די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

נייעס און פאסירונגען אין הויפן
פארשפארט
היימלינד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:40 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 655 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך היימלינד »

איך האב געהערט די מעשה ביי די קאפישטיניצער אז בשעת מעשה האט ער נישט צוריק גענטפערט און לאנגע צייט שפעטער האט איהם די סאטמאר רב עפעס איבער געזאגט בשם זיין טאטען, האט די קאפישטניצער געפרעגט ווער זאגט, האט איהם די סאטמארער גענטפערט וואס הייסט איך האב דאס געהערט פון מיין הייליגען טאטע, דעמאלטס האט זיך די קאפישטיניצער אנגערופען, סאטמאר רב איך האב אויך געהאט א הייליגע טאטע
די סאטמאר רב האט מפליג געווען אז ער זיך איינגעהאלטען ביז א שעת הכושר
[NAMELESS]

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך [NAMELESS] »

מיסטעריע האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 03, 2024 1:29 pm
חיים הלוי האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 03, 2024 1:50 am @מיסטעריע שוין די צווייטע מאל וואס דו דערמאנסט אז סאטמער רב וואס ער האט אוועק געמאכט ביי יענעם האט ער ביי זיך יא געהאלטן דערפון.
ביי גלייבן מעשיות האסטו עס דערמאנט וואס אין סאטמער איז סיפורי צדיקים באמת א שוואכע נושא איך מיין עס איז כמעט אדער בכלל דא מעשיות פארציילט דורך די רבי אז א סאטמער חסיד האט געוואלט הערן סיפורי צדיקים האט ער געמיזט קויפן קאסעטעס פון ר' יענקעלע מפשעווארסק.
דו זאגסט אז פון זיין גזע האט ער יא געהאלטן פון חסידות, אין סאטמער קאכט מען זיך בכלל נישט אין די סיגוט גזע וויפיל סאטמער אידן לערנען די ספר ייטב לב די ישמח משה איז אביסל מער ווייל עס אזי פשוט א שיין ספר... און מען רעדט בכלל נישט פאר די בחורים דערפון אויב עפעס איז עס די הייליגע צאנזער רב אבער אויך נישט עפעס ווער ווייסט וואס אלס אן עיקר וכדומה.
איך מיין אז האסט דערמאנט פון מנהגים אויך דאס איז אויך באוויסט אז סאטמער רב האט זיך בכלל נישט געהאלטן שטארק צו מנהגים לבית אבותיו אמאל יא און אמאל נישט.
".

ביי ביידע אינצידענטן האט דער סאטמערער רב געשמייכלט און נישט געענטפערט אז איך וואלט נישט געגלייבט אזעלכע מעשיות אדער הפלגות אויף זיינע זיידעס.
.

במילא פון דא האב איך גענומען מיין הנחה אז הא לן והא להו, ביי יענעם אוועקגעמאכט און ביי זיך נישט, אבער ס'מאכט אסאך סענס וואס דו זאגסט, עכ"פ געפרעדיגט האט ער זיכער נישט דאס, קען זיין בדרך אגב האט ער אמאל גערעדט פון זיינע זיידעס, נאך אלעם איז ער געווען דער שוואכסטער יחסן פון אלע רביס, ער האט פארשטייט זיך געהאט "יחוס עצמו" בלויז א קוק צו טוהן אויף זיין נאכגייער דער ברך משה איז געווען א יחסן גדול.
משם ראי' טאקע ווען עס איז געווען א נושא וואס איז געווען נוגע ללבו האט ער זיך נישט אזוי צושמייכלט דוגמת בנוגע בחירות אין אר''י וכדומה
מיסטעריע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 02, 2017 12:35 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 408 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך מיסטעריע »

קאצקע ציקער האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 03, 2024 11:58 am וואס האלט דער עולם זאל מען עפענען א פרישע אשכול פאר הרב מיסטעריעס גאלדענע ווערק? ווייל ס'ליגט דא אין דעם אשכול וואס קיינער חולמט נישט אדער איז עס בעסער ס'ליגט דא שלא שלטא בה עין הרע...
פליז לאז געמאכט, ס'מיר א שטארקע פרעשור, איך בין נישט קיין שרייבער, איך טייפ זייער שווער וכו' סקען נאר גיין נעטשרו"ל, אז מ'מאכט א גאנצע אשכול וועל איך האבן נאך מער פרעשור צו שרייבן וואס קומט לכחילה נישט אהן גרינג, לאז עס אזוי און מ'וועט שרייבן ווי אזוי ס'איז.
מיסטעריע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 02, 2017 12:35 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 408 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך מיסטעריע »

היימלינד האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 03, 2024 12:08 pm
חיים הלוי האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 03, 2024 12:12 am איך היטב שוין אן צו פארשטיין וואס סאטמער רב האט געצילט מיט די השתכחות דרך בעל שם... און פארוואס די רביים זענען אזוי געשפרינגען קעגן דעם...
based on how Misteria is putting it, you are right, but fortunately these are not true facts its just based on his trauma of being an Hungarian Chasam Sofer Yid like he wrote later on, and ended up [like many others] in the wrong place

I can elaborate later on when I have my Yiddish back
ס'קוקט אויס פון דער עולם אז מ'איז שוין מיד פון דיינע פערזענליכע "פאלטשע" אטאקעס, דו האלטס אז ס'איז נישט ריכטיג, דאן קום אריין קלארער מיט דיין מיינונג, ווייז אביסל ערוואקסענקייט, נישט סתם שיסן, לכו נא ונווכחה.
היימלינד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:40 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 655 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך היימלינד »

איך האלט נישט אז איך האב דיר אטאקירט, און אויב יא בעט איך דיר שוין איבער
אויב איינער רעדט מיט העיט איז עס די, אבער אויב די האסט נישט ליב וויאזוי איך שרייב איז נישט, איך טשעק ארויס ושלום על ישראל

נאר איין מעסעדז' פאר די ליינער, איינער וואס קען נישט קיין ספאניש פארשטייט נישט ווען מען רעדט צו איהם אויף ספאניש, די זעלבע זאך איינער וואס האט נישט ארויס [נישט אז איך האב יא אינגאנצען] ווער די סקווירא רבי און זיין איידעם זענען געווען, וועט קיינמאל נישט פארשטייען די ריכטיגע זייט פון די מעשיות וואס מיסטעריע ברענגט אדער איז מרמז דערצו.
יעדער זאך שאצט מען לויט די אייגענע פערספעקטיוו - פארשטייט זיך אז דארט ווי ס'איז נישט דא קיין אגענדע, וכ"ש ווען ס'איז יא דא...

קיין חסיד פון די היינטיגע סקווירא בין איך אויכעט נישט אבער עס פעלט נישט אויס צו באשמיצען זיין טאטע ומהלכו מיט שקרים, אין בעסטען פאל קען מען זאגען "איך שטאם פון אן אנדערע מדינה און איך פארשטיי נישט זיין שפראך" און גראדע אין די נקודה האט אסאך געשטעקט די נישט נאנטקייט צווישען איהם און די סאטמאר רב ודו"ק כי קצרתי, וכשם שמצוה וכו'
מיסטעריע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 02, 2017 12:35 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 408 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך מיסטעריע »

היימלינד האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 03, 2024 2:49 pm איך האלט נישט אז איך האב דיר אטאקירט, און אויב יא בעט איך דיר שוין איבער
אויב איינער רעדט מיט העיט איז עס די, אבער אויב די האסט נישט ליב וויאזוי איך שרייב איז נישט, איך טשעק ארויס ושלום על ישראל

נאר איין מעסעדז' פאר די ליינער, איינער וואס קען נישט קיין ספאניש פארשטייט נישט ווען מען רעדט צו איהם אויף ספאניש, די זעלבע זאך איינער וואס האט נישט ארויס [נישט אז איך האב יא אינגאנצען] ווער די סקווירא רבי און זיין איידעם זענען געווען, וועט קיינמאל נישט פארשטייען די ריכטיגע זייט פון די מעשיות וואס מיסטעריע ברענגט אדער איז מרמז דערצו.
יעדער זאך שאצט מען לויט די אייגענע פערספעקטיוו - פארשטייט זיך אז דארט ווי ס'איז נישט דא קיין אגענדע, וכ"ש ווען ס'איז יא דא...

קיין חסיד פון די היינטיגע סקווירא בין איך אויכעט נישט אבער עס פעלט נישט אויס צו באשמיצען זיין טאטע ומהלכו מיט שקרים, אין בעסטען פאל קען מען זאגען "איך שטאם פון אן אנדערע מדינה און איך פארשטיי נישט זיין שפראך" און גראדע אין די נקודה האט אסאך געשטעקט די נישט נאנטקייט צווישען איהם און די סאטמאר רב ודו"ק כי קצרתי, וכשם שמצוה וכו'
איך רעדט נישט דא מיט קיין העיט, איבער'חזר'ן איינמאל און נאכאמאל אזעלכע לשונות ווי טראמא ואביזרייהו דאס איז העיט, אדער ווי איך האב עס געשריבן עטליכע בלעטער צוריק א אויסבראך.

נחזור לענינו, איך האב פארדעם מקדים געווען אז ווען מ'איז א חסיד גיבט מען א פרי-פעס אויפן רבין, און א מתנגד גיבט איהם גארנישט, קום איך אני הקטן און שרייב אראפ טרוקענע פאקטן, און פראבירט צו ציען מסקנות אינדרויסן פונעם באקס, נישט ווי דער חסיד וואס גיבט דעם פרי-פעס אויף אלעס, און נישט ווי דער מתנגד וואס מאלט אראפ ווי א..... בקיצור, וואס איך פראביר צו טוהן איז ווי פאלגענד, איך ברענג ארויס למשל א געוויסע מעשה וואס איז געווען אזוי און אזוי, און דא האב מיר פון דער זעלבע מענטש א מעשה ווי ער האט זיך אויפגעפירט פונקט להיפוך, פראביר מיר אונז צו נעמען זיינע אנדערע מעשים אדער דוגמאות וואס האבן זיך אויסגעשטעלט אזוי און אזוי, און מען אנאליזט דאס אויף א שיינעם רואיגן אויפן, (אמאל מאכט נאך אפילו א גלייכווערטל אויכעט, וואס סתם אזוי ווען מ'וואלט געעפנט א אשכול צו שרייבן אזעלכע זאכן, וואלט עס געהייסן באשמוצען - העיט וכדומה, אבער אונזער עולם האט הנאה צו הערן בשעת מ'לופטערט זיך אויס אזא בדרך אגב הערה אדער מעשה'לע וכדו'), ס'פארט דווקא נישט אויפן פארטייאישן ניווא, נישט אלס חסיד און אוודאי נישט אלס מתנגד, ווייל דעמאלס האט מען ערשט קשיות אויף ערליכע אידן, נאך אלעם הרב היימלינד ביזטו א חסיד, אבער דער גאס איז נישט, אבער מ'האט געהאלטן אז זיי זענען ערליכע אידן, וויל דאך יעדער פארשטיין די לאגיק זייערע, און מ'פראבירט צו פארשטיין יעדעם פון וועלכע פערספעקטיוו און קוק ווינקל ער איז געקומען אויף א רעספעקעטירטן רואיגן אטמאספער.

אדרבה באשולדיגסט מיר און באשמוצען דעם סקווערן רבין ז"ל און שרייבן אויף איהם שקרים... זאג מיר איין "שקר" וואס איך האב געשריבן
מיסטעריע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 02, 2017 12:35 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 408 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך מיסטעריע »

כדי לשבר את האוזן, וועל איך נאך איינמאל פראבירן צו מסביר זיין, די חילוק פון פארשידענע ניקים וואס זענען חסידים ווערסוס דער אלגעמיינע גאס. (אולי אפשר דאך וועט מיר דאסמאל יא געלונגען זיך ארויסצוברענגן קלארער...)

במשנת חב"ד איז דא א מעשה, אז דער שפאלער זיידע איז געקומען צום אלטען רבין (דער בעל התניא, אדער אין דעם אשכול דארף מען זאגן די רַב) ער זאל אונטערשרייבן אקעגן רבי נחמן ברעסלעווער, האט איהם דער בעל התניא געזאגט, "איך האב איהם פון אנפאנג נישט געהאלטן אזוי גרויס, אז איך זאל איהם שפעטער דארפן אוועקווארפן", וואס ווי באקאנט איז דער שפאלער זיידע געווען פון אנפאנג פון די שטערקסטע אנהענגער און שפעטער געווארן דער גרעסטע קעגנער.

דאס זעלביגע איז דער חילוק צווישן א חסיד און דער אלגעמיינע גאס, מ'רעדט דאך אוודאי נישט פון דער מתנגד אדער אנטי חסיד, ווייל וואס האבן מיר בכלל זיך צו מתווכח זיין מיט איהם, אבער מ'רעדט פון די אלגעמיינע גאס וואס האלט שטארק פון די ערליכע אידן, און זיי האבן קשיות, ווייל זיי האבן לכתחילה נישט געהאלטן דעם רבין אזוי גרויס ווי דעם חסיד, במילא פראבירט מען זיך אויסצושמועסן אויף א געלאסענעם וועג.
עמרם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 780
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
האט שוין געלייקט: 328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך עמרם »

מיסטעריע איך האב זייער הנאה פון די אויפן וואס די שרייבסט !
גיי אהן און שרייב ווייטער !
מאך דיך נישט ציטון פון קריטיקירער
יחסן_גדול
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 55
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 4:31 pm
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך יחסן_גדול »

@מיסטעריע, לויט דיר מעג מען דאך דא שרייבן א גלייכווערטל…
״אויב מען מעג זאגן א ווערטל״… צו דען האט דער סקווירא רבי זצ״ל נישט ממשיך געווען פון אט די הייליגע נשמות פאר זיין בן יחיד, דער היינטיגער מנהיג עדת ישורון?…
מיסטעריע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 02, 2017 12:35 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 408 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך מיסטעריע »

יחסן_גדול האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 03, 2024 4:00 pm @מיסטעריע, לויט דיר מעג מען דאך דא שרייבן א גלייכווערטל…

דו ביזט אייזן! דו נאגעלסט עס!; איך האב א גאנצע מהלך אויף דעם..... אבער דאס וועט שוין זיין נישט אינגאנצן רעספעקטפול, דעריבער האלט איך מיר צוריק, ס'איז אקעגן תקנת המקום אויכעט.

אזויפיל וועל איך דיר יא זאגן, איך האב עס דערמאנט שוין אהן צו דערמאנען פערזענליכע נעמען פון רבי'ס, אדער פערזענליכע נעמען פון חסידות, אבער דו ביזט גענוג קלוג צו פארשטיין צווישן די שורות וועמען איך מיין געוויס, (Power) כח - מאכט קאראפטירט א מענטש, וואס איך וויל נישט אריינגיין דערינען, און אהן דערמאנען קיין נעמען, זייער אסאך אדמורים, נעמען דאס מיט א מורא'דיגע ערנסטקייט, דהיינו זיי באמת האלטן נישט אז זיי זענען ראוי לאותו איצטלא, נאר ער נעמט איבער דעם טאטן'ס פלאץ, דער פראבלעם הייבט זיך אהן, ווען מ'האלט שוין אז מ'איז טאקע עפעס.

אבער דאס אמאל זעכער האלטן זיי זיך זיכער אלס מער הייליגער נשמות, סיי דער טאטע כלפי דעם זוהן, און סיי דער זוהן כלפי דעם טאטן, און ספעציעל און סקווירא, ווי ער האט געשיקט א שליח מיוחד אויסצופועלן א בן זכר, שוין, לאמיר נישט מאריך זיין מער
סוף טוב הכל טוב
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 811
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 31, 2023 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 659 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך סוף טוב הכל טוב »

מיסטעריע האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 03, 2024 4:15 pm
יחסן_גדול האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 03, 2024 4:00 pm @מיסטעריע, לויט דיר מעג מען דאך דא שרייבן א גלייכווערטל…
״אויב מען מעג זאגן א ווערטל״… צו דען האט דער סקווירא רבי זצ״ל נישט ממשיך געווען פון אט די הייליגע נשמות פאר זיין בן יחיד, דער היינטיגער מנהיג עדת ישורון?…
דו ביזט אייזן! דו נאגעלסט עס!; איך האב א גאנצע מהלך אויף דעם..... אבער דאס וועט שוין זיין נישט אינגאנצן רעספעקטפול, דעריבער האלט איך מיר צוריק, ס'איז אקעגן תקנת המקום אויכעט.

אזויפיל וועל איך דיר יא זאגן, איך האב עס דערמאנט שוין אהן צו דערמאנען פערזענליכע נעמען פון רבי'ס, אדער פערזענליכע נעמען פון חסידות, אבער דו ביזט גענוג קלוג צו פארשטיין צווישן די שורות וועמען איך מיין געוויס, (Power) כח - מאכט קאראפטירט א מענטש, וואס איך וויל נישט אריינגיין דערינען, און אהן דערמאנען קיין נעמען, זייער אסאך אדמורים, נעמען דאס מיט א מורא'דיגע ערנסטקייט, דהיינו זיי באמת האלטן נישט אז זיי זענען ראוי לאותו איצטלא, נאר ער נעמט איבער דעם טאטן'ס פלאץ, דער פראבלעם הייבט זיך אהן, ווען מ'האלט שוין אז מ'איז טאקע עפעס.

אבער דאס אמאל זעכער האלטן זיי זיך זיכער אלס מער הייליגער נשמות, סיי דער טאטע כלפי דעם זוהן, און סיי דער זוהן כלפי דעם טאטן, און ספעציעל און סקווירא, ווי ער האט געשיקט א שליח מיוחד אויסצופועלן א בן זכר, שוין, לאמיר נישט מאריך זיין מער
עס איז זייער אינטערסאנט, וואו אהין און וועם האט מען געשיקט אויספועלן א בן זכר?

דאס זענען מסתם דברים ידועים צווישן די חסידים, איז למה נגרע?
היימלינד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:40 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 655 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך היימלינד »

סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 03, 2024 5:00 pm
מיסטעריע האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 03, 2024 4:15 pm
יחסן_גדול האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 03, 2024 4:00 pm @מיסטעריע, לויט דיר מעג מען דאך דא שרייבן א גלייכווערטל…
״אויב מען מעג זאגן א ווערטל״… צו דען האט דער סקווירא רבי זצ״ל נישט ממשיך געווען פון אט די הייליגע נשמות פאר זיין בן יחיד, דער היינטיגער מנהיג עדת ישורון?…
דו ביזט אייזן! דו נאגעלסט עס!; איך האב א גאנצע מהלך אויף דעם..... אבער דאס וועט שוין זיין נישט אינגאנצן רעספעקטפול, דעריבער האלט איך מיר צוריק, ס'איז אקעגן תקנת המקום אויכעט.

אזויפיל וועל איך דיר יא זאגן, איך האב עס דערמאנט שוין אהן צו דערמאנען פערזענליכע נעמען פון רבי'ס, אדער פערזענליכע נעמען פון חסידות, אבער דו ביזט גענוג קלוג צו פארשטיין צווישן די שורות וועמען איך מיין געוויס, (Power) כח - מאכט קאראפטירט א מענטש, וואס איך וויל נישט אריינגיין דערינען, און אהן דערמאנען קיין נעמען, זייער אסאך אדמורים, נעמען דאס מיט א מורא'דיגע ערנסטקייט, דהיינו זיי באמת האלטן נישט אז זיי זענען ראוי לאותו איצטלא, נאר ער נעמט איבער דעם טאטן'ס פלאץ, דער פראבלעם הייבט זיך אהן, ווען מ'האלט שוין אז מ'איז טאקע עפעס.

אבער דאס אמאל זעכער האלטן זיי זיך זיכער אלס מער הייליגער נשמות, סיי דער טאטע כלפי דעם זוהן, און סיי דער זוהן כלפי דעם טאטן, און ספעציעל און סקווירא, ווי ער האט געשיקט א שליח מיוחד אויסצופועלן א בן זכר, שוין, לאמיר נישט מאריך זיין מער
עס איז זייער אינטערסאנט, וואו אהין און וועם האט מען געשיקט אויספועלן א בן זכר?

דאס זענען מסתם דברים ידועים צווישן די חסידים, איז למה נגרע?
ער האט געשיקט בעטן אז מנין זאל גיין צום טאטענס ציון אז ער איז כמעט 40 ועדיין אין לו בן על שמו
kolal1
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 89
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 13, 2023 3:57 pm
האט שוין געלייקט: 48 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך kolal1 »

היימלינד האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 03, 2024 5:02 pm

ווי איז די ציון
און וועלכע יאר איז דאס געווען
מענדל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 113
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 19, 2023 1:00 am
האט שוין געלייקט: 60 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 77 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך מענדל »

חיים הלוי האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 03, 2024 12:12 am איך היטב שוין אן צו פארשטיין וואס סאטמער רב האט געצילט מיט די השתכחות דרך בעל שם... און פארוואס די רביים זענען אזוי געשפרינגען קעגן דעם...
ווי גלייך אין סאטמער טוט מען נישט אלע שיגעץ שטיק על דרך בעל שם
[NAMELESS]

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך [NAMELESS] »

מענדל האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 03, 2024 8:02 pm

געוויס איז דא שגץ שטיק אבער וואס האט עס מיט די דרך בעש''ט??
מיסטעריע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 02, 2017 12:35 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 408 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך מיסטעריע »

אבער איך ווער באשולדיגט מיט העי"ט..... אתמהה
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מיסטעריע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מיסטעריע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 02, 2017 12:35 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 408 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך מיסטעריע »

kolal1 האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 03, 2024 6:44 pm
היימלינד האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 03, 2024 5:02 pm
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 03, 2024 5:00 pm
מיסטעריע האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 03, 2024 4:15 pm

דו ביזט אייזן! דו נאגעלסט עס!; איך האב א גאנצע מהלך אויף דעם..... אבער דאס וועט שוין זיין נישט אינגאנצן רעספעקטפול, דעריבער האלט איך מיר צוריק, ס'איז אקעגן תקנת המקום אויכעט.

אזויפיל וועל איך דיר יא זאגן, איך האב עס דערמאנט שוין אהן צו דערמאנען פערזענליכע נעמען פון רבי'ס, אדער פערזענליכע נעמען פון חסידות, אבער דו ביזט גענוג קלוג צו פארשטיין צווישן די שורות וועמען איך מיין געוויס, (Power) כח - מאכט קאראפטירט א מענטש, וואס איך וויל נישט אריינגיין דערינען, און אהן דערמאנען קיין נעמען, זייער אסאך אדמורים, נעמען דאס מיט א מורא'דיגע ערנסטקייט, דהיינו זיי באמת האלטן נישט אז זיי זענען ראוי לאותו איצטלא, נאר ער נעמט איבער דעם טאטן'ס פלאץ, דער פראבלעם הייבט זיך אהן, ווען מ'האלט שוין אז מ'איז טאקע עפעס.

אבער דאס אמאל זעכער האלטן זיי זיך זיכער אלס מער הייליגער נשמות, סיי דער טאטע כלפי דעם זוהן, און סיי דער זוהן כלפי דעם טאטן, און ספעציעל און סקווירא, ווי ער האט געשיקט א שליח מיוחד אויסצופועלן א בן זכר, שוין, לאמיר נישט מאריך זיין מער
עס איז זייער אינטערסאנט, וואו אהין און וועם האט מען געשיקט אויספועלן א בן זכר?

דאס זענען מסתם דברים ידועים צווישן די חסידים, איז למה נגרע?
ער האט געשיקט בעטן אז מנין זאל גיין צום טאטענס ציון אז ער איז כמעט 40 ועדיין אין לו בן על שמו
ווי איז די ציון
און וועלכע יאר איז דאס געווען
רבי דוד'ל סקווערער ליגט קיוב אוקריינע, דאס האט געדארפט זיין על פי חשבון בערך אנפאנג ת"ש, ווייל אנפאנג יאר תש"א איז ער שוין געבוירן.

