די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

נייעס און פאסירונגען אין הויפן
פארשפארט
עמרם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 780
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
האט שוין געלייקט: 328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך עמרם »

@מיסטעריע ממש א מחי' !
גיי אהן ! שרייב נאך !

איין הערה נאר, פארוואס האבן די אידן נישט געקענט אנגרייטן א קוויטל ערב יום כיפור, און עס ערגעץ באהאלטן אין די סקווירא שיל, און קומען נאך די דאווענען אין סאטמאר עס געבן פאר די סקווירער ?
מיסטעריע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 02, 2017 12:35 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 408 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך מיסטעריע »

עמרם האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 11:42 am @מיסטעריע ממש א מחי' !
גיי אהן ! שרייב נאך !

איין הערה נאר, פארוואס האבן די אידן נישט געקענט אנגרייטן א קוויטל ערב יום כיפור, און עס ערגעץ באהאלטן אין די סקווירא שיל, און קומען נאך די דאווענען אין סאטמאר עס געבן פאר די סקווירער ?
קודם כל א קשיא אויף א מעשה! און בכלל מענטשן קומען נאכן זמן, מ'לויפט אין שוהל, ס'שוין כמעט כי פנה ערב, מ'טאר שוין באלד נישט טראגן, דער איד יאגט זיך זיך געפערליך צום סאטמערער כל נדרי דרשה, טאקע גענוג וויכטיג צו געבן א קוויטל פארן סקווערן צדיק, אבער נישט אזוי וויכטיג צו האלטן דעם קאפ אויפן פלאץ

והשנית, איך בין זיכער אז ס'זענען געווען אידן וואס האבן איבערגעלאזט זייערע קוויטלעך ביי אנדערע מתפללים וואס זענען פארבליבן דארטן, אגב ווער ס'קען די געווארדיע ווי איך וועל בל"נ ממשיך זיין, וועט למפרע פארשטיין אז אזעלכע אפציעס וואלט שוין נישט געקענט שפעטער אין שטעטל, למשל מ'האט אליין געדארפט קומען, זאל זיין ערב פסח מצות וכדו', אבער איך גלייב שווער אז זיי האבן געווארנט די מתפללים נישט צו נעמען קיין קוויטלעך פון אנדערע, נאך אלעם איז עס געווען א כיטרע קלוגע פלאן, און וואס וואלט געווען ווען ס'בלייבט קיינער נישט פאר א קוויטל, נאר סאטמערער כל נדרי דרשה וואלט געווען וויכטיגער, וואלטן זיי געארבעט אויף די אנדערע פלענער, וואס ויי געשריבן האבן זיי געהאט אנדערע בליציגע פלענער וואס זיי האבן געארבעט דערויף.
מיסטעריע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 02, 2017 12:35 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 408 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך מיסטעריע »

נחום הסופר האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 9:04 am מי זה ח.ב.?
הרה"ח ר' חיים בערגער, איך האלט גראדע זייער שטארק פון איהם, ווי איך וועל נאך שפעטער שרייבן, ער האט באמת געמיינט דעם רבין, איך האב אויפגעמערקט א שטארקע נקודה צוריק קוקענדיג פון די גאנצע קהילה איז ער געווען "דער איינציגסטער" וואס איז נישט רייך געווארן אדער אפילו בעלבאטיש אויפן חשבון פון סקווירא, ער האט עס אמת'דיג געמיינט.

הלא דבר הוא, איך וויל נישט אריין גיין אין קיין אריכות איצטער, איך וואלט אדורך געטוהן די געווארדיע זייער פערזענליכע לעבן אין זייער עסקנות'דיגע לעבן, ס'עפעס מורא'דיג אינטרעסאנט, איך גלייב שווער צו ס'איז געווען א חסידות וואס האט געהאט אזאנס, אפשר איינצעלנע, למשל רעבעצין אלטע פייגא האט אין פערזענליכע לעבן געפירט א געפערליכע פרשת רויזא'לע, און עסקנות'דיגע לעבן, האט זי געפירט א חסד אימפעריע שאין בדומה לה, (צופעליג פארקערט ווי אין סקווירא, ווי דער עסקנות'דיגע לעבן פון די עסקנים זענען געווען די רשעות ווערסוס די פערזענליכע לעבן).

טראנע האט אויך געטוהן אסאך חסד, סיי אינדערהיים אין ראמעניא און שפעטער דאהי, אפילו ביז ארץ ישראל איז געווען מצודתה פרוסה, למשל בית לפליטות האט זי געהאט א שטארקע האנט דערינען, אבער סקווירא פונקט ווי סאטמאר האבן שוין כמה פעמים איבערצייגט פאר די וועלט, אז חסד מיט רשעות איז בכלל נישט קיין סתירה!!!!!
מיסטעריע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 02, 2017 12:35 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 408 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך מיסטעריע »

