די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

נייעס און פאסירונגען אין הויפן
פארשפארט
נחום הסופר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 349
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 13, 2018 1:04 pm
האט שוין געלייקט: 246 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 396 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך נחום הסופר »

בענין דאס נישט גיין באזוכן נאר אויב יענער איז געקומען קודם, שמעתי פעם אז אין ליובאוויטש איז דא א סידור פון בעש"ט וואס לויט'ן יחוס קומט עפעס אויס אז דער סקווערער רבי וואלט עס געדארפט ירש'נען, און חב"ד איז געווען גרייט דאס אפצוגעבן אויב סקווערער רבי קומט עס אפנעמען ביי זייער רבי'ן, אבער היות סקווירא גייט נישט קודם באזוכן א.א.וו. איז דאס סידור געבליבן דארט.

כ'ווייס נישט אויב די מעשה איז אמת, אדרבה זאל עמיצר אויסקלארן
היימלינד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:40 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 655 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך היימלינד »

נחום הסופר האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 02, 2024 5:12 pm בענין דאס נישט גיין באזוכן נאר אויב יענער איז געקומען קודם, שמעתי פעם אז אין ליובאוויטש איז דא א סידור פון בעש"ט וואס לויט'ן יחוס קומט עפעס אויס אז דער סקווערער רבי וואלט עס געדארפט ירש'נען, און חב"ד איז געווען גרייט דאס אפצוגעבן אויב סקווערער רבי קומט עס אפנעמען ביי זייער רבי'ן, אבער היות סקווירא גייט נישט קודם באזוכן א.א.וו. איז דאס סידור געבליבן דארט.

כ'ווייס נישט אויב די מעשה איז אמת, אדרבה זאל עמיצר אויסקלארן
בכלל נישט, יש הרבה פרטים
שטריימל
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 15
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 8:55 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך שטריימל »

די סיפור איז ריכטיג אז סקווירא רבי האט עס נישט געוואלט גיין נעמען, אבער פרטי הדברים איז נישט ירושה, איז פשוט א סידור וואס איז פאר׳משכנ׳ט געווארן ביי א לויבאוויטשער חסיד, וואס האט אהין געגעבן דעם סידור צו זיין רבי׳ן און ווען סקווירא איז דאס געקומען אפנעמען איז עס שוין געווען אין חב״ד.
מענדל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 113
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 19, 2023 1:00 am
האט שוין געלייקט: 60 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 77 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך מענדל »

מיסטעריע האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 02, 2024 12:52 am היינט איז דער יארצייט פון רבי משה גבאי, אפשר אויב איינער וויל איבערנעמען און שרייבן אביסל איבער איהם, אבער איך האב נישט קיין כח.

ער וואלט אליינס געקענט זיין א רבי, ער איז געווען ממקורו אן אלכסנדר חסיד, און ער מיט די סקולענער רבי (נועם אליעזר), און דער ריבניצער זענען צוזאמען געווען א חוש המשולש פון תלמידים ביים הייליגן שטעפינעשטער זי"ע, שפעטער איז ער געווארן גבאי ביים סקווערן רבי'ן, ס'האט זיך נישט אויסגעארבעט זיינע פאפירן, איז ער נישט אנגעקומען קיין אמעריקא, ערשט יארן שפעטער, דאכצעך צוויי מאל אלס וויזיט, אדער ביי פיניע'ס בר מצוה אדער פיניע'ס חתונה, איז ער שוין פארבליבן דאהי,

אמאל האט ער זיך אונטערגעלאכט און פארציילט פארן רבין, ער הערט חיים זאנוויל (ריבניץ) נעמט קוויטלעך, האט איהם דער רבי געזאגט: משה? דו רעדסט? איך וועל דיר קנס'נען! פון היינט און ווייטער וועל איך דיר מוזן רופן "רבי" משה!! האט ער זיך אנגעהויבן מתחנן זיין, ניין ניין, נאר דאס נישט! איך וועל מער נישט רעדן!!!

(ער האט נישט געקענט דערהייבן די נייע טייפ קאמפעני-חסידות, ער איז געווען אלעס פנימיות, ער פלעגט נעמען ביים טיש שיריים דוקא נישט פון ישעי' גבאי, וועם ער האט נישט געקענט דערליידן פארן מאכן א קאמפעני, אויך האט ער געפילט ישעי' וואלט איהם געדארפט צוריקגעבן די גבאות, אויב מ'האט געוואלט מאכן סדר לדוגמא א שורה מענטשן זאלן זיך נישט שטופן ביים אריבער גיין דעם רבין גיבן לחיים, האט ער דווקא אנגעהויבן שטופן, דאס איז גראדע א נארישע דוגמא וואס איך ברענג ארויס פון איהם, אבער די סיבה פארוואס איך זאג דאס, ווייל ער האט כסדר גענומען ראמיסטריווקא רבי'ס חלה אלס שיריים, ער האט דאס געטוהן ביים אלטען רבין שוין געהאט די מנהג)
סאיז דא וואס טענהען אז רבי משה גבאי איז געווען פון דעיע וואס האבן גוואלט אז די ראמיסטריווקא רבי זאל זיין מ"מ
די קעפעלע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 344
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 12:00 pm
האט שוין געלייקט: 47 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 264 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך די קעפעלע »

מענדל האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 02, 2024 7:50 pm

איך גלייב נישט אז עס איז געווען אפילו א הוה אמינא ביי ר' משה אויף למעשה. א יעדער בר דעת האט פארשטאנען אז די רצון פון סקווירא רבי ז"ל איז אז זיין בן יחיד'ל זאל זיין די ממשיך און ממלא מקומו יהי' מה שיהי'.

