איך קען נישט אזוי גוט ראביי YY מיט זיין 'שפה' ווי דו רופסט עס, איך דארף נישט מער ווי צו זען די אויגן זיינע אין דעם קליפ...לעקיש בעער האט געשריבן: ↑מוצ"ש דעצעמבער 30, 2023 6:53 pm איך ווייס נישט וואס די גאנצע געדריי איז
הרב יאקבזון האט נישט געזאגט מען דארף פיינט האבן נטורי קרתא כידוע שאין זה שפה שלו כלל וכלל
ער האט סך הכל געזאגט I will be very surprised if they are Jewish
ער האט זיך מסביר גיווען אידן זענען רחמנים ביישנים גומלי חסדים די ג׳ מידות טובות יש בעם היהודי אפי׳ מצד זייער נפש הבהמית
ביי נטורי קרתא זעו מען נישט קיין ריינס פון די סימנים כידוע און מען זעט נאר די פארקערטע האט ער געזאגט I will be very surprised if they are Jewish
בנוגע דעיס וואס די פותח האשכול האט געפרעגט לגבי מחללי שבתות
ליידער איז דא אזא זאך מענטשן האבן א יצר הרע א נפש הבהמית אדער אנדערע עבירות מענטשן האבן נסיונות
אבער קיין מבאיש זיין כלל ישראל בשעת עס גיסט זיך יודיש בלוט און קייממאל אפי׳ נישט בטעות פארדאמען די שוידערליכע רציחות וואספארא נסיון איז ד״א אויף דעים א יוד אפי׳ מצד זיין נפש הבהמית איז נישט עלול צו טון אזעלכע זאכן כמבואר בתניא פרק א׳
כהאב נישט קיין ספק אז די מענטשן וואלטן געגאנגן גיבן ספארט פאר היטלער אני מתיר את בשרכם
בנוגע ג' סימנים, דו קענסט בכלל פון די נאנט איין נטורי קרתא אז דו שרייסט? אדער דו סטעריאטייפסט לויט די אקציעס וואס דו זעסט אויפן סקרין? איך קען אסאך פון זיי פון דער נאנט, איך קען מעיד זיין (אויף ווי ווייט איך בין ביי דיר נאמן..) אז זיי האבן אלע דריי! קיין פליג קענען זיי נישט טשעפענען (די וואס איך קען..) זיי זענען זייער איידל און באשיידן, און טוען בכלליות אסאך חסד...
האלטן אז ציוניזם איז א סכנה פאר כלל ישראל און האט צוגעפירט אז ווילדע חיות זאלן הרג'נען אידן OCT 7, איז נישט בהחלט קיין אנדייטונג אויף ווייניג רחמנות, ניטאמאל דאס רחמנות האבן אויף טויזענטער אומשילדיגע פאלעסטינע איז.. (נישט אז איך שטום צו, איך ברענג נאר ארויס די פוינט...)
רעדן פאר די מידיע (-די איינצעלנע וואס רעדן שוין) איז אויך נישט ווייניגער ביישנות ווי הענגען פאוסטערס אדער שרייען ביי פרא-איזראעל ראליס..
גומלי חסדים - זע איך נישט ווי דו 'זעסט נישט', האבט פראבירט צו קוקן? YY'ס גמילות חסדים קענסטו יא? איך פרעג נאר..
פארשטייט זיך חילול שבת/נבילה/עריות זענען געבינדען מיט נסיונות. אבער פארוואס נאר מצדיק זיין די לינקע זייט פונעם ספעקטרום? פארוואס זענען רעכטע-איידיאלאגישע נסיונות נישט ווערד קיין לימוד זכות? תניא פרק א' צייכנסטו צו?! (איך האב צופעליג נישט געכאפט וואס דו זעסט דארט..) אבער פרק ל' קענסטו אויך?
מבאיש זיין כלל ישראל? דאס איז דאך וואס איך ברענג ארויס, יעדער מיט זיין 'כלל ישראל' און מיט זיין 'הבאשה'! ביי איינעם זענען נ"ק מבאיש כ"י און שטיצן רציחה, און ביי א צווייטן זענען ציונים מבאיש, און רצח'נען בפועל ממש, וואס די איינציגסטע קאנטער מהלך איז אויסצושרייען אומצוויידייטיגע קעגנערשאפט...