לעיקוואד האט געשריבן:[tag]נהורא נפישא[/tag], די נקודה פון די א"ג יחידישע מוסדות האט מען ארומגעט'ענעט מערערע מאל אין שטיבל. אבער איך מיין אז בנידו"ד איז נישט קיין נפק"מ, אפילו זאל מען אננעמען אז א מוסד קען זיך פירען גענצליך ווי א פריוואטע ביזנעס, איז לכאורה ווען א טאטע שרייבט איין זיין זון אין ישיבה אויף א זמן איז דאס ווי א קאנטרעט צווישען עם און די ישיבה, און די ישיבה קען עס נישט סתם צוברעכן ווען עס געפעלט זיי.
[tag]לעיקוואד[/tag] איך קען נאך אלץ נישט כאפן גענוי דיין נקודה, צו איז עס דאס וואס ארויסווארפן א בחור איז ממש דיני נפשות, וואס די תוצאות דערפון קען זיין שרעקליך אויף וואס דער מנהל איז פאראנטווארטליך, אבער למשל אז די ישיבה מאכט זיכער אים צו טרעפן א פאסיקע אטמאספערע וועסטו זיין צופרידן צו איז עס פשוט א מקח וממכר שאלה פון ברעכן א קאנטראקט, און דער בחור מעג זיך אייביג עקשנ'ן אז ער וויל דוקא בלייבן אין דיע ישיבה און מוז נישט מסכים זיין אים צוצושטעלן מער א פאסיקע פלאץ, צו עס א קאמבענאציע פון ביידן, היות ווען א טאטע געט אריין א קינד אין ישיבה ווערט געמאכט א קאנטראקט אז דער בחור דארף דא ווערן מחונך, אויסגלייכן די מידות, איינפלאנצן א חרדישע השקפה, מאכן אים פאר א ת"ח וכדומה, און ווען דער בחור פאלט דורך, לאמיר זאגן אז די בחור פירט זיך נישט אויף חרדיש און איז משפיע אויף די חברים אויף אן אופן אז זיי וועלן טיילווייז אוועקווארפן זייערע חרדישע השקפה, האלסטו אז די ישיבה איז שולדיג מיט דעם וואס זיי זענען דורכגעפאלן מיט דעם חינוך פונעם בחור, און זיי מוזן יעצט ליידן די קאנסעקווענצן, און אפילו דאס וועט זיין אין קעגנזאץ צו רוב עלטערן פון די ישיבה ?
לאמיר פרעגן א פערזענליכע שאלה לאמיר זאגן אז דו געסט אריין א בחור אין ישיבה, פארשטייט זיך א ישיבה וואס דו האלסט קען זיין די מערסטע פאסיק פאר דיין זון, און למעשה ביסטו צופרידן אז דיין בחור'ל לערנט, און איז פארשטענדליך, גייט אויף גאנץ גלייכע רעלסן, דערנאך קומט א בחור אין ישיבה און דרייט א קאפ מיט מאדנע השקפות, לאמיר זאגן לב טהור השקפות אדער נטורי קרתא וכדומה, האלסטו אז די ישיבה דארף זיך יעצט ספראווען מיט דעם פראבלעם וואס זיי קענען נישט טרעפן א לעזונג ?