עס איז גאנץ מסתבר אז טראץ די רצון פונעם צאדיק האט ר' משה נאכאלץ נישט געהאט קיין עקסטרע שטארקע הערצה צום בן יחיד, זיי זענען געווען געקנעטען פון אנדערע טייג, און עס איז קלאר אז ער האט שטארק מעריץ געווען מיט אן אויסטערלישע אהבה די ראחמיסטריווקא רבי ז"ל, זיי האבן זיך גאר גוט פארשטאנען, געווען אויף איין זייט רובא דרובא און זייער סגנון האט געהאט פארשידינע ענדליכקייטען, ווי אויך איז געווען שטארק ציווישן די צוויי א בערך'דיגע "את אשר אהבת אהבתי ואשר שנאת שנאתי" מיט די זעלבע ליסטע פון מענטשן און מהלכים וואס זיי האבן יא און נישט סובל געווען.

היימלינד האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 02, 2024 11:04 am
די קעפעלע האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2024 11:07 am ר' מיסטעריא, ב"ה איהר האט פיין פארדריידט די אשכול דערוויל להנאת הציבור אנשטאטס זיך באנעמען צו די טעראר טעמא וואס ער האט אפגעליטען דארט.

אפשר איז עס בעסער אזוי, היות מען האט אנגעהויבען שרייבען נעמען פון געוויסע שוכני עפר וואס די מעשיות און התנהגות זייערע איז ווייט פון פאסיג ארויס צושרייבען ברבים איז אויב מען איז ממשיך מיט אמת'ע שקאצעריי און טעראר איז עס בכלל נישט אזוי פשוט.

מה שנוגע צו דיין ימות עולם באשרייבונג אויף הייליג שטעטל און די איידרוק פון ראחמיסטריווקא רבי ז"ל מיט די שיינע מעשיות, יא דערווייל איז נישט געווען קיין עקסטרע חידושים אדער מיסאינפארמאציא ב"ה, אבער עס פעלט א גאר וויכטיגע נקודה אין דיינע באשרייבונגען, אומאנהענגיג צו מען איז יא א חסיד אדער נישט פונעם ראחמיסטריווקא רבי ז"ל, וואס אן דעם נקודה זעהט ער אויס ווי א... אבער מיט דעם קלארקייט קען מען בפשטות אלעס וואס די האסט באשריבען קלאר פארשטיין.

הפוך בה דכולה בה
די ראחמיסטריווקא רבי איז געווען א חסיד נלהב פונעם שווער עד זיבולא בתרייתא.

די נקודה האט איבערגעוועגט אלעס אין זיין גאנצע הלוך ילך, ער האט געהאט א התבטלות צו זיין שווערס רצון און דעת עד הסוף, ער איז געווען גרייט און איז טאקע געגאנגען אין פייער פארן שווער און גארנישט האט אדער וואלט איהם געקענט אפשטעלען צו מקיים זיין די רצון פון שווער, ער האט דאס גענומען אלס זיין תפקיד אין שטעטל בחייו פונעם שווער און אפשר נאך מער לאחר מותו פילענדיג די העלעם און גרויסע חלל וואס איז איבערגעבליבען דארט אן קיינעם, ובמקום שאין אנשים השתדל להיות איש.

דאס מיינט נישט אז זיין אייגענע דעת אדער רצון האט פארנומען א פלאץ אז ער דארף אויספירן, ער איז געווען ידוע אלס א גאון אין מדות, א עניו און א שפל ברך, פאר ווער עס האט איהם געקענט, נאר ער האט עס אנגעקוקט ווי זיין שליחות, זיין תפקיד רוחני אויף די וועלט, אפילו דאס איז קעגען זיין מהות און נאטור.

ווי למשל די סוכה מעשה, ער האט קיינמאל נישט געגסען בבית אבותיו שמיני עצרת אין סוכה, נאר דאס וויל די שווער און דאס גייט מען זעהן צוצושטעלן.

ווי אויך די בעלזע קבוצה אינעם שטעטל, די מעשה מיט זייער של"ס, איז אלס געווען די שווער, ער וואלט כשלעצמו קיינמאל נישט געטוהן אזא זאך, בעלזע איז געווען ביי איהם קודש קדשים, נאר דאס געשענט נישט ביים שווער.

די ליסטע עדיגט זיך נישט, אפילו די פרשה מיט..... גלייך נאכן פטירה בנוגע די ביה"ח ווי צו באגרובען...... נישט זיך, אין נישט די טובה פונעם פארטיי, נאר וואס וואלט די שווער געוואלט, הכל עשה לכבודו.

די זעלבע מיט זיין צוגאנג צו סאטמאר רב ז"ל וואס די האסט שוין דערמאנט, ער האט פארשטאנען זיין גרויסקייט, אבער עס איז אלס ארום די נקודה די רצון וכבוד פונעם שווער וזהו.

דאס איז א סיכום אויף אלעס וואס די האסט און אפשר וועסט נאך שרייבען.
זייער קלאר ארויסגעברענגט
אדרבא ווען ס'איז געקומען צו איהם אליין איז ער געווען שטארק קעגען די אלע מעשי שוואנצנות, ביודעי ובמכירי קאמינא מכמה פעמים בקו"פ

לגבי די סוכה מעשה דאס האב איך געהערט פון איינער וואס איז דארט געווען, און די בחור איז שפעטער געווען פון דא גאר נאנטע ביים רבין, ע"ה

אפילו די וואס זענען פארבליבען אין שטעטל וואס זענען ממונה מוח צווואשן די ציבור לטובת הפארטיי און וועלן ניצן ברבים די אויסדרוק פון ר' מיסטעריא "ראחמיסטריווקא רבי איז געשטאנען אונטער די גאנצע סקווירא דיקטאטורשאפט טעראר וכו", און אפי' די וואס האבן געכאפט דערפאר זענען באמת מודה און מסכים צום אויבענדערמאנטע נקודה אז לא זה כעומת זה, לא מיני' ולא מיקצתי'.

מיך איז גראדע גאר אינטערסאנט צו וויסן וואס פאר א שווארצע קאץ איז אריבער צווישן ר' מיסטעריא (מיטן ראחמיסטריווקא רבי ז"ל) ווי ער פארקויפט אז ער האט בייגעוואונט אין די יונגע יארן אלץ ילוד ותושב השיכון, אז ער קען זיך נישט ארויס זעהן פון זיין אזוי גערופענע שרעקליכע טראמ"ע צו מסכים זיין מיט די מציאות?
(אדער איז ער אפשר נישט דער וואס ער שילדערט זיך אלץ דא אויף ק"ש)
יצחק אייזיק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 76
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 7:59 pm
האט שוין געלייקט: 387 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 113 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך יצחק אייזיק »

כבוד הרב @מיסטעריע, איך וויל זיך באדאנקען פאר די הערליכע סחורה. אזוי אויך וויל איך זיך מצרף זיין צו די בקשה וואס אנדערע האבן שוין געבעטן, ביטע עפן א באזונדער אשכול פאר די סחורה. עס איז ממש א שאד עס זאל באגראבן ווערן דא.
[NAMELESS]

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך [NAMELESS] »

@מיסטעריע איך קוק ארויס אויף די פארזעצונג

אויב איינער קען צאמנעמען די תגובות און מאכן א pdf וואלט געווען א געוואלדיגע תועלת
מיסטעריע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 02, 2017 12:35 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 408 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך מיסטעריע »

היימלינד האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 02, 2024 5:26 pm
נחום הסופר האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 02, 2024 5:12 pm בענין דאס נישט גיין באזוכן נאר אויב יענער איז געקומען קודם, שמעתי פעם אז אין ליובאוויטש איז דא א סידור פון בעש"ט וואס לויט'ן יחוס קומט עפעס אויס אז דער סקווערער רבי וואלט עס געדארפט ירש'נען, און חב"ד איז געווען גרייט דאס אפצוגעבן אויב סקווערער רבי קומט עס אפנעמען ביי זייער רבי'ן, אבער היות סקווירא גייט נישט קודם באזוכן א.א.וו. איז דאס סידור געבליבן דארט.

כ'ווייס נישט אויב די מעשה איז אמת, אדרבה זאל עמיצר אויסקלארן
בכלל נישט, יש הרבה פרטים
לאמיר פארציילן די מעשה, ס'געווען א סקווערער חסיד וואס האט געהייסן ר' יצחק ליפסון ער איז געהייראט א אייניקל פונעם דגל מחנה אפרים, ער האט געירשנט זיין שווער וואס האט געהאט די בעל שם'ס רבינו תם תפילין און סידור, ער איז געווען זייער א פארמעגליכע איד, און ער האט געגעבן פארן סקווערן רבין דעם ר"ת תפילין בתנאי ער זאל דאס לייגן, ער האט פארשטייט זיך נישט געוואלט לייגן אזעלכע הייליגע תפילין, למעשה וויבאלד ער האט עס איהם נישט געוואלט געבן אויב גייט ער עס נישט לייגן, האט ער נישט געהאט קיין ברירה און עס געלייגט איינמאל, דאגעגן דער סידור האט ער איהם נאר "געבארגט" און ווען ער האט עס אפגענומען ביי איהם, האט ר' יצחק איהם בתוך הדברים געזאגט אז דער סיבה פארוואס ער דארף דאס יעצט, ווייל ער האט פאלוירן זיין גאנצע געלט, און ער האט פשוט נישט קיין ברירה און ער מוז עס פארקויפן, און דער סקווערער רבי האט פארשטייט זיך נישט געהאט קיין הוה אמינא פון ווי צו נעמען אפילו א איבריגע פרוטה דאס צו קויפן, אבער האט דער סקווערער רבי דאן אויסגעפירט אז ר' יצחק ליפסון האט איהם געזאגט אז ווער ס'גייט זיין דער ענדגילטיגע קונה, גיי איך מיך אויסנעמען מיט איהם, אז אויב קומט אמאל א סקווערער אייניקל און וויל עס צוריק אפקויפן דארף מען עס איהם צוריק פארקויפן.

