פון וויסן פאקטן ביז אפיקורסת ממש...

מחשבה, השקפה ועיון
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

פון וויסן פאקטן ביז אפיקורסת ממש...

שליחה דורך אלפא »

אין דעם אשכול טוט זיך א מבוכה איבער חז"ל אין וויסנשאפט (סייענס/היסטאריע/פאלקס-מעשיות), וויפיל זיי האבן געוואוסט, וויפיל זיי האבן משער געווען, און וויפיל זיי האבן אויפגעמאכט.
דא נעמט מען עס טיפער צו פארשטיין די דערפון השלכות אויף הלכה למעשה וויאזוי מ'דארף פסק'נען ווען חז"ל'ס מציאות אויף וועלכע געוויסע הלכות זענען געבויט שפיגלט נישט אפ דאס מציאות וואס מיר באגעגענען, יעו"ש.
וואס איז אינטרעסאנט צו אנאלאזירן איז די סליפערי סלויפ אויף וועלכע מ'טרעפט זיך גליטשן איינמאל מ'לאזט די מחשבות וואנדערן, וואו פון בלויזע פאקטן וועלכע די שכל לאזט נישט לייקענען קומט מען אן אין תהום פון ספיקות אדער גאר כפירה און פון אומשילדיגערהייט וועלן מאכן סענס פון די ארום דערזעט מען זיך מיט אן אפיקורסישע געדאנקענגאנג נישט צו קייען און נישט צום שפייען. און הגם די פענאמען איז מן הסתם די צווייט-מערסט באקאנטע דא אין שטיבל (די מערסטע לכאו' איז די פראבלעמען פון אונזער סיסטעם..) איז אבער נאך אלץ אינטרעסאנט צו אבזעווירן די טיים-ליין און די דזשערני וואס עס נעמט.


אין די חרדי'שע געזעלשאפט איז אנגענומען אז חז"ל האבן זיך נישט געקענט טועה זיין, אלס וואס זיי האבן געזאגט איז מקובל מסיני אדער געשריבן מיט רוח הקודש, און נישט נאר איבער אידישקייט נושאים ווי הלכה, לימודים, און מוסר והשקפה, נאר אויך איבער פאלקס-מעשה'לעך, היסטאריע, און אפי' סייענס, ווי אלעס וואס זיי זאגן איז אמת לאמיתו, און אויב שטומט עס נישט אין רעאליטעט איז דא א צאל תירוצים – פון נשתנו העיתים, ביזן זאגן אז זיי האבן גערעדט בדרך משל וסוד ע"פ קבלה. די נקודה איז אז הכול בה והכול בה דכולה בה, אונזער חכמים האבן שולט געווען אין אלעם און אין די תורה קען מען טרעפן אלע חכמות (אזש אז אלעס וואס די גוים האבן קומט נאר פון די תורה). דאס גיסט זיך ווייטער איבער צו די גאונים ראשונים ואחרונים, וועלכע עד ימינו אלה זענען די גדולי ישראל די אלטימעטע אטאריטעטן איבער אלעס אנבאלאנגט מעדיצין, ביזנעס, און פארשטייט זיך השקפה, טעותים זענען נישט בנמצא, און אויב דאכט זיך אז יא איז דאס א רעזולט פון אונזער אייגענע קורצע פארשטאנד... און באמת נעמט זיך עס שוין פון די תורה וואו אסאך מושגים האבן שוין געדארפט דורכגיין די פראצעדור פון נוטרעלייזן און פאשלייערט ווערן און אנדערע דיימענסיעס צו אנהאלטן די 'אמת' דערפון. הצד השוה, אז אונזער שכל איז נישט קיין מאן דאמר אנקעגן וואס די תורה, חז"ל, און אונזער גדולים שטעלן אוועק אלס פאקט, און ווער עס דעוואגט זיך אנדערש צו זאגן (ע"ע Rational Judaism) נידון בשילוח חוץ למחנה.

עס נעמט אבער נישט לאנג פאר א מענטש מיט א גראדן קאפ, זיך אפצושטעלן און אריינקוקן דאס מציאות אין פנים, און איינזען אז ער רעכנט זיך נישט מיט לעיבלס ווי 'אפיקורסת' אדער 'חרם' כדי צו גיין זיין וועג. ווען דאס מציאות איז מחליט (אדער ווער-אומער האט מחליט געווען פאר אים..)
• אז די וועלט איז רינדעכיג און דרייט זיך ארום די זון דורך גראוועטאציע
• אז די 'הימל' איז אן אילוזיע און נישט קיין דיקע פורהאנג אנגעקלעבט מיט שטערן
• אז ווערים און מייז קומען נישט פון קיין זאמד
• אז א קינד פון 8 חדשים קען לעבן
• אז חיות האבן נישט קיין גופט אין די נעגל
• אז די ערדקוגל האט שוין צוגעזען מער ווי 6 טויזענט קארגע יאר
• אז אן עיגול איז נישט פונקט 3 מאל די דייעמעטער.
• א.א.וו.
קוקט ער נישט אריין אין רמב"ם אדער גמ' צו זען אויב זיי ווייסן שוין דערפון..

ווען מ'האלט דא, מוז מען אנהייבן מסביר זיין אז חז"ל האבן זיך פארלאזט אויף אלגעמיינע סייענס און אויף פאלקס-לעגענדעס פון זייער צייט, און דאס איז בכלל נישט קיין חסרון אין זייער סמכות בעת וואס זיי האבן קיינמאל נישט גע'קלעימ'ט צו האבן אקוראטע סייענס (זיי האבן נאכדערצו צומאל מודה געווען אפי'). מ'דארף נאר אנהייבן דן זיין איבער די אקוראטע גדרים פון הלכות טריפות, ווען צאת הכוכבים איז, און צו מ'מעג הרג'נען לייז אין שבת. אבער באופן כללי (בפרט אז מ'קען אפי' מחמיר זיין) שטייט מען נאך גאנץ גוט.
עס ווערט אבער הייסער ווען מ'קוקט אריין אין די ראשונים און מ'זעט אז די שמועס איז גאר נישט קיין נייע. הייסט עס אז ר' אברהם בן הרמב"ם האט שוין אויך געלאזט טראכטן?! דער רמב"ם האט שוין אויך געלאזט פאלן סקעפטיציזם איבער חז"ל'ס וויסנשאפט (ע"ע כישוף ורפואה..)?! די אברבנאל איז שוין געווען אויפגעקלערט?! עס זענען דא גאנצעטע ספרים וועלכע רעדן שוין גערפון?! די גאונים זענען בכלל נישט געווען אזוי פאנאטיש?! וואס איז פשט אז אלע מיינע ארומיגע זענען יא?! דא, איז וואו די ווייטאג נעמט א שטיקל דריי.
אה, עס איז דא א ריזן מחלו' שוין אין די ראשונים וויאזוי מ'זאל צוגיין דערצו?! די אחרונים האבן כלם כאחד אנגענומען אז מיר גייען מיט די דאגמאטישן מהלך פון אננעמען אלעס אויף פעיס-וועליו, און אז מיר ווילן ענדערש איגנארירן די סייענס, פאר א געוויסע סיבה.. שוין זאל זיין אזוי!

לערנט מען אביסל ווייטער, זעט מען אז לגבי היסטאריע טוט זיך אויך א מבוכה, חז"ל האבן געהאט א געוויסע בילד פון די טיים-ליין פון משה רבינו ביז זייערע צייטן, אבער היינטיגע היסטאריקער זענען ביי די מיינונג אז עס פעלן א שיינע צאל יארן. דאס אז חז"ל האבן זיך געקענט טועה זיין און נאכגיין טראדיציאנאלע נאראטיוון איז דאך שוין קלארגעשטעלט, אבער די סאמע קבלה פון כלל ישראל זאל ווערן פארכאפט דערין – איז שוין א שטיקל שאק. און ווען מיר שטעלן זיך אליין אוועק דאס דורכטון קומט מען ענדערש צום שפעטערן מסקנה.
קוקט מען זיך ארום זעט מען אז ר' גדליה נדל האט אפי' געקלערט אז חז"ל האבן דאס בכוונה געטון פאר געוויסע סיבות, מעגליך צו צומישן די קץ פון דניאל א.ד.ג. דאס איז שוין א שטיקל אויפרייס..

וואס גייט אבער פאר מיט די אלע זאכן וואס חז"ל לערנען אריין אין פסוק? ווען עס וואלט נאר געווען לימודים – החרשתי, אבער די פשט'לעך איבער אגדתא'ס, איבער היסטאריע, און איבער זייערע נאראטיוון זענען דאך אויך אויסשטארצנדיג. עס שלינגט זיך שווער אראפ די ווערטער פון די ראשונים אז זיי האבן סתם אריינגעלערנט דרשות לשם פשט'לעך. אבער אם קבלה נקבל! אז די ראשונים זאגן שוין אזוי, און קיין אנדערע וועג עס צו מאכן שטומען מיטן מציאות איז נישטא, וועט מען מוזן אננעמען טאקע אז חז"ל האבן זיך געפילט אקעי אריינצולערנען ככל העולה על רוחם, און נאך מער – אז די שפעטערע האבן געהאט די מאגן דאס אלס אריינצופאקן בחדא מחתא מיט די אזוי-גערופענע 'מקובל'דיגע דרשות'.

וואס גייט טאקע פאר דא? איז די י"ג מידות שהתורה נדרשת בהן – מקובל עד למשה מסיני? וויאזוי זענען דא אנדערע תנאים מיט אנדערע 'סעטס' פון מידות? ווען חז"ל דרוקן זיך אויס שארפע לשונות ווי 'אין לו חלק לעוה"ב', 'חייב מיתה', אדער 'אפיקורס', איז דאס יא ממש 'מקובל'? אדער איז דאס אפשר אויך נאר אויסדרוקן אריינצוברענגען דעם המון עם דערין?
דאס איז דאך שוין אמאל פעסט-געשטעלט אז ווען די היינטיגע שרייען 'אפיקורסת' א.ד.ג. איז דאס בס"ה א מיטל אפצושרעקן און האלטן די עולם אין די ראמען, נא, ווער זאגט אז חז"ל האבן דאס נישט גענוצט? ווער זאגט אז ווען זיי האבן געזאגט עפעס איז 'מקובל' איז דאס ממש אזוי געווען? בפרט אויב זאל מען אננעמען אז אין מקובלות איז נישט שייך קיין מחלו' – דארף מען דאך נישט מער ווי זען אז כמעט אויף יעדע צווייטע לימוד איז דא א מחלו' (און ווען מ'נעמט אוועק דעם כלל פון 'אפושי במחלו' לא מפשינן – וועלכע איז אן הלכה'דיגן כלל – און נישט דוקא די מציאות ווען מ'נעמט אין באטראכט די פאשידנארטיגע מדרשים און מהלכים צווישן די תנאים שוין..). וואס בלייבט יא איבער?

היטן שבת און עסן חזיר דאס זענען זיכערע דאורייתות!

איין מינוט. פון 'אפיקורסת' האב איך דאך שוין נישט מורא, דאס אז חז"ל האבן זיך געקענט טועה זיין – אדער גאר בכוונה פארדרייען – איז דאך שוין א מונח, און דאס אז מיר איגנארירן די אלע פריערדיגע וואס זאגן דאס ווייזט נאר די מעגליכקייטן פון 'הייליגע' דאגמעס צו אפעקטיווערהייט פארווישן דעם אמת, און דאס אז די גדולים האבן עס רידזשעקטעד ווייזט אויך נאר ענדערשע אויף זייער אייגענע נאראטיוו אין וואו די רוב איז נישט דוקא קיין מכריע..
וואס בלייבט איבער איז די אלטע כפירה'דיגע חבר וואס האט אמאל עפעס געזאגט וועגן א 'דאקומענטערי הייפאטעזיע', עפעס האב איך אמאל געזען אין ווידיפידיע פון איינעם וועלהאוזען וועלכע איך בין אלס געווען זיכער רעדט הוילע שטותים, און איך דערמאן זיך טאקע די שוועריקייט מיט די פסוקים און נחמיה אז עזרא הסופר האט 'אויפגעפרישט' די תורה פאר כלל ישראל, איבער וואס חז"ל מיט אלע ראשונים וגדולים זענען זייער איינשטימיג וויאזוי 'מ'דרשנ'ט עס אריין' וכו', און וויאזוי מ'קוקט אן די היסטאריע, וויאזוי מ'פארשטייט צו סתירות אין די תורה, און די ליסטע גייט אן.... וד"ל.

אז מ'וויל אבער פארשטיין וויאזוי די 'אפענע' גדולים – אמאליגע און היינטיגע – ספראווענען זיך מיט דעם, טרעפט מען זיך ווידער אן מיט אן הויפן פון מהלכים: רוב פריערדיגע זענען געווען איינשטימיג איבער די ווארהייט פון 'עפעס א קבלה' וואס חז"ל האבן זיכער געהאט ביסוד, (וועלכע אימפלייד בהכרח תורה מסיני). זיי זענען נאר שטארק מחולק וואס און ווען.. ד"ר מיכאל אברהם לדוגמא איגנארירט תנ"ך מכל וכל – אננעמענדיג אז עס איז בפשטות מסיני. אנדערע זאגן אז די היסטארישע פאקטן מאכן נישט אויס – נאר די 'אמונה' אז עס איז מסיני. א.א.וו.
והשתא דאתית להכא, דארף מען דאך שוין נישט מורא האבן פון ניטשע, שפינאזע, און אפי' ריטשארד דאוקינס, והמסתעף.... און די ענדע איז פיינפול.

ווער ס'פארשטייט פארשטייט (ליידער!!).


פארוואס זאג איך דאס אייך?
איר זאלט וויסן פארוואס מ'דארף מ'טאר נישט אריינטראכטן וויאזוי א קאר פארט! איינמאל מ'פארשטייט א קאר, הייבט מען אן צו עפרישיעיטן סייענס, מ'הייבט אן פארשטיין און גלייבן סייענטיסטן, מ'האלט שוין אז קאוויד קען יא הרג'נען און אז די וואקסין קען יא אפשר העלפן און אז די גדולים ווייסן נישט אלעס, אז נישט אלעס שטייט און חז"ל, און וואס עס שטייט יא שטומט נישט אייביג, חד גדיא חד גדיא...

נ.ב. די ליסטע גייט אסאך טיפער און ווייטער, מ'קען ארייננעמען קולטור וואס מ'אנערקענט האט זיך אריבערגעכאפט פון די גוים, מ'קען כולל זיין די אלע פילאזאפישע און טעאלאגישע מושגים, און מוסר ומאראל געוויס.
מ'קען אויך בעסער לינקן און רעפרענצן געוויסע קאנצעפטן.
איך האב נאר געוואלט ארויסברענגען די גרויסע בילד - בירד-איי-וויו...
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

Re: פון וויסן פאקטן ביז אפיקורסת ממש...

שליחה דורך קהל'ס נער »

איך מיין אז אויב גייט מען אז חז״ל האבן נאכגעבעבלט די סייענס וואס איז געוועהן מקובל בימיהם קען מען אלעס פארשטיין, אין גמ׳ זעהט מען נישט אז חז״ל האבן זיך געהאלטן פאר סייענטיסטן (חוץ אין מסכת ר״ה ווי זיי האבן למעשה מודה געוועהן צי די סייענטיסטן), מילא אלע זייערע הלכות און אגדתא׳ס זענען באזירט אויף יענע פאלשע סייענס שהיתה מקובלת בימיהם.
פונקט ווי א היינטיגע דיין ווערט נישט אפגעפרעגט ווען ער געט ארויס א פסק באזירט אויף א ליגענט פון דר׳ פאוטשי.
די הנחה אז חז״ל זענען געוועהן סייענטיסטן איז אבסורד, מקור׳לאז, קאונטער פראדאקטיוו און איז גורם אז… וועל… פון וויסן פאקטן ביז אפיקורסות ממש.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

Re: פון וויסן פאקטן ביז אפיקורסת ממש...

