די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

נייעס און פאסירונגען אין הויפן
פארשפארט
תניא בניחותא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 140
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 12:33 pm
האט שוין געלייקט: 139 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 353 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך תניא בניחותא »

מיסטעריע האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 11:19 pm און איך אלס א פייערדיגע מתנגד אקעגן דעם ממלא מקום און א פלאם פייערדיגע חסיד פונעם רבין, קען ענק זאגן אז ניין און ניינציג פראצענט פון די רדיפות זענען שטותים, אפשר גיי איך צו ווייט, אבער ניינציג פראצענט זיכער, איך געדענק פאר אינטרעסאנקייט האב איך נאכגעקוקט מהרמ"ד אונגאר מיט זיין שוואגער מהר"י רובין פון באבוב, אין איך רעדט נישט פון היינט, וואס ס'איז שוין אפגעקילט, אבער אפילו אין די בראשית יארן, וויפל זיי האבן זיך מכבד געווען, איז נאכאלס נישט געווען די זעלבע מאס רעספעקט אין ידידות וואס די ביידע שוואגערס האבן געהאט צווישן זיך.

איך האב אלעמאל געקלערט, וואס איז געווען די סיבה פונעם סקווערן דאס צו טוהן מכבד זיין און טיילן זיין רביסטעווע אויף א נישט נארמאלע פארנעם, די חסידים פלעגן טעהנ'ן, קוק אהער ער האט נישט קיינעם אויף דער וועלט, חוץ זיין שוואגער וואס איז באמת געווען זיין איינציגע שוואגער, ווייל מיט רבי מאטעלע האט ער קיין שפראך נישט געהאט, און די רבי האט אויך נישט געהאט קיינעם חוץ איהם, (הגם דער רבי פלעגט יא פארברענגן און מיטהאלטן די נייעס, ספעציעל די ארץ ישראל'דיגע מלחמות וכדומה, די עלטערע אידן האבן הנאה געהאט ביים קאווע טישל נעבן פאליש, די רבי'ס מיינונגען זענען בדרך כלל געווען קורץ אבער טיפזיניג,) דעריבער איז די אהבה געווען גרויס, די פראבלעמען האבן אונז געמאכט, ווי דא דארטן האבן אונז גערעדט און געלאזט פאלן ווערטער אויפן סקווערן און גערעדט הייליג אויפן רבין, און אזוי געמאכט פראבלעמען. (מיין זוהן האט אמאל זיך צורעדט אין חדר, וואס איך בין אדורך דעמאלס).

נאכמער די סקווערער האט קיין שלום בית נישט געהאט, בכלל נישט געווען קיין רעביצין סטייל, עכ"פ טראנע'ס סטייל אוודאי נישט, אירע קינדער דאס הייסט אהרן מענדי מיט איצי זענען געגאנגען סוטס, און די רבי'ס קינדער זענען געגאנגען חניוקיש אנגעטוהן, מאטי מיט ר' דוד משה און ר' בערל האבן אויסגעזעהן די ריכטיגע רבישע אייניקלעך. בכלל נישט געווען קיין רדיפות, ביים טיש איז מען אויך געזיצן לויט די עלטער, ביז זאכן האבן זיך אנגעהויבן זעצן אין פלאץ, די סקווערע האבן בר מצווה/חתונה געהאט און די רבי'ס קינדער האבן אויכעט אנגעהויבן צו בר מצווה/חתונה האבן, און במילא איז שוין געווארן די רבי'ס קינדער ווערסוס רבי איציקל'ס קינדער, און אזעלכע מענטשן ווי מיר האבן שטילערהייט געזוכט ווי קען מען מער מאכן די רבי איציקל אלס מלך, נישט משנה למלך, און איך האב שוין געזאגט אז אין תש"מ האב איך אריינגעהויבן אזאנס און אזעלכס.

