גייט נישט. אויסער א פאר משוגעים אין לאנדאן וועלכע האבן געמאכט א רקידה'לע ווען הרב שטיינמאן זצ"ל איז נפטר געווארן.

לענ"ד דארף מען זיי לאזן לויפן. און פשוט איגנארירן. ביז זיי וועללן באקומען זייער "שכר". אזוי ווי הרב אמנון יצחק שליט"א האט געזאגט צו איינער פון זייער (נארישע) גרופ... יום אחד הם יפגעו בכם...!
מענדל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 113
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 19, 2023 1:00 am
האט שוין געלייקט: 60 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 77 מאל

Re: דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?

שליחה דורך מענדל »

איך האב זיי פיינט. וואס מען דארף, ווייס איך נישט.
עמרם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 780
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
האט שוין געלייקט: 328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל

Re: דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?

שליחה דורך עמרם »

קודם דארף מען פרעגן צי מ'דארף ליב האבן יעדע איד, אדער נאר שומתו''מ ?
אויב נאר שומתו''מ דארף מען מברר זיין וואס איז א שומתו''מ

מ'זאגט יעדן תפילה "וכל המינים כרגע יאבדו"
א מין א אפיקורס טאר מען נישט ליב האבן !
מ'דארף פיינט האבן אזעלכע וואס האבן פיינט די רבש''ע !
די שאלה איז ווער גייט אריין אין דעם ?
באניצער אוואטאר
אסטראלאג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 315
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 10:14 am
האט שוין געלייקט: 147 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

Re: דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?

שליחה דורך אסטראלאג »

מענדל האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 8:14 pm איך האב זיי פיינט וואס מען דארף ווייס איך נישט
איך וואלט אייך געראטן איר זאלט נאכקוקן אויב איר שטאמט בכלל פון אידן. קען גאר זיין אז די ביסט פטור פון אלע מצוות.
🕯️לעילוי נשמת רביה"ק מנטורי קרתא זי"ע בעל "דברי יואל, ויואל משה, על הגאולה"
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

Re: דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?

שליחה דורך אלפא »

berlbalaguleh האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 8:08 pm אלפא: ייש"כ. לויט ווי איך זעה פון דיין שרייבן ביסטו נוטה צו האבן (א ביסל) סימפאטיע מיט די "קלאונס" וואס רופן זיך (פאר די וועלט) נטורי קרתא.

זיכער זענען דא מענטשן ביי כלל ישראל וועמען זיי רעגן געפערליך אויף מיט זייערע מעשים תעתועים. און ברענגען זיי ממש ארויס פון די כלים (גלייכגעוויכט).

איך פערזענליך האב זיי נישט ליעב און נישט פיינט. אפילו לויט די מאן דאומרים וואס האלטן אז זיי טוען זייערע נארישע, משוגע'נע און פאלשע שטיק פאר געלט. די איראנער באצאלן זיי זייער שיין פאר זייער "ארבעט".

העכסטנס האב איך רחמנות אויף זיי (און זייערע נשמות). אין א נעגאטיוון סענס. ווי מ'זאגט...דער איז נעבעך א משוגע'נער...!

וואס איך קען, אבער נישט פארשטיין פארוואס די איראנער, וועלכע זענען רשעים ארורים, בלי שום ספק. נאר קיין בהמות זענען זיי נישט. פארוואס זיי געבן זיי (פאר ישראל דויד וסייעתו) אפילו די "צייט פון טאג".

צי זעהן זיי דען נישט איין אז אויסער די זעקס אדער זיבן קלאונס האבן זיי קיין איין ערנסטער מענטש וואס שטייט מיט זיי. ישראל דויד און זיין קאמפעני פרובירן איינצורעדן פאר די גוי'אישע וועלט אז רוב מנין ובנין פון כלל ישראל שטייט מיט זיי. אבער דאס גייט נישט. אויסער א פאר משוגעים אין לאנדאן וועלכע האבן געמאכט א רקידה'לע ווען הרב שטיינמאן זצ"ל איז נפטר געווארן.

לענ"ד דארף מען זיי לאזן לויפן. און פשוט איגנארירן. ביז זיי וועללן באקומען זייער "שכר". אזוי ווי הרב אמנון יצחק שליט"א האט געזאגט צו איינער פון זייער (נארישע) גרופ... יום אחד הם יפגעו בכם...!
עס זענען דא זייער ווייניג היימישע אידן בכלל וועלכע באווייזן זיך אויף סיי וואסערע מידיע נעצן ברבים, לכאו' פאר דעם האבן זיי אזא שטארקע באזע, און די סיבה פארוואס די אלגעמיינע וועלט נעמט זיי אן אומפראפארציאנאל איז ווייל זיי זענען מער ווייניגער די איינציגסטע 'נציגים' פון די היימישע עולם צו וועמען די וועלט האט צוטריט... (די דעבאטע אין הייד פארק מיט אלימלך לאנדאו האט אויך עקספלאדירט פאר דעם - בפשטות).

אזוי צו אזוי, זע איך נישט עס זאל שאטן אז עמך-גוים באקומען א מער נואנסד בליק איבער 'היימישע אידנטום' און איבער אידישקייט, ווען זיי זעען (דער וואס זעען..) אז די ספעקטרום לויפט פון טאנצן מיט אראבער ביז סימפאטיזירן דאס מאקסימום מיט די מדינה... עס קען נאר ברענגען גוטס דאס אז זיי פאקן נישט אלעמען אריין אין איין קעסטל.
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

Re: דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?

שליחה דורך אלפא »

אסטראלאג האט געשריבן:
מענדל האט געשריבן: איך האב זיי פיינט, וואס מען דארף ווייס איך נישט.

איך וואלט אייך געראטן איר זאלט נאכקוקן אויב איר שטאמט בכלל פון אידן. קען גאר זיין אז דו ביסט פטור פון אלע מצוות.

יעצט גנב'סטו YY'ס לשונות...

א געשאסענע פייל שיסט מען נישט צוריק!
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
פארשפארט