הגאון הצדיק האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 1:20 am
מיסטעריע האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 12:56 am
זעהר שיין אראפגעלייגט
טאקע א חלק פון די זאכן האב איך שוין געוויסט פון פריער אבער דא איז עס שיין אראפ געשריבן אין מסודר
אגב האסט זייער שיין באשריבן די אונגארישע אידן אבער די גאליצינע אידן האסטו בכלל נישט אנגערורט
אויף א חלק פון די גאלציענע האב איך געהרט (בשם/פון זייערע איינקלעך וואס זענען נאכאלץ דארט - אשר במסתרים תבכה נפשם און זיי בארעדן די קליין סקווער'ע קעפ וואס נישט דא מיט וועם צו האנדלן דארט און האבן מורא אפ צולאזן די פלאץ ווייל ווער ווייסט וואס גייט מען זיי מאכן) אז זייערע זיידעס זענען געקומען צום דערפל טאקע פאר דעם כלומר'שטע סיבה זיין אפגעשיידט פון גאס מען גייט בויען א אידישע דערפעל זייערע זיידעס זענען געווען גאר חניוק'ישע אידן און דאס האט גערעדט צו זיי בפרט אז א צדיק עומד בראש
די גאליציאנער אידן זענען געווען געאייגענט פאר דעם פלאץ, צוליב זייענדיג חסידישע אידן ממקורם, די זעלבע אויכעט די חלק אונגארישע אידן, וואס ממקורם זענען זיי געווען חסידיש, אבער די חלק אידן וואס ממקורם זענען זיי געווען יוצאי חתם סופר וכו' איז דאס געווען זייער א נייע זאך.

דעריבער כמעט אלע גאליציאנער אידן, האבן זיך טעטיג געמאכט אינעם אויפבליה פונעם שטעטל, זאל דאס זיין ש. ה. צו מ. פ. און ז. ק. דאס האט צוגעהאלפן אין זייער קאפ, אז דאס פלאץ איז זייערס, ש. ה. האט שוין גלייך איינגעזעהן אז ס'איז נישט וואס ער האט געגליכן, למעשה איז ער געבליבן מיט זיין עסקנות כל ימי חייו, זייענדיג די גזבר פון ביהמ"ד, אבער למשל מ. פ. און ז. ק. האבן זיך איבערגעדרייט און געווארן שטארק טעטיג אין גאר שטארקע חסידים, איך וואלט אפילו געזאגט געגאנגען אין פייער אפילו פארן היינטיגן רבי'ן.

אגב איז ש. ה. געווען גבאי נאך פאר י. י. א. איז אנגעקומען, ער האט אמאל פארציילט, אז די סקווערער רבי האט איהם אמאל געפרעגט רבי שלמה אפשר גיבט איהר זיך שוין אונטער... האט ער געזאגט, איך בין דער גרעסטע סקווערער חסיד וואס איז דא, דער רבי טוהט אלעס וואס זיין טאטע טוהט, און איך טוה אויך אלעס אזוי ווי מיין טאטע האט געטוהן....

בקיצור צוריק צום ענין, איך גלייב שווער אז די אלע גאליציאנער אידן האבן דאס נישט געוואלט איין מאל זיי זענען געווען דערינען, זענען זיי רובם ככולם געגאנגען אלל די וועי, זיי זענען געווען די ערשטע צו טוישן די מנהגים פון זייערע אור-עלטערן, זייענדיג חסידישע טייפ מענטשן, וואס האבן געוואלט א רבי, און די קינדער זאלן זיין נכנע צו א רבי, זייער אסאך פון די אידן, זענען זייערע חסידישע הויפן אינדערהיים חרוב געווארן נאך די מלחמה (חוץ די בעלזער קבוצה) משא"כ די אונגארישע יוצאי חתם סופר וואס זענען געווען א טייפ ווי הלכה שטייגט איבער מער ווי מנהג, האט זיך עס שווער איינגעגעבן, אזוי ווייט אז אסאך האבן אפילו צוליב דעם איבערגעלאזט דאס פלאץ.

[אגב די שטארקייט פאר מנהגים, און אז דער עולם זאל עס נאך טוהן האט אונזער רבי ז"ל געהאט א שטארקע האנט אין סעטן דעם סגנון, זייענדיג די צינור המקבל כמעיין הנובע פון זיין שווער ז"ל, דער סקווערע רבי האט אין ווילדסטן חלום זיך נישט געקענט פארשטעלן די הצלחה דאס גייט האבן, ס'וואלט דיך געקענט די זעלבע צוריק שפייען אויף די פארקערטע וועג, אזוי ווי ע.ט. האט געזאגט פאר י.י.א. ביים ארויסמופן געדענקט צו פארמאכן די לעקטער ווען דו קלאוזד שאפ, במילא דער גרויסע איידעם וואס איז געווען דער די-פאקטא רוחניות'דיגער פיהרער האט געקענט אפשאצן ביז ווי ווייט מ'קען גייןאפילו געווען א רייבעריי עטליכע מאל מיט דער ראש ישיבה רמ"ג וועגן זאגן תהלים שבת צופרי, אדער ענדערש געבן א שיעור, ווער רעדט נאך די רייבערייערן צווישן רבי משה גבאי און דער ראש ישיבה, יוש איז געגאנגען א רויעך, ס'האט גענומען גאר גאר א לאנגע צייט, (איך וואלט אפילו געזאגט דאס איז שוין געשעהן ביים היינטיגן מנהיג), וואס דער ראש ישיבה רמ"ג איז געווארן א חסיד, און ווער מיינט עטץ האט געדארפט קעיר נעמען אויב נישט דער אויבער האר וואס על פיו ישק דבר אין יעדע ענין רוחני.]

