דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 803
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3742 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2534 מאל

דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?

שליחה דורך אלפא »

עס טוט זיך הימל און ערד און נטורי קרתא.

YY דזשעקאבסאן שרייט אז זיי זענען נישט קיין אידן, לעיזער קרויס האקט אז ס'נישט קיין קונץ נאר ליב צו האבן מחללי שבתות בעת מ'האט פיינט שומרי תו"מ.
דוד ליכטענשטיין האלט אז הצלה טאר נישט מחלל שבת זיין פאר זיי אלס 'מיצר את הרבים', טורקס שרייט אז ליב האבן א איד איז נישט נאר ווען עס איז גרינג.

און אזוי גייען די קולות העכער און העכער, צו ביי זיי גייט אן 'ואהבת לרעך' און צו זיי האבן א דין מסור אדער גאר ווי די קאפוי'ס וועלכע זענען מיטגעשטאנען מיט די נאצי'ס?! אדער זענען זיי עכ"פ תינוק שנשבה'ס און ערליכע אידן וואס האבן א פארדרייטע השקפה...

וואס איז אינטרעסאנט איז אז די נקודת המחלוקת ווערט נישט באמת אויסגעשמועסט, דהיינו, אן אויסוואורף וואס זאל מיטגיין מיט היטלער ימ"ש וואלט יעדער אטאמאטיש פיינט געהאט צ"ע צו ע"פ הלכה איז בכלל דא א חיוב צו גיין אנטקעגן די פשוט'ע מענטשליכע געפיל.., לאידך גיסא איינער וואס האט אן אג'ענדא אבער טוט נישט קיין סאך וועגן דעם אדער טוט נישט קיין פעולות וואס רעגן אויף וואלט מען אים לכאו' ווייטער נישט פיינט געהאט. די טיפערע שאלה איז אין די גדר - בעסער געזאגט, די בליק - וואס הייסט 'שטיצן רציחה' און וואס די גדר פון זיין א מיצר לרבים איז.

ביי די וואס די מדינה איז אידישקייט אליין, איז דאך סאטמאר אויך בארדערליין אנטיסעמיטיש, ווער רעדט נאך אויסטוישן א ווארט מיט אן אראבער, אפגערעדט שרייען 'פרי פאלעסטיין' אינאיינעם אדער גאר באזוכן א מערדער'ס קבר חס מלהזכיר - דאס איז דאך היטלער אליין - עס קען גאר נישט זיין זיי זענען מזרע ישראל. און אלע בארעכטיגונגען פאלגן שוין אטאמאטיש נאך, עבירות בין אדם לחבירו איז דאך אסאך הארבער ווי בין אדם למקום, נישט אזוי? איי, וועלכע 'עבירה' האבן זיי געטון? וועמען טוען זיי וויי חוץ דיין 'אידעאלאגיע'? קענסטו זייער השקפה? פארשטייסטו זייער צד פון וואו זיי קומען אז דו שרייסט? דאס איז נישט נוגע ווייל זיי זענען דאך ממילא נישט בכלל ישראל איינמאל זיי האבן זיך 'מתחבר געווען מיט רשעים' פלוצים קענען זיי די סאטמאר'ע שפראך?! און זיי 'פארשעמען כלל ישראל' בפני כל עם ומדינה (פון וועלכע שעצן גראדע אז געוויסע אידן האבן א פראבלעם מיט 20000 טויטע פאלעסטינער וכו') .

משא"כ איינער וואס די מדינה אין פורסט פלעיס איז אונטער פראגע צייכן, איז דאך אפשר נישט אזוי שלעכט צו גיין ווייזן פאר די אראבער אז מיר האבן געוויסע איינקלאנגען, אולי ברענגט עס טאקע אראפ אביסל פון זייער שנאה?! אין ערגסטן פאל זענען זיי טאטאל פארריקט און משוגע.
הכלל, די הונטערליגענדע נושא איז די בליק איבער זייער אקציעס און וויפיל עס שאדט פאר מיר, מיין 'אידישקייט', און פאר מיין 'כלל ישראל'. ביי איינעם איז שרייען 'פרי פאלעסטיין' ערגער ווי זיך בוקן צום צלם, און ביי איינעם איז נישט עק וועלט אז אפאר משוגעים טרעפן זיך מיט די איראנער גייסטליכער, וואס קען מיר נישט און איך קען אים נישט ושלום על ישמעאל..

אדער?

האט איינער א בעסערע אנאליז איבער דעם שנאת ישראל צו די נטורי קרתא וועלכע זענען נישט עובר (ווי ווייט איך קען זיי) אויף קיין איין זיז כל שהוא פון שו"ע, בס"ה אידענטיפיצירן זיי זיך ענדערשע מיט אראבער ווי מיט מחללי שבתות פון עפעס א זנות פעסטעוויל וכדו'?

ומענין לענין, רעדענדיג פון מיצר לרבים האב איך פערזענליך געהאט א פארקערטע שאלה. אפאר טעג צוריק האט עפעס א חברה'מאן באהאנגען מיין געגנט ווי איך וואוין (צווישן אסאך גוים) מיט די פאוסטערס פון די האסטידזשעס, ער האט באמת מיאוס געמאכט די גאס - און איך קען אים גאראנטירן אז קיין איינער פון די חטופים וועלן נישט ארויסקומען שנעלער לכבוד זיינע צעטלעך - וואס יא, געוויסע גוים אין מיין געגנט האבן זיך זייער גערעגט און יעדעס מאל איך בין געשטאנען דערנעבן האב איך מיר ממש געפילט ווי א טארגעט צו איינער פון די בייזע עלעמענטן הגם עס איז ב"ה אריבער בשלום (די גאסן קערער האט עס שוין אפגערייניגט), האב איך געהאט די חקירה צו דער וואס האט עס אויפגעהאנגען און אריינגעלייגט מיר מיט מיינע שכנים אין א פיזישע סכנה - צו ער האט גאר די דין 'מיצר לרבים'?!

א חבר מיינע טענה'ט מיט דעם לאגיק אז גור'ע רבי איז אמאל זיכער א מיצר לרבים - נאך וואס מער מענטשן זענען שלאפלאז צוליב אים ווי צוליב נטורי קרתא אקציעס...
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!

דער אשכול פארמאגט 189 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר