ממש אזוי הארב איז זיי פיינט צו האבן lol
דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?
- ברוך שפינוזה
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1132
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
- געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
- האט שוין געלייקט: 1646 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל
Re: דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
- אסטראלאג
- ידיד השטיבל
- הודעות: 315
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 10:14 am
- האט שוין געלייקט: 147 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל
Re: דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?
דיין קאמענט, א בייזוויליגע דארעכגעגעסענע אנטיסעמיטישע סטיעטמענט.
לעילוי נשמת רביה"ק מנטורי קרתא זי"ע בעל "דברי יואל, ויואל משה, על הגאולה"
- אלפא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 836
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
- האט שוין געלייקט: 3900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל
Re: דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?
סטאפ די העיט פליז!
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 113
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 19, 2023 1:00 am
- האט שוין געלייקט: 60 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 77 מאל
Re: דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?
קען זיין איך בין א אנטיסעמיט איז נישט מעגליך צו זיין א אידשע אנטיסעמיט (גראדע איך זאג עס נאר דא אויף אויף קאווע שטיבל די נטורי קרתא שרייען זייערע אנטיסעמיטזים און אלע גאסען)
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?
אסטראלאג: דו רעדסט, במחילה מכבודך, אזוי ווי אייביג, שטותים והבלים. ווייז מיר איין איד וואס זיין לעבן איז געראטעוועט געווארן דורך די מעשים פון די נטורי קרתא. איין גוי'אישער רוצח וועלכער האט געזאגט...ניין. אט די אידן וועלן מיר נישט טשעפען. ווייל זיי האלטן מיט אונז. דאס איז נאך קיינמאל נישט געשעהן.אסטראלאג האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 4:56 pmאיבער דעם פאפולערע לאוזונג, אז פון די נ"ק פראטעסטן איז געדרינגען אז זיי שטיצן רציחה, האב איך שוין געשריבן אין די פארגענגענהייט.אלפא האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 4:30 pmאיך מיין מ'קען פארשטיין די וואס האלטן אז נ"ק שטיצט רציחה מיטן לעקן די פיס פון רוצחים, נישט ווייניגער ווי מ'קען פארשטיין נ"ק אליין פארן דאס טון. בכל אופן דיין האסע ("שקצים רמסים"...) איז אויך נישט בארעכטיגט!אסטראלאג האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 4:17 pm דאס איז זיכער אז לשיטת לעזער קרויס דארף מען פיינט האבן שומרים און שמירה..
מיר שעלטן טעגליך די מינים ואפיקורסים ביי תפילת ולמלשינים.
לעניינינו, די אלע כלל ישראל ארגאניזאציעס, הצלה, RCCS, צדק, התאחדות הרבנים, נטורי קרתא, וכו' וכו', קען מען אייביג זיך ארויפכאפן אויף זאכן.
די רשעות איז אבער, אז בלויז נטורי קרתא, האסן די אלע אזוי-גערופענע "כלל ישראל אחדות אידן", זיי וועלן ליב האבן די גרעסטע רשעים, שונאי השם די וואס דערצענערן דעם אויבערשטן, די זעלבע וואס פארשעמען און רייטן אויף אונזער געמיינדעס,
אבער די נטורי קרתא (בראשות מהרי"ד ווייס שליט"א) וואס די זענען א מעסער אין זייער אויגן קעגן זייער נאציאנאליסטישע עבודה זרה, דא, דרייט מען אויף דעם ספר תורה אפיר צו זוכן עפעס זיי פיינט צו האבן .
שקצים טיפשים ורמסים.
נ.ב. מהרי"ד ווייס איז א שוואכע 'ראש' (איך קען אים פערזענליך..)
די עצם מציאות אז די אידישע שטימע קומט ארויס פאר די וועלט פון נאך א פערספעקטיוו, איז שטענדיג א הצלה פאר כלל ישראל אומעטום, בזמן כמעט צוויי ביליאן אראבער וואס א גרויסע פראצענט וואקסן אויף מיט שנאה קעגן אידן,
זאלן זיי וויסן און פארשטיין אז ווי שלעכט איין סארט ראסע אבער רעליגיע זאל נאר זיין, איז פארט דא מענטשן מיט אנדערע דעות.
דאס איז וויכטיג פאר סיי וועלכע געמיינדעס.
אז נטורי קרתא האט א דיפלאמאטישע עפעקט פון די וועלט פירער לטובת הערבים, וועט יעדער פארשטיין אז נישט. די רעגירונגען נעמען זיי נישט ערענסט..
סך הכל נעמען זיי אראפ די שנאה פון אראבער אויף די ערליכע אידישע קהילות ארום דער וועלט.