אגב רבי פיניע איז אוועקגעפארן תש"מ, און במילא רבי אברהם דוב וואס איז יא געבליבן, איז אויך געווען אויסגעשפילט נאך אלעם איז ער שוין אין די יארן נאר א "אייניקל פון אלטער רבי'ן" און נישט קיין "קינד" סיי נישט פונעם סקווערן און אפילו נישט פון אונזער רבין
געב ארויס אינפארמאציע
וועלכע שווארצע קאץ איז דורכגעלאפן צווישן רא”ד און סקווירא ?
למען ידעו דור אחרון, די אינגע דארפן מקבל זיין פונעם פריערדיגן דור ספורי צדיקים, נישט נאר די מחלוקת פון ר’ יונתן אייבשיץ מיט ר’ יעקב עמדין איז אינטרעסאנט...
kolal1
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 89
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 13, 2023 3:57 pm
האט שוין געלייקט: 48 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך kolal1 »

סא ווי אלט איז דער מיסטעריא
דער איז פיינע סחורה
די קעפעלע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 344
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 12:00 pm
האט שוין געלייקט: 47 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 264 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך די קעפעלע »

תניא בניחותא האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 7:41 pm

איך ווייס נישט צו די ווילסט טאקע מקבל זיין סיפורי היסטאריא פון ר' מיסטעריא, דערווייל שטעלט ער זיך ארויס זייער איינזייטיג לטובת זיין אזוי גערופענע געבורטס-פלאץ, הגם ער שטעלט אן א שיינע שלייער פון האס און ווייטאג, אבער ווי א טאג גייט אריבער דא אויף ק"ש קען ער נישט באהאלטן זיינע אינערלעכע טופע שטורעמישע געפילן פון ליבשאפט צו דאס הייליג פלאץ ווי ער האט געשמאק פארברענגט זיינע אזוי גערופענע קינדערישע יארן, מיט די הייליגע ריינע חינוך וואס מען האט אין איהם איינגעבאקן, די גירסא דינקותא וואס פליסט אדורך זיין לויטער בלוט האלט איהם אין איין דערשטיקן, ער פראבירט שטארק צו פארמעקן און פארדעקן וואס עס האט זיך אפגעטוהן....

אפשר (הלוואי) וועלן מיר זיין פלעזענטלי סופרייזד פון ר' מיסטעריא מיט זיינע אויסגעווארטענע באשרייבונגען וואס ער האפט דא צוצושטעלן איבער די וויקענד.
יחסן_גדול
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 55
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 4:31 pm
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך יחסן_גדול »

די קעפעלע האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 9:13 pm

ער האט דאך געשריבן אז דאס גאנצע הייליגע חינוך איז צו פארדאנקען דער מנהל און משפיע רוחני הרה"ק מראחמיסטריווקא זי"ע
די קעפעלע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 344
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 12:00 pm
האט שוין געלייקט: 47 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 264 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך די קעפעלע »

יחסן_גדול האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 9:20 pm

יא יא. דאס האט מען איהם דארט מחנך געווען צו זאגן דאס איז א חלק גדול פונעם קאווערא"פ

די קעפעלע האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 9:24 pm

אויב איז ער טאקע וואס ער פארקויפט אז ער איז, וויסט ער גאר גוט פון אלעס וואס איך האב נאר אויבען דערמאנט אויפן שפיץ גאפל און אסאך מער בכמות ובאיכות....

עמיר זעהן ווי ער שפילט ווייטער די שפיל...
מיסטעריע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 02, 2017 12:35 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 408 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך מיסטעריע »

איך האב מיין מיינונג דורך האבענדיג מיטגעלעבט יענע יארן, און מיטהאלטן פון צענדליגע שעות אויב נישט הונדערטע שעות פון רבין אין יענע יארן, ער איז געווען די זאך, אבער איך בין נישט קיין שרייבער, דארף איך זעהן זיך צו מצמצם זיין ווי אזוי איך קען דאס ארויסברענגן, א שרייבער וואלט געקענט גיין שטאפל ווייז מדרגא לדרגא, איך האב בכלל נישט דעם טאלאנט, איך וואלט לכאורה זיך סתם געדארפט נעמען אין שרייבן וואס איך געדענק אויף דער מינוט, אדער למשל אדורך טוהן די תגובה פון @די קעפעלע ער זאל פארשטיין די גאנצע מהות, די גאנצע חלק פון י. י. א. אדער ח. ב. און אזוי ווייטער.

