ברוך שפינוזה האט געשריבן: ↑מוצ"ש דעצעמבער 30, 2023 8:36 pm
סיסטעם האט געשריבן:
דאס איז ארויס מיט 5 חדשים צוריק, איז לכאורה האבן זיי דאס גע'גנב'ט
וואס איז ארויס מיט 5 חדשים צוריק? איך געדענק פון אלץ קינד עפעס א ניגון וואס האט געהאט די ערשטע פאל אלץ איינע פון די פעלער, די אנדערע פעלער האבן געהאט ווערטער "חסידיש רביש מזרחיש ליטוויש ספרדיש צוזאמען אויפאמאל טאנצט א ריקוד כלל ישראל", אדער בערך אויף אזא גאנג.
איך רעד פון דער ניגון וואס דו האסט געברענגט
אז זיי זענען בערך 5 חדשים אלט, ממילא איז דער ניגון וואס אונז קענען נישט גע’גנב’ט
ברוך שפינוזה האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 31, 2023 12:33 pm
יא, די ווידיאו איז א נייע, די ניגון איז אן אלטע פאלקס ליד כמובן. נעקסטע מאל טשעק אויס דיין IQ פאר׳ן מגיב זיין.
ברוך שפינוזה האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 31, 2023 12:33 pm
יא, די ווידיאו איז א נייע, די ניגון איז אן אלטע פאלקס ליד כמובן. נעקסטע מאל טשעק אויס דיין IQ פאר׳ן מגיב זיין.
וויס איך נישט וואס די האקסט IQ, אז די האסט נישט פארשטאנען וואס ער האט ג'שריבען דאן קלארסט דיך אוס און זאגסט גנוי ווי ער שרייבט ביפאר, דערנאך שיקסט אים פאר אינוטרזיכונגען פאר'ן IQ, איך מיין איר דארפט זיך איינהאנדלען אביסעלע EQ.
"You are not your thoughts; you are the observer of your thoughts"
רביה''ק זי''ע האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 20, 2018 7:41 pm
רבי משה לייב סאסובער פלעגט אסאך צאמקלויבן געלט פאר צדקה, איינמאל ביי א חופה פון א יתומה וואס ער האט צאמגעקליבן די געלט פאר די חתונה האבן די מוזיקאנטן געשפילט דעם הערליכן ראמענישן פאלקס ליד. ער האט אזוי ליב באקומען דעם ניגון אז ער האט געזאגט אז ער וויל אז ביי זיין לויה זאל מען עס אויך שפילן. הקיצור המעשה די מוזיקאנטן זענען אמאל געווען אונטערוועגנס און אינמיטן האבן די פערד זיך גענומען גיין פון זיך אליין און מ'האט זיי נישט געקענט אפשטעלן,זיי זענען אזוי געגאנגען און געגאנגען ביז זיי זענען אנגעקומען צו א בית הקברות זעען זיי אז מ'באגלייט א טויטן צו זיין אייביגן רוה. הערנדיג אז די נפטר איז ר' משה לייב סאסובער האבן זיי זיך דערמאנט די מעשה פון יארן פריער, און זיי האבן דארט געשפילט דעם ליד.
עכ"פ. אין וויזניץ זינגט מען זייער אן ענליך ליד, ליידער געדענק איך נאר דעם ערשטן פאל. און איך בין זיכער אז אין ראמעניע זינגט מען נאך עפעס א ווערסיע פון דעם ליד. והמלנקקים ילנקקו, ולמצוה גדולה יחשב.
נ.ב. יעצט קוקנדיג אינעם דעסקריפשן זעה איך ווי יענער פארציילט די זעלבע מעשה. .
קוק דא (אן אלטע יודיש ניגון )
וואס איז געקומען ערשט, איינער ווייסט?
מן הסתם איז דאס אן אלטע פאלקס ליד
One of the great challenges in life is knowing enough about a subject to think you're right, but not enough to know you're wrong. - Neil deGrasse Tyson
צקון לחש האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 26, 2024 4:36 pm
אלץ א העסק-קאנצערט (ישראל לאם?) ליבהאבער איז מיר געפאלן צו טרעפן אט דעם מקור צו א שיין שטיקל
דאס איז פון אן אלבום פון 2005, ברויך מען צוריקגיין זעהן ווען ישראל לעם האט אריינגעברענגט זיין HASK Theme.
One of the great challenges in life is knowing enough about a subject to think you're right, but not enough to know you're wrong. - Neil deGrasse Tyson
One of the great challenges in life is knowing enough about a subject to think you're right, but not enough to know you're wrong. - Neil deGrasse Tyson
סיסטעם האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 02, 2023 4:51 am
א חתונה אין שטעטל ישראל אדלער, אויפן האר סיי די ניגון און סיי מענדי הערשקאוויטש בענד
דודו פישר האט עס ערשט אדאפטירט
ישראל אדלער האט עס אביסל מער גע'כשר'ט און אייגנליך געבט א שכח אין זיין אלבום פאר דודו פארן עס לאזן ניצן. (כאילו ס'איז דודו'ס ניגון.)
One of the great challenges in life is knowing enough about a subject to think you're right, but not enough to know you're wrong. - Neil deGrasse Tyson
"בזה שמשתמשים במנגינה לתפילה, מעלים אותה למקום גבוה יותר", פסק להלכה הרב עובדיה, ולכן מותר להשתמש במוזיקה לתפילה אפילו בקטעים חשובים במיוחד כמו קדיש או קדושה. "כל מה שמסוגל להביא את הנפש לרמות גבוהות של התעלות כשר, ואין להקפיד אלא על תוכן המילים ששמים לנעימה," כתב הרב עובדיה בספר השאלות והתשובות "יחווה דעת", חלק ב'.
אבל הכלל הזה לא חל על מוזיקה ישראלית חילונית, שעליה מטיל הרב וטו. באותו מקום כותב הרב: "במנגינה הערבית השקטה, הנפש מתיישבת יותר עם המנגינה שעוברת בהדרגה נעימה ונשפכת בנחת ממילה למילה, מה שאין אצל המנגינות החילוניות הישראליות, שם המקצב והטונים פרועים יחסית – מטרה הפוכה בתכלית מהתפילה, המכניעה את נפש האדם המתפלל כעבד לפני קונו."
צלפחד: איך מיין פארקערט. די אונגארישע האבן עס געגנב'עט פון מיכאל.
נאך א מזל אז די "רבנים היושבים על מדון" פון האתחדות פארשטייען נישט וואס די ליריקס מיינען. אז נישט וואלט מיר שוין געהאט א קעיס פון "שמענו ותרגז בטננו". און זיי ואלטן ארויסגעקומען מיט א קול קורא און אן איסור אויף דעים סאנג. נאר ס'איז "אין איסור חל על איסור". מיכאל איז דאך שוין פון לאנג געאסר'ט דורך זיי.