שליחה דורך סקעפטיקער »

דאס איז א מעסטער פיעס! אזויווי נאר @אלפא קען!

אין מיין עקספיריענס קען איך זאגן קלאר אז דאס איז געווען מיין סליפערי סלאופ, אנגעהויבן פון די פעלענדע יארן און גענדיגט ביי ר"ר יונתן אלס א שבתאי (אלע היייליגע צדיקים האבן עס נישט געוואוסט/מרגיש געווען ברוח קדשם?) און די רעסט איז היסטערי (אדער היסטעריע)
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

Re: פון וויסן פאקטן ביז אפיקורסת ממש...

שליחה דורך קורקלענד »

סתם נייגעריג וויאזוי האסטו אויגעפיגורט אז די קאוויד וואקסין ארבעט יא?

ווייל לדעתי אויב גלייבסטו די 'סייענס' פון די קאוויד וואקסין קענסטו שוין גלייבן חז''ל סייענסן אויך.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: פון וויסן פאקטן ביז אפיקורסת ממש...

שליחה דורך berlbalaguleh »

סקעפטיקער: ס'איז טאקע א מעסטער פיעס. נאר מ'קען א סאך זאכן אפפרעגן אין דעם מעסטער פיעס.

איך (און נאך מיליאנען אנדערע ערליכע אידן מאמינים בני מאמינים) גלייב אין די אמת'דיג'קייט פון די מאמרי חז"ל. סיי וואס איז נוגע להלכה. ארויסצולערנען פון די פסוקים פון די תורה. מיט די מהלכים וואס זיי האבן אוועקעשטעלט.

ווען ס'קומט צו סייענטיפישע חלקים פון מאמרי חז"ל איז דא איינס פון 2 מעגליכקייטן. אדער האבן זיך טאקע די טבעיים געטוישט פון זייער צייטן ביז אונז. אפילו אויב נישט. זיי האבן גענימען די וויסנשאפט און אינפארמאציע וואס איז געווען עוועילעבל אין זייער צייט. און געגאנגען לויט יענע הנחות.

נאר אוועקמאכן אלעס (אדער א טייל) פון וואס די חכמים האבן געזאגט וועט אונז ברענגען (ח"ו) דארט וואו די רעפארמערס (למיניהם) זענען אנגעקומען.

זיי ראציאנאליזירן די גאנצע תורה. למשל עסן חזיר, זאגן זיי אז ווען די אידן זענען געווען אין מדבר האבן זיי נישט געהאט אזעלכע גוטע וועגן פון אפקאכן און האלטן פריש דאס פלייש. און חזיר פלייש מוז מען גוט אויפקאפן כדי צו הרג'נען די באקטעריע סטריקינאסיס. און ס'ווערט שנעל פארדארבן. ממילא האט די תורה (וואס זיי גלייבן דאך ממילא נישט אז ס'איז מסיני) פארבאטן צו עסן חזיר. אבער היינטיגע צייטן ווען מ'קען עס גוט אפקאכן און מ'האט רעפרידזשערעישן מעג מען יא עסן חזיר. אזוי איז מיט מלאכת שבת. וואס זיי זאגן אז היינטיגע צייטן איז גארנישט שווער צו מאכן א פייער. ממילא מעג מען עס יא טון אום שבת.
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: פון וויסן פאקטן ביז אפיקורסת ממש...

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

א דעצעמבער 31 אויסבראך 🤣 הכל הולך אחר החיתום. נאך א מעסטער פיעס פון אלפא. פארוואס האסטו אזוי שנעל געענדיגט דעם ארטיקל? האסט מיר נישט פארגינען א לענגערע ראללערקאוסטער רייד?? כ'האף ס'קומט נאך פארזעצונגן
מתתיהו
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 71
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 28, 2023 8:43 pm
האט שוין געלייקט: 127 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 154 מאל

Re: פון וויסן פאקטן ביז אפיקורסת ממש...

שליחה דורך מתתיהו »

ס'איז דא אסאך וואס צו שרייבן אין די אלע נושאים וואס דו האסט ארויפגעברענגט, אבער לאמיך דא שרייבן מיין בליק אויף דעם נושא בכלליות.

דער רמב"ם אין הלכות עבודה זרה פ"ב איז מסביר די לאו פון "ולא תתורו אחרי לבבכם" אזוי:
כל מחשבה שהוא גורם לו לאדם לעקור עיקר מעיקרי התורה מוזהרין אנו שלא להעלותה על לבנו ולא נסיח דעתנו לכך ונחשוב ונמשך אחר הרהורי הלב מפני שדעתו של אדם קצרה ולא כל הדעות יכולין להשיג האמת על בוריו ואם ימשך כל אדם אחר מחשבות לבו נמצא מחריב את העולם לפי קוצר דעתו כיצד פעמים יתור אחר עבודת כוכבים ופעמים יחשוב ביחוד הבורא שמא הוא שמא אינו מה למעלה ומה למטה מה לפנים ומה לאחור ופעמים בנבואה שמא היא אמת שמא היא אינה ופעמים בתורה שמא היא מן השמים שמא אינה ואינו יודע המדות שידין בהן עד שידע האמת על בוריו ונמצא יוצא לידי מינות ועל ענין זה הזהירה תורה ונאמר בה ולא תתורו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם אשר אתם זונים כלומר לא ימשך כל אחד מכם אחר דעתו הקצרה וידמה שמחשבתו משגת האמת
אין סמ"ק אויף די מצוה פון ולא תתורו שטייט אויך אזוי, און ער לייגט צו אויך בנוגע אמונה בדברי חז"ל:
אין לחשוב שאין תורה מן השמים ושלא לחשוב שלא להאמין בדברי חכמים ושלא לחשוב להתבונן בפסוקי יחזקאל שאסרו חכמים להתבונן בהם

לכאורה איז נישט צו פארשטיין דא זאגט דער רמב"ם אז מען טאר גארנישט אריינקלערן, דער רמב"ם אליין האט דאך געשריבן א גאנצע ספר מורה נבוכים ווי ער קלערט אריין און ברענגט ראיות צו די אלע זאכן?!

נאר די עיקר נקודה איז דאס וואס דער רמב"ם פירט אויס "כלומר לא ימשך כל אחד מכם אחר דעתו הקצרה וידמה שמחשבתו משגת האמת" דהיינו א מענטש זאל זיך נישט איינרעדן אז ער פארשטייט גלייך אלעס, און ווען ער זעהט עפעס א שטיקל ראיה וכדו' זאל ער שוין אפמאכן אז יא אזוי איז עס און שוין, און זיך אויסלאכן און מזלזל זיין אין דברי התורה וחז"ל. דער רמב"ם אין מורה חלק א' פרק לא-לד איז אויך מאריך אין דעם נקודה אז א מענטש דארף וויסן אז זיין שכל איז באגרעניצט און ער זאל נישט גלייך אננעמען זיין מחשבה ראשונה נאר נאך חקירות רבות.

און אזוי אויך לגבי דברי חז"ל, אז מפארשטייט זייער גדלות מאכט מען זיי נישט סתם אוועק כלאחר יד, יא אז איינער האט גוט דורכגעטוהן א נושא און ער זעהט אז ס'איז אנדערש ווי ס'שטייט אין חז"ל טרייט מען זיי צו פארענטפערן אדער קען טאקע זיין זיי האבן נישט אלעס געוויסט ווי ס'שטייט שוין אין די ראשונים, אבער די עיקר איז נישט סתם מזלזל זיין בדבריהם.

מ'זעהט אין רמב"ן פרשת שלח איז ער מפרש דארט פסוק ט"ו כ"ב "וכי תשגו ולא תעשו את כל המצות האלה" על פי פשטות אז דאס גייט אויף א מומר לכל התורה בשוגג:
כגון ההולך ונדבק לאחת מן האומות לעשות כהם ולא ירצה להיות בכלל ישראל כלל ויהיה כל זה בשוגג כגון שיהיה ביחיד תינוק שנשבה לבין האומות ובקהל כגון שיחשבו שכבר עבר זמן התורה ולא היתה לדורות עולם


און לכאורה איז שווער וואס הייסט אזא איינער א שוגג ער איז דאך א כופר בתורה משה וואס אויף דעם שטייט דאך ווייטער דארט אין פסוק "והנפש אשר תעשה ביד רמה וגו' הכרת תכרת" אז ער האט נישט קיין חלק לעוה"ב (דא איז די מקור פון די אלע מימרות פון חז"ל..), נאר אין אברבנאל דארט איז ער מסביר די חילוק אזוי:
שמי שיספק בתורת משה היותה מן השמים אם היה בשגגה יביא קרבן מיוחד לאותו עון להיותו מספק בדבריו אם היו מפי הגבורה אם לא ואם היה במזיד וביד רמה כעדת המרגלי' שזכר למעלה מזה ועדת קרח שיזכור אח"ז ימחו מספ' חיי' ויהיו נכרתים מעמם


אז א מענטש האט ספיקות איז ער שוגג, כ'מיין וואס קען ער דען טוהן ער זאל נישט טראכטן.. אבער איינער וואס לייענט ביד רמה מיט א זיכערקייט און מאכט אוועק און איז מזלזל בדברי התורה וחז"ל דאס איז שוין יא אן אפיקורס וואס אין לו חלק לעוה"ב..
ישר בעיניו
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 47
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 11, 2021 10:09 am
האט שוין געלייקט: 66 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 66 מאל

Re: פון וויסן פאקטן ביז אפיקורסת ממש...

שליחה דורך ישר בעיניו »

ס'איז טאקע א מעסטער פיעס אבער זיי אויך מסביר וואס די טוסט ווייטער דריי דיך נישט ארויס מיט
"ווער ס'פארשטייט פארשטייט (ליידער!!)."
1. אויב ס'איז אלעס בעלאני איז וואס איז די (ליידער!!)?
2. וויאזוי געבסטו דיך א עצה מיט די אינערליכע קאנפליקט אז אלעס וואס ביסט אויפגעוואקסן און אלעס וואס איז געוועהן הייליג צופאלט ווי א זייפן בלאז
3. לאמיר זאגן די ביסט שוין משלים אז אלעס איז בעלאני און אויב וואס חז"ל האבן געזאגט קלעבט נישט איז פארוואס זאל הלכה יא קלעבן
4. לאמיר זאגן אז פאר דיר קלעבט עס נישט וואס טוט מען מיט טאטע מאמע ווייב און קינדער
אוי טאטע האב רחמנות שומו שמים
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

Re: פון וויסן פאקטן ביז אפיקורסת ממש...

שליחה דורך אלפא »

לאמיר עס טאקע צונעמען א טראפקעלע מער.

באמת ווען מ'רעדט פון ווערן אויפגעקלערט איז דא צוויי סארט נאטורן, איינס איז דאס רוב דא אין שטיבל, דער וואס קען זיך ערלויבן צו הערן אסאך סארטן השקפות און געדאנקען אפי' אזעלכע וואס צו-ווארפן אביסל די יסודות, מ'גיבט זיך אן עצה זה בכה וזה בכה אויף למעשה וויאזוי עס צו רעקאנסיילן מיטן טעגליכן לעבן. די נטייה צו הערן און וויסן איז א נאטורליכע נייגער צום אמת און צו דערגיין די טיפקייט פון זאכן - לאו דוקא בשייכות השקפה – אבער עס טראגט כמובן מער געוויכט ווען עס איז נוגע צו די אייגענע פונדאמענטאלע שטריכן.
די צווייטע גרופע זענען מער די מענטשן וועלכע זענען געווארן אביוסד, פיזיש קאנטראלירט, אדער באגרעניצט דורך זייער חינוך און דורך די סיסטעם, וואס זיי דארפן די כפירה מער אלץ קורדום לחפור בה (- בארות בארת נשברים), און זייער ציל איז מער צו ווערן באפרייט פון די צוואנגס קייטן און פון די תפיסה און וואו זיי שפירן זיך.
איך באצו מיך צו די ערשטע גרופע, הן מצד ווייל די סכנה איז קלענער און מ'פראבירט צו טרעפן דעם אמת בו בזמן נישט אוועקווארפן די אלטע וועליוס, אבער בעיקר ווייל די אמת איז די ציל, און מ'קען אפערנעהייט דיסקוסירן די געפינסן אן זיין פאראנויד איבער די השלכות פון דעם סליפערי סלויפ. אין אנדערע ווערטער, איך וויל רעדן אביעקטיווערהייט און קאלטערהייט פון דעם סליפערי סלויפ אין וואו אסאך פון אונז האבן זיך שוין אדורך געגליטשט, איך וויל דיסקוסירן די אינ'ס און אוט'ס, די חסרון און עצה, צו קענען לעבן מיט דעם – וואו-אומער אויפן לייטער מ'געפינט זיך.


לגבי די סליפערי סלויפ ארגומענט אליין:
@מתתיהו האט ריכטיג צוגעצייכנט דעם רמב"ם און סמ"ק וועלכע לייגן גבולים אויפן מחשבה עד פה תבא, ווייל עס איז א סכנה פון אנקומען ווייטער. און דאס איז בעצם די אנגענומענע רעטאריק ביינונז 'אז מ'טאר נישט טראכטן'. הגם די רמב"ם'ס 'נישט טראכטן' האט אויסגעזען אביסל אנדערש, און עס קען טאקע זיין אז די רמב"ם רעדט פון איינער וואס האט שוין אפגעמאכט זיין מיינונג און שוין געטראפן זיין אמת/פאזיציע – אז ער זאל נישט קריכן ווייטער פאר סתם. און מען קען טאקע אויך דן זיין לאור דאס וואס איך ברענג ארויס אז עס זענען דא מענטשן וואס ווילן אנקומען צום אמת אן דארפן אדורכגיין סעקיוריטי יעדע 5 מינוט, קען זיין ווען מ'עלימינירט די 'סכנה' לעוועל מאכט עס נאר גרינגער.

בכל אופן, עס איז טאקע א ברייטע נושא צו מען 'מעג זיך לאזן טראכטן'?! און איך לאז פאר יעדעם צו פרעגן זיין לאקאלע רב.
די פראבלעם איז נאר אז אויפן וועג צום רב האט מען שוין אפגעטראכט די גאנצע סאמעטוכע, און די שאלה מאכט שוין נישט קיין סענס אפי'. די פאקט ביי זייער אסאך מענטשן איז אז עס איז א וואן-וועי סטריט, איינמאל די שבילי השכל זענען אפען ווי די שבילי נהרדעא קומט מען שוין נישט אזוי שנעל צוריק קיין פומפדיתא.. די דזשערני וואס איך האב דיסקרייבט איז גאנץ א גלייכע שטראסע, חוץ אויב מ'לייגט שטארקע ברעיקס ביי א געוויסע פינטל.

דאס פירט אונז צו @berlbalaguleh'ס טענה אז אוועקמאכן אלעס פירט צו רעפארם.
אבער רבי לעבן געב א סיבה פארוואס נישט אנצוקומען צו רעפארם? דאס אז עס פירט אהין איז נישט גענוג סיבה נישט צו גיין אהין.. אנלעס אז דו ווייסט פאר א פאקט אז זיי זענען נישט גערעכט אדער אז דו ביסט משום מה מער ריכטיג...

וואס דא קומען אריין די פילצאליגע מהלכים וויאזוי מ'גייט צו.

איין נקודה וואס מ'דארף קלאר מאכן – און דאס איז א שטיקל פאלאסי אין מיין ערשטע ארטיקל, דאס איז בנוגע די לינק פון די טעותים פון חז"ל ביזן נישט אננעמען תורה מן השמים. דארטן איז דא א שטיקל געפ.
דהיינו, דאס אז געוויסע דרשות, תקנות, און מימרות פון חז"ל קענען זיין פאלש אדער מוטעה, פאלגט לכאו' נאך פון די זאכן וואס מיר זעען מיט די אויגן, און פון פארשטיין די סאציאלאגישע עוואלוציע וויאזוי אזעלכע זאכן ווערן פארהייליגט און דאגמאטיזירט לאורך הדורות. אבער דאס אז די תורה איז אפשר נישט מסיני וכדו' איז בעצם א צווייטע טענה אינגאנצן, די איינציגער שייכות האט עס אז עז איז א געוויסע היינטיגע פארשטאנד לעומת די טראדיציאנאלע, און נאכן זיך לאזן נאכגיין די אייגענע שכל איז מען אסאך מער עלול ומוכשר דאס אויך אנצוקוקן און דערגיין.