איין זאך יא, אלס איינער וואס האט מער פיינט סקווירא פון ענק אלע, און מער ליב (ארגינעלע) ראחמיסטריווקא פון ענק אלע, אזוי ווי איך אנערקען אין זאכן וואס שמעקן מיר נישט, למשל וויפל איך וואלט געוואלט סקווערא זאל גיין אין די אדמה, גיי איך אבער נישט פארדרייען קיין פאקטן, און ס'קוקט אויס פון עטליכע מענטשן דא וואס ווילן נאר הערן און גייען נאר אקצעפטיר זאכן וואס שמעקט זיי, ס'קען זיין אז אין מיין יארגאנג נאך אדורך גיין א לעבן, קוקט מען אהן זאכן לויט דער טריקענע פאקטן, און ס'העלפט נישט ווייל מ'וויל ס'זאל זיין אנדערש ווי אזוי איך האב געהערט אדער געוואלט הערן.
באניצער אוואטאר
כספי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 437
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 29, 2023 2:48 pm
האט שוין געלייקט: 883 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 634 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך כספי »

איין זאך קען איך זאגן, ס'האט זיך געלוינט די גאנצע (פיצי נארישע) פאליטיק וועגן ראחמיסטריווקא מאנסי, אז אונז זאלן הערן די אלע אוצרות פון הרב @מיסטעריע!

איך בעט דיך הרב @מיסטעריע גיסט נאך און נאך פון אמאליגע היסטאריע, מ'וואלט געדארפט מאכן עפעס א פראיעקט אז די עלטערע אידן וואס דרייען זיך דא אינעם שטיבל, זאלן פארציילן און פארציילן היסטאריע און בפרט ביי אזעלכע היסטארישע עווענטס וואס ווערן פאדרייט בדייקא דורך פארשידענע 'אינטרעסאנטן'

כה לחי! אונז ליינען בשקיקה דיינע ווערטער!
אִם תְּבַקְשֶׁנָּה כַכָּסֶ"ף וְכַמַּטְמוֹנִים תַּחְפְּשֶׂנָּה. אָז תָּבִין יִרְאַת הוי"ה וְדַעַת אֱלֹקִים תִּמְצָא. @קוואדער נאך
whatever
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 81
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 04, 2023 3:42 am
האט שוין געלייקט: 133 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך whatever »

געווען א חסיד וואס האט געפאקט א חבר זיינע גיין צו אן אנדערע רבי, שרייט ער אים אן דו שגץ, זאגט ער אים, וואס איז, חרם דרבינו גרשום איז נאר אויף צוויי ווייבער נישט אויף צוויי רבי'ס, זאגט יענער, יא אבער חרם פון די חסידים איז יא דא...
מיין אישי ארבעט נישט, מ'קען מיך אימעיל'ן k32158734@gmail.com
מיסטעריע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 02, 2017 12:35 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 408 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך מיסטעריע »

כספי האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 29, 2023 12:16 am איין זאך קען איך זאגן, ס'האט זיך געלוינט די גאנצע (פיצי נארישע) פאליטיק וועגן ראחמיסטריווקא מאנסי, אז אונז זאלן הערן די אלע אוצרות פון הרב @מיסטעריע!

איך בעט דיך הרב @מיסטעריע גיסט נאך און נאך פון אמאליגע היסטאריע, מ'וואלט געדארפט מאכן עפעס א פראיעקט אז די עלטערע אידן וואס דרייען זיך דא אינעם שטיבל, זאלן פארציילן און פארציילן היסטאריע און בפרט ביי אזעלכע היסטארישע עווענטס וואס ווערן פאדרייט בדייקא דורך פארשידענע 'אינטרעסאנטן'

כה לחי! אונז ליינען בשקיקה דיינע ווערטער!
פליז מאך מיך נישט פאר קיין היסטאריקער, ווי געשריבן איז חסידישע גארבידש מיין ספורט, קיין שרייבער בין איך נישט, איך רעדט מיט מענטשן א גאנצן טאג נאר וועגן חסידיק-פירמעס!