טויזענטער מעשיות איז פארהאן במשך די יארן.
נטורי קרתא האט שוין אפגעראטעוועט בית חיים, בתי מדרשים, אידן להבדיל ציונים (ר"ל?) פון ווערן געהארגעט.
אויב יא. ווער איך א נטורי קרתא און א נטרונא אין זעלבן טאג...לאל
נטורי קרתא און נטרונא גייטס שלאפן..לאל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 57
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 8:41 am
- האט שוין געלייקט: 5 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 17 מאל
Re: דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?
למעשה אבער אז מען קוקט די קאמענטס אויף נ"ק באקומען זיי משונה'דיגע סופארט סיי פון אראבער סיי פון עמך גוי, מ'זעט נישט קיין אויפשטייג פון שנאה דורכדעם נאר אדרבא, א ריספעקט פאר אידן וואס קענען "מודה זיין" אין אידישע עוולות,] ולכן איז מיר קשה להבין וואס מיינט "רודף" אין דיזען קאנטעקסט
דארט ווי מען באגראבט שקר וואקסט ארויס דעם אמת (הרה"ק מקאצק)
פירוש: אז דו ווילסט אמת ברויכסטו האבן דעם שקר טיעף אין די ערד (קאצקער)
פירוש: אז דו ווילסט אמת ברויכסטו האבן דעם שקר טיעף אין די ערד (קאצקער)
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 780
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
- האט שוין געלייקט: 328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל
Re: דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?
די עצם שאלה ארום נ''ק
פאר די קליפת הציונית האט זיך אנגעהויבן (ווי דערמאלטס זענען אסאך גדולי ישראל ארויס אז מ'זאל זיך נישט מחבר זיין מיט זיי)
האבן אסאך מגדולי ישראל געפירט מערכות אקעגען די משכילים און רעפארמער
איינע פון די זאכן וואס מ'האט שטארק געפירט אקעגען זיי, איז געווען די נושא פון זיך מחבר זיין צי די גוים רח''ל , מיט כל מיני וועגן
רבותיה''ק האבן געהאלטן אז מ'דארף זיך אינגאנצן אפשאקלען פון די גוים און נישט האבן קיין שום שייכות מיט זיי אויף קיין שום אויפן
מ'זאל זיי נישט אויפקלערן אדער אויפווייזן אויף גארנישט
למעשה די נ''ק איז היבש פארנעמען מיט די גוים, מ'זאגט זיי מ'קלערט זיי אויף ווער זענען די ריכטיגע אידן , מ'פראבירט זיך צי געפעלן פאר זיי , און זאגן אז די אידן זענען נישט ווי אזוי מ'קוקט זיי אהן , יענע אידן זענען נישט קיין ריכטיגע אידן וכו' , די אלע זאכן האבן די משכילים און רעפארמער געטוהן אלע דורות, און אויף דעם האבן אונזערע רבי'ס געוויינט פאר אזוי פיל יארן
אונז האבן נישט קיין שייכות מיט די גוים ח''ו
אונז דארפן זיי נישט אויפקלערן, אויף קיין שום וועג
אז די נ''ק טוהן אזוי איז עס א גרויסע קשיא
פון ווי נעמען זיי די חוצפה צי גיין אקעגען די גדולי ישראל
פון ווי נעמען זיי די חוצפה צי גיין געפעלן פאר די גוים רח''ל
ניין אונז דארפן זיך נישט פארענטפערן פאר די גוים, און אויך נישט פאר די נ''ק
און מיינע אויגן זענען זיי פארצייטישע משכילים
ושומר נפשו ירחיק מהם

אפי' מ'זאל זאגן אז זיי טוהן אויף, האבן שוין גדולי ישראל געזאגט, אז מ'זאל נישט פראבירן זיך צי געפעלן פאר די גוי אפי' מ'מיינט אז מ'גייט אויפטון
בני אל תלך בדרך איתם
בני אל תלך בדרך איתם
- אלפא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 836
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
- האט שוין געלייקט: 3900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל
Re: דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?
איך האף די מאכסט א ווערטל... דו פארשעמסט פשוט די משכילים...
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 57
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 8:41 am
- האט שוין געלייקט: 5 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 17 מאל
Re: דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?
ווען האבן גדו"י געזאגט אזוי, אין א תקופה ווי אידן זענען אלטס די צענטערפונקט פון די מידיא וכדו'? אדער ווען אידן זענען געווען אין געטאוס?!