אונזער ר' יצחק האט ארויסגעלאזט א קול אז ער האט דעם בעל שם'ס סידור צו פארקויפן, דער פריערדיגע ליובאוויטשער רבי דער ריי"ץ איז געוואויר געווארן פון דעם, און ער האט עס זייער שטארק געוואלט קויפן, ער האט אבער אויך נישט געהאט קיין געלט צו דאס אפקויפן, איז ער דאך געווען א חכם מחוכם, און ער איז געקומען צו פארן פון אטוואצק פוילן ביז קעשינוב ראמעניא און אריבער געגאנגען צו ר' יצחק ליפסון אין שטוב, און ער האט איהם פארגעשלאגן, אויב קענסטו מיר עס פארבארגן פאר א חודש צייט, און אויב ביז דעמאלס ברענג איך דיר נישט אפ דאס געלט דאן באקומסט עס צוריק און קענסט גיין עס פארקויפן ווייטער, וואס מיינט איהר האט דער ריי"ץ געטוהן, ער האט ארויסגעלייגט אן אדווערטייזמענט, אז ווער עס וויל קען קומען און קוקן דער בעשטה"ק סידור, און עס קישן, (דאכצעך דאווענען דערין האט ער נישט געלאזט) אבער מ'מוז באצאלן עטליכע זלאטעס, און פארשטייט זיך ס'געקומען א עולם גדול יעדן טאג, און נאך ווי ער האט געהאט צו באצאלן פאר דעם ר' יצחק ליפסון, און נאך אסאך פריער ווי א חודש.....

לאמיר צונעמען די מעשה, מ'האלט יעצט נאך תש"י דער ליובאוויטשער רבי רמ"מ זיצט אויפן שווער'ס בענקל, און מ'קומט צו איהם מיט א מעשה, נישט געווען קיין שום סיבה פאר ליובאוויטשער רבי דאס צו אויפצוגעבן, (איך רעדט שוין נישט אז ער איז געווען א כיטרער געשליפן קלוגער מענטש, וואס אזוי האט ער אויך געטוהן און געוואונען ביי די פרשת דידן נצח מיט זיין פלומעניק בערי גורארי, אז די אלע ספרים און ירושה פון זיין שווער איז נישט זיינס, ס'קערט פאר חב"ד, און דער רבי דאס הייסט רבי מנחם מענדל באלאנגט אויך פאר חב"ד.....) דער סקווערער רבי האט געהאט א מעשה, אבער נישט קיין שום שטר אדער א קבלת קנין וכדו', מ'קען מיט קיין מעשה נישט ארויס נעמען קיין סידור.

די גאנצע מעשה אז ער איז נישט געגאנגען צו איהם און צוליב דעם האט ער טאקע נישט באקומען דעם סידור איז א באקאנטע פיינע סקווערע געבעקס, די גאנצע טענה איז בכלל נישט ריכטיג, ווי אויסגעשמועסט פריער, און איך האב פאר ענק נייעס איך קוק דאך היינט אלעס מיט א ברייטערער בליק, (וואס זאל איך טוהן אז @קעפעלע און @היימלינד מיט נאך אנדערע האלטן איז איך קוק עס מיט א סקווערער בליק.... איך פיל נישט אז איך דארף פירן א וויכוח איבער דעם, אונז גיי מיר שוין אין צירקול'ס כ'האב מיר שוין מסביר געווען עטליכע מאל פון וועלכע ענג"ל איך קום... נאר דא קומט עס אריין, דעריבער שרייב איך עס דא וד"ל) ענק האבן איין הוה אמינא ווען דער סקווערער רבי ז"ל קען באקומען דעם סידור לויפט ער נישט אויף אלע פיהר? על אף וואס ער גייט נישט צו קיינעם נאר טאמער יענער קומט צו איהם קודם, לאמיר שוין זאגן אז אלס עקשנות'דיגע פרינציפ איז ער נאכאלס נישט געגאנגען צום לויבאוויטשער רבין, נאר אויב ער קומט צו איהם פריער, פארוואס האט ער דאס מינדעסטע נישט געטוהן, כאטשיג זאל ער אראפ שיקן א משלחת צום לויבאוויטשער רבין אדורך שמועסן דעם ענין, נאר וואס דען ער האט אליין פארשטאנען, אז ער האט נישט עפעס זאכליך אין האנט איינצומאנען, און אפילו מ'וואלט זיך מקשר געווען מיט חיים ליבערמאן דער לייבעריען פון די אוצר ספריית חב"ד, וואלט ער אויכעט נישט פארשטאנען וואס פונקטליך ווילסטו פון מיר. (וואס אונטערן טיש האט ער יא פראבירט אז דער רמ"מ זאל נישט האבן די גאנצע בעלות אויף דעם לייבערי, ער איז שטילערהייט געווען א חסיד פון דער רש"ג ביז די שוים האט זיך געזעצט, און רמ"ש האט איבערגעוואונען דאס מערהייט, האט ער אלס ווי ער האט געקענט געבן א שטיקל קיצל פאר דעם רמ"ש אבער ער האט זיך אלס געמאכט ווי ער כאפט נישט, אזוי אז אפילו שפעטער ביי בערי'ס פרשה האט ער זיך נישט געקענט ארויסשטעלן לטובתו וואס מאנכע האלטן אז ער האט געהאט א שטארקע יד און אונטערציען בערי).
מיסטעריע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 02, 2017 12:35 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 408 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך מיסטעריע »

יחסן_גדול האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 02, 2024 4:08 pm @מיסטעריע, בנוגע נישט גיין באזוכן א צווייטע רבי נאר אויב יענער איז ערשט געקומען צו איהם א באזוך, איז נישט נאר געווען פאר אלגעמיינע אדמורי״ם ורבנים, נאר אפילו פאר אנדערע טשערנאביל׳ער אדמורי״ם אויך.
לכאורה, אויב איז די סיבה צוליב די הייליגע נשמה, פארמאגט דאך יענער אדמו״ר, וואס איז אויך א בן אחר בן פונעם מאו״ע מטשערנאביל אויך די זעלבע הייליגע נשמה?
ריכטיג, אבער יענער איז נישט געווען אזוי נאנט ווי איהם אלס א דור אחר דור, במילא איז ער נישט "אזוי שטארק" הייליג ווי איהם, אזעלכע חשבונות לויפט זיי אין קאפ....