די מעשה איז געווען, אז החסיד ר' חיים אייזיק (קראסניאנסקי) האט נאך דעמאלס געוואוינט אין אוקריינע, די רבי האט שוין דאן געוואוינט אין קעשינוב ראמעניא, און ער האט געשיקט א בריוו, אז ער זאל ארויסגיין צום ציון זאגן פארן טאטן אז ער האלט שוין פופצן יאר נאכן חתונה, און ער איז נאכנישט געהאלפן געווארן מיט א בן זכר, ר' חיים אייזיק האט פארציילט, ער איז נישט געגאנגען אליינס, ער האט ארויסגעשלעפט עטליכע חסידים, און ער האט פארגעליינט דאס קוויטל.

חודש אדר תרפ"ה האט ער חתונה געהאט, און דאס קינד איז געבוירן חודש תשרי תש"א, און ער האט געהייסן ר' חיים אייזיק מזכיר זיין אז ס'איז פופצן יאר נאכן חתונה, במילא על פי חשבון דארף עס אויסקומען אנפאנג יאר ת"ש בערך
מענדל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 113
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 19, 2023 1:00 am
האט שוין געלייקט: 60 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 77 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך מענדל »

חיים הלוי האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 03, 2024 8:11 pm
מענדל האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 03, 2024 8:02 pm
חיים הלוי האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 03, 2024 12:12 am איך היטב שוין אן צו פארשטיין וואס סאטמער רב האט געצילט מיט די השתכחות דרך בעל שם... און פארוואס די רביים זענען אזוי געשפרינגען קעגן דעם...
ווי גלייך אין סאטמער טוט מען נישט אלע שיגעץ שטיק על דרך בעל שם
געוויס איז דא שגץ שטיק אבער וואס האט עס מיט די דרך בעש''ט??
נאר על דרך שקצים ???
[NAMELESS]

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך [NAMELESS] »

מענדל האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 03, 2024 8:22 pm

אוודאי, וואס דען? איך מיין אז מען האט קיינמאל פארשלייערט אין סאטמער שגץ שטיק אלס דרך חסידות אדער אז עס איז אויסגעהאלטן על פי תורה
אמאהלגעקעננט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 181
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 11, 2023 10:18 pm
האט שוין געלייקט: 88 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 85 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך אמאהלגעקעננט »

חיים הלוי האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 03, 2024 8:49 pm
מענדל האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 03, 2024 8:22 pm
חיים הלוי האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 03, 2024 8:11 pm
מענדל האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 03, 2024 8:02 pm
ווי גלייך אין סאטמער טוט מען נישט אלע שיגעץ שטיק על דרך בעל שם
געוויס איז דא שגץ שטיק אבער וואס האט עס מיט די דרך בעש''ט??
נאר על דרך שקצים ???
אוודאי, וואס דען? איך מיין אז מען האט קיינמאל פארשלייערט אין סאטמער שגץ שטיק אלס דרך חסידות אדער אז עס איז אויסגעהאלטן על פי תורה
והוא פשוט!
מענדל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 113
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 19, 2023 1:00 am
האט שוין געלייקט: 60 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 77 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך מענדל »

חיים הלוי האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 03, 2024 8:49 pm
מענדל האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 03, 2024 8:22 pm
חיים הלוי האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 03, 2024 8:11 pm
מענדל האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 03, 2024 8:02 pm
ווי גלייך אין סאטמער טוט מען נישט אלע שיגעץ שטיק על דרך בעל שם
געוויס איז דא שגץ שטיק אבער וואס האט עס מיט די דרך בעש''ט??
נאר על דרך שקצים ???
אוודאי, וואס דען? איך מיין אז מען האט קיינמאל פארשלייערט אין סאטמער שגץ שטיק אלס דרך חסידות אדער אז עס איז אויסגעהאלטן על פי תורה
הייסט אין סאטמאר איז נשתכח גווארען די דרך ה'
יחסן_גדול
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 55
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 4:31 pm
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך יחסן_גדול »