און באמת איז דא טאקע איין שטארקע סטאנציע ווי אסאך האבן געשטעלט די גדר, לדוגמא אייזיק הירש ווייס בספרו דור דור ודורשיו נעמט (כמדומני) אן אזוי – אז חז"ל האבן אינווענטירט זייער אייגענע אידישקייט פלוס זייער סמכות (-און עס קען אפי' מחייב זיין אלס קבלת הקהל אדער גאר משום לא תסור ואכמ"ל). וועלכע איז גאנץ א קאנסיסטענט מהלך.
ד"ר מיכאל אברהם האלט ענליך, אז די תורה איז בפשטות מסיני (ער האט נישט ליב אריינצוגיין און היסטאריע בכלל) און חז"ל'ס סמכות איז נאר אויף הלכה למעשה -ותו לא!
די ראשונים ווי גע'שמועסט האבן אויך מער ווייניגער אנגענומען אזעלכע מהלכים – אז חז"ל האבן א סמכות איבער הלכה (זיי האבן ווייניגער דן געווען לגבי ווען די הלכה איז תלוי אין דער מציאות) און דאס איבעריגע איז גוט פאר א חול המועד דרשה..
עס זענען די שפעטעריגע וועלכע האבן געבויט אויף די פריערדיגע די אלע בניינים, וועלכע צו-ווארפט ביי אונז די נאמנות. אנהייבן אריינקוועטשן אז זיי האבן יא געהאט אלעס מקובל, אדער אז זיי האבן געוואוסט ברוח קדשם, אדער אז זיי זענען געווען אומפאלציפירבאר, וואו מ'דארף יעצט אויפקומען מיט תירוצים ותשובות שונים – דאס איז וואס צוקוועטשט דעם חכם און ברענגט אים צו עקספלאדירן...
אזא מהלך האט נישט קיין אמת'ע לאגישע קאנסיסטענסי – חוץ פון שטומען מיט די פרי-סופאזד הנחה אז אלעס אין די תורה/חז"ל איז אמת לאמיתו. מ'קען נעמען מסורה ווען מ'וויל און אוועקשמייסן הלכה און ווען ס'שטומט אנדערש נעמט מען הלכה און מ'רירט זיך נישט קיין 'קוצו של יוד'.. איגנארירנדיג פאקטן און היסטאריע..
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

Re: פון וויסן פאקטן ביז אפיקורסת ממש...

שליחה דורך אלפא »

ישר בעיניו האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 3:06 pm ס'איז טאקע א מעסטער פיעס אבער זיי אויך מסביר וואס די טוסט ווייטער דריי דיך נישט ארויס מיט
"ווער ס'פארשטייט פארשטייט (ליידער!!)."
1. אויב ס'איז אלעס בעלאני איז וואס איז די (ליידער!!)?
2. וויאזוי געבסטו דיך א עצה מיט די אינערליכע קאנפליקט אז אלעס וואס ביסט אויפגעוואקסן און אלעס וואס איז געוועהן הייליג צופאלט ווי א זייפן בלאז
3. לאמיר זאגן די ביסט שוין משלים אז אלעס איז בעלאני און אויב וואס חז"ל האבן געזאגט קלעבט נישט איז פארוואס זאל הלכה יא קלעבן
4. לאמיר זאגן אז פאר דיר קלעבט עס נישט וואס טוט מען מיט טאטע מאמע ווייב און קינדער
אוי טאטע האב רחמנות שומו שמים
1. חדא מתרצתא בארבעתא. - די 'ליידער' איז סיי אויף די פראקטישע שוועריקייטן מיט די משפחה, סיי די אייגענע עמאציאנאלע שוועריקייטן, און בעיקר ווייל למעשה גלייב איך (און אסאך אנדערע) נאך אלץ אין די וועליוס וועלכע קומען מיט מיט די הייליגע דאגמעס - על אף איך גלייב נישט דוקא אין די דאגמעס אליין (אין די ליטערארישן סענס), און עס איז א 'ליידער' פארן פארלירן אזא טייערע זאך...
2. קודם עס 'צופאלט נישט' ווי קיין זייפן בלאז, עס גייט זייער צוביסלעך. עס טרענט זיך ענדערש אויף ווי די געשטריקטע גארטלעך וואס איין פאדעם לאזט זיך שלעפן, ביז אויס... און צווייטנס ווי געזאגט, מוז נישט די גאנצע זאך צופאלן, די בנין מעג שטיין אן די צעמענטענע יסודות אויב מ'לאזט עס..
3. הלכה דארף נישט קלעבן! דאס איז די ערשטע מעלה. הלכה דארף זיין אטאריטעטיוו - אויב וויל מען זיין געבינדן דערצו, אבער עס פארלאנגט נישט דוקא קיין קאנסיסטענסי (אזוי ווי געזעץ להבדיל), און זיכער איז עס נישט געבינדן צו קיין אביעקטיווע מציאות צו וואס עס זאל דארפן קלעבן. והשנית, עס קלעבט נאך גאנץ גוט, רוב פרשנות חז"ל איז בכלל נישט אוועקצומאכן, ניטאמאל פאלט עס אוועק אויב די לימודים פאלן אוועק..
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

Re: פון וויסן פאקטן ביז אפיקורסת ממש...

שליחה דורך אלפא »

איך האב באגעגנט אסאך די ארגומענט דא אין שטיבל אז איינמאל חז"ל פארלירן סמכות פארלירט הלכה אויך דאס סמכות לכאו'.
פריער האב איך אין קורצן ארויסגעברענגט אז הלכה מוז נישט בהחלט שטומען אדער קלעבן. לאמיר עס אביסל מער מסביר זיין (הגם איך האלט מיר נישט קיין עקספערט אין די סוגיא בכלל.. אנדערע וועלן לכאו' קענען בעסער עלאבארירן דערויף.):

ווען עס קומט צו פאקטן און מציאות קומט נישט ממש אריין דאס ווארט סמכות. עס איז יא אדער ניין, מאקסימום קען מען זאגן אז איינער ווייסט בעסער - אבער אלטימעטלי קען מען אויף איין וועג אדער די אנדערע נאכגיין אללין אויך די פאקטן בדרך כלל.
אין ענייני אמונה ודעות, פילאזאפיע, מוסר והשקפה, קומט אויך נישט אריין קיין סמכות - דער מענטש אליין איז דער איינציגסטע וואס קען מחליט זיין וואס ער אליין פארשטייט און גלייבט/האלט.

וואו סמכות קומט אריין, איז אין פלעצער אזוי ווי געזעץ וואס עס איז דא אן הסכמת הכלל אדער א געוויסע דעוויין סמכות וועלכע מאכט אז די ווערטער - ציוויים זאלן האבן א תוקף, און דאס איז אומאפהענגיג פון מיין פארשטאנד בכלל. עס איז אבער יא דא ווען ג-ט (לדוגמא) גיבט געזעצן און לייגט צו אז דאס און דאס זענען די (לאגישע) כללים פון די געזעצן, וואס דעמאלס מאכט שוין יא סענס אליינס צו שפעקילירן צו געוויסע נקודות פאסן טאקע אריין לאגיש אונטער די כללים - און לאגיק איז ווי געזאגט פון די זאכן וואו סמכות פארנעמט נישט קיין ארט.