נענסטע בעל שם'סקע אייניקל, נענסטע טשערנאבלער אייניקל, וויפל מאל מ'איז א טשערנאבלער אייניקל וכו' דעריבער איז זיין נשמה די הייליגסטע וואס נאר שייך!!

איך האב אפילו א שטארקע ראיה צו מיין מיינונג, ווייל דער היינטיגער מנהיג פון ספרינג וואלי, וועט קיינמאל פאר א מיסטעיק נישט זאגן אז ער איז דער זיבעטער דור פון בעשטה"ק, ער וועט אלעמאל זאגן "דער טאטע ז"ל איז געווען די זעקסטע דור פון בעשטה"ק", דאס איז אזא סקעם פון ..... שוין איך וויל נישט ארויסזאגן פון מויל.

לאמיר עס צונעמען אויף קליין געלט, פארוואס קען ער נישט זאגן איך בין דער זיבעטער דור, ס'כמעט נישטא נאך איינער אינעם דור וואס איז אזוי נאנט ווי איהם (דאכצעך אפשר נאר איינער, אין קרוינהייטס איז דא א לויבאוויטשער איד וואס איז אויך דער זיבעטער דור) בקיצור נעה, דאס איז נישט גענוג גוט.... איך וועל דיר זאגן אז דער טאטע איז געווען דער "זעקסטער" דור, און דו הערסט אפילו נישט דער טאטע בלא בלא, אלס וואס דו הערסט איז דער דיוק "זעקסטע" דור.

נו פרעג איך דיר, בין איך נישט גערעכט מיט מיין הנחה אז אלעס האט זיך געשפילט אין קאפ, אפילו צווישן דער אנדערער טשערנאבלער אייניקלעך, בין איך אבער דער נענסטע!!!
[NAMELESS]

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך היטב שוין אן צו פארשטיין וואס סאטמער רב האט געצילט מיט די השתכחות דרך בעל שם... און פארוואס די רביים זענען אזוי געשפרינגען קעגן דעם...
סוף טוב הכל טוב
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 811
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 31, 2023 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 659 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך סוף טוב הכל טוב »

חיים הלוי האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 03, 2024 12:12 am איך היטב שוין אן צו פארשטיין וואס סאטמער רב האט געצילט מיט די השתכחות דרך בעל שם... און פארוואס די רביים זענען אזוי געשפרינגען קעגן דעם...
גוט מארגן!
מיסטעריע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 02, 2017 12:35 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 408 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך מיסטעריע »

די קעפעלע האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 02, 2024 8:33 pm
מענדל האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 02, 2024 7:50 pm
מיסטעריע האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 02, 2024 12:52 am היינט איז דער יארצייט פון רבי משה גבאי, אפשר אויב איינער וויל איבערנעמען און שרייבן אביסל איבער איהם, אבער איך האב נישט קיין כח.

ער וואלט אליינס געקענט זיין א רבי, ער איז געווען ממקורו אן אלכסנדר חסיד, און ער מיט די סקולענער רבי (נועם אליעזר), און דער ריבניצער זענען צוזאמען געווען א חוש המשולש פון תלמידים ביים הייליגן שטעפינעשטער זי"ע, שפעטער איז ער געווארן גבאי ביים סקווערן רבי'ן, ס'האט זיך נישט אויסגעארבעט זיינע פאפירן, איז ער נישט אנגעקומען קיין אמעריקא, ערשט יארן שפעטער, דאכצעך צוויי מאל אלס וויזיט, אדער ביי פיניע'ס בר מצוה אדער פיניע'ס חתונה, איז ער שוין פארבליבן דאהי,

אמאל האט ער זיך אונטערגעלאכט און פארציילט פארן רבין, ער הערט חיים זאנוויל (ריבניץ) נעמט קוויטלעך, האט איהם דער רבי געזאגט: משה? דו רעדסט? איך וועל דיר קנס'נען! פון היינט און ווייטער וועל איך דיר מוזן רופן "רבי" משה!! האט ער זיך אנגעהויבן מתחנן זיין, ניין ניין, נאר דאס נישט! איך וועל מער נישט רעדן!!!

(ער האט נישט געקענט דערהייבן די נייע טייפ קאמפעני-חסידות, ער איז געווען אלעס פנימיות, ער פלעגט נעמען ביים טיש שיריים דוקא נישט פון ישעי' גבאי, וועם ער האט נישט געקענט דערליידן פארן מאכן א קאמפעני, אויך האט ער געפילט ישעי' וואלט איהם געדארפט צוריקגעבן די גבאות, אויב מ'האט געוואלט מאכן סדר לדוגמא א שורה מענטשן זאלן זיך נישט שטופן ביים אריבער גיין דעם רבין גיבן לחיים, האט ער דווקא אנגעהויבן שטופן, דאס איז גראדע א נארישע דוגמא וואס איך ברענג ארויס פון איהם, אבער די סיבה פארוואס איך זאג דאס, ווייל ער האט כסדר גענומען ראמיסטריווקא רבי'ס חלה אלס שיריים, ער האט דאס געטוהן ביים אלטען רבין שוין געהאט די מנהג)
סאיז דא וואס טענהען אז רבי משה גבאי איז געווען פון דעיע וואס האבן גוואלט אז די ראמיסטריווקא רבי זאל זיין מ"מ

איך גלייב נישט אז עס איז געווען אפילו א הוה אמינא ביי ר' משה אויף למעשה. א יעדער בר דעת האט פארשטאנען אז די רצון פון סקווירא רבי ז"ל איז אז זיין בן יחיד'ל זאל זיין די ממשיך און ממלא מקומו יהי' מה שיהי'.