געווען אפילו חסידישע אידן וואס האבן נאר געוואלט מיט גיין למחצה לשליש ולרביע, דהיינו אויב ס'נישט קיין סתירה מיט זייערע מנהגים פון זייערע עלטערן, דער עיקר איז דאס געווען ביי די אונגערישע חסידישע טייפ, בפרט ביי יוצאי קאסאן ולמנהגי זידיטשוב, האבן די אידן געהאט אויסצושטיין, ס'כאפט א פחד!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מיסטעריע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
רוני
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 57
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 2:13 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 205 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך רוני »

מ'זאגט אז די גרעסטע מופת פון סקווער איז דאס בויען א קאמוניסטישע שטעטל אין די דעמאקראטישע אמעריקא..
יחסן_גדול
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 55
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 4:31 pm
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך יחסן_גדול »

@מיסטעריע, דערציילט נאר וואס איז פארגעגאנגען איין יאר שמיני עצרת ביינאכט ווען עס האט געגאסן אינדרויסן, וואס האט דער רבי זצ״ל געטוהן פאר׳ן כבוד פונעם שווער זצ״ל.
מיסטעריע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 02, 2017 12:35 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 408 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך מיסטעריע »

יחסן_גדול האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 5:25 pm @מיסטעריע, דערציילט נאר וואס איז פארגעגאנגען איין יאר שמיני עצרת ביינאכט ווען עס האט געגאסן אינדרויסן, וואס האט דער רבי זצ״ל געטוהן פאר׳ן כבוד פונעם שווער זצ״ל.
פון דעם רעדט איך דאך, ער האט געהאט א חלק אינעם גאנצן שניט וויאזוי די חסידות זאל אויפגעבויט ווערן, און גראדע דאס האט מיר צוריקגעהאלטן פון שרייבן לטב ולמוטב, ווייל צו מיר פערזענליך צוזאמען מיט דער עולם אין דעם אשכול איז ער געווען זייער הייליג, אבער פון א בני יואלישע בליק, דארף מען זיך האלטן אביעקטיוו און אומפארטייאיש, און איך האב געפילט דער עולם דא וועט נישט וועלן הערן די חלקים, ווי ער האט געהאט א חלק אין...... שוין זאל נישט אויסגערעדט זיין.

בקיצור דער רבי זצ"ל איז פערזענליך געגאנגען צום ישיבה ווי איינער האט געגעסן, אנשרייען און מוחה זיין פארן נישט עסן אין די סוכה, ס'דעמאלס געווען עפעס א לשון וואס האט זיך ארומגעדרייט צווישן די חסידים, אז דער שווער האט עס זייער פארדראסן, און זיך אויסגעדריקט אויף דעם איד, ער וויל זיך נישט מצרף זיין צו אונז.
נחום הסופר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 349
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 13, 2018 1:04 pm
האט שוין געלייקט: 246 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 396 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך נחום הסופר »

שרייב יא, און שרייב אלעס, זיי נישט א כובש נבואתו...
יחסן_גדול
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 55
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 4:31 pm
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך יחסן_גדול »

מיסטעריע האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 6:59 pm
יחסן_גדול האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 5:25 pm @מיסטעריע, דערציילט נאר וואס איז פארגעגאנגען איין יאר שמיני עצרת ביינאכט ווען עס האט געגאסן אינדרויסן, וואס האט דער רבי זצ״ל געטוהן פאר׳ן כבוד פונעם שווער זצ״ל.
פון דעם רעדט איך דאך, ער האט געהאט א חלק אינעם גאנצן שניט וויאזוי די חסידות זאל אויפגעבויט ווערן, און גראדע דאס האט מיר צוריקגעהאלטן פון שרייבן לטב ולמוטב, ווייל צו מיר פערזענליך צוזאמען מיט דער עולם אין דעם אשכול איז ער געווען זייער הייליג, אבער פון א בני יואלישע בליק, דארף מען זיך האלטן אביעקטיוו און אומפארטייאיש, און איך האב געפילט דער עולם דא וועט נישט וועלן הערן די חלקים, ווי ער האט געהאט א חלק אין...... שוין זאל נישט אויסגערעדט זיין.

בקיצור דער רבי זצ"ל איז פערזענליך געגאנגען צום ישיבה ווי איינער האט געגעסן, אנשרייען און מוחה זיין פארן נישט עסן אין די סוכה, ס'דעמאלס געווען עפעס א לשון וואס האט זיך ארומגעדרייט צווישן די חסידים, אז דער שווער האט עס זייער פארדראסן, און זיך אויסגעדריקט אויף דעם איד, ער וויל זיך נישט מצרף זיין צו אונז.
דאכט זיך אז עס זענען דארט געווען א גרופע בחורים וואס האבן דארט געגעסן צוליב די שטארקע רעגן, צווישן זיי א בחור וואס האט געשטאמט פון טריסק׳ער חסידים, ווען דער רבי זצ״ל האט מוחה געווען (=אראפגעשלעפט דעם טישטוך), האט זיך דער בחור אנגערופן צום רבי׳ן זצ״ל: אין טריסק האט מען נישט מקפיד געווען צו עסן אין סוכה שמע״צ ביינאכט ווען עס האט גערעגענט. (מיינענ׳דיג צו זאגן אז כמנהג אבותיו קען ער עסן אינעווייניג, נישט ווערן באנעצט אין די סוכה).
האט דער רבי אויסגעשריגן: אבער דא איז סקווירא, נישט טריסק…
מיסטעריע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 02, 2017 12:35 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 408 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך מיסטעריע »

איך הער וואס דו זאגסט, קיינמאל געהערט די דעטאלן און פרטים, איי געס מ'האט מער גערעדט וועגן די שארפע דיבורים פונעם שווער אז ער וויל זיך נישט מצרף זיין צו אונז
סוף טוב הכל טוב
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 811
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 31, 2023 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 659 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך סוף טוב הכל טוב »