אבער אלעס ווערט געפירט נארמאל, דהיינו טאמער למשל איינער ווייזט מיר אויף אז איך בין ערגעץ נישט גערעכט, וועל איך איהם דאס מודה זיין, און דער זעלבער פארקערט, רוב מענטשן היינט, נעמען זייער פערזענליך זייערע פארטייען, מיינסטענס צוליב זיי זענען אינג און היציג, קענען זיי נישט הערן עפעס אנדערש, נאר וואס שמעקט מיט זייער ליניע
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך שמעון וואלף »

@מיסטעריע, איך האט א חיוב צו פארציילן וואס איז פארגעגאנגן יענע יארן, ווי די גמרא זאגט: מפרסמין החנפין מפני חילול השם. נעם דיך צאם און שרייב אראפ דיינע ידיעות למען ידעו דור אחרון.
אם לא עכשיו אימתי?
הגאון הצדיק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 65
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 10:39 am
האט שוין געלייקט: 137 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך הגאון הצדיק »

שמעון וואלף האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 29, 2023 2:16 am @מיסטעריע, איך האט א חיוב צו פארציילן וואס איז פארגעגאנגן יענע יארן, ווי די גמרא זאגט: מפרסמין החנפין מפני חילול השם. נעם דיך צאם און שרייב אראפ דיינע ידיעות למען ידעו דור אחרון.
אם לא עכשיו אימתי?
גא"מ
yatzmachp האט געשריבן: פארוואס ווייסטו נישט די חילוק צווישן אין און און?
הגאון הצדיק האט געשריבן: אדרבא יעדער וואס זעהט אז איך האב נישט גוט געשריבן אויף אידיש און ער וועט מיך ווייזען מיין טעות וועל איך עם דאנקן
מיסטעריע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 02, 2017 12:35 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 408 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך מיסטעריע »

איך האב גראדע געוואלט אדרעסירן י.י.א מיט ח.ב. אבער איך פיל מ'מוז קודם פארשטיין די התייסדות פון די קאמפעני.

איז אזוי, סקווירא בעצם איז א הצלחה וואס איז זייער א מאדנע אז אזא זאך זאל געשעהן, לכאורה וואלט עס היינט שוין נישט געלונגען פאר קיינעם, דער לעצטער וועמען ס'איז געלונגען כעין זה, איז חסידות דאראג אין ארץ ישראל, וואס איך מיין צו זאגן דאס איז א פלאץ וואס אלעס איז פון סקרעטש, נישטא קיין איין חסידות וואס האט נישט געהאט עפעס מענטשן פון פארן קריג, און ס'האט זיך אנגעהויבן מיט עפעס, דאגעגן סקווירא איז א קיבוץ גליות פון אידן וואס האבן געזעהן א רבי מהרי"י זצ"ל, יעדער האט זיין שייכות אויף אן אנדערן אופן, און דער אמת איז ס'וואלט אזוי געבליבן, בערך אזא טייפ ווי א גאס רבי קוק למשל סקולען, אלס א פלאץ ווי אידן קומען נעמען א ברכה, קומען זיך שואל עצה זיין וכו' און ביי דעם הייבט זיך עס אהן און ביי דעם ענדיגט זיך עס.

נישט מיט אונזער מהרי"י און זיין רעבעצין טראנע, אלס עקספיריענס וואס זיי האבן געהאט אין בעלזא, געזעהן א קאמפעני, מיט אלע קלאפערגעצייגן, און סקווירא פלעגט מען נאכזאגן א ווארט בשם דעם בעלזער זיידן מהרי"ד אז ער האט זיך עפעס אויסגעדריקט אויף איהר, "טראנע פעלט נאר דעם קאלפיק" זיי פראבירן דאס צו זאגן אלס א שבח אין רוחניות, איך האלט אז דאס ווארט האט געמיינט אז זי איז געווען א פולקאמע רבי, און געוואוסט וויאזוי צו בויען א פלאץ.