עס איז גאנץ מסתבר אז טראץ די רצון פונעם צאדיק האט ר' משה נאכאלץ נישט געהאט קיין עקסטרע שטארקע הערצה צום בן יחיד, זיי זענען געווען געקנעטען פון אנדערע טייג, און עס איז קלאר אז ער האט שטארק מעריץ געווען מיט אן אויסטערלישע אהבה די ראחמיסטריווקא רבי ז"ל, זיי האבן זיך גאר גוט פארשטאנען, געווען אויף איין זייט רובא דרובא און זייער סגנון האט געהאט פארשידינע ענדליכקייטען, ווי אויך איז געווען שטארק ציווישן די צוויי א בערך'דיגע "את אשר אהבת אהבתי ואשר שנאת שנאתי" מיט די זעלבע ליסטע פון מענטשן און מהלכים וואס זיי האבן יא און נישט סובל געווען.
דער וועלט זאגט אז צו בארשט דארף מען נישט קיין ציין, און ס'איז קלאר אז דער מין מאדעל פון ר' משה און אונזער רבין ז"ל (ראחמיסטריווקא) איז שוין א דיסקאנטיניו"ד אייטע"ם, דער פנימיות החסידות וואס איז געלאפן אין דער אדערן פון ר' משה איז דער זעלבע טייגע געקנאטן ווי דעם ראחמיסטריווקא רבין, און דער מרחק פון אונזער רבין (ראחמסטריווקא) צום היינטיגן גייסטליכן מנהיג אין ראקלענד קאונטי איז ווייטער ווי ניו יארק קיין אויסטראליע אויב נישט מער, מיט דעם אלעם האט ר' משה געהאט א געוויסע נישט ממש פאמפע דראמפע הויכע שטאקיגע פארענטשאס, אבער א שטיקל מלכות'דיגע דינאסטיע בית רבינו ווירטשאפט האט ער געהאט אין זיך וואס ער האט מיטגעברענגט פון רוזשין, (פון אלכסנדר ווייס איך פאר זיכער אז נישט.....)
מיסטעריע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 02, 2017 12:35 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 408 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך מיסטעריע »

חיים הלוי האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 03, 2024 12:12 am איך היטב שוין אן צו פארשטיין וואס סאטמער רב האט געצילט מיט די השתכחות דרך בעל שם... און פארוואס די רביים זענען אזוי געשפרינגען קעגן דעם...
ווי אזוי האט יענער געזאגט, ער זאל קומען צו מיר איך וועל עס איהם דערמאנען..... עניוועי סאטמערער רב האט געהאלטן אז דער ייטב לב ולמעלה בקודש איז יא געווען חסידות, פארוואס??

ווען מ'פרעגט ווען מיר, זאג איך ענק, חסידות על פי דרך וואס דער בעשה"ק האט געוואלט איז געבליבן אין חב"ד און סטאלין, אביסל סלאנים (בעיקר ווייסע), און אפילו דארטן איז שוין אויך נישט ווי אמאל, אונזערע קרייזן האבן מיט חסידות נישט קיין שייכות אפילו פאר א מיסטעיק, וואס אונז האב מיר, איז א חסידישע בלענד!

אין מיינע אויגן זענען אונז ריכטיגע חתם סופר אידן, ווי חיצונית האט געשפיעלט א גרויסע ראלע, און א חסידישע בלענד ווי מיר פראבירן צו אדאפטירן עטליכע קרישקעלעך פון די חסידישע אידילאגיע.

"און דאס האט אונזער רבי ממאס געווען בתכלית המיאוס" און געהאסט די אלע וואס האבן געהאלטן וויאזוי איך האלט היינט.

בנוגע "חסידישע" רבי'ס דאס איז שוין עפעס אנדערש, דאס איז יא געווען במשך הדורות וואס רבי'ס זענען געווען גרויסע בעלי מחשבה און אויסטערלישע עובדי ה' באמת וביראה וברתת ובזיעה, אונזער רבי ז"ל איז זיכער געווען אחד מקדמאי, איך בין נישט געווען דורות צוריק, און איך האב נישט קיין מעסטער איהם אפצומעסטן, אבער מיין געפיל זאגט מיר אזוי.

איינער פון די עלטערע חסידים האבן אמאל געזאגט, חסידים זענען היינטיגע (פון דעם היינטיגען דור) אבער רבי'ס ווילן זיי אמאליגע (פונעם אמאליגען דור)
מיסטעריע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 02, 2017 12:35 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 408 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך מיסטעריע »

