זייער שטארק און קלאר אראפגעלייקטwhatever האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 31, 2023 1:03 am @כספי
איך ליין אין דיינע ווערטער צוויי ווייטאגן וואס דו דרייסט דיך ארום מיט, ראשית די "עול הפרנסה", עבדא בהפקירא ניחא ליה, קיינער איז נישט אינטערסירט צו ארבעט שווער, און דו בלעימסט די ארבעטן שווער אויף דעם וואס דו דארפסט אויסהאלטן א גאנצע משפחה. אבער דער אמת איז, טראכט אריין ווען דו געווינסט די לאטערי און דו דארפסט נישט ארבעטן שווער, וואלסטו נישט ענדזשויט א לייף מיט א ווייב און קינדער, ס'איז א לעבן פון (כ'על ניצן א הייליג ווארט, אבער זיי עס מגשם וויפיל דו ווילסט) משפיע זיין, וואס איז פון די געשמאקסטע זאכן. מ'קען נאך אסאך רעדן וועגן די "געשמאק" פון האבן א משפחה.
והשנית, און לכאורה והוא העיקר, איז אז דו ביסט געווארן אויפגעקלערט "נאכ'ן" חתונה, אז עס איז דא א גאנצע נייע פאן חלק אויף די וועלט, וואס איז געשמאקער ווי אלע פאן וואס דו האסט געהאט ביז יעצט, און 1) דיין ווייב און 2) דיין משפחה זענען א שטער פאר דיר אז דו זאלסט קענען ענדזוישען יענע ריזיגע פאן חלק פון די וועלט, דאס הייסט אז אפילו נניח אז ס'יא גוט חתונה צו האבן, אבער נישט מיט דעם ווייב וואס איך בין "אריינגעפאלן" מיט, זי פארשטייט נישט צו יענע פאן חלק, ממילא איז זי נאר א שטער צו דעם.
אויף דעם קען איך דיר נאר זאגן, אז איך בין אדורך אקוראט די זעלבע מחשבות/פילינגס, און עס איז נאטורליך, קומענדיג פון א פארמאכטע חסידישע סביבה, און מ'איז זייער ווייט פון די מינע פאן (אן אריינגיין צי עס איז ריכטיג אזוי, סתם די פאקט אז ס'איז אזוי), און נאכ'ן חתונה עפענט מען זיך אויף די אויגן בהכרח, ווייל דאס איז די מצוה, און שמירת עינים איז א בחור'ישע זאך, ממילא האלט מען אין איין קאמפערען מיין ווייב צו יענעם'ס, און מיין חסידישע לייף סטייל צו יענעם'ס פאן לייף סטייל, קומט ארויף אזעלכע מחשבות פון מה לי לצרה הזאת, איך וויל אויך די אלע פאן, און מיין חסידישע (פארמאכטע) ווייב שטייט מיר אין וועג!!
אבער מ'ווערט עלטער און מ'זעהט איין אז דאס לעבן איז אסאך מער וויכטיגער און טיפער ווי די אויבערפלעכליכע פאן, א גוטע געזונטע משפחה לעבן, אריינגערעכנט א אמת'ע נאנטקייט מיט די ווייב, איז עולה על כולנה און אלעס איז ווערד.
אבער ס'איז נאכאלץ דא אסאך פעלער ווי מ'וויל יא האבן דער אמת'ע קשר און ריכטיגע לעבן און זי ארבעט נישט מיט
אדער אפי' אויב יא איז אבער די ווייב'ס צוגאנג די הנאה'דיגע חלק פון לעבן, און די פרומקייט פון די ווייב שאדט פאר די קשר
עס איז למעשה א חלק פון די לעבן און א וויכטיגע חלק און קען זיין דער מחליט צווישן א עכטע נאנטע לעבן אין אלע תחומים אדער פארקערט