יחסן_גדול האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 9:20 pm
מיסטעריע האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 6:59 pm
יחסן_גדול האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 5:25 pm @מיסטעריע, דערציילט נאר וואס איז פארגעגאנגען איין יאר שמיני עצרת ביינאכט ווען עס האט געגאסן אינדרויסן, וואס האט דער רבי זצ״ל געטוהן פאר׳ן כבוד פונעם שווער זצ״ל.
פון דעם רעדט איך דאך, ער האט געהאט א חלק אינעם גאנצן שניט וויאזוי די חסידות זאל אויפגעבויט ווערן, און גראדע דאס האט מיר צוריקגעהאלטן פון שרייבן לטב ולמוטב, ווייל צו מיר פערזענליך צוזאמען מיט דער עולם אין דעם אשכול איז ער געווען זייער הייליג, אבער פון א בני יואלישע בליק, דארף מען זיך האלטן אביעקטיוו און אומפארטייאיש, און איך האב געפילט דער עולם דא וועט נישט וועלן הערן די חלקים, ווי ער האט געהאט א חלק אין...... שוין זאל נישט אויסגערעדט זיין.

בקיצור דער רבי זצ"ל איז פערזענליך געגאנגען צום ישיבה ווי איינער האט געגעסן, אנשרייען און מוחה זיין פארן נישט עסן אין די סוכה, ס'דעמאלס געווען עפעס א לשון וואס האט זיך ארומגעדרייט צווישן די חסידים, אז דער שווער האט עס זייער פארדראסן, און זיך אויסגעדריקט אויף דעם איד, ער וויל זיך נישט מצרף זיין צו אונז.
דאכט זיך אז עס זענען דארט געווען א גרופע בחורים וואס האבן דארט געגעסן צוליב די שטארקע רעגן, צווישן זיי א בחור וואס האט געשטאמט פון טריסק׳ער חסידים, ווען דער רבי זצ״ל האט מוחה געווען (=אראפגעשלעפט דעם טישטוך), האט זיך דער בחור אנגערופן צום רבי׳ן זצ״ל: אין טריסק האט מען נישט מקפיד געווען צו עסן אין סוכה שמע״צ ביינאכט ווען עס האט גערעגענט. (מיינענ׳דיג צו זאגן אז כמנהג אבותיו קען ער עסן אינעווייניג, נישט ווערן באנעצט אין די סוכה).
האט דער רבי אויסגעשריגן: אבער דא איז סקווירא, נישט טריסק…
"אויף דעם איד" וועלכע איד, דער וואס האט געגעסן חוץ לסוכה אדער אויף דעם איידעם? כ'פארשטיי ניש פונקטליך!
מיסטעריע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 02, 2017 12:35 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 408 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך מיסטעריע »

אויף דעם אידן וואס האט געגעסן חוץ לסוכה!

אגב דאס עסן שמיני עצרת ביינאכט איז געווען פון די ערשטע עשרת הדברות, ווייל וואס איינער טוהט אין שטוב האט מען דאך נישט געקענט וויסן, אנלעס זיין בחור איז אהיימגעקומען אין איבערגעדרייט דער שטוב, אז מ'דארף זיך פירן ע"פ רבותיה"ק, און דער נייע חסיד וואס האט אקארשט ארויסגעמופט אהין, ווייסט נאך נישט וויאזוי מ'עסט דאס.... ביי איהם מיינט רבותיה"ק דער מעשי למלך פון ווייטצען ביי א צווייטען מיינט דאס דער גאלאנטער רב וכו' און ווער רעדט נאך פון די בעלזער אידן, ביי זיי איז רבותיה"ק מיטן פילן קנאק דער בעלזער רביס, און מאנכע מיינט דאס צאנזער רב און שינאווער רב וכו' ביי א דריטן איז עס קאסאן, אבער קיינער האט זיך נישט דערוואגט צו שפילן מיט די שמיני עצרת סוכה מנהג, ווייל מ'קען דאך אונטערהערן אויב ביי איהם אין סוכה איז געווען שטאק פינסטער!

גראדע די אשכנזים וואס הלכה דיקטירט צום ערשט, האבן אלע יארן במילא געגעסן אין דער סוכה, נאך אינדערהיים איז אזוי געווען דער מנהג, אבער ביי די בעלזער אידן איז דאכצעך געווען א פראבלעם ווייל דער מנהג איז געווען נישט צו עסן אין דער סוכה.

נאך א פלאץ ווי די אשכנזים האבן עס געהאט גרינגער, איז געווען מיט ג'יין א קיטל ראש השנה, וואס די אשכנזים זענען סיי ווי געגאנגען
סוף טוב הכל טוב
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 811
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 31, 2023 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 659 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך סוף טוב הכל טוב »

אגב, אין סקווירא עסט מען שמ"ע ביינאכט אפילו אז ס'גיסט?!!
אויך א גאנץ סוכות??
איז דאס א חלק פון די חסידות, אדער מ'קען זיך ווענדן צו א דיין איבער די שאלה?
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך שמעון וואלף »

מיסטעריע האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 1:43 pm
די גאליציאנער אידן זענען געווען געאייגענט פאר דעם פלאץ, צוליב זייענדיג חסידישע אידן ממקורם, די זעלבע אויכעט די חלק אונגארישע אידן, וואס ממקורם זענען זיי געווען חסידיש, אבער די חלק אידן וואס ממקורם זענען זיי געווען יוצאי חתם סופר וכו' איז דאס געווען זייער א נייע זאך.

