אינדיווידואליזם ווס קאלעקטיוויזם. די מעלות פון אונזער קולטור

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 806
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3757 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2547 מאל

אינדיווידואליזם ווס קאלעקטיוויזם. די מעלות פון אונזער קולטור

שליחה דורך אלפא »

מיר לעבן היינט אין הייפער אינדיווידואליסטיק סאסייעטיס - וואו רעכטן, פרידאם, אטאנאמיע, א.א.וו פארנעמען א הויפט ראלע, און אלעס דרייט זיך ארום דעם יחיד מיט זיינע גליסטונגען און געברויכן.

איבעריג צו זאגן אז מענטשהייט איז נישט אנגעקומען דערצו איבער נאכט. עס איז געווען א פראצעדור פון טויזענטער יארן, הונדערטע שלאכטן, צענדליגע הייפאטעזיעס, און פילע דורכגעפאלענע פראוון, וועלכע האבן קאלמענעטעד אין מחשיב זיין דעם יחיד איבער אלעם - שאפענדיג א נייע עפאכע אינעם סדר הדורות מיט פרישע אינאוואציעס און נייע געדאנקען צום היסטארישן טישל...

אלעס פארט א מחי', אבער ערגעץ אין א קליין ווינקל געפינט זיך א הייפעלע פון מענטשן וועלכע מיט אייזענע צוואנגען ווילן זיך נישט אפלאזן פון די מער טראדיציאנאלע לעבנסשטייגער אין וואו די צורך פון די רבים - דאס קאלעקטיוו - איז מער חשוב. א בינטעלע פארצייטישע געדאנקען, א פארשטויבט זעקעלע פון הנחות, און אן אומבויגזאמע גייסט - איז וועלכע האלט זיי פארבינדן. נישט סתם פארבינדן, עס איז זאגאר א העכערן בונד מיט געטליכקייט און העכערקייט געשמאלצן. פארגעלטע כתבים שטייגט ביי זיי איבער דאס נאריש שכל'ע, דאס געפיל פון דערהויבנקייט צוברעקלט יעדעס ביסל זעלבסטקייט, און די הארציגע ליכט מיט וואס דעם רייכן עבר שיינט אריין ווערט נישט פארלאשן דורך די פארטריקענטע ווינטן פונעם ארום...
יא. דאס זענען מיר דעם עם הנבחר!

עס איז בכלל נישט לייכט איינצוגעבן דאס יחידיות פארן ברייטערן ציל. בפרט ווען ווער זאגט אז עס דינט טאקע א ציל?!
נישט קענען קוקן רעאליטעט אין פנים איז נישט גרינג.
נישט קענען גיין אנגעטון וויאזוי מ'באגערט קען באדערן.
האבן א לעבן וואס מ'וואלט זיך נישט געוואונטשן, און אן אומגליקליך מערידזש איז פיינפול.
לעבן אין טפשות און אין אנטי-אינטעלעקטואליזם איז א פחד.
ווערן קאנטראלירט און זיך פילן ווי אונטער מאזוכיסטן איז אפט מאל א גיהנום.
און דאס איז א ברייט בארימטע נושא דא אין שטיבל וויפיל מ'קען זיך אלץ צאמליידן פון געבוירן ווערן אין דעם סיסטעם - יעדער OTD קומט זיך מיט זיין פעקל וואס ער האט קוים מיט צרות דורכגעשוויצט. והדברים עתיקין.

איך וויל אבער יא אביסל דיפענדן דעם צד - נעמען די נישט אזוי פאפולערן שטעלונג. און ארויסברענגען די מעלות פון קאלעקטיוויזם איבער אינדיווידואליזם, טאקע נישט קיין חידושים, אבער האפענטליך א דערמאנער פאר ווען עס פילט זיך אביסל גע'טרעפ'ט (אביסל איז שוין מרומז אין די תשובות צו @כספי'ס ארטיקל איבער מערידזש).


אינדיווידואליזם איז ביסודו געבויט אויף די מאראל טעאריע אז יעדער מענטש האט א רעכט פאר זיך וואס קיינער קען נישט אוועקנעמען, און צוזאמען מיט די יוטיליטעריען אויסקוק וויאזוי די מערסטע בענעפיטס קומען ארויס פאר די מערסטע מענטשן, האט זיך אויסגעשטעלט אז קאפיטאליזם, דעמאקראטיע, מאדערניטעט, ריזאן, זענען די בעסטע וועגן פאראויס. און פון דארט ביזן צוזאמפאל פון רעליגיע - ביזן פארוואנדלט ווערן און א קאנסומער סאסייעטי - ביז'ן זען נאר זיך - און דאס עקספלאדירונג פונעם ישות וואו הכל לא נברא אלא לשמשני - איז נישט מער ווי א קאצן שפרינג. והך כוה..

עס איז אויך וויכטיג אנצומערקן אז מיטן פסיכאלאגיע פון עבדא בהפקירא ניחא ליה, און די פאקט אז מענטשליכע נטיות ציען אייביג צו מער פרייהייט, איז היבש נאטורליך די אינערציע וואס האט זיך געשאפן צו דעם דירעקציע און פאראויס געשטופט דעם וואגן צו וואו אונז שטיי מיר, ווארום זיך צו האלטן אונטערטעניגט צו א דרויסענדיגע אידעאל פארלאנגט מער ווי פשוט'ע אינסטינקט - און אן קיין פארמאט פון מאכט אדער קאנטראל געשעט עס נישט אליין..