קודם איז מען געווען אין וויליאמסבורג, ס'האט אנגעהויבן קומען מענטשן, און זי האט געהאלטן חשבון, און מה' מצעדי גבר, אז ס'איז געקומען שאפראנער רב זצ"ל און זיך שטארק מקשר געווען אין איהם אלס א רבין, ער האט געברענגט עטליכע פון זיינע געטרייע תלמידים, און אזוי איז דער י.י.א. אנגעקומען צו איהם אלס גבאי, לאמיר קודם צונעמען אביסל דער חסידות אין דער בראשית יארן אין וויליאמסבורג, געווען דארט א שיינע בעלזער עולם, וואס האבן זיך געקלאמערט אלס א בעלזער אייניקל, (אגב דאס איז איינע פון די שטערקסטע פראבלעמען, וואס האט אסאך צו געגעבן שפעטער אין שטעטל, ווען מאנכע האבן געוואלט עפענען א בעלזער שטיבל, דאס איז א וויכטיגע פרט צו פארשטיין די סיבה וועגן די פאראנויע וואס האט געטריגערט פאר די קהילה לייט שפעטערער יארן וועגן אונזער ראחמסיטריווקא רבין ז"ל, וואס לויט מיין חשבון איז פאראנויע די סיבה וואס האט אנגעהויבן שאפן א שטיקל קאלטקייט צווישן י.י.א. און אונזער רבין), און א גרויסע אנהענגערשאפט פון אונגערישע אידן, גאלאנטע תלמידים און סערדעהאלע תלמידים, וכדו', אפילו געווען דייטשע אפשטאמיגע וואס האבן זיך געוואלט אריינגעלידערן אין די חסידישע סביבה, און איך ווייס מ'גייט מיר נישט גלייבן אבער א ריזן ציבור וואס האבן זיך שפעטער מסדר געווען אין סאטמאר, האבן זיך געקוויטעלט ביים סקווערן רבי'ן, אלס א גאס רבי, נישט געווען קיין פארטייאיש פלאץ, נאר אזעלכע מינע רבי'ס אזוי ווי למשל א שטייגער ווי סקולענער רבי, דער אמת איז אז די ערשטע יארן נאכן מלחמה איז נאכנישט געווען אזא פארטייאישקייט, אזוי ווי ס'האט זיך שפעטער אוועקגעשטעלט, פארשטייט זיך ביי די עכטע גאליציאנער אינדענטום אדער אפילו א גרויס חלק פון די אונגערישע אידענטום וואס זענען שוין געפארן צו זייער רבין פארן מלחמה, און זייער מנהיג האט איבערגעלעבט, פארשטייט זיך אז ס'איז געווען זייער פארטייאישקייט ווייטער, אבער רובא דרובא פון די אונגערישע אידענטום וואס האבן געוואוינט אין די דערפער אין קליינע שטעטעלך, האבן זיך געקלאמערט צו יעדן ערליכן איד, און ביי די אידן איז נישט געווען קיין שום חילוק צווישן א סקווערער רבי און א סאטמערער רב.

ויהי היום סאטמאר האט אנגהויבן צו באקומען דעם מאכט, און ווער ס'איז נישט געגאנגען אין שפאן, האט מען מסדר געווען, און טראנע מיט די ענגע מקורבים האבן זיך ארום געזעהן אז דא גייט מען זיך נישט קענען בויען, האט מען אנגעהויבן צו מטכס עצה זיין ווי אזוי גייט מען ווייטער, זיי זענען אויפגעקומען אויף א געניאלן איינפאל, נעמליך מ'גייט בויען א שטעטל, די סעלינג פוינט איז געווען אז מ'קען נישטא ווייטער אנגיין, מ'קען זיך נישט אפהיטן די אויגן ווי ס'באדארף צו זיין, דער שטאט איז שמוציג ברוחניות, מ'דארף זיך אפזונדערן פון די גויים וכו' דער מארקעטינג האט האט אנגעהויבן שלאגן ווארצלען, ספעציעל ביי די תמימות'דיגע ערליכע אונגערישע אידן וואס זענען געקומען פון דערפלעך, זיי זענען נישט געווען צוגעוואוינט אזוי ווי די פולישע אידענטום אדער ראמעניע ווי ס'געווען גרויסע שטעט, און דער אונגערישע דערפער האבן קוים געזעהן אמאל עפעס ראיות אסורות, און זיי זענען דא אין אמעריקא שטארק אויפגעשאקלט געווארן וויאזוי די גאס קוקט אויס, האבן זיי זיך מיטגעכאפט מיט די באן צום נייעם שטעטל, און ווי געשמועסט איז געווען א שיינע צאל יעקישע דייטשע אידן און סתם עמך אידן, וואס ס'האט זיי געצויגן די איידיע, גראדע מיט די בעלזע חסידים איז עס נישט אזוי לייכט געווען, מיט זיי האט דער סקווערער רבי געדארפט בעטן און משכנע זיין דאגעגן די אנדערע זענען געקומען פון זיך אליין, ווייל זיי האט געשמעקט די סארט איידיע.