הגאון הצדיק האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 02, 2024 3:53 pm
מיסטעריע האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 02, 2024 9:53 am הגם מ'קען דאס טשעלענדזשן, זענען די ראפשיצער / צאנזער אייניקלעך נישט געווארן רבי'ס? און ווער רעדט נאך באבוב? וואס האט זיך אויסגעשטעלט צו זיין א געהעריגע רוזשינער מלכות, אויף וואס די פאונדינ"ג פאטער"ס פון די דינאסטיעס האבן דאס ממאס געווען, אבער שוין אזוי גייט עס, אזוי ווי ס'טשערנאבעלט און רוזשינן'ט זיך אזוי צאנז'ט זיך
זיי זענען דאך טשערנאביל'ע איינקלעך אויכעט איז פון יעדע זיידע האט מען גענומען עפעס
איך האב נישט קיין פראבלעם מיט דעם "מלכות" באבוב, איך פארגין עס געזונטערהייט פאר ביידע באבוב עד שיבוא משיח צדקנו, און זיי מאכן ביידע שלום! וואס איך האב יא א שטיקל פראבלעם, מ'איז פארנומען מיט די "צאנזער זיידע" ארויף און "צאנזער זיידע" אראפ, יעדע מינוט מיט עפעס אנדערש, האלאו קריך אראפ פון בוים דו ביזט א געהעריגע פראכטפולער קעניגליכער רוזשינער רבי, און לאז דעם צאנזער זיידן אין גן עדן במנוחה, אגב דעם צאנזער זיידע'ס כח התורה קענען ענק נישט נאכמאכן, מאכט כאטשיג נאך זיין כח הצדקה, זאל קיין פרוטה נישט נעכטיגן אין ענקער באנק קאנטע ווי דער צאנזער זיידע.

אז איך האב שוין דערמאנט משיח, די רבי'ס האבן א ריזיגע פראבלעם, משיח וועט קומען און מ'וועט אויסרופן אברהם יצחק יעקב וכו' משה רבינו און אזוי ווייטער הלל הזקן רבי עקיבא רבי שמעון בן יוחאי, און שפעטער אביי ורבא וכו' און יעדער מיט די זעלבע עניוות גייט פאמעלאך צום בימת הכבוד, און פרעגט זיך ביזט זיכער מ'מיינט מיר? אפשר איז דא נאך איינער וואס האט דעם זעלבען נאמען, מ'האלט שוין ביים בעל שם טוב, און אזוי גייט מען אראפ ביז מען שרייט אויס כ"ק אדמו"ר שליט"א!!! הונדערט רבי'ס קומען צו לויפן יעדער האלט ביי זיך מ'מיינט זיכער איהם!

צווישן אונז גערעדט, ניין און ניינציג פראצענט פון די רבי'ס גייען שטיין אין די לעצטע שורה, און דער פשוט'ער אידל איינגבויגן מיט זיין קליינע סידור'ל ער וועט שטיין פארנט
[NAMELESS]

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך [NAMELESS] »

@מיסטעריע שוין די צווייטע מאל וואס דו דערמאנסט אז סאטמער רב וואס ער האט אוועק געמאכט ביי יענעם האט ער ביי זיך יא געהאלטן דערפון.
ביי גלייבן מעשיות האסטו עס דערמאנט וואס אין סאטמער איז סיפורי צדיקים באמת א שוואכע נושא איך מיין עס איז כמעט אדער בכלל דא מעשיות פארציילט דורך די רבי אז א סאטמער חסיד האט געוואלט הערן סיפורי צדיקים האט ער געמיזט קויפן קאסעטעס פון ר' יענקעלע מפשעווארסק.
דו זאגסט אז פון זיין גזע האט ער יא געהאלטן פון חסידות, אין סאטמער קאכט מען זיך בכלל נישט אין די סיגוט גזע וויפיל סאטמער אידן לערנען די ספר ייטב לב די ישמח משה איז אביסל מער ווייל עס אזי פשוט א שיין ספר... און מען רעדט בכלל נישט פאר די בחורים דערפון אויב עפעס איז עס די הייליגע צאנזער רב אבער אויך נישט עפעס ווער ווייסט וואס אלס אן עיקר וכדומה.
איך מיין אז האסט דערמאנט פון מנהגים אויך דאס איז אויך באוויסט אז סאטמער רב האט זיך בכלל נישט געהאלטן שטארק צו מנהגים לבית אבותיו אמאל יא און אמאל נישט.
עמרם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 780
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
האט שוין געלייקט: 328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך עמרם »

מיסטעריע האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 03, 2024 1:25 am
איינער פון די עלטערע חסידים האבן אמאל געזאגט, חסידים זענען היינטיגע (פון דעם היינטיגען דור) אבער רבי'ס ווילן זיי אמאליגע (פונעם אמאליגען דור)
די מעשה זאגט מען אויף די בית ישראל פון גור ,
הרה''ח המפורסם ר' אליש ענגלענדער שיחי' איז געווען א בעלזא חסיד, ווען מ'האט אויפגענומען די היינטיגע בעלזער איז ער געווען זייער נישט צופרידן, און ער איז אריין צום בית ישראל זיך אויסרעדן אז נישט דעס איז א רבי וכו' ,
ווען ער איז ארויס האט די בית ישראל זיך אנגערופן: חסידים זענען זיי היינטיגע, און רבי'ס ווילן זיי ווי אמאל
ליינען
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 9
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2023 1:56 pm

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך ליינען »

@מיסטעריע its was a pleasure to read your thinks please put more
ליינען
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 9
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2023 1:56 pm

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך ליינען »

WE WANT MORE
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך קאצקע ציקער »

וואס האלט דער עולם זאל מען עפענען א פרישע אשכול פאר הרב מיסטעריעס גאלדענע ווערק? ווייל ס'ליגט דא אין דעם אשכול וואס קיינער חולמט נישט אדער איז עס בעסער ס'ליגט דא שלא שלטא בה עין הרע...
היימלינד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:40 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 655 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך היימלינד »