דעריבער כמעט אלע גאליציאנער אידן, האבן זיך טעטיג געמאכט אינעם אויפבליה פונעם שטעטל, זאל דאס זיין ש. ה. צו מ. פ. און ז. ק. דאס האט צוגעהאלפן אין זייער קאפ, אז דאס פלאץ איז זייערס, ש. ה. האט שוין גלייך איינגעזעהן אז ס'איז נישט וואס ער האט געגליכן, למעשה איז ער געבליבן מיט זיין עסקנות כל ימי חייו, זייענדיג די גזבר פון ביהמ"ד, אבער למשל מ. פ. און ז. ק. האבן זיך איבערגעדרייט און געווארן שטארק טעטיג אין גאר שטארקע חסידים, איך וואלט אפילו געזאגט געגאנגען אין פייער אפילו פארן היינטיגן רבי'ן.
כבוד הרב @מיסטעריע,
ווי די פולע אנדערע ליינער באלעק איך מיך מיט יעדע ארטיקל דיינער, געשריבן מיט אזא שיינע ארגינעלקייט. איך וויל דיר נאר בעטן ארויסשרייבן די נעמען, נישט בלויז ראשי תיבות, ווייל דאס גיבט א בעסערע פיקטשער צו פארשטיין ווען מ'ווייסט פון וועם מ'רעדט. איך האב לימיטעט ידיעות אין סקווירא און דעריבער קען איך נישט אויספיגערן ווער די דערמאנט מענטשן זענען. איך וואלט אייך זייער דאנקבאר געווען טאמער קענט איר שרייבן די נעמען. כמובן, ביי א גוט שטיקל לשה"ר איז ראשי תיבות גענוג.

מ. פ. האב איך געקענט, ער איז דאך געווען די לאנגיעריגע מעיאר פון שטעטל ר' מתית פריזעל, חסיד בעלז ממקורו.
מיסטעריע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 02, 2017 12:35 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 408 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך מיסטעריע »

אקעי העמיר פראבירן די מערסטע וואס שייך, די אלע אידן זענען שוין בעלמא דקשוט, במילא דארף מען טראכטן צוויי מאל וויאזוי מ'שרייבט איבער די אידן.


איך האב נישט איבערגעקוקט געהעריג, אבער די נעמען וואס איך געדענק יעצט דערמאנען ביז אהער:

י. י. א. - ישעי' יואל אונגער

ח. ב. - חיים בערגער

מ. פ. - מתתי' פריעזעל

ש. ה. - שלמה האפפמאן

ז. ק. - זלקא קארן

רמ"ג - רבי משה גרין ז'ל

ר' משה גבאי - רבי משה שלמה ווייס

דער רב - רבי משה ניישלאס זצל

מיחידי סגולה בדורינו - רבי שלום פאללאק

דאכצעמער געקאווערד אלעס
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מיסטעריע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מיסטעריע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 02, 2017 12:35 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 408 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך מיסטעריע »

סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 11:55 pm אגב, אין סקווירא עסט מען שמ"ע ביינאכט אפילו אז ס'גיסט?!!
אויך א גאנץ סוכות??
איז דאס א חלק פון די חסידות, אדער מ'קען זיך ווענדן צו א דיין איבער די שאלה?
און סקווירא פסקנט א דיין וואס דער מנהג איז, אך און וויי טאמער פסקנט ער אנדערש, דער מנהג שטייגט איבער הלכה, יעצט דארף די דיין זיך צוקראצען פון וועלכע גניזה קעסטל ער גייט ארויסשלעפן א היתר אדער אויסארבעטן אז ס'זאל שטימען מיט די הלכה'דיגע חלק, ביים ערשטען סקווערער רב, ער האט געהייסן רבי משה ניישלאס זצ"ל, ער איז געווען גענוג פאוערפול צו קענען אמאל אמאל זאגן פארן רבין אז מ'קען שוין נישט טרינקען נאכן עלות די כוס נאכן בענטשן, אבער געווענליך איז נישטא אזאנס.

אין סקווירא וואוינט א איד, וואס איז פון די יחידי סגולה בדורינו, א גאון עולם נישט נאר אין נגלה נאר אויך אין נסתר, א איש מדוכה ביסורים, אויב איינער דארף אמאל א ישועה איז ער דער רעכטיגער אדרעס! הקיצור, די מעשה איז געווען שוין לאנג נאך מיינע יארן, דער דיין איז איז געווען אויפן שוועל צו ווערן דער צענטראלע דיין פון שטעטל, למעשה האט מען איהם אנידערגעזעצט און איהם געמאכט משנה למלך, נאר ווייל ער האט בטעות אמאל גע'פסק'נט נישט אין איינקלאנג מיט די סקווערער שלחן ערוך
מיסטעריע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 02, 2017 12:35 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 408 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך מיסטעריע »

שמעון וואלף האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2024 12:29 am
מיסטעריע האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 1:43 pm
די גאליציאנער אידן זענען געווען געאייגענט פאר דעם פלאץ, צוליב זייענדיג חסידישע אידן ממקורם, די זעלבע אויכעט די חלק אונגארישע אידן, וואס ממקורם זענען זיי געווען חסידיש, אבער די חלק אידן וואס ממקורם זענען זיי געווען יוצאי חתם סופר וכו' איז דאס געווען זייער א נייע זאך.

