עמרם האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 02, 2024 4:22 pm
אסטראלאג האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 02, 2024 3:02 pm
נאריש
איך ווייס נישט וואס דו האסט זיך אנגעטשעפעט קעגן אחינו בני ישראל דק"ק נטורי קרתא און נישט אויף די רודפים פון אלע ווינקלען פון כלל ישראל
- די מדינת הציונות , מיט אלע זייערע ארגאניזאציעס אריינגערעכנט ADL ימ"ש זענען רודפים און רוצחים.
ווען מיינע ברודער ווערן פארשעמט און דערנידערט דורך מענטשן וואס פאררופן זיך אלס היימישע אידן איז א צייט וואס מיר דארפן זיך אליין פרעגן וואו מיר האלטן אין אידישקייט!..
אחינו בני ישראל דק"ק נטורי קרתא. בראשות מהרי"ד ווייס שליט"א. אשרינו.
וואס האט דעס מיט דעס ????
אז די ציונים זענען רודפים און רוצחים, מעג מען שוין זיך צאמשטעלן מיט די ערגסטע אומה שפילה וואס ס'איז נאר דא ??
וואס בארעכטיגט דעס צי שטיצן רוצחים וואס האבן פאר זיך איין ציל צו הרג'ענען אלע אידן,
וואס בארעכטיגט דעס צי שטיצן די אלע פאגראמען אין שחיטות וואס זיי האבן שוין אפגעטאן אויף כלל ישראל???
דאס אלעס איז א הצלה פאר כלל ישראל בכל רחבי תבל.
די ציונים האבן נישט קיין רעכט זיך צו פאררופן אלס אידישע לאנד.
שטיצע פאר די ערגסטע רוצחים איז שטיצן די ציונים ימח"ש.
וויבאלד די ציוניסטישע מדינה פירט מלחמות מיט די אומות העולם, זענען מיר אידן פארפליכטעט צו אלעמירן די וועלט אז מיר האבן נישט קיין חלק דערין.
אפגעזען ווען יעדער אינדעווידועל איז בארעכטיגט צו נעמען א צד אין די ציוניסטישע פאליטיק.
נטורי קרתא:
מיר זענען די אידן! מיר פארטרעטן די תורה, און מיר וועלן באשליסן און מאכן שלום מיט די אראבישע באפעלקערונגן ארום דער וועלט, נישט די ציונים זענען בארעכטיגט זיך צו טרעפן מיט די ישמעאלים און מאכן דיעלס, שלום אפמאכן מיט use, כאילו זיי פארטרעטן די יודענטום ארום דער וועלט.
נטורי קרתא האט שוין באוויזן צו צאמברענגען אידן און שלום מאכן מיט אסאך אראבישע לענדער במשך די יארן. שלום מיט כלל ישראל. און פארזיכערט די וואוילזיין פון אידישקייט ארום דער וועלט.
שוין צעהן יאר בעפאר די ציונים האבן שלום געמאכט מיט די UAE זענען אידן געווען פולקאם פארזיכערט, נאך פון די ארבעט פון שלוחי עמך בית ישראל דנ"ק מיט די שלום צוזאמברענגונג