צו די נושא פון הלכה - עס איז היבש קאמפליצירט, ווען עס זענען דא אסאך פילאזאפיעס ארום די גאנצע יסוד פון הלכה בכלל.
אבער א פיזעבל ארגומענט קען געמאכט ווערן אז ג-ט האט געגעבן די תורה און געלאזט די חכמים ארום שפילן דערמיט ככל העולה על רוחם (מיטן רוב סנהדרין - אדער סתם מיטן טראסט אז זיי גייען נישט גיין קאפ אין וואנט), און איינמאל דאס איז די קעיס קען מען אפי' דערהערן אז זאכן וואס זענען געבויט אויף ריינע טעותים זאל נאך אלץ טראגן די זעלבע סמכות (עי' בחינוך על מצוות זקן ממרא), מ'קען פארט אריינגיין אין די שמועס צו חז"ל אליין וואלטן צוריקגעדרייט זייער הלכה אויב ס'איז בטל הטעם אדער ביסודו א טעות - און אין דעם זענען דא פארשידנארטיגע מהלכים שוין אין די ראשונים ווען פונקטליך אן הלכה איז תלוי ועומד אין זיין טעם און ווען עס מאכט נישט קיין נ"מ איינמאל עס איז אריין אינעם לעקסיקאן (ר' שמעון האלט דאך במקצת אזוי אפי' לגבי דאורייתות - ווייל דרשינן טעמא דקרא וכו'.)
מיט די קבלת-הקהל מהלך איז דאך נאך פשוט'ע, אז הלכה איז מיוסד אויף וואס כלל ישראל האט אנגענומען למעשה (וויאזוי פונקטליך דאס איז מחייב - רירט שוין אן די סאשעל-קאנסטרוקשעניזם טעאריע) און הענס די חתימת התלמוד איז מקובל געווארן איבעראל איז דאס מחייב רעגארדלעס. ענליכע ארגומענטן ווערן געמאכט איבער די שו"ע וכדו'..

דאס אז עס איז נישט קאנסיסטענט איז דאך ווייטער א פאקט! די גאנצע ארבייט פון די ראשונים און אראפ איז צו אריינקעסטלען די אלע מחלוקת'ן און צומישענישן צווישן די סוגיות אין ש"ס - אריין צו א קאהירענט הלכה קאוד, עס איז איבעריג צו זאגן אז מ'האט נאך נישט געסאלווט דעם חידה עד היום. אבער דאס נעמט בהחלט נישט צו פון די 'סמכות', אזויווי (להבדיל) א קריגעריי און אינקאנסיסטענסי אין די אלגעמיינע געזעץ מאכט עס נישט ווייניגער אטאריטעטיוו (- עס מאכט עס פארט יא ווייניגער מעגליך צו אינפארסירן...), ווייל געזעץ און הלכה זענען נישטא צו רעפרעזענטירן קאנסיסטענסי אין עפעס, עס איז דא צו אינפארסירן א געוויסע סיסטעם, אין וועלכע קאנסיסטענסי איז נישט מער ווי א tool צו מאכן סענס פון דעם..

נ.ב. אסאך פון מיין השקפה אין דעם קומט פון ד"ר מיכאל אברהם וועלכע רעדט פון דעם גאר אסאך
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

Re: פון וויסן פאקטן ביז אפיקורסת ממש...

שליחה דורך אלפא »

דעם אשכול https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=13&t=3222 איז א must read.
@תחכמוני we miss you!
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
[NAMELESS]

Re: פון וויסן פאקטן ביז אפיקורסת ממש...

שליחה דורך [NAMELESS] »

@אלפא

איך בין נישט אזוי זיכער אז נאר איינער וואס האט א טראמא איז עס שווער איך וואלט ענדערש געזאגט אז עס פארלאנגט צוויי זאכן:

איינס: די נאטור פונעם מענטש, די וואס זעהן זאכן מער שווארץ און ווייס, געווענליך מער אנאליקעל טיפע טראכטעס און וואס פארלאזן זיך אויף זייער שכל צו סאלווען פראבלעמען

צוויי: ווען זיי טרעפן זיך אין לעבן אין א שוועריקייט וואס זיי האלטן וואלט געקענט זיין געסאלווד אויב עס וואלט נישט געווען די דאגמע
(וואס געשעט צו יעדעם עט וואן פוינט, צו געלט דריקט,שידוכים, שלום בית, שוועריקייטן אין מוסדות וכו׳)

פאר אזעלכע איז זייער שווער צו אהנעמען אזעלעכע ״גרעי״ הנחות און לעבן און זיי וועלן אטעמאטיק אנהייבן פרעגן קשיות אין אזעלכע צייטן ווייל יעצט איז פאר זיי וויכטיג אין לעבן דאס צו סאלווען מיט זייער שכל ווייל זיי האלטן אז דאס שטייט זיי אין וועג

דאס וואס מ׳זאגט פאר אזעלכע ״טראכט נישט אזוי שווארץ און ווייס״ קען אפשר העלפן פאר Lower Priority Items נישט ווען זיי האלטן אז דאס שטייט זיי אין וועג

פארשטייט זיך איינער וואס איז געוען טראמאטייזד איז אייביג אזוי (ווילאנג ער דילט נישט מיט עס)

אין מיין אפינען די בעסטע מהלך פאר אזעלכע איז Existentialism ווייל אז נישט קען מען אראפ פון זינען
באניצער אוואטאר
איך הער..
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 120
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 03, 2023 3:00 pm
געפינט זיך: דעם אנדערען זייט סמבטוין
האט שוין געלייקט: 316 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 300 מאל

Re: פון וויסן פאקטן ביז אפיקורסת ממש...

שליחה דורך איך הער.. »

הערשט יעצט אויסגעקימען צי ליינען, אויסטערלישע ארטיקל אלפא!!
.Commen sense is not commen
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

Re:

שליחה דורך אלפא »

עס איז בדרך אגב אינטרעסאנט צו אבזעווירן דעם עוואלוציע, סיי פון וויאזוי דאגמעס/בעליפס ווערן לכתחילה פארמירט און באפעסטיגט, און סיי אונזער נושא דא וויאזוי עס ווערט צושטייטליך אויפגעטרענט.

עס איז בעצם אזא ריאינפארסינג סייקל וועלכע דרייט זיך צווישן די שכל און די מקורות צו וואס מ'איז זיך תולה.
עס איז נישט אייביג געשניטן וועלכע קומט פריער, אבער עס געשעט ווען די שכל האט אן איידיאלאגיע און מ'טרעפט א פסוק, מימרא, מאמר חז''ל, עובדא, וועלכע מ'קען אריינטייטשן עס זאל טאקע מיינען די זאך וואס מ'האלט, וואס איינמאל מ'האט פראדזשעקטעד די געדאנק אין די אזוי-גערופענע מקור איז מען שוין אליין מער קאנווינסד אין דעם געדאנק, וחוזר חלילה אז איינמאל די געדאנק איז שוין באפעסטיגט איז דאס דאך זיכער די ריכטיגע אפטייטש פון די ווערטער. אזוי ארום טרעפט מען זיך מיט א פארטיגן מקור/ראי' צום געדאנק וועלכע איז אייגענטליך אן אפשפיגלונג פון אונזער פרי-פאזיציע.
די געדאנק שטייט שוין אין די הקדמה פונעם מלחמות, אז די גאנצע נושא פון ברענגען ראיות איז נאר איינמאל מ'האלט שוין פון די לאגיק, ווייל ווי ער זאגט זענען מקורות אליין אייביג אפען צו מערערע אינטערפערטאציעס און איז נייטראל ביז ווילאנג מ'דריקט נישט אריין קיין מיינונג דערין.

און אונזער קולטור איז זייער אנגענומען די געדאנק פון נוצן נ"ך און אגדתא'ס נאך יעדע טראגעדיע אדער פאסירונג וועלכע מיר זענען אויסן אריינצופאקן אין א פסוק, און מיר זאגן א דבר מוסר ובתוך כדי דיבור איז עס שוין אן אפענע מאמר חז"ל אדער מימרא פון בעש"ט.. און איינמאל עס איז שוין גע'לעיבל'ד אלס 'קלארע' בעש"ט איז דאך שוין די געדאנק שטאנדהאפטיג און אומיונירט אנקעגן יעדע קריטיק.. (-ווער האט דען די העזה זיך צו קריגן מיט א בפירוש'ע בעש"ט?!)