דארט ווי מען באגראבט שקר וואקסט ארויס דעם אמת (הרה"ק מקאצק)
פירוש: אז דו ווילסט אמת ברויכסטו האבן דעם שקר טיעף אין די ערד (קאצקער)
פירוש: אז דו ווילסט אמת ברויכסטו האבן דעם שקר טיעף אין די ערד (קאצקער)
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?
אלפא: דו דערווארטסט אז די גויים זאללן באקומען א מער "נואנס'ד" בליק איבער אידן. דאס איז, במחילה מכבודך א זייער נאאיווער פערספעקטיוו. אזוי ווי די (הייליגע) נטרונא זאגן אייביג אז זיי וויל לאזן הערן זייער פוינט אוו וויו ..."לעיני השרים והעמים". ווי גלייך די אידן האבן נאכנישט גענוג מסביר געווען פאר די (גוי'אישע) וועלט אז מדינת ישראל רעפעזענטירט נישט די אלוועלטליכע אידנטום. און אז רוב אידן זענען נישט קיין (אידעאלאגישע) ציונים. או דאך הערט מען (כמעט) נישט פון קיין געלערנטע גויים און מענטשן אין די פאבליק מידיע דעם פערספעקטיוו פון די נטרונא און נטורי קרתא. און לויט ווי מיר ווייסן האט זיך נאכנישט געטראפן אז א צעיושעט'ער המון זאל זיך צוריקדרייען פון שעדיגן אידן אדער סטראשען מיט רציחה ווייל אפשר זענען די אידן פון די וועלכע זענען אפן דעקלארירט נישט צו זיין קיין ציונים.אלפא האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 8:22 pmעס זענען דא זייער ווייניג היימישע אידן בכלל וועלכע באווייזן זיך אויף סיי וואסערע מידיע נעצן ברבים, לכאו' פאר דעם האבן זיי אזא שטארקע באזע, און די סיבה פארוואס די אלגעמיינע וועלט נעמט זיי אן אומפראפארציאנאל איז ווייל זיי זענען מער ווייניגער די איינציגסטע 'נציגים' פון די היימישע עולם צו וועמען די וועלט האט צוטריט... (די דעבאטע אין הייד פארק מיט אלימלך לאנדאו האט אויך עקספלאדירט פאר דעם - בפשטות).berlbalaguleh האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 8:08 pm אלפא: ייש"כ. לויט ווי איך זעה פון דיין שרייבן ביסטו נוטה צו האבן (א ביסל) סימפאטיע מיט די "קלאונס" וואס רופן זיך (פאר די וועלט) נטורי קרתא.
זיכער זענען דא מענטשן ביי כלל ישראל וועמען זיי רעגן געפערליך אויף מיט זייערע מעשים תעתועים. און ברענגען זיי ממש ארויס פון די כלים (גלייכגעוויכט).
איך פערזענליך האב זיי נישט ליעב און נישט פיינט. אפילו לויט די מאן דאומרים וואס האלטן אז זיי טוען זייערע נארישע, משוגע'נע און פאלשע שטיק פאר געלט. די איראנער באצאלן זיי זייער שיין פאר זייער "ארבעט".
העכסטנס האב איך רחמנות אויף זיי (און זייערע נשמות). אין א נעגאטיוון סענס. ווי מ'זאגט...דער איז נעבעך א משוגע'נער...!
וואס איך קען, אבער נישט פארשטיין פארוואס די איראנער, וועלכע זענען רשעים ארורים, בלי שום ספק. נאר קיין בהמות זענען זיי נישט. פארוואס זיי געבן זיי (פאר ישראל דויד וסייעתו) אפילו די "צייט פון טאג".
צי זעהן זיי דען נישט איין אז אויסער די זעקס אדער זיבן קלאונס האבן זיי קיין איין ערנסטער מענטש וואס שטייט מיט זיי. ישראל דויד און זיין קאמפעני פרובירן איינצורעדן פאר די גוי'אישע וועלט אז רוב מנין ובנין פון כלל ישראל שטייט מיט זיי. אבער דאס גייט נישט. אויסער א פאר משוגעים אין לאנדאן וועלכע האבן געמאכט א רקידה'לע ווען הרב שטיינמאן זצ"ל איז נפטר געווארן.
לענ"ד דארף מען זיי לאזן לויפן. און פשוט איגנארירן. ביז זיי וועללן באקומען זייער "שכר". אזוי ווי הרב אמנון יצחק שליט"א האט געזאגט צו איינער פון זייער (נארישע) גרופ... יום אחד הם יפגעו בכם...!
אזוי צו אזוי, זע איך נישט עס זאל שאטן אז עמך-גוים באקומען א מער נואנסד בליק איבער 'היימישע אידנטום' און איבער אידישקייט, ווען זיי זעען (דער וואס זעען..) אז די ספעקטרום לויפט פון טאנצן מיט אראבער ביז סימפאטיזירן דאס מאקסימום מיט די מדינה... עס קען נאר ברענגען גוטס דאס אז זיי פאקן נישט אלעמען אריין אין איין קעסטל.