יעדע חדר אינגל ווייסט אז סקווירא מיט קפידא'ס גייעו ביינעזאם, דער סקווערער רבי האט נישט געטוישט פון זיין טאטן קיין מנהג זאל זיך די וועלט איבעקערן, ענק וועלן זיין איבעראשט וואס איך גיי אייך יעצט מגלה זיין, ס'נישט געווען אזוי לייכט איבערצורעדן די מענטשן ארויסצוקומען וואוינען, און מיט יעדן טאג וואס גייט פארביי זעהט מען קלאר, אז וויליאמסבורג גייט מען זיך נישט קענען בויען, סאטמאר פארכאפט אלעס, מ'האט געדארפט מער חסידישע מענטשן זאלן ארויסקומען וואוינען, פון די אונגערישע אויבערלענדער טייפ האט ער שוין געהאט איבערגענוג, מ'דארף פארשטיין דער סקווערער רבי האט נישט געהאלטן ביים ווערן קיין אשכנזי'ער רב הקהילה, א שטייגער ווי נייטרא רב אדער וויענער רב, אפילו ס'וואלט זיך אריינגעבלענדעט אין זיי חסידישע בלוט וואלט ער מאקסימום געווען א צעהלימער רב פאפא רב סטייל, אבער טיעף אונטערן שלייער פון היטן די אויגן אוועק פון די רוישיגע שטאט סלאגאן האט מען דיך געוואוסט אז מ'פארט בויען א חסידישע פירמע, און אהן גענוג חסידישע בלוט טייפ מענטשן, וועט זיך עס נישט אויסארבעטן, וואס מיינסטו האט מען געטוהן? מ'האט געטוישט א מנהג!

אין סקווירא איז געווען די מנהג אז מ'פלעגט צו געבן א קוויטל פאר כל נדרי, און דער מנהג האט דער סקווערער רבי ווייטער אנגעהאלטן אז פאר כל נדרי זענען אידן אריין געבן א קוויטל, ס'געווען א ריזן ציבור אידן וואס האבן זיך איינגעפירט צו געבן א קוויטל פארן סקווערן רבין, און דערנאך גיין ווייטער צו כל נדרי דרשה פון סאטמערער רב, יענע יאר האט די חברייא קדישא י. י. א. מיט טראנע וכו' אפגעמאכט מ'גייט טוישן די קוויטלעך זמן פון פאר כל נדרי, און דאס אפלייגן נאך די פיהר קאפיטלעך תהלים, בעסיקלי נאך מעריב, און היות יום כיפור קען מען נישט טראגן, איז וועט מען זעהן וואס איז וויכטיגער א קוויטל פארן סקווערן, אדער א כל נדרי דרשה פונעם סאטמערן! ער קען דיך נישט מאכן ביידע, פארשטייט זיך רוב ציבור האט איבערגעלאזט די קוויטלעך אפציע, און געגאנגען גלייך קיין סאטמער, אבער ס'איז געבליבן א קליינע הייפעלע אידן וואס זיי איז געווען וויכטיגער א קוויטל פארן סקווערן רבי'ן ווי איידער א כל נדרי דרשה פון סאטמערן רב, האט מען געוואוסט אז מיט זיי קען פראבירן צו רעדן וועגן משכנע זיין איבערן שטעטל.

איך גיי שוין יעצט נישט קענען ממשיך זיין, איך האב שוין נישט קיין כח, צופיל פאר מיר אין איין וואך, מ'וועט אי"ה אריין גיין מער אין פרטים, אבער די מעשה זאגט זייער אסאך בנוגע די קאמפעני און די געווארדיע וואס האט געבויעט דעם פלאץ, און געמאכט פון א רבי אהן קיין איין איינציגער חסיד פון דערהיים צו א אימפעריע וואס דאס איז אויפגעוואקסן, און דאס גייט זיך אסאך אפשפיגלען די געמבלס וואס זיי האבן גענומען שפעטער אין שטעטל ווען די אמת'ע קאלירן זענען ארויסגעקומען, אז נעמליך מיינט קיינער נישט קיין באשעפער מ'מיינט צו בויען א חסידות, און די רגע עפעס איז געווען א געפאר פאר די חסידות האט מען גע'רודפ'ט עד חרמה.