דעריבער כמעט אלע גאליציאנער אידן, האבן זיך טעטיג געמאכט אינעם אויפבליה פונעם שטעטל, זאל דאס זיין ש. ה. צו מ. פ. און ז. ק. דאס האט צוגעהאלפן אין זייער קאפ, אז דאס פלאץ איז זייערס, ש. ה. האט שוין גלייך איינגעזעהן אז ס'איז נישט וואס ער האט געגליכן, למעשה איז ער געבליבן מיט זיין עסקנות כל ימי חייו, זייענדיג די גזבר פון ביהמ"ד, אבער למשל מ. פ. און ז. ק. האבן זיך איבערגעדרייט און געווארן שטארק טעטיג אין גאר שטארקע חסידים, איך וואלט אפילו געזאגט געגאנגען אין פייער אפילו פארן היינטיגן רבי'ן.
כבוד הרב @מיסטעריע,
ווי די פולע אנדערע ליינער באלעק איך מיך מיט יעדע ארטיקל דיינער, געשריבן מיט אזא שיינע ארגינעלקייט. איך וויל דיר נאר בעטן ארויסשרייבן די נעמען, נישט בלויז ראשי תיבות, ווייל דאס גיבט א בעסערע פיקטשער צו פארשטיין ווען מ'ווייסט פון וועם מ'רעדט. איך האב לימיטעט ידיעות אין סקווירא און דעריבער קען איך נישט אויספיגערן ווער די דערמאנט מענטשן זענען. איך וואלט אייך זייער דאנקבאר געווען טאמער קענט איר שרייבן די נעמען. כמובן, ביי א גוט שטיקל לשה"ר איז ראשי תיבות גענוג.

מ. פ. האב איך געקענט, ער איז דאך געווען די לאנגיעריגע מעיאר פון שטעטל ר' מתית פריזעל, חסיד בעלז ממקורו.
רבי מתתי' איז געבוירן אין שטאט צאנז, זיי זענען געווען שינאווער חסידים און בעלזער חסידים אויכעט, איך ווייס טאקע נישט וויאזוי מ'האט געקענט זיין א בעלזער חסיד און פון נאך א רבי, שינאווער רב האט נישט געקעירט, ער איז געווען אסאך ברייטער פון דעם, פון זיין זייט, האב פופצן רביס
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך שמעון וואלף »

מיסטעריע האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2024 12:56 am
שמעון וואלף האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2024 12:29 am
מיסטעריע האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 1:43 pm
די גאליציאנער אידן זענען געווען געאייגענט פאר דעם פלאץ, צוליב זייענדיג חסידישע אידן ממקורם, די זעלבע אויכעט די חלק אונגארישע אידן, וואס ממקורם זענען זיי געווען חסידיש, אבער די חלק אידן וואס ממקורם זענען זיי געווען יוצאי חתם סופר וכו' איז דאס געווען זייער א נייע זאך.

דעריבער כמעט אלע גאליציאנער אידן, האבן זיך טעטיג געמאכט אינעם אויפבליה פונעם שטעטל, זאל דאס זיין ש. ה. צו מ. פ. און ז. ק. דאס האט צוגעהאלפן אין זייער קאפ, אז דאס פלאץ איז זייערס, ש. ה. האט שוין גלייך איינגעזעהן אז ס'איז נישט וואס ער האט געגליכן, למעשה איז ער געבליבן מיט זיין עסקנות כל ימי חייו, זייענדיג די גזבר פון ביהמ"ד, אבער למשל מ. פ. און ז. ק. האבן זיך איבערגעדרייט און געווארן שטארק טעטיג אין גאר שטארקע חסידים, איך וואלט אפילו געזאגט געגאנגען אין פייער אפילו פארן היינטיגן רבי'ן.
כבוד הרב @מיסטעריע,
ווי די פולע אנדערע ליינער באלעק איך מיך מיט יעדע ארטיקל דיינער, געשריבן מיט אזא שיינע ארגינעלקייט. איך וויל דיר נאר בעטן ארויסשרייבן די נעמען, נישט בלויז ראשי תיבות, ווייל דאס גיבט א בעסערע פיקטשער צו פארשטיין ווען מ'ווייסט פון וועם מ'רעדט. איך האב לימיטעט ידיעות אין סקווירא און דעריבער קען איך נישט אויספיגערן ווער די דערמאנט מענטשן זענען. איך וואלט אייך זייער דאנקבאר געווען טאמער קענט איר שרייבן די נעמען. כמובן, ביי א גוט שטיקל לשה"ר איז ראשי תיבות גענוג.

מ. פ. האב איך געקענט, ער איז דאך געווען די לאנגיעריגע מעיאר פון שטעטל ר' מתית פריזעל, חסיד בעלז ממקורו.
רבי מתתי' איז געבוירן אין שטאט צאנז, זיי זענען געווען שינאווער חסידים און בעלזער חסידים אויכעט, איך ווייס טאקע נישט וויאזוי מ'האט געקענט זיין א בעלזער חסיד און פון נאך א רבי, שינאווער רב האט נישט געקעירט, ער איז געווען אסאך ברייטער פון דעם, פון זיין זייט, האב פופצן רביס
ווארשיינליך זענען זיי געווארן בעלזע חסידים נאכ'ן פטירה פון שינאווא רב.
קידוש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 234
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 14, 2021 2:25 pm
האט שוין געלייקט: 213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 389 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך קידוש »

Wow אן אינטערעסאנטע אשכול טיף באהאלטען אונטערן שלייער פון רחמסטריווקע
עמרם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 780
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
האט שוין געלייקט: 328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך עמרם »

קידוש האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2024 1:28 am Wow אן אינטערעסאנטע אשכול טיף באהאלטען אונטערן שלייער פון רחמסטריווקע
יאפּ !!

אונז האבן נישט גע'חלומ'ט וואס קומט ....
די קעפעלע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 344
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 12:00 pm
האט שוין געלייקט: 47 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 264 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך די קעפעלע »

ר' מיסטעריא, ב"ה איהר האט פיין פארדריידט די אשכול דערוויל להנאת הציבור אנשטאטס זיך באנעמען צו די טעראר טעמא וואס ער האט אפגעליטען דארט.