איך האב נאכנישט געהערט קיין איין אראבישן אדער מוסלאמער פיהרער זאלל געבן עפעס קרעדיט פאר די נטורי קרתא אדער נטרונא אידן...!
פארקערט האביך שוין יא געהערט. איינער, א נאצישער פיהרער האט דערקלערט אז כאטש די נטורי קרתא זענען אקעגן מדינת ישראל דאך פארדינען זיי נישט צו לעבן (ח"ו היל"ת, עפ"ל) ווייל זיי זענען אידן...! הערטס אויף מיט די קינדערישע נארישקייטן...!
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 780
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
- האט שוין געלייקט: 328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל
Re: דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?
אבער די געדאנק פון גיין צי די גוים מסביר זיין וכו' דאס איז וואס די משכילים האבן געטוהן ...
טאקע נישט נאר די חלק,
אבער ווען איך זעה זיי גיין מיט די גוים דערמאנט עס מיך פון זיי
דעס וואס מ'האט אלע יארן אריינגעלייגט אין אונז אז אונז זענען אנדערש פון די גוי און אונז האבן נישט קיין שייכות מיט זיי , שטומט מיך נישט מיט דעם אז אונז דארפן זיי אויפקלערן אז נאר אונז זענען די אמת'ע אידן, און אונז זענען אויף זייער זייט
ווי וואלטן אונזערע רבי'ס געזאגט "עס שמעקט נישט היימיש"
- אלפא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 836
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
- האט שוין געלייקט: 3900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל
Re: דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?
berlbalaguleh האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 9:07 pm
אלפא: דו דערווארטסט אז די גויים זאללן באקומען א מער "נואנס'ד" בליק איבער אידן. דאס איז, במחילה מכבודך א זייער נאאיווער פערספעקטיוו. אזוי ווי די (הייליגע) נטרונא זאגן אייביג אז זיי וויל לאזן הערן זייער פוינט אוו וויו ..."לעיני השרים והעמים". ווי גלייך די אידן האבן נאכנישט גענוג מסביר געווען פאר די (גוי'אישע) וועלט אז מדינת ישראל רעפעזענטירט נישט די אלוועלטליכע אידנטום. און אז רוב אידן זענען נישט קיין (אידעאלאגישע) ציונים. או דאך הערט מען (כמעט) נישט פון קיין געלערנטע גויים און מענטשן אין די פאבליק מידיע דעם פערספעקטיוו פון די נטרונא און נטורי קרתא. און לויט ווי מיר ווייסן האט זיך נאכנישט געטראפן אז א צעיושעט'ער המון זאל זיך צוריקדרייען פון שעדיגן אידן אדער סטראשען מיט רציחה ווייל אפשר זענען די אידן פון די וועלכע זענען אפן דעקלארירט נישט צו זיין קיין ציונים.
איך האב נאכנישט געהערט קיין איין אראבישן אדער מוסלאמער פיהרער זאלל געבן עפעס קרעדיט פאר די נטורי קרתא אדער נטרונא אידן...!
פארקערט האביך שוין יא געהערט. איינער, א נאצישער פיהרער האט דערקלערט אז כאטש די נטורי קרתא זענען אקעגן מדינת ישראל דאך פארדינען זיי נישט צו לעבן (ח"ו היל"ת, עפ"ל) ווייל זיי זענען אידן...! הערטס אויף מיט די קינדערישע נארישקייטן...!
איך פארשטיי נישט וואס דו זאגסט. שטייט זיך א גאנצע מדינה מיט א פראפעגאנדע מאשין אז זיי רעפרעזענטן אלע אידן אלוועלטליך - זיי לייגן יעדן אריין אין דעם טאפ, קומען די מאדערנערע אידן און דאבלען-דאון דיזע הנחות, קומען ראבייס און פרעדיגן בעד די מדינה וכו'. איז נישט מער ווי פעיר אז עס איז דא די קאונטער באלאנס פון ארגעניזאציעס וועלכע שרייען פאקערט, די זעלבע קען געזאגט ווערן פאר די ליבעראלע אידן וועלכע שרייען אויך אזוי...
יעדעס גוי הערט זיך זיינע זאכן און זיינע קאנאלן, אבער וואס מער די דייווערסיטי ווערט געלופטערט אלץ מער שאנס איז דא אז נאך גוים וועלן דאס דערהערן...
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?
זאג נאר הער אסטראלאג. און וואס דו און דיינע קאלעגעס זאגן און טוען איז נישט אנטיסעמיטיש?
וואס האט דיר מדינת ישראל געטון אז דו זאלסט זיי שעלטן און פיינט האבן. דו חכם עתיק יומין. דער אראבער וויל דיך און דיינע קאלעגעס פונקט אזוי הרג'נען ווי מיך אלס ציוני. און די אנדערע גויים אויך.
ווען דיינע אראבישע פאלעסטינער פריינט וועללן (ח"ו) אייננעמען מדינת ישראל וועלן זיי ר---ן און אויסשעכטן דיין מאמע, באבע און שוועסטער. און דיך אליין אויך. אויסער אז דו ביסט (מסתמא) נישט קיין איד און דיינע קרובים זענען אויך גויים. דאמאלס איז שוין אלעס פארשטענדליך. ווי רש"י הק' זאגט אין פ' יתרו. היינו דאמרי אינשי..."גיורא עד עשרה דרא, לא תבזי ארמאה באפיה"...!
אויב דו פארשטייסט נישט וואס דאס מיינט בעט ביי הרה"ג ר' ישראל דויד ווייס שליט"א תמ"ל ער זאל עס דיר מסביר זיין...!
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 622
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
- געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
- האט שוין געלייקט: 4274 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל
Re: דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?
לדעתי זע איך נישט קיין חילוק פון נ''ק ווי פון איינער וואס זאל מיטשטיין און פראטעסטירן מיט די נאצי'ס, און איך זע נישט פארוואס די פותח האשכול זאל האבן א נייגונג זיי צו דן לכף זכות זיין.
האסט געפרעגט לגבי סאטמערע אנטיסעמטיזם, זאגסט גוט. סאטמערע שיטה איז געבויט אויף פראבעגאנדעווען שקר (למשל אז די אראבער'ס זענען בעצם וואויל, און אויב מ'גיייט אויפגעבן די מדינה גייט יעדער אונז ליב האבן,) און שנאת ישראל.
ווי זאגט מען, פארוואס איז דא אזויפיל גרים אין סאטמער, ווייל א איד וויל ער ווערן, אבער אן אנטעסעמיט וויל ער בלייבן.
סאטמער רב אליינס האט זיך אבער געשעמט מיט זיין שיטה אין די גוי'שע וועלט, ער האט עס געטרייט צו האלטן ווי אינערליכע אידישע פאליטיק. פארדעם טאקע האבן די סאטמערע געשוימט ווען נאדלער האט גערעדט אין קאנגרעס פון סאטמער, בעצם זיי אליין שעמען זיך מיט דעם.
זשעקאבסען האט טאקע געזאגט אז נישט נאר נ''ק זענען קראנק, נאר אויך די וואס האלטן האלבוועגס ווי זיי.
די ואהבת לרעך כמוך קומט נישט דא אריין. פרעג מיך נישט פארוואס, אבער קיינער פון די שואלים אויף די שאלה מיינט נישט די ואהבת, ספעציעל די אנטעסימטן וואס סייווי פארשרייטן שקרים און שנאה אויף אנדערע אידן. ווי אזוי ס'שטימט מיט הלכה פרעג א דיין.

- קהל'ס נער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2461
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
- געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
- האט שוין געלייקט: 5892 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל
Re: דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?
ראביי י׳י׳ס רעטאריק אז זיי זענען נישט קיין אידן איז דאמירן בעלמא, פאקטן טוישן זיך נישט בלויז ווייל ס׳געפעלט דיך נישט, סארי, ווי זאגט בען ״פאקטן אינטערעסירט נישט דיינע הרגשות״
אבער פיינט האבן זיי, ס׳נישט א שאלה צי מען מעיג, צי מען דארף, צי מען טאר נישט, ס׳איז א פשוטע מציאות, איינער וואס שטיצט אידן מערדערער האב איך פיינט, פינטעל.
אינז אלע זענען דאך אייניקלעך פון מלחמה איבעלעיבער, וואלט ווען געוועהן א גרופע נטורי גרמניא וואס שטיצט היטלער מיט סיי וועלכע אויסרייד, ס׳ראטעוועט אידן וכו׳ וואלט זיי דען איינער געשטיצט, יעדער וואלט זיי פיינט געהאט (עיין ערך קאפאוס) ס׳וואלט בכלל נישט אריינגעקומען די נושא, ווי שטייט אין די תורה אז זיי טארן עס נישט טוהן וכו׳
יא, איך האבן פיינט נטורי קרתא ווייל זיי שטיצן אידן מערדער.
