לאמיר זיך זעצן לערנען! ספרי לומדות ומחשבה אין א גוטע סדר

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
א אידיש קינד
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 23
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 2:55 pm
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל

Re: Re:

שליחה דורך א אידיש קינד »

מנשסתר האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 3:59 am
א אידיש קינד האט געשריבן: מוצ"ש דעצעמבער 30, 2023 8:10 pm
איש חזון האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 19, 2016 12:28 pm
קופערניקוס האט געשריבן:פון הרב עמיאל איז דא א נפלא'דיגע ספר לחקר הלכה, דער חזון איש האט עס זייער נישט געגליכן
אפהאנדלונג איבער דעם (מרב יהושע ענבל) אין פורום אוצר החכמה.
אגב ער איז דא נאך א גאר לומדיש ספר פון איהם, ’דרכי משה’, צוויי חלקים
דער חזון איש האט נישט ליב געהאט דער דרך פון רבי חיים, נאר האט געלערנט פשוט
ווער רעדט יעצט פון רבי חיים?
[NAMELESS]

Re: לאמיר זיך זעצן לערנען! ספרי לומדות ומחשבה אין א גוטע סדר

שליחה דורך [NAMELESS] »

דער דרך הלימוד פון הרב עמיאל איז באזירט אויף דער דרך העיוני פון רבי חיים, און דער חזון איש האט נישט ליב געהאט דער דרך אין כלליות
moody
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 72
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 09, 2021 5:58 pm
האט שוין געלייקט: 62 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 94 מאל

Re:

שליחה דורך moody »

לעיקוואד האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 11:08 pm
קופערניקוס האט געשריבן:
די סיבה פארוואס אלעס איז אזוי אן קיין סדר ביי אונז איז ווייל עס איז נישטא קיין אקעדעמיע ליהדות, ווען יא וואלט שוין געווען אינטרא צו לומדות, קבלה קלאס 3 ביז 10 און אזוי ווייטער, למעשה איז תורה בקרן זוית והרוצה ליטול יבוא ויטול און קיינער איז נישט בעל הבית איבער איר איר צו מסדר זיין
איז דאס נישט א שטיקל בזיון התורה, לא תהא כהנת כפונדקית? קענען מיר נישט טאקע אויסשטעלן עפעס א נארמאלער מסודרדיגער סיסטעם וויאזוי צו לערנן? [ביי די מיידלעך איז דאכצימיר פיל מער מסודר, לפחות ביי די ווי מלערנט מער] נישט איין סיסטעם וואס יעדער זאל זיין מחוייב דערצו נאר לפחות עפעס א כללותדיגע קוריקעלם, דער מצב ווי סאיז היינט איז אז על פי רוב נישט דער רבי און נישט דער תלמיד ווייסט וואס ער וויל און וואס איז די מטרה ביים לערנען.
ר' מאטיל זילבער שרייט שוין לאנג אז מוואלט געדארפט אויסשטעלן די ישיבות אזויווי אקעדמיעא אז סדא קורסעס איבער כל מיני נושאים און יעדער לערנט וואס סלבו חפץ, דער לומדות דער חסידות דער קבלה דער מוסר דער הלכה דער חומש רש"י וכו', פארשטייט זיך אז געוויסע בעיסיקס דארף יעדער, אבער באופן כללי פארוואס דארף יעדער לערנען איין וועג?
ר' חיים הירשונזון, א פיגור וואס איך וואלט געגלייבט אז ער האט אן אשכול דא, רעדט זיך שטארק אפ אויף דעם פראבלעים, און ער האט אויך פראבירט עס צו לעיזן מיט דעים ספר:
Web capture_3-1-2024_232135_beta.hebrewbooks.org.jpeg
https://beta.hebrewbooks.org/33004
וכו דבריו בהקדמתו:
snapshot.png
איך מיין אז אין זיין ירחון וואס ער אנגעהויבן ארויסצוגעבן (קתדרא?) איז ער אויך שטארק פארנימען דערמיט

מדי עייני בו המו מעי פון די געשמאקע לשון קודש וואס מ'טרעפט זעלטן אידערויסן משכילי עם בעידן צמיחת חכמת ישראל און קומט צו אן אפשטעל מיטן שואה, רח"ל
פארשפארט