אפשר איז עס בעסער אזוי, היות מען האט אנגעהויבען שרייבען נעמען פון געוויסע שוכני עפר וואס די מעשיות און התנהגות זייערע איז ווייט פון פאסיג ארויס צושרייבען ברבים איז אויב מען איז ממשיך מיט אמת'ע שקאצעריי און טעראר איז עס בכלל נישט אזוי פשוט.

מה שנוגע צו דיין ימות עולם באשרייבונג אויף הייליג שטעטל און די איידרוק פון ראחמיסטריווקא רבי ז"ל מיט די שיינע מעשיות, יא דערווייל איז נישט געווען קיין עקסטרע חידושים אדער מיסאינפארמאציא ב"ה, אבער עס פעלט א גאר וויכטיגע נקודה אין דיינע באשרייבונגען, אומאנהענגיג צו מען איז יא א חסיד אדער נישט פונעם ראחמיסטריווקא רבי ז"ל, וואס אן דעם נקודה זעהט ער אויס ווי א... אבער מיט דעם קלארקייט קען מען בפשטות אלעס וואס די האסט באשריבען קלאר פארשטיין.

הפוך בה דכולה בה
די ראחמיסטריווקא רבי איז געווען א חסיד נלהב פונעם שווער עד זיבולא בתרייתא.

די נקודה האט איבערגעוועגט אלעס אין זיין גאנצע הלוך ילך, ער האט געהאט א התבטלות צו זיין שווערס רצון און דעת עד הסוף, ער איז געווען גרייט און איז טאקע געגאנגען אין פייער פארן שווער און גארנישט האט אדער וואלט איהם געקענט אפשטעלען צו מקיים זיין די רצון פון שווער, ער האט דאס גענומען אלס זיין תפקיד אין שטעטל בחייו פונעם שווער און אפשר נאך מער לאחר מותו פילענדיג די העלעם און גרויסע חלל וואס איז איבערגעבליבען דארט אן קיינעם, ובמקום שאין אנשים השתדל להיות איש.

דאס מיינט נישט אז זיין אייגענע דעת אדער רצון האט פארנומען א פלאץ אז ער דארף אויספירן, ער איז געווען ידוע אלס א גאון אין מדות, א עניו און א שפל ברך, פאר ווער עס האט איהם געקענט, נאר ער האט עס אנגעקוקט ווי זיין שליחות, זיין תפקיד רוחני אויף די וועלט, אפילו דאס איז קעגען זיין מהות און נאטור.

ווי למשל די סוכה מעשה, ער האט קיינמאל נישט געגסען בבית אבותיו שמיני עצרת אין סוכה, נאר דאס וויל די שווער און דאס גייט מען זעהן צוצושטעלן.

ווי אויך די בעלזע קבוצה אינעם שטעטל, די מעשה מיט זייער של"ס, איז אלס געווען די שווער, ער וואלט כשלעצמו קיינמאל נישט געטוהן אזא זאך, בעלזע איז געווען ביי איהם קודש קדשים, נאר דאס געשענט נישט ביים שווער.

די ליסטע עדיגט זיך נישט, אפילו די פרשה מיט..... גלייך נאכן פטירה בנוגע די ביה"ח ווי צו באגרובען...... נישט זיך, אין נישט די טובה פונעם פארטיי, נאר וואס וואלט די שווער געוואלט, הכל עשה לכבודו.

די זעלבע מיט זיין צוגאנג צו סאטמאר רב ז"ל וואס די האסט שוין דערמאנט, ער האט פארשטאנען זיין גרויסקייט, אבער עס איז אלס ארום די נקודה די רצון וכבוד פונעם שווער וזהו.

דאס איז א סיכום אויף אלעס וואס די האסט און אפשר וועסט נאך שרייבען.
מיסטעריע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 02, 2017 12:35 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 408 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך מיסטעריע »

איך פארשטיי בכלל נישט דיין אויסבראך, ס'איז דא צוויי מהלכים צו באשרייבן די נושא, נאר נעגאטיוו אדער נאר פאזעטיוו, און דערנאך איז דא א דריטע מהלך פון שרייבן אביעקטיוו, ס'גייט ח"ו אויסקומען אז זייער אסאך מאל ביים שרייבן גייט מען נישט קענען גלייבן פארשידענע טעראר אקטן, ס'גיבט אסאך צו, אויב מען פארשטייט די יסוד היסודות, פון וואספארא מורכב די אתרוג בוים איז איינגעפלאנצן געווארן!
די קעפעלע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 344
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 12:00 pm
האט שוין געלייקט: 47 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 264 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך די קעפעלע »

די קעפעלע האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2024 11:07 am ר' מיסטעריא, ב"ה איהר האט פיין פארדריידט די אשכול דערוויל להנאת הציבור אנשטאטס זיך באנעמען צו די טעראר טעמא וואס ער האט אפגעליטען דארט.

אפשר איז עס בעסער אזוי, היות מען האט אנגעהויבען שרייבען נעמען פון געוויסע שוכני עפר וואס די מעשיות און התנהגות זייערע איז ווייט פון פאסיג ארויס צושרייבען ברבים איז אויב מען איז ממשיך מיט אמת'ע שקאצעריי און טעראר איז עס בכלל נישט אזוי פשוט.