ס׳מאכט בכלל נישט אויס צי זיי זענען למעשה גורם נאך רציחות אויף אידן צי נישט. אז די שטיצט מיין ברודערס מערדער האב איך דיר פיינט.

If I could do it all again, I'd be a plumber.
Albert Einstein
Albert Einstein
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 140
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 12:33 pm
- האט שוין געלייקט: 139 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 353 מאל
Re: דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?
נטרונא מיט נטורי קרתא טוען אויף צי אפהאלטן שנאת ישראל בערך אזוי פיל ווי די לינקע שלום זיכער פון עוטף עזה האבן אויפגעטון מיט זיך לעקן צו די אראבער און זאגן אחינו אתה!
זיי זענען געווען די ערשטע צו ווערן אויסגעשחט’ן.
How did that work out?
זיי זענען געווען די ערשטע צו ווערן אויסגעשחט’ן.
How did that work out?
- אלפא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 836
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
- האט שוין געלייקט: 3900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל
Re: דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?
אטא דאס זאג איך, דיין רעאקציע קומט פון דיין נאראטיוו אז סאטמאר זענען אנטי-סעמיטן און אז סימפאטיזירן מיט די פאלעסטינע איז ווי שטיצן די נאצי'ס.דערהויבענע איד האט געשריבן: ↑פרייטאג דעצעמבער 29, 2023 1:14 am לדעתי זע איך נישט קיין חילוק פון נ''ק ווי פון איינער וואס זאל מיטשטיין און פראטעסטירן מיט די נאצי'ס, און איך זע נישט פארוואס די פותח האשכול זאל האבן א נייגונג זיי צו דן לכף זכות זיין.
האסט געפרעגט לגבי סאטמערע אנטיסעמטיזם, זאגסט גוט. סאטמערע שיטה איז געבויט אויף פראבעגאנדעווען שקר (למשל אז די אראבער'ס זענען בעצם וואויל, און אויב מ'גיייט אויפגעבן די מדינה גייט יעדער אונז ליב האבן,) און שנאת ישראל.
די ואהבת לרעך כמוך קומט נישט דא אריין. פרעג מיך נישט פארוואס, אבער קיינער פון די שואלים אויף די שאלה מיינט נישט די ואהבת, ספעציעל די אנטעסימטן וואס סייווי פארשרייטן שקרים און שנאה אויף אנדערע אידן. ווי אזוי ס'שטימט מיט הלכה פרעג א דיין.
וואס איך זאג בס"ה איז, אז עס איז דא א צווייטע זייט דאס אנצוקוקן - נעמליך, די וועג וויאזוי זיי קוקן זיך אליין אן, אז די ציונים זענען די וואס ברענגען אן די צרות סיי פאליטיש און סיי אידישליך, און אז מחללי שבתות זענען לאו דוקא קדושים - בפרט ווען זיי ווערן גע'הרג'ט כלומר'שט צוליב אקופאציע סיבות וכו', און איינמאל דו פארשטייסט די עקזיסטענס פון אזא צד מאכט שוין מער סענס זיך ארויסצושטעלן דאס זאגן הויך בפרט אין א צייט וואס זייער אסאך גוים האסן אונז פארן שטיצן די מארד פון אומשילדיגע צווילע.. און איך בין בכלל נישט דא עס צו בארעכטיגן אדער עס געבן לעגיטימאציע, איך זאג נאר עס איז אויך א נאראטיוו וואס עקזיסטירט, און סתם פיינט האבן מאכט נישט די וועלט פאר א בעסערע פלאץ..
לגבי דיני ואהבת לרעך און דן זיין לכף זכות איז טאקע נישט אזוי אין פלאץ צו רעדן - סיי ווייל מ'קען דאס דרייען וויאזוי מ'וויל, און סיי אזוי ווי @קהל'ס נער זאגט אז עס איז ממילא א פאקט אזוי צו אזוי..
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 622
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
- געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
- האט שוין געלייקט: 4274 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל
Re: דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?
בקיצור, דו ביסט א סאטמערע אינטעלעקטועל וואס טרייט צו מאכן סענס פון די שיטה הקדושה.אלפא האט געשריבן: ↑פרייטאג דעצעמבער 29, 2023 8:49 amאטא דאס זאג איך, דיין רעאקציע קומט פון דיין נאראטיוו אז סאטמאר זענען אנטי-סעמיטן און אז סימפאטיזירן מיט די פאלעסטינע איז ווי שטיצן די נאצי'ס.דערהויבענע איד האט געשריבן: ↑פרייטאג דעצעמבער 29, 2023 1:14 am לדעתי זע איך נישט קיין חילוק פון נ''ק ווי פון איינער וואס זאל מיטשטיין און פראטעסטירן מיט די נאצי'ס, און איך זע נישט פארוואס די פותח האשכול זאל האבן א נייגונג זיי צו דן לכף זכות זיין.