רבותי, דאס איז א ראחמיסטריווקא אשכול, וואו קומט דא אריין סאטמאר?
די קעפעלע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 344
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 12:00 pm
האט שוין געלייקט: 47 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 264 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך די קעפעלע »

מיסטעריע האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 1:19 pm
די קעפעלע האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 12:40 pm
די קעפעלע האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 12:16 pm
מיסטעריע האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 12:30 am

ס'דערקענט זיך אז דו ביזט פון די היינטיגע, אונז עלטערע דור האבן געהאט בוחר געווען דוקא פארקערט פון דיין גאנצע הסבר וואס דו גיבסט דא, ווי איך האב שוין כמה פעמים געשריבן, פאר דעם וואלט מען שוין געקענט בלייבן אין סקווירא, די טיעפע פינטעלע פון ראחמיסטריווקא וואס איז די פנימיות אהן קיין פאמפע איז שוין דערנאך, און דאס האב איך כמה פעמים ארויסגעברענגט, א פירמע ווי אלע פירמעס, נישטא וואס צו שטאלצירן מער, און נאכמער ס'האט נישט גענוג פלייש וואס זאל קענען צושטעלן די אלע מעלות וואס א חאסידיק פעקטארי טוהט סופלייען, די עסטעבלישמענט אפילו פאר די פטירה איז נאכנישט געווען אזוי רייף, על אחת כמה וכמה איצטער וואס דער לעכטיגער שיין האט זיך אפגעטוהן פונעם עולם השפל
נישט קלאר וואס די האסט פראבירט ארויס צונעמען פון מיינע ווערטער. אויב האסטו געליינט בכלל די צוויי תגובות אויף וואס איך בין מגיב?
איך וויס אויך נישט וואס די ווילסט ארויס ברענגען בכלל מיט דיין תגובה?

אז ראחמיסטריווקא רבי איז געווען עפעס גאר אנדערש און העכער פון די מנהיגי דורינו, איז ווער דינגט זיך מיט דעם?

אדער אז די ביסט גאר אנטלאפן פון סקווערי און געגאנגען קיין ראחמיסטריווקא? גלייבט זיך שווער היות עס איז כמעט נישט דא קיין מנין אידען וואס האבן דאס מצליח געווען צו טוהן, כידוע לכל וואס עס איז דארט פארגעגאנגען פארן האבן עטוואס שייכות מיטן שרעקליכען חטא
כמעט די אלע סקווערע אנגעווייטעגטע און אנטלאפענע זענען געבלבען שטעקן ערגעץ ווי אינמיטן וועג ארויס (א היפש פאר אין מאנסי) אדער זענען זיי גאר געבליבען אינעוויניג פארשפארט אינעם הייליגען שיכון אונטער די אייזערנע גראטעס, אבער נישט אין ראחמיסטריווקא.
דאס איז סתם ליגענט, אזוי ווי נאך פילע אנדערע פאלטשע אינפארמאציע, ראחמיסטריווקא איז ליידער יארן לאנג געלאפן אויף א ליניע פון העיט-פיינטשאפט אקעגן סקווירא, און ליידער האט די מאשין פארקויפט לאקשן, אין די נייע דור, צוגעקומענע פרחי חסידים פון שערי יושר מיט אנדערע ישיבות וכו' האבן אלעס געקויפט, לכאורה נישטא אויף דעם פלאטפארמע צו אפשר בכלל אין ראחמיסטריווקא וואס קענען די גאנצע אמת'ע היסטאריע ווי מיר, ווי איך האב שוין געשריבן קוק איך מיך אהן ווי די בני יואל פון ראחמיסטריווקא......

די גאנצע נישט וועלן מהר"י איז נאר ווייל ער האט דעם פלעק אז ער איז א איידעם אין סקווירא, איך האב שוין געשריבן כמה פעמים אז ביי מיר זענען זיי אלע אייניג, אין די סיבה פארוואס ער קעניש מצליח זיין, אפילו זאל ער גיין קיין ווערן רבי אין בויבעריק, וועט ער אויך נישט האבן קיין חסידים, ס'איז דא א איינגעווארצעלטע שנאה אקעגן אלס זיין שייכות קיין סקווירא.
פון ווי קומט דעס?
פארשפארט