מה שנוגע צו דיין ימות עולם באשרייבונג אויף הייליג שטעטל און די איידרוק פון ראחמיסטריווקא רבי ז"ל מיט די שיינע מעשיות, יא דערווייל איז נישט געווען קיין עקסטרע חידושים אדער מיסאינפארמאציא ב"ה, אבער עס פעלט א גאר וויכטיגע נקודה אין דיינע באשרייבונגען, אומאנהענגיג צו מען איז יא א חסיד אדער נישט פונעם ראחמיסטריווקא רבי ז"ל, וואס אן דעם נקודה זעהט ער אויס ווי א... אבער מיט דעם קלארקייט קען מען בפשטות אלעס וואס די האסט באשריבען קלאר פארשטיין.

הפוך בה דכולה בה
די ראחמיסטריווקא רבי איז געווען א חסיד נלהב פונעם שווער עד זיבולא בתרייתא.

די נקודה האט איבערגעוועגט אלעס אין זיין גאנצע הלוך ילך, ער האט געהאט א התבטלות צו זיין שווערס רצון און דעת עד הסוף, ער איז געווען גרייט און איז טאקע געגאנגען אין פייער פארן שווער און גארנישט האט אדער וואלט איהם געקענט אפשטעלען צו מקיים זיין די רצון פון שווער, ער האט דאס גענומען אלס זיין תפקיד אין שטעטל בחייו פונעם שווער און אפשר נאך מער לאחר מותו פילענדיג די העלעם און גרויסע חלל וואס איז איבערגעבליבען דארט אן קיינעם, ובמקום שאין אנשים השתדל להיות איש.

דאס מיינט נישט אז זיין אייגענע דעת אדער רצון האט פארנומען א פלאץ אז ער דארף אויספירן, ער איז געווען ידוע אלס א גאון אין מדות, א עניו און א שפל ברך, פאר ווער עס האט איהם געקענט, נאר ער האט עס אנגעקוקט ווי זיין שליחות, זיין תפקיד רוחני אויף די וועלט, אפילו דאס איז קעגען זיין מהות און נאטור.

ווי למשל די סוכה מעשה, ער האט קיינמאל נישט געגסען בבית אבותיו שמיני עצרת אין סוכה, נאר דאס וויל די שווער און דאס גייט מען זעהן צוצושטעלן.

ווי אויך די בעלזע קבוצה אינעם שטעטל, די מעשה מיט זייער של"ס, איז אלס געווען די שווער, ער וואלט כשלעצמו קיינמאל נישט געטוהן אזא זאך, בעלזע איז געווען ביי איהם קודש קדשים, נאר דאס געשענט נישט ביים שווער.

די ליסטע עדיגט זיך נישט, אפילו די פרשה מיט..... גלייך נאכן פטירה בנוגע די ביה"ח ווי צו באגרובען...... נישט זיך, אין נישט די טובה פונעם פארטיי, נאר וואס וואלט די שווער געוואלט, הכל עשה לכבודו.

די זעלבע מיט זיין צוגאנג צו סאטמאר רב ז"ל וואס די האסט שוין דערמאנט, ער האט פארשטאנען זיין גרויסקייט, אבער עס איז אלס ארום די נקודה די רצון וכבוד פונעם שווער וזהו.

דאס איז א סיכום אויף אלעס וואס די האסט און אפשר וועסט נאך שרייבען.
מיסטעריע האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2024 11:22 am איך פארשטיי בכלל נישט דיין אויסבראך, ס'איז דא צוויי מהלכים צו באשרייבן די נושא, נאר נעגאטיוו אדער נאר פאזעטיוו, און דערנאך איז דא א דריטע מהלך פון שרייבן אביעקטיוו, ס'גייט ח"ו אויסקומען אז זייער אסאך מאל ביים שרייבן גייט מען נישט קענען גלייבן פארשידענע טעראר אקטן, ס'גיבט אסאך צו, אויב מען פארשטייט די יסוד היסודות, פון וואספארא מורכב די אתרוג בוים איז איינגעפלאנצן געווארן!


הרב מיסטעריא זז"ג, איך האב בכלל נישט קיין אויסברוך אויפן פארדרייען, אדרבה די עולם איז הונגעריג צו הערן די זאפטיגע בראשית פון סקווירא און וואס זענען די באשטאנדטיילען פונעם פרימעטיבע שטעטל.

סך הכל איז לכבודו פון ראחמיסטריווקא רבי ז"ל צו מקדים זיין די נקודת הדברים מען זאל ארויס האבן זיין צוגאנג צום שטעטל און זיין פאסטן.

למשל ווען די שרייבסט די נקודות
מיסטעריע האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 8:41 pm @מענדל בתוך די אלע פרחי חסידים, איך קען ענק נישט מסביר זיין, ווי דער רבי ז"ל איז געווען "אין די קאמפעני", אונז אלע שטילע מתנגדים פון דעם זוהן דער ממלא מקום, האבן נישט איינמאל געכאפט נישט ברמז נאר שארפע דיבורים, פארן זיך נישט צושטעלן הונדערט פראצענטיג, משום גילו וויל איך נישט זאגן ביי וועלכע ענין ס'געווען, געוועזן אזוי שפעטערע יארן, ווי אינמיטן ספירה טעג תש"מ, די רבי אלס מנהל, מיט זיין פארנומענע סקעדזשול האט מיך גערופן אזוינס איינגע'טענה'ט מיט מיר, ער האט אזוי געארבעט פאר די סקווערער קאמפעני,
אדער דאס זאפטיגע
מיסטעריע האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 8:43 pm ער האט געארבעט מיט טראנע אין ישעי' אונגאר האנט ביי האנט


דאס איז נישט א דריטע מהלך פון שרייבן אביעקטיוו נאר דאס איז "מיסלידינ"ג ט"א סע"י ד"י ליעס"ט" אויב מען האט נישט ארויס ווי איך האב דערמאנט אויבן.
פארשפארט