האסט געפרעגט לגבי סאטמערע אנטיסעמטיזם, זאגסט גוט. סאטמערע שיטה איז געבויט אויף פראבעגאנדעווען שקר (למשל אז די אראבער'ס זענען בעצם וואויל, און אויב מ'גיייט אויפגעבן די מדינה גייט יעדער אונז ליב האבן,) און שנאת ישראל.
די ואהבת לרעך כמוך קומט נישט דא אריין. פרעג מיך נישט פארוואס, אבער קיינער פון די שואלים אויף די שאלה מיינט נישט די ואהבת, ספעציעל די אנטעסימטן וואס סייווי פארשרייטן שקרים און שנאה אויף אנדערע אידן. ווי אזוי ס'שטימט מיט הלכה פרעג א דיין.
וואס איך זאג בס"ה איז, אז עס איז דא א צווייטע זייט דאס אנצוקוקן - נעמליך, די וועג וויאזוי זיי קוקן זיך אליין אן, אז די ציונים זענען די וואס ברענגען אן די צרות סיי פאליטיש און סיי אידישליך, און אז מחללי שבתות זענען לאו דוקא קדושים - בפרט ווען זיי ווערן גע'הרג'ט כלומר'שט צוליב אקופאציע סיבות וכו', און איינמאל דו פארשטייסט די עקזיסטענס פון אזא צד מאכט שוין מער סענס זיך ארויסצושטעלן דאס זאגן הויך בפרט אין א צייט וואס זייער אסאך גוים האסן אונז פארן שטיצן די מארד פון אומשילדיגע צווילע.. און איך בין בכלל נישט דא עס צו בארעכטיגן אדער עס געבן לעגיטימאציע, איך זאג נאר עס איז אויך א נאראטיוו וואס עקזיסטירט, און סתם פיינט האבן מאכט נישט די וועלט פאר א בעסערע פלאץ..
לגבי דיני ואהבת לרעך און דן זיין לכף זכות איז טאקע נישט אזוי אין פלאץ צו רעדן - סיי ווייל מ'קען דאס דרייען וויאזוי מ'וויל, און סיי אזוי ווי @קהל'ס נער זאגט אז עס איז ממילא א פאקט אזוי צו אזוי..
סה''כ קייט מען איבער די סאטמערע פראפאגאנדע ווס. גאנץ כלל ישראל...
לגבי ווייניגער פיינט האבן מענטשן קומט עס בכלל נישט אריין, ס'איז א בחינה ווי האבן טאלארענץ צו די אינטאלארענץ מענטשן. אויב דו אקצעפירסט שנאה, ביסטו א שונא.
אדרבא,זאג מיר צו דו האלסט אז אין סאטמער איז דא ווייניגער העי''ט.
יעצט כ'ווייס דו גייסט מיר זאגן אז דו האלסט פארקערט אויף דיינע אפאנענ'ס, אז זיי שטיצן שנאה...
- שאלתיאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 846
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
- האט שוין געלייקט: 1634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל
Re: דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?
קאמאן סענס.קהל'ס נער האט געשריבן: ↑פרייטאג דעצעמבער 29, 2023 1:40 am ראביי י׳י׳ס רעטאריק אז זיי זענען נישט קיין אידן איז דאמירן בעלמא, פאקטן טוישן זיך נישט בלויז ווייל ס׳געפעלט דיך נישט, סארי, ווי זאגט בען ״פאקטן אינטערעסירט נישט דיינע הרגשות״
אבער פיינט האבן זיי, ס׳נישט א שאלה צי מען מעיג, צי מען דארף, צי מען טאר נישט, ס׳איז א פשוטע מציאות, איינער וואס שטיצט אידן מערדערער האב איך פיינט, פינטעל.
אינז אלע זענען דאך אייניקלעך פון מלחמה איבעלעיבער, וואלט ווען געוועהן א גרופע נטורי גרמניא וואס שטיצט היטלער מיט סיי וועלכע אויסרייד, ס׳ראטעוועט אידן וכו׳ וואלט זיי דען איינער געשטיצט, יעדער וואלט זיי פיינט געהאט (עיין ערך קאפאוס) ס׳וואלט בכלל נישט אריינגעקומען די נושא, ווי שטייט אין די תורה אז זיי טארן עס נישט טוהן וכו׳
יא, איך האבן פיינט נטורי קרתא ווייל זיי שטיצן אידן מערדער.
