רבותי. מיט גרויס פרייד טוהן מיר מעלדן
שעפטי לויפט פארן מנהל פאזיציע
יא. איך גיי זיין די בעסטע מנהל פאר ענק!
אנשטאט פון "נישט שרייבן אומאיידלע ווערטער. מנהל" וועט זיין אפאר שטערענדליך. (כזה ס*קס).
פאר רביה"ק וועט זיין א באזינדערע אפטיילונג, שווערער ווי מאחורי, (וועסט דארפן קלאר שרייבן אז דו ווילסט עס קענען ליינען.)
כ'גיי גארנישט טוהן אהן וואוט'ס פון די גבאים, ודעת הרוב יכריע.
כ'וועל זיך נישט דארפן דיפענדן אויף דיין חשבון, ווייל איך בין נישט מחליט.
מיין עדיטוט וועט זיין אזוי ווי באריסטא און דשאווא. ווי 2012 ווען ק"ש איז לכאו' געוועהן 30 איינגעשריבענע באניצער. מיטן גאנצן פרישקייט.
ניין. מ'וועט נישט לאזן שרייבן כפירה. ווייל אונז זענען א ערליכע פארום. (ב"ה כ'האב שוין אויסגעוואקסן דעי "גדלות" פון קענען שרייבן כו')
יעדער וועט זיין וועלקאם צו שרייבן מענטשליך אהן דארפן מורא האבן פון רויטע ווערטער, כ'וועל פשוט איידעלערהייט אישי'ן: די גבאים האבן גע'פסק'נט אז דיין תגובה איז נישט לפי תקנת המקום.
מ'גייט באלד ארויפשטעלן אן אנקעטע ווי מ'קען שטומען פאר שעפטי אלס מנהל! סטעי טונד!!!
---
אין מיין דמיון טראג איך שוין דעם שיינעם מנהל שניפסל, כ'לאג אריין אלס הויעך באשפריצטער מנהל. אקעי ס'דא נייעס, דעם באריכט קנעפל איז געדריקט געווארן אפאר מאל.
1. פלוני (גאר א גוטע שרייבער וואס געט אזוי פיהל צו צום שטיבל, מיט א ווייעך הארץ) האט געשריבן עפעס וואס טריגערט א חלק ניכר פונעם עולם, ס'קוקט אויס ווי ער מאכט ליצנות פון אידישקייט. (ק"ש איז אויסדריקלעך נישט דא אויף צו סיקירן אונזער אמונה).
גיימער מעקן. יא? איין מינוט. ס'גייט עם וויי טוהן, ער פראבירט זיך צו האלטן מיט די תקנות.
אקעי סתם שיקן אן אישי, ס'גייט עם אויך שטערן אבער ווייניגער.
אבער באלד גייען ניקים פארפירן אז כ'האב אן אגענדע צו פארשפרייטן כפירה. די גבאים נעמען זיך שימפן אז כ'טוה נישט גענוג. אנדערע אז כ'טוה צו סאך.
אין דעם בית הגבאים הייבט זיך אהן די טענות, שעפטי ביסט א מעקעלע א פּיפּל'ס פּליזער, מ'דארף צוריק דעם אלטן מנהל וואס האט געטוהן ווען מ'האט געדארפט.
2. אלמוני (א ניק מיט ווייניג שכל) שטערט יעדע אשכול מיט כמו קנאות, ער איז דא נערוועז צו מאכן די מענטשהייט. שרייט לויזע זאכן אהן קיין בעקינג. כ'מעק עם ווען רוב גבאים האלטן אזוי, אבער ער מאכט גאר א טומל כאילו מ'בא'עול'ט עם. ס'הייסט מ'לאזט נישט שרייבן די אמת'ע השקפה. ס'ווערט א שטינק לכאן ולכאן.
די ליסט גייט ווייטער.. אזש אז "כ'בין צעווישען האמער און נאגל" איז ווייניג געזאגט.
כ'פארשטיי נישט. כ'ארבעט ווי א פערד פאר ענק. כ'טוה מיין בעסט. ענק אלע זענען מודה אז כ'מיין נאר צו זיין אויפריכטיג און ישרות'דיג. וואס כאפ'סטו מיך ביי יעדע זאך וואס דו האלסט נישט. זאל אפי' זיין אז כ'מאך א טעות. איז וואס? האסטו דען פארלוירן דיין פרייהייט פון ווארט? ווילסט פאליש? עפען א פאליש. דעס איז ק"ש וואס איז ערליך און אפן.
כ'געב אויף. כ'קען ענק נישט צופרידן שטעלן.
מיט גרויס אנטשולדיגונג טוהן מיר זיך אפ זאגן פונעם מנהלות אמט.
--
אונזער חשובע מנהל שטייט שוין אפאר יאהר אין דעם עבדות פאזיציע.