המשך יבוא
הגאון הצדיק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 65
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 10:39 am
האט שוין געלייקט: 137 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך הגאון הצדיק »

מיסטעריע האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 12:56 am
זעהר שיין אראפגעלייגט
טאקע א חלק פון די זאכן האב איך שוין געוויסט פון פריער אבער דא איז עס שיין אראפ געשריבן אין מסודר
אגב האסט זייער שיין באשריבן די אונגארישע אידן אבער די גאליצינע אידן האסטו בכלל נישט אנגערורט
אויף א חלק פון די גאלציענע האב איך געהרט (בשם/פון זייערע איינקלעך וואס זענען נאכאלץ דארט - אשר במסתרים תבכה נפשם און זיי בארעדן די קליין סקווער'ע קעפ וואס נישט דא מיט וועם צו האנדלן דארט און האבן מורא אפ צולאזן די פלאץ ווייל ווער ווייסט וואס גייט מען זיי מאכן) אז זייערע זיידעס זענען געקומען צום דערפל טאקע פאר דעם כלומר'שטע סיבה זיין אפגעשיידט פון גאס מען גייט בויען א אידישע דערפעל זייערע זיידעס זענען געווען גאר חניוק'ישע אידן און דאס האט גערעדט צו זיי בפרט אז א צדיק עומד בראש
yatzmachp האט געשריבן: פארוואס ווייסטו נישט די חילוק צווישן אין און און?
הגאון הצדיק האט געשריבן: אדרבא יעדער וואס זעהט אז איך האב נישט גוט געשריבן אויף אידיש און ער וועט מיך ווייזען מיין טעות וועל איך עם דאנקן
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך קהל'ס נער »

@מיסטעריע
די רעדסט דאך אזוי געשמאק
עפען ביטע א נייע אשכול, דיינע פערל רייד גייען דא פארלוירן ווערן אין דער אשכול.
עשה למעננו אם לא למענך.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
[NAMELESS]

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך [NAMELESS] »

@מיסטעריע פאר אלעם ביטע זיי מפנח די ר''ת ווער איז דאס י. י. א. און ח. ב. ?

בנוגע בויען א חסידות פארוואס האט אויסגעפעלט צו בויען א שטעטל פארוואס איז נישט גענוג צו מופען קיין ב''פ וואס דארט איז סאטמער נישט קיין שטער
mechel
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 9
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 23, 2023 11:13 pm
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך mechel »

סקווערער רבי האט געוואונט אין ב.פ. בעפאר וויליאמסבורג פאר עטליכע יאר.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך שמעון וואלף »

חיים הלוי האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 2:30 am @מיסטעריע פאר אלעם ביטע זיי מפנח די ר''ת ווער איז דאס י. י. א. און ח. ב. ?

בנוגע בויען א חסידות פארוואס האט אויסגעפעלט צו בויען א שטעטל פארוואס איז נישט גענוג צו מופען קיין ב''פ וואס דארט איז סאטמער נישט קיין שטער
קען זיין אז די קאמפעני האט געהאלטן אז מ'וועט נישט קענען שלעפן חסיד'ישע חאניוק'ישע אידן פון וומ"ס קיין בארא פארק.
גראדע, סקווירא רבי האט געוואוינט א קורצע צייט אין בארא פארק (פאר וומ"ס) און ער האט עס נישט געגליכענט.
נחום הסופר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 349
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 13, 2018 1:04 pm
האט שוין געלייקט: 246 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 396 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך נחום הסופר »

י.י.א. מיינט לכאורה דעם לעגענדארן משב"ק לבית סקווירא הרה"ח ר' ישעי' יואל אונגאר, א תמימות'דיגער אונגארישער איד'ל וואס וואלט ווארשיינליך אנגעקומען קיין סאטמאר, אדער מעגליך קיין פאפא, ווען נישט וואס דער שאפראנער רב שלעפט אים בידים קיין סקווירא, "קום מיט מיר, איך וועל דיר ווייזן וואס מיינט א רבי" האט אים דער שאפראנער רב געזאגט (זיי האבן זיך געקענט פונדערהיים) נאכ'ן מיטהאלטן צוזאמען א טיש אין סאטמאר

און צו דיר הרב מיסטעריע: גאנץ ק"ש האט זיך געלוינט אז דיינע אוצרות זאל דא אנהייבן ארויסקומען, זיי ממשיך!
מיסטעריע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 02, 2017 12:35 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 408 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך מיסטעריע »

חיים הלוי האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 2:30 am @מיסטעריע פאר אלעם ביטע זיי מפנח די ר''ת ווער איז דאס י. י. א. און ח. ב. ?