ס׳מאכט בכלל נישט אויס צי זיי זענען למעשה גורם נאך רציחות אויף אידן צי נישט. אז די שטיצט מיין ברודערס מערדער האב איך דיר פיינט.
מיך שטערט בעיקר דאס אז זיי טוען עס נישט צוליב עפעס א לינקע אדזשענדע, וואס איז לעדזשיט פארשטייט זיך, נאר צוליב פאקרומטע רעליגיעזע אידעאלאגיעס
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
- אלפא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 836
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
- האט שוין געלייקט: 3900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל
Re: דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?
אמת איך בין א סאטמארע (- איך האף אויך אינטעלעקטואל..), אבער איך פראביר לגמרי נישט 'צו מאכן סענס' פון די שיטה דא.דערהויבענע איד האט געשריבן: ↑פרייטאג דעצעמבער 29, 2023 9:55 am
בקיצור, דו ביסט א סאטמערע אינטעלעקטועל וואס טרייט צו מאכן סענס פון די שיטה הקדושה.
סה''כ קייט מען איבער די סאטמערע פראפאגאנדע ווס. גאנץ כלל ישראל...
לגבי ווייניגער פיינט האבן מענטשן קומט עס בכלל נישט אריין, ס'איז א בחינה ווי האבן טאלארענץ צו די אינטאלארענץ מענטשן. אויב דו אקצעפירסט שנאה, ביסטו א שונא.
אדרבא,זאג מיר צו דו האלסט אז אין סאטמער איז דא ווייניגער העי''ט.
יעצט כ'ווייס דו גייסט מיר זאגן אז דו האלסט פארקערט אויף דיינע אפאנענ'ס, אז זיי שטיצן שנאה...
איך האלט אז די שיטה איז טאקע מלא העיט און אזוי זענען אויך רוב 'שיטות' וועלכע קומען פון אידיאלאגישע דאגמעס.
איך רעד דאך אבער פון/צו מענטשן וואס זענען כלומר'שט אויסגעוואקסן די דאגמאטישע פארקנאקטקייט, YY איז דאך א לינקע וואס פרעדיגט אהבה א גאנצן טאג, דוד ליכטענשטיין האט ליב בעלי עבירה און אפי' גוים שוין באלד מער ווי ער האט ליב א פשוט'ע איד וואס האט נעבעך נישט זוכה געווען אריינצוגיין אין די כלל פון תינוק שנשבה. איך האב געמיינט אז מיט אזעלכע חברה קען מען יא עפעס פראבירן מסדר זיין א טאלעראנץ/שלום פלאן.
ווען איך רעד צו א סאטמארע רעד איך ברענג איך טאקע ארויס די פאקערטע נקודות, אבער at least ערווארט איך נישט ער זאל דאס דערהערן ווייל זיין 'שיטה' ערלויבט אים נישט.
למעשה שטעלט זיך אז יעדע נוצט דעם 'אין שלום אמר ה' לרשעים' פאר זיינע דאגמעס, אגענדעס, און פארשטייט זיך געפילן, די שאלה איז נאר ווער זיין ה' איז און ווער זענען זיינע רשעים...
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 24
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 02, 2022 2:05 am
- האט שוין געלייקט: 30 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל
Re: דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?
איך ווייס נישט וואס די גאנצע געדריי איז
הרב יאקבזון האט נישט געזאגט מען דארף פיינט האבן נטורי קרתא כידוע שאין זה שפה שלו כלל וכלל
ער האט סך הכל געזאגט I will be very surprised if they are Jewish
ער האט זיך מסביר גיווען אידן זענען רחמנים ביישנים גומלי חסדים די ג׳ מידות טובות יש בעם היהודי אפי׳ מצד זייער נפש הבהמית
ביי נטורי קרתא זעו מען נישט קיין ריינס פון די סימנים כידוע און מען זעט נאר די פארקערטע האט ער געזאגט I will be very surprised if they are Jewish
בנוגע דעיס וואס די פותח האשכול האט געפרעגט לגבי מחללי שבתות
ליידער איז דא אזא זאך מענטשן האבן א יצר הרע א נפש הבהמית אדער אנדערע עבירות מענטשן האבן נסיונות
אבער קיין מבאיש זיין כלל ישראל בשעת עס גיסט זיך יודיש בלוט און קייממאל אפי׳ נישט בטעות פארדאמען די שוידערליכע רציחות וואספארא נסיון איז ד״א אויף דעים א יוד אפי׳ מצד זיין נפש הבהמית איז נישט עלול צו טון אזעלכע זאכן כמבואר בתניא פרק א׳
כהאב נישט קיין ספק אז די מענטשן וואלטן געגאנגן גיבן ספארט פאר היטלער אני מתיר את בשרכם