עמרם האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 03, 2024 11:06 am
מיסטעריע האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 03, 2024 1:25 am
איינער פון די עלטערע חסידים האבן אמאל געזאגט, חסידים זענען היינטיגע (פון דעם היינטיגען דור) אבער רבי'ס ווילן זיי אמאליגע (פונעם אמאליגען דור)
די מעשה זאגט מען אויף די בית ישראל פון גור ,
הרה''ח המפורסם ר' אליש ענגלענדער שיחי' איז געווען א בעלזא חסיד, ווען מ'האט אויפגענומען די היינטיגע בעלזער איז ער געווען זייער נישט צופרידן, און ער איז אריין צום בית ישראל זיך אויסרעדן אז נישט דעס איז א רבי וכו' ,
ווען ער איז ארויס האט די בית ישראל זיך אנגערופן: חסידים זענען זיי היינטיגע, און רבי'ס ווילן זיי ווי אמאל
you mean Koloshitz, he nothing to do with Belz, he can in to the picture to help his brother in law
היימלינד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:40 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 655 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך היימלינד »

חיים הלוי האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 03, 2024 12:12 am איך היטב שוין אן צו פארשטיין וואס סאטמער רב האט געצילט מיט די השתכחות דרך בעל שם... און פארוואס די רביים זענען אזוי געשפרינגען קעגן דעם...
based on how Misteria is putting it, you are right, but fortunately these are not true facts its just based on his trauma of being an Hungarian Chasam Sofer Yid like he wrote later on, and ended up [like many others] in the wrong place

I can elaborate later on when I have my Yiddish back
מיסטעריע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 02, 2017 12:35 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 408 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך מיסטעריע »

חיים הלוי האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 03, 2024 1:50 am @מיסטעריע שוין די צווייטע מאל וואס דו דערמאנסט אז סאטמער רב וואס ער האט אוועק געמאכט ביי יענעם האט ער ביי זיך יא געהאלטן דערפון.
ביי גלייבן מעשיות האסטו עס דערמאנט וואס אין סאטמער איז סיפורי צדיקים באמת א שוואכע נושא איך מיין עס איז כמעט אדער בכלל דא מעשיות פארציילט דורך די רבי אז א סאטמער חסיד האט געוואלט הערן סיפורי צדיקים האט ער געמיזט קויפן קאסעטעס פון ר' יענקעלע מפשעווארסק.
דו זאגסט אז פון זיין גזע האט ער יא געהאלטן פון חסידות, אין סאטמער קאכט מען זיך בכלל נישט אין די סיגוט גזע וויפיל סאטמער אידן לערנען די ספר ייטב לב די ישמח משה איז אביסל מער ווייל עס אזי פשוט א שיין ספר... און מען רעדט בכלל נישט פאר די בחורים דערפון אויב עפעס איז עס די הייליגע צאנזער רב אבער אויך נישט עפעס ווער ווייסט וואס אלס אן עיקר וכדומה.
איך מיין אז האסט דערמאנט פון מנהגים אויך דאס איז אויך באוויסט אז סאטמער רב האט זיך בכלל נישט געהאלטן שטארק צו מנהגים לבית אבותיו אמאל יא און אמאל נישט.
איך האב שוין געשריבן פריער, אז סאטמערער רב האב איך שוין נישט געקענט, דעמאלס בין איך נאך געווען אין די סקווערע איינגעצוימטע קעסטל, אבער איך האב צוויי מעשיות פון די באיאנער רבי ז"ל, איין מאל איז דאס געווען נאכדעם וואס ער האט פארציילט א רוזשניער מעשה, וואס האט זיך געהערט אזוי ווי אלע מעשיות, בקיצור סאטמערער רב האט עס אוועקגעמאכט, האט איהם דער באיאנער רבי געענטפערט, "אבער אויף אייערע זיידעס וואלט איר געגלייבט די מעשיות", און די צווייטע מאל איז געוען טאקע ווען דער סאטמערער האט עפעס געזאגט א הפלגה אויף זיינע זיידעס, אז זיי זענען שוין צעהן אדער אכצן דורות נוטרי הברית, (צוויי גירסות פארהאנען 10 אדער 18) האט איהם דער באיאנער רבי געענטפערט, "סאטמערער רב, איך האב אויכעט געהאט זיידעס".

ביי ביידע אינצידענטן האט דער סאטמערער רב געשמייכלט און נישט געענטפערט אז איך וואלט נישט געגלייבט אזעלכע מעשיות אדער הפלגות אויף זיינע זיידעס.

איך פראביר אויף זייער אסאך מאל צו ענדיגן מיינע תגובות, מיט אזא ברייטע (אפיקורסישע?) בליק, (פארשטייט זיך נאר בדרך הלצה... איך מיין עס נישט ח"ו עכט, חס מלהזכיר צו פוגע זיין אין הייליגע צדיקים וד"ל), עניוועי א איד האט אמאל געפרעגט ער וויל זייער שטארק וויסן ווער איז געווען דער עלעפטער אדער ניינצעטער דור.... שוין א ווערטל אין ווייטער געגאנגען.

במילא פון דא האב איך גענומען מיין הנחה אז הא לן והא להו, ביי יענעם אוועקגעמאכט און ביי זיך נישט, אבער ס'מאכט אסאך סענס וואס דו זאגסט, עכ"פ געפרעדיגט האט ער זיכער נישט דאס, קען זיין בדרך אגב האט ער אמאל גערעדט פון זיינע זיידעס, נאך אלעם איז ער געווען דער שוואכסטער יחסן פון אלע רביס, ער האט פארשטייט זיך געהאט "יחוס עצמו" בלויז א קוק צו טוהן אויף זיין נאכגייער דער ברך משה איז געווען א יחסן גדול.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מיסטעריע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
פארשפארט