איך האב עס באמערקט שטערקער היינט בליקענדיג אין 'מנהג ישראל תורה' (- גראדע א געוואלדיגע ליקוט..) איבער די נושא פון לערנען חכמות חצוניים מיט קינדער, ברענגט ער א לאנגע לשון פון די חת"ס אין ב"ב (כא.) וועלכע איז פארשטייט זיך שארף דערקעגן, אבער דאן גייט ער ווייטער אז עס דאך ממילא ידוע אז אלע חכמות ליגן אין די תורה און מיטן לערנען ווי עס דארף צו זיין קען מען אטאמאטיש צוקומען דערצו, אזויווי די רמב"ן (בהקדמתו עה"ת) זאגט שוין אז אלע חכמות האט משה רבינו אריינגעלייגט אין די תורה א.א.וו.
וועלכע איז א קלאסישע דוגמא פון א דאגמע וועלכע ווערט נאר שטערקער און שטערקער מיט יעדע פרישע 'מקור' און מעשה וואס מ'אנדעקט
דער רמב"ם זאגט דאך שוין אז אלע חכמות האבן די גוים גע'גנב'ט פון די אידן.
שלמה המלך האט זיכער אלעס געקענט נאר פון די תורה (- בבחינת וילך משה..).
דער גר"א איז געווען א גאון אין מאטעמאטיק - נאר פון די תורה שטייטצעך.
דער חזו"א האט געקענט מאכן מח אפעראציעס - אפשר גאר אטאם באמבעס אויך - נאר פון די תורה..
און אזוי גייט די ליסטע, ווי יעדע מעשה פילט אן א צווייטע לאך אין די טעאריע - איגנארירנדיג די פאלאסי פון יעדע באזונדער - און די טעאריע וואקסט מיט קאנפידענס, ביז עס ווערט אן עיקר ביהדות..

עס זענען דא אסאך דגמאות, סיי מער קאנטראווערסיאלע און סיי מער קריאזע. ודי בזה.


אויף ריווערס שפילט זיך אויך אפ אן ענליכע קייט רעאקציע אזויווי ארויסגעברענגט אויבן, ווי מיט יעדע דאגמע וואס צופאלט קומט מיט די זויל אויף וואס עס האלט זיך - וועלכע ברענגט שוין מיט זיך נאך א דאגמע און יענעם'ס אנלאנער...
ווען מ'ווערט געוואר אז די וועלט איז 'אפשר' מער ווי 6000 יאר, צושפאלט זיך 'אביסל' דעם מאמר פון שיטה אלפי שנה הוי עלמא, וועלכע 'ברענגט אריין' די מחשבה'לע פון אן אלטערנאטיוו פיוטשור, וועלכע 'פירט צו' פרעגן איבער די גאנצע סמכות פון חז"ל בענייני אמונה ודעות... חד גדיא חד גדיא!
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1145
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

Re: פון וויסן פאקטן ביז אפיקורסת ממש...

שליחה דורך טמיר »

אזוי גייט עס אין איסלאם.
די קוראן איז הייליג פון הימל > ממילא אלעס וואס שטייט דארט איז טיפע דברי חכמה > אזאלכע דברי חכמה מוז זיין פון הימל...

דאס איז זייער עיקר הוכחה אויף די קוראן. אין פאקט, די קוראן אליין שרייבט דאס אלץ די הוכחה צי זיך
Say, "If mankind and the jinn gathered in order to produce the like of this Quran, they could not produce the like of it, even if they were to each other assistants."-(Quran 17:88)
וואס איז יא אינטערעסאנט איז אז די קוראן האט שוין געהאט אזא טיפע פארשטאנד אין סייקאליגי אסאך פאר @אלפא איז געבוירן. דאס מאכט מיך פייגלעך אין קאפ אז אפשר די קוראן איז יא עפעס דיוויין :lol:
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

Re: פון וויסן פאקטן ביז אפיקורסת ממש...

שליחה דורך אלפא »

טמיר האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 03, 2024 6:02 pm אזוי גייט עס אין איסלאם.
די קוראן איז הייליג פון הימל > ממילא אלעס וואס שטייט דארט איז טיפע דברי חכמה > אזאלכע דברי חכמה מוז זיין פון הימל...

דאס איז זייער עיקר הוכחה אויף די קוראן. אין פאקט, די קוראן אליין שרייבט דאס אלץ די הוכחה צי זיך
Say, "If mankind and the jinn gathered in order to produce the like of this Quran, they could not produce the like of it, even if they were to each other assistants."-(Quran 17:88)
וואס איז יא אינטערעסאנט איז אז די קוראן האט שוין געהאט אזא טיפע פארשטאנד אין סייקאליגי אסאך פאר @אלפא איז געבוירן. דאס מאכט מיך פייגלעך אין קאפ אז אפשר די קוראן איז יא עפעס דיוויין :lol:
כאטש שטייט עס קלאר ארויסגעשריבן... :D
איך רעד פון זאכן וואס מ'זעט נאר א פראדזשעקשאן אין די טעקסט און נישט די אמת'ע געדאנק וואס מ'קלעימט צו שטיין...
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
חדשים
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2022 10:46 pm
האט שוין געלייקט: 946 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

Re: פון וויסן פאקטן ביז אפיקורסת ממש...

שליחה דורך חדשים »

לפי זה פארשטייט מען זייער גוט די פילצאליגע מאל אין ש”ס וואס די גמרא ברענגט א ראיה וואס איז געבויעט אויף א ”מאי לאו” אז עס רעדט זיך אזוי און אזוי. איך געדענק נאך ווי אין חדר איז מיר שווער געווען אויף די הו”א, פארוואס האט ער געמיינט אז עס רעדט זיך פון אזא דוחק, און עס זאל נאך זיין א ראיה גאר? די אפ-פרעג איז דאך אזוי פשוט. לפי דברי אלפא שטימט עס גוט. די גאנצע ראיה איז דאך נאר אריינגעטייטשט לויט זיין פרי-פאזיציע.
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

Re: פון וויסן פאקטן ביז אפיקורסת ממש...

שליחה דורך אלפא »

חדשים האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 12:42 am לפי זה פארשטייט מען זייער גוט די פילצאליגע מאל אין ש”ס וואס די גמרא ברענגט א ראיה וואס איז געבויעט אויף א ”מאי לאו” אז עס רעדט זיך אזוי און אזוי. איך געדענק נאך ווי אין חדר איז מיר שווער געווען אויף די הו”א, פארוואס האט ער געמיינט אז עס רעדט זיך פון אזא דוחק, און עס זאל נאך זיין א ראיה גאר? די אפ-פרעג איז דאך אזוי פשוט. לפי דברי אלפא שטימט עס גוט. די גאנצע ראיה איז דאך נאר אריינגעטייטשט לויט זיין פרי-פאזיציע.
דאנ'ט געט מי סטארטעד מיט חז"ל... דור דור ודורשיו איז א גוטע מראה מקום מיין איך.
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: פון וויסן פאקטן ביז אפיקורסת ממש...

שליחה דורך berlbalaguleh »

טמיר האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 03, 2024 6:02 pm אזוי גייט עס אין איסלאם.
די קוראן איז הייליג פון הימל > ממילא אלעס וואס שטייט דארט איז טיפע דברי חכמה > אזאלכע דברי חכמה מוז זיין פון הימל...

דאס איז זייער עיקר הוכחה אויף די קוראן. אין פאקט, די קוראן אליין שרייבט דאס אלץ די הוכחה צי זיך
Say, "If mankind and the jinn gathered in order to produce the like of this Quran, they could not produce the like of it, even if they were to each other assistants."-(Quran 17:88)
וואס איז יא אינטערעסאנט איז אז די קוראן האט שוין געהאט אזא טיפע פארשטאנד אין סייקאליגי אסאך פאר @אלפא איז געבוירן. דאס מאכט מיך פייגלעך אין קאפ אז אפשר די קוראן איז יא עפעס דיוויין :lol:
טמיר: ביטע בארואיג די פייגעלעך אין דיין קאפ. איך דארף נישט ליינען דעם קוראן צו זעהן וואספארא דברי חכמה ס'שטייט דארט. אויסער רציחה און בלוט פארגיסונג. געב א קוק אויף די פירות.