אונז אלע ווייסן אז ער האט גענומען שריט, אפגעשטעלט די בוליאינג. צוריק געשטעלט דעם ניווא פונעם שטיבל אז אונז ערליכע אידן זאלן האבן א אפענע פלאץ אהן כפירה. ער ארבעט און ארבעט, ווער ווייסט וויפיהל שווערע סודות, גרויסע דילעמא'ס פון הונטער די קוליסין ער וועט מיט נעמען מיט זיך אין קבר אריין. א שכח? נעה! מ'שרייעט נאר ווען ס'טוהט וויי. פארוואס 951 ניק'ס? פארוואס ענטפער'סטו אמאל שארף? די שטיבל איז צו אפן! צו פארמאכט!
@מנהל דעם אשכול איז פאר אייך. א שכח פאר אלעס וואס אונז וועלן קיינמאל אפי' נישט וויסן צו דאנקן. א דאנק פאר אלעס וואס אונז ווייסן. געבענטשט זאלסטו זיין פאר די קריטיק און העיט וואס מ'באקומט ווען מ'טוהט.
ווען א ניק פיהלט אמאל א הרגשה פון הכרת הטוב פאר אונזער חשוב'ן מנהל און ער זעהט נישט ווי מ'קען עס ארויפלייגן, וועט ער דא קענען הויך שרייען: שכח מנהל!!! ווי לאוו יא!!!
שכח מנהל!!! ווי לאוו יא!!!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 533
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2022 10:46 pm
- האט שוין געלייקט: 946 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל
Re: שכח מנהל!!! ווי לאוו יא!!!
איך האב א עקסטערע הכרת הטוב פאר’ן מנהל וואס צענזורט און לאזט נישט שרייבן כפירה. איך נוץ דאס פאר א באווייז אז אלעס וואס איז נישט געמעקט איז געהעריג אנגענומען צווישן ארטאדאקסישע אידישקייט רייען...
- אלפא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 836
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
- האט שוין געלייקט: 3900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל
Re: שכח מנהל!!! ווי לאוו יא!!!
גאר גוט געזאגט!!
@מנהל, יהי רצון שתחשב כאילו כתבתיה בכל פרטיה ודקדוקיה, ויעלה לרצון לריח נחוח, ויכפרו עוונותינו וכפוי טובותינו, הכל כרצונך הטוב עמנו...
דיין ארבייט איז אומשאצבאר (און לכאו' אומבאגרייפבאר..) אונז זענען דיר גאר שטארק מכיר טובה פאר די געוואלדיגע סערוויס און איבערגעגעבנקייט דא!
@שעפטאל - אויב מיינסטו עס ערענסט, האסטו מיין שטימע!
איך קען נישט פונקטליך די סיסטעם, אבער איך גלייב אז מער ווי איין מנהל שאדט נישט בכל אופן..
@מנהל, יהי רצון שתחשב כאילו כתבתיה בכל פרטיה ודקדוקיה, ויעלה לרצון לריח נחוח, ויכפרו עוונותינו וכפוי טובותינו, הכל כרצונך הטוב עמנו...
דיין ארבייט איז אומשאצבאר (און לכאו' אומבאגרייפבאר..) אונז זענען דיר גאר שטארק מכיר טובה פאר די געוואלדיגע סערוויס און איבערגעגעבנקייט דא!
@שעפטאל - אויב מיינסטו עס ערענסט, האסטו מיין שטימע!
איך קען נישט פונקטליך די סיסטעם, אבער איך גלייב אז מער ווי איין מנהל שאדט נישט בכל אופן..
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 671
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
- האט שוין געלייקט: 388 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל
Re: שכח מנהל!!! ווי לאוו יא!!!
אההה....!
@שעפטאל איז דא צוריק מיטן גאנצען געשמאק.
קיעפ איט אפ.
אונז האמיר דיר געמיסד פאר א וויילע.
@שעפטאל איז דא צוריק מיטן גאנצען געשמאק.
קיעפ איט אפ.
אונז האמיר דיר געמיסד פאר א וויילע.
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה
פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה
פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
- שעפטאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 889
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
- געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
- האט שוין געלייקט: 7215 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל
Re: שכח מנהל!!! ווי לאוו יא!!!
קודם שכח פאר די קאמפלימענט
אוואדע נישט. מיין גאנצע פוינט איז אלס הכרת הטוב ארויסצוברענגן ווי שווער די מנהלות פאזיציע איז, מ'קען קיינמאל נישט צופרידן שטעלן יעדעם, וואס מ'טוהט כאפט מען פעטש. לא שררה אלא עבדות.
ווי וויכטיג ס'איז פאר כלל ישראל צו האבן אזא פארעם, איז אבער אזוי שווער צו דיעלן מיטן עם קשה עורף.
דעריבער האבעך ארויסגעברענגט אונזער הארציגן שכח.