בנוגע בויען א חסידות פארוואס האט אויסגעפעלט צו בויען א שטעטל פארוואס איז נישט גענוג צו מופען קיין ב''פ וואס דארט איז סאטמער נישט קיין שטער
דאס איז דאך געווען די גאנצע מטרה צו בויען א קאמפעני מיט חסידים, וואס דאס קען מען נאר טוהן אין א שטעטל אפגעזונדערט פון יעדעם
מיסטעריע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 02, 2017 12:35 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 408 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך מיסטעריע »

שמעון וואלף האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 2:51 am
חיים הלוי האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 2:30 am @מיסטעריע פאר אלעם ביטע זיי מפנח די ר''ת ווער איז דאס י. י. א. און ח. ב. ?

בנוגע בויען א חסידות פארוואס האט אויסגעפעלט צו בויען א שטעטל פארוואס איז נישט גענוג צו מופען קיין ב''פ וואס דארט איז סאטמער נישט קיין שטער
קען זיין אז די קאמפעני האט געהאלטן אז מ'וועט נישט קענען שלעפן חסיד'ישע חאניוק'ישע אידן פון וומ"ס קיין בארא פארק.
גראדע, סקווירא רבי האט געוואוינט א קורצע צייט אין בארא פארק (פאר וומ"ס) און ער האט עס נישט געגליכענט.
גראדע געווען עטליכע משפחות, וואס זיי זענען געווען אמעריקאנע משפחות, וואס האבן זיך אהינגעצויגן, און גראדע זענען זיי אפילו געווען זייער טעטיג אין די מוסדות און עפענען די ווילידזש.

זייער קשר האט זיך אנגעהויבן ווען מ'האט אריינגערופן א צענטער צום משלים זיין ביים מנין מנחה אין בארא פארק!
מיסטעריע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 02, 2017 12:35 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 408 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך מיסטעריע »

נחום הסופר האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 5:59 am
חיים הלוי האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 2:30 am @מיסטעריע פאר אלעם ביטע זיי מפנח די ר''ת ווער איז דאס י. י. א. און ח. ב. ?

בנוגע בויען א חסידות פארוואס האט אויסגעפעלט צו בויען א שטעטל פארוואס איז נישט גענוג צו מופען קיין ב''פ וואס דארט איז סאטמער נישט קיין שטער
י.י.א. מיינט לכאורה דעם לעגענדארן משב"ק לבית סקווירא הרה"ח ר' ישעי' יואל אונגאר, א תמימות'דיגער אונגארישער איד'ל וואס וואלט ווארשיינליך אנגעקומען קיין סאטמאר, אדער מעגליך קיין פאפא, ווען נישט וואס דער שאפראנער רב שלעפט אים בידים קיין סקווירא, "קום מיט מיר, איך וועל דיר ווייזן וואס מיינט א רבי" האט אים דער שאפראנער רב געזאגט (זיי האבן זיך געקענט פונדערהיים) נאכ'ן מיטהאלטן צוזאמען א טיש אין סאטמאר

און צו דיר הרב מיסטעריע: גאנץ ק"ש האט זיך געלוינט אז דיינע אוצרות זאל דא אנהייבן ארויסקומען, זיי ממשיך!

י. י. א. איז געווען א מונקטאשער פון דערהיים, זיין טאטע קאפאווארער רב ז"ל איז געווען א ידיד נאמן מיט שאפרענער רב ז"ל, ביידע צוויי מונקאטשער חסידים פונדערהיים, ח. ב. איז אויך געקומען דורך שאפראנער רב, זיין קשר צום שאפראנער רב ווייס איך נישט, ווייל ער איז געקומען פון באבוב, זיין זיידע איז געווען דער באוויסטער באבובער חסיד, רבי בנימין בעלעדער

מי זה ח.ב.?
פארשפארט