אויב דו זוכסט דוקא דברי חכמה אין פרעמדע פעלדער (אויסער, להבדיל אלף אלפי הבדלות די דברי חז"ל). דאן זוך ביי די אלטע כינעזער שריפטן. זיי רעדן טאקע פון קעצלעך און אנדערע באשעפענישן. אבער זיי רופן נישט צו רציחה און בלוט פארגיסונג. ביי די כינעזער, ווי די דברי חכמה פון קאנפוציוס איז נישט פארהאן קיין מצווה פון "דזשיהאד".
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

Re: פון וויסן פאקטן ביז אפיקורסת ממש...

שליחה דורך סקעפטיקער »

בילד
סבא דבהתא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 173
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 28, 2022 11:12 pm
געפינט זיך: ברעזוב
האט שוין געלייקט: 174 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 195 מאל

Re: פון וויסן פאקטן ביז אפיקורסת ממש...

שליחה דורך סבא דבהתא »

סייענס איז נישט קיין פארמאכטע זאך עס דעוועלאפט זיך במשך די יארן, וואס מ’איז געווען זיכער פאר הונדערט פראצענט 200 יאר צוריק ווייסט מען שוין היינט אז ס’נישט מוכרח אדער גאר ס’איז מוכרח פארקערט. אין איין ווארט סייענס איז א ’דעוועלאפינג’ פענאמענע וואס לכאורא גייט זיך עס קיינמאל נישט ענדיגן דעפיניטיוולי.

משא”כ די תורה איז בבחינת פונקט פארקערט, ווי פריער צוריק איז מער געווען די אמתע דעת תורה הברורה און ווי ווייטער די יארן לויפן ווערט די אמתדיגע דברי תורה מער און מער נעדרת.

ממילא זעה איך בכלל נישט פארוואס א מענטש זאל באדערן קשיות מיט סתירות צווישן סייענס און תורה סך הכל איז פון וואס דו זעהסט פאר זיך יעצט פאר דיינע אויגן לויט ווי סייענס האלט נאך יעצט און לויט ווי די האלטסט זאגט די תורה שטימט עס נישט, אקעי, ס’מיינט פשוט אז דו האסט נאך אסאך ארבעט צו טוהן אויף ביידע פראנטן.

ס’דא אפי אן ארטאדאקסישע שומר תורה ומצות וואס איז א פראפעסער אין בייב”ל קריטיסיז”ם אין א יוניווערסיטעט וואס פאר אים באדערט בכלל נישט די סתירה פון די אלע זאכן וואס ער טיטשט און טיט.
באניצער אוואטאר
דיכטער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 288
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 13, 2023 8:50 pm
האט שוין געלייקט: 730 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1527 מאל

Re: פון וויסן פאקטן ביז אפיקורסת ממש...

שליחה דורך דיכטער »

@אלפא דיינע ווערטער זענען פערל!
איך וויל צולייגן מיינע געדאנקען מיט דיין ערלויבעניש.

איך וויל דורכטוהן עטליכע געדאנקען איינס ביי איינס.
קודם, דאס אז חז״ל צו אפילו דער תורה, זאל האבן א סייענטיפישע ווערד איז זייער לעכערליך צו זאגן און איך זע נישט אז עס פאדערט זיך איבערהויפט אזא פראקלעמאציע פון א אידישע שטאנדפונקט. סייענס לחוד און רעליגיע לחוד. דער איינציגסטע געמיינזאמע אייגנשאפט וואס זיי ביידע טראגן איז אז ביידע זענען דא צו באדינען דער מענטשהייט. און אין א געוויסע זין קען מען זאגן אז וואוסנשאפט דינט היינט אין פלאץ פון די אמאליגע רעליגיעס.

א. וואס איז דאס ״אמת״?
מיר ווערן ערצויגן מיט דעם אז פון אלע זיבן/אכט ביליאן מענטשן וועלכע באזיצן דעם ערד-קוגל, זענען מיר די איינציגסטע וועלכע האבן זוכה געווען צו אנערקענען דעם ״אמת״ און אלע אנדערע בירגער פונעם וועלט זענען נעבעך פארזינקען אין הוילע פוסטענישן. מיט א ניכטערע בליק קען מען דאס פרובירן צו צענעמען. אמת מוז נישט מיינען אז עס עקזיסטירט בלויז איין אמת אויפן וועלט, עס וואלט געווען ריכטיגער צו זאגן אז יעדער מענטש זאל זיך האלטן צו וואס ער האלט איז אמת אין זיינע אויגן. דאס אז מיר ווערן אנגעזאגט אז אונזער וועג איז דער איינציגסטע אמת איז, ווייל פאר אונז איז דאס ווירקליך דער איינציגסטע אמת וואס איז פארהאן. נישט אז מען האט אונז ״איינגענארט״ נאר עס איז אזוי ווי א מיליטער וואס יעדער איינהייט האט זיך זיין באזונדערע אויפגאבע אינעם ארמיי, יעדער פאר זיך קען מיט רעכט זאגן אז איך בין דער אמת, דאס איז בלויז א פראקטיק אויף צו האלטן יעדעם וואו ער באלאנגט.

ב. שכר ועונש
וואס געשעהט צו איינער וואס פייפט אויף דער גאנצע געביידע און טוהט זיך וואס זיין הארץ באגערט? קען מען איהם דען סטראשען מיט עפעס? וועט ער אמאל דארפן ליידן די קאנסעקווענסן פון זיינע באשלוסן? לכאורה איז עס אפען פאר דעבאטע און אין דעם ווענדט זיך אויך נישט די גופי תורה. דער תורה זאגט אליין אז דער אויסוואל איז אפען, א מענטש האט א בחירה און קיינער קען עס נישט פון איהם אפטוהן.

טאמער איינער וויל זיין אן ערליכע איד, מוז עס שטאמען פון דעם אז אפגעזען וואס וואוסנשאפט אדער סיי וועלכע דרויסנדיגע קוואל זאגט, האט ער באשלאסן אז פאר זיין אייגענע וואוילזיין פירט ער זיין לעבן אזוי. עס איז פאר איהם דאס בעסטער וואס איז מעגליך. ער קען נישט ערווארטן אז אלע זאלן מיט גיין מיט איהם, אז יעדער טעאריע אדער דאקטאראט זאל זיין אין איינקלאנג מיט זיין באשלוס. אזוי אויך קען ער נישט ערווארטן אייביגע שכר און צייטלאזע פארגענוגן אין אויסטויש פאר זיין ״מסירות נפש״, ער טוהט קיינעם צוליב, אויסער איהם זעלבסט.

פרעגט זיך בלויז דער פראגע, פארוואס זאל א רעכט-דענקיגע מענטש זיך וועלן (מלשון בחירה) א לעבן פון רעליגיעזע געבונדענקייט איבער סעקולערע פרייהייט? א לעגיטימע פראגע און טאקע הן הן גופי תורה, אין דעם ווענדט זיך עס.


איך פרוביר עס צו צוגלייכן צו א שפיל.
ווען א גרופע פון מענטשן שפילט צוזאמען א שפיל און פלוצלונג קומט איינער און טוהט עפעס קעגן די געזעצן פון דאס שפיל, קען מען איהם דען אפירהאלטן? וואס וועט שוין זיין? האט ער פארלעצט א געזעץ, איז וואס? נאר דער גרופע האט זיך צוזאמען גענומען אין א בונד זיך צו האלטן צו געוויסע געזעצן און אויפפירונגען און לויט זיי שפילן דאס שפיל און אזוי ארום ארויסנעמען דאס מאקסימום געשמאק פון דער ערפארונג. אז דו ווילסט נישט איז נישט, דארפסט וועגן דעם, נאכנישט צעווארפן אלע קארטלעך און שרייען און אפשפעטן דאס שפיל.
פארשפארט