עס איז אבער נישט שווער אין די היינטיגע מציאות צו באמערקן די לעכער מיט אינדיווידואליזם וועלכע ברענגען איר אזש כמעט צו אימפלאודן. - ראטעס פון עלנדקייט, דעפרעסיע, און אנגסט, שטייגן בגדול. צופרידענהייט ראטעס זענען אין דר'ערד. מינונג איז עפעס אן היסטארישן myth. קאמיוניטיס איז א פארצייטישע פענאנים פאר אנטרעפאלאגיסטן צו שטודירן. זעלבסטמארד און דראגעריי זענען די נארמע. מאראל איז מיטן פיס ארויף. און די ליסטע גייט אן (- Morality פון ראביי יונתן זאקס, און די בוך Bowling alone דורך Robert D. Putnam צונעמען דאס גוט..).

קוקט מען זיך אבער אום אויף אונזער קהילה – און בעצם אויף אסאך פונדאמענטעליסט קאמיוניטיס – איז די מצב דערקעגן גאר גאר גוט! ווייעלענס איז כמעט נישט בנמצא. בכלליות איז דער עולם גאר צופרידן. מיר זענען מצליח אין דעם ברייטן פיקטשור פון לעבן. אונזער עולם לעבט און לאכט. מיר לעבן פאר/מיט עפעס אן העכערע באדייט. ס'רוב עולם גלוסט זיך בכלל נישט עפעס אנדערש! ווער דארף בכלל בעסערס?! און מ'קען אריינגיין אין די נואנסן וואס עס איז טאקע אזוי גוט, און די מעלות פון זיין אין אן ארעינדזשעד מערידזש מיט מאסן קינדער, וכדו'. אבער עס קומט שוין נאך ממילא..

צו ס'איז דא קריים און שמוץ? אודאי!
זענען מיר ארעם - לעבן מיר אויף פעטער שמואל'ס אקאונטע - און מ'מוטשעט זיך געפערליך חתונה צו מאכן? נישט קיין שאלה!
זענען דא דראפ-אוטס וועלכע גייען אדורך אסאך שווערערע וועגן ווי עס וואלט געקענט זיין? זיכער!
טוען רבנים קאנטראלירן? זענען דא אסאך חכמים וועלכע פילן זיך גע'טרעפ'ט? איז פרידאם טויט? ליינט נאר קאווע שטיבל!

אבער צום ברייטן בילד: פון א ריין יוטיליטעריען שטאנדפונקט: איז נישט קיין שאלה אז פארן ריזיגן רוב פונעם ציבור איז אזא אויפברענגונג די געוואונטשענע מהלך!

כ'הער דעם ארגומענט אז מאכן פון קאלעקטיוויזם א ג'ענעראל רול קען אפירקומען א דיקטאטור און אונטערדרוקן דעם עולם. און אז אינאוואציע פאלט. און אז עס איז נישט זעלבסט סוסטעינעבל. וכו' וכו'. אלעס פיין און וואויל! אבער ווילאנג מ'האט דאך יא דעם פאקטישן מאדעל וויאזוי עס פונקציאנירט יא צום גוטן, פארוואס אוועקמאכן אדער אונטערברעכן?

דא קומט באמת אויך אריין דעם אשכול מיינע, אז עס איז דא די דילעמע וויאזוי איינצופירן אזא זאך. יעו"ש. אבער דאס איז אמאל קלאר (פון די סטאטיסטיקס - וואו אהין מענטשן טוישן אידענטיטעטן) אז ווערן א קאלעקטיוויסט איז כמעט אוממעגליך, אונזער עגא און אינסטינקט שלעפט צו אינדיווידואליזם און צו סעלף עקספרעשאן. וואס דערפאר איז די בעסטע און איינציגסטע אויסוועג וויאזוי דאס זאל יא ארבייטן - נאר מיטן געבוירן ווערן אין אזא ענווייראמענט וועלכע פארמירט פאר אונז דעם אידענטיטעט. און די אפטעמיסטישע זייט דערפון איז אז ארויס איז יא מעגליך – הגם טאקע נישט גרינג בכלל – אבער מעגליך. און אויב איז עס א וואן-וועי סיסטעם איז לכאו' לאגיש בעסער עס אויסצושטעלן אויף דעם וועג, און דער חכם (וואס האט ענדערש די כלים דערצו) זאל זיך ספראווען דערמיט – אדער גאר איינזען די מעלות דערפון און יא בלייבן דערין מרצון...
אויך איז דא דעם געדאנק אז עס איז למעשה אומפראקטיש און שווער זיך צו גט'ן און געוויס אפפארן, הן מצד עמאציאנאלע - אידענטיטעט סיבות, און סיי וועגן די משפחה און אנדערע חשבונות. וועלכע איז נאך א שטופ מען זאל ענדערש משלים זיין דערמיט - אויך פילאזאפיש - ווי עס רעדזשעקטן און זיך עסן דאס געזונט. אהכל לפי מה שהוא אדם!


באמערקט: ווי איך האב נישט אפיעלט צום 'אמונה' חלק און פונדאמענטאליסטישע ארגומענטן וועלכע שטייען בהכרח אויך ביים גרונד פון דעם דעבאטע – ווייל איך רעד דא צו די וועלכע זענען שוין נמאס און אויסגעברענט דערפון, עס איז א הומעניסטישע הסברה פארוואס מיר זאלן טאלערירן און זאגאר זיך אידענטיפיצירן מיט דעם איידעאלאגיע – וועלכע מוז בדרך אגב האבן די פונדאמענטאליסטישע שטריכן פון אונטער איר – ווייל אנדעם האט עס נישט קיין זון פאר זיך. אבער פארט איינמאל עס איז דא איז עס גענוג פראגמאטיש ווערד אז מיר זאלן עס וועליו'ען..


לאזט מיר וויסן וואס איר האלט!
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!

דער אשכול פארמאגט 28 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר