קינות נישואין – פארוואס האב איך חתונה געהאט??

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

Re: קינות נישואין – פארוואס האב איך חתונה געהאט??

שליחה דורך שמן למאור »

שוין זעמער דא שרעקליך פארפארן און סתם פארדרייט אן אשכול, כ'בעט יעדעם איבער.

אבער מיין נישט אז די קעניג'ס טאכטער איז אזוי צופרידן.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
ים של שלום
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 99
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 20, 2023 6:39 am
האט שוין געלייקט: 229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 161 מאל

Re:

שליחה דורך ים של שלום »

ברוך שפינוזה האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 29, 2023 11:25 am איינע פון די מעלות פון זיין פארהייראט מיט א פאנאטישע פרוי איז אז דו האסט א גאלדענע געלעגענהייט צו דעוועלאפן די סקיללס ארויסצושלעפן א מענטש פון איר self imposed prison,
ווי לערענט מען זיך די סקיללס?
town1
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 249
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 23, 2012 7:04 pm
האט שוין געלייקט: 62 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 124 מאל

Re: קינות נישואין – פארוואס האב איך חתונה געהאט??

שליחה דורך town1 »

שמן למאור האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 03, 2024 7:02 pm

בחורים שטרעבן חתונה צו האבן, מען קוקט אויף די גע'שטריימל'טע מיט קנאה, שפעטער ווען מען טרעפט זיך דערינען וויינט מען אז מען וויל ארויס.

מען שפילט א געים מיט אונז פונדלעך, ווער זענען אונז זיך אפצורעדן?

וויפיל בחורים וואס האבן חתונה געהאט וויינען אז מען וויל ארויס?
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

Re: קינות נישואין – פארוואס האב איך חתונה געהאט??

שליחה דורך פרייוויליג »

שמן למאור האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 03, 2024 7:02 pm לאמיר אייך זאגן זייער קלאר, עס איז דא פיל מער וויפיל אונז זעען און פארשטייען.

מיט דעם ביסטו דאך מסכים מיט מיר אז לית מחשבה תפיסה ביה כלל, כי לא מחשבותי מחשבותיכם.

וואס גאט האט פון דעם גאנצן שפיל, וועלכע פארגענוגען דאס געבט אים, דאס קען מען סייווי נישט פארשטיין.

דווקא אפאר אויסגעקליבענע אידעלעך געפעלן אים, נאך וואס זייער זיידע אברהם האט אים אנערקענט, א מכה אויף זיין זון ישמעאל, אבער יצחק איז די זאך, און און נישט אלע יוצא חלציו נאר ביצחק ולא כל יצחק, עשיו אדום א כפרה, פאר זיי וועט מען שפעטער צושטעלן א פאטשע יאשקע.

נאר פאר אידן דעם עם הנבחר פאר זיי איז ער זיך מטריח און קומט אראפ אויפן בארג סיני צו לאזן הערן וואס אים געפעלט. רוב אידן מילא אפגעפארן, אבער ער קוקט נאר אויף וויליאמסבורג און מאנסי פון דארטן שעפט ער זיין חיות.

דרייט זיך א גאנצע וועלט, מיט אן ענדלאזע אטמאספערע, אבער די תכלית איז די טוילעט אין ראדני סטריט.

מענטשן הרג'ענען זיך פאר יארן לאנג איבער רעליגיעס, מאסן בלוט איז שוין פארגאסן געווארן. רעליגיע האט שוין מער גע'הרג'עט ווי יענע מעשה.

מען שטרעבט נאנט צו ווערן צו גאט, און מען ווערט נישט זאט. ווי נענטער מען ווערט אלס ווייטער שפירט מען, און אלס מער פארכט מען פון גיהנם.

בחורים שטרעבן חתונה צו האבן, מען קוקט אויף די גע'שטריימל'טע מיט קנאה, שפעטער ווען מען טרעפט זיך דערינען וויינט מען אז מען וויל ארויס.

דאס וואס מען האט אונז פארציילט איז נאר וואס מען וויל אונז זאלן גלייבן, ס'איז דא פיל טיפערס וואס אונז קענען מילא נישט פארשטיין האט מען אונז צופרידנגעשטעלט מיט א הר סיני און פארטיג. גיי גלייב אז דאס איז נישט אלעס א חלק פון די גרעסערע שאך שפיל.

מען שפילט א געים מיט אונז פונדלעך, ווער זענען אונז זיך אפצורעדן?
אפשר יענקי מיט שלומי וועלן דיך קענען העלפן.

באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

Re: קינות נישואין – פארוואס האב איך חתונה געהאט??

שליחה דורך שמעקעדיג »

town1 האט געשריבן: וויפיל בחורים וואס האבן חתונה געהאט וויינען אז מען וויל ארויס?

קענסט אנהייבן מיט קוקן די גיטין ראטע די לעצטערע יארן.
נאכדעם קענסטו קוקן די ראטע פון שלום בית ביי אונזער עולם.
ותדרשנו משם.
וירח ה' את ריח הניחוח
צומישט און צוחישט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 259
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 11:03 pm
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 307 מאל

Re: קינות נישואין – פארוואס האב איך חתונה געהאט??

שליחה דורך צומישט און צוחישט »

איך פארשטיי אז די שמועס דא איז בנוגע זיך פילן פארכאפט אין א מערידזש ווי מ'טיילט נישט די זעלבע ווירדן און השקפה (לאמיר עס אזוי אנרופן), און נישט בלויז ווייל די שלום בית קלאפט נישט, (וואס די הויכע גיטין ראטעס די לעצטערע יארן קומט געווענליך פון די צווייטע)
אלזא, ס'דא עפעס וואס צייגט דיר אז אונזערע ראטעס זענען ערגער ווי די אלגעמיינע גאס, אדער שטעלסט דיך פאר אזוי?
טיפער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 28
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 80 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14 מאל

Re: קינות נישואין – פארוואס האב איך חתונה געהאט??

שליחה דורך טיפער »

פרייוויליג האט געשריבן: אפשר יענקי מיט שלומי וועלן דיך קענען העלפן.


דו ווייסט מער איבער זיי? @אלפא זוכט מער אינפארמאציע (איך אויך...) https://kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=543600#p543600
נאך 'וואס' קומט עפּעס תכלית'דיג, למעשה'דיג. פארוואס טראגט נאר צום נעקסטן פארוואס. און צום נעקסטן. און צום נעקסטן.

ביז יציאת נשמה. (פינחס גלויבער)
באניצער אוואטאר
פונדאַמענטאַל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 320
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 26, 2023 12:12 am
האט שוין געלייקט: 677 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 944 מאל

Re: קינות נישואין – פארוואס האב איך חתונה געהאט??

שליחה דורך פונדאַמענטאַל »

בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן: אקעי. נאר כ'בין נישט אזוי קלאר אז אויב למעשה האט ער 'חשק' און 'געשמאק' דערין. פ"וו הייסט עס סעלפ'לעס? ער בכבודו ובעצמו וויל עס און האט הנאה דערין...
קען זיין ס'דברים פשוטים ביי ווער ס'האלט דארט, אבער פאר די וואס זענען נאך יא אבסעסד מיט זיך, וואלט געווען כדאי אויב איינער קענעס קומען אויסשמועסן און קלארער מאכן

דו גייסט דא אריין אין א גאר טיפע נושא, אין די שאלה צו עס איז בכלל שייך אזא מושג פון סעלפלעסנעס - ווי א מענטש טוט באמת פאר א צווייטן אדער טוט בלויז צו דינען די תכלית, ווארום כל זמן דער מענטש שפירט א קשר צו די זאך קומט אויב ער דינט נאך זיך אליין... עס איז באמת א ברייטע סוגיא סיי אין פילוסופיה און סיי אין תיאולוגיה, איך גלייב נישט אז דא איז דער פלאץ צו מאריך זיין אין דעם, און איך בין אויך נישט אליינס הונדערט פראצענט אויסגעקאכט אין דעם (אפשר וועט @ מי אני קענען ארויסהעלפן...). איך מיין אבער אז וואס איז אונז נוגע, איז אז אפילו אויב סעלפלעסנעס איז אויך א פארעם פון זיין פארנומען מיט זיך אליין... דאך איז דאס אויף א העכערע מדרגה פון זיין אריענטירט אויף זיך אליינס ווי די אנדערע וועג. דהיינו, אנשטאט נעמען הנאה און חשק בלויז פון וואס פארנעמט זיין אייגן סעלף, נעמט ער הנאה און חשק פון אויפטון פאר א תכלית וואס בענעפעטירט אים נישט אויף דירעקטן אופן, אדער פון טון א טובה פאר א צווייטען וכדו'. הנוגע לענייני, עס מאכט נישט קיין חילוק אויב עס איז באמת סעלפלעס צו נישט, מיין נקודה איז אויף א פראקטישע אופן, א מענטש קען נישט טרעפן א חשק אין די זאך אויב פארשטייט ער נישט אז מערידזש איז איבער זיך אוועקגעבן - אדער זיין א זיך וואס גיבט אוועק...
There's no relationship between being smart & being wise (Jordan Peterson)
הַמְפוֹרָשׁוֹת סְתוּמוֹת. הַגְּלוּיוֹת עֲלוּמוֹת. הַמְּבֹאָרוֹת חֲתוּמוֹת. הַמְּשֻׁנָּנוֹת עֲצוּמוֹת. הַחֲקוּקוֹת רְשׁוּמוֹת:
בְּתוֹךְ עַמִּי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 671
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

שליחה דורך בְּתוֹךְ עַמִּי »

יא, יא. זייער קלאר... נאר וואס ס׳בלייבט איבער צו קלאר מאכן (פאר׳ן אריינגיין אין פילאזאפיע) איז, וויאזוי מעסט מען און ווייסט מען צו מ׳האלט דארט. דאס זיין צופרידן און ענדזשויען מערידזש איז גענוג הוכחה? און וויאזוי ארבייט מען אויף זיך צו ווערן סעלפלעס?
---

איצטער זעי איך אז @מי אני איז ממשיך דעם שמועס איבער דעם נושא דא
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה :)

פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1127
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 876 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל

Re: קינות נישואין – פארוואס האב איך חתונה געהאט??

שליחה דורך יעקב מענטש »

צום פותח האשכול

פארוואס ווילסט דיך נישט מגרש זיין?

לאז אפ די ווייב די קינדער און גיי וואוינען ווי א בחור (איך קען גראדע אזא איינעם)

איינער האלט דיך פארמשכונ'ט?

האסט א פראבלעם מיט דאס קינד וואס דו האסט אראפגעברענגט? א גוטן פורים, פארוואס דארפסטו זיין פארשקלאפט פארן לעבן פאר דאס קינד צו צאלן זיין שכר לימוד, טויש נאמבער ציה דיך אוועק און ענדזשוי לייף!

אלא מאי, טיעף אראפ פילסטו אויך אז די אינוועסטמענט אין פעמילי לייף פילט אן א void וואס האט דערווייל נישט קיין ריפלעיסמענט.
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

Re:

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן: איין זאך איז קלאר; דער קעניג׳ס טאכטער רעדט זיך נישט אפ. סאוי מיין עצה איז ווער דעם קעניג׳ס... און דו וועסט זיין צופרידן.


פרינצעסין דיאנה שיקט דיך א גרוס.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

Re: קינות נישואין – פארוואס האב איך חתונה געהאט??

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

שמן למאור האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 03, 2024 9:46 pm
ברוך שפינוזה האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 03, 2024 7:39 pm @שמן למאור: קום אריין קלאר, וועלכע בוך האסט געליינט, וועלכע גראזן האסטו פאררייכערט, וועלכע גורו האסטו אנגעטראפן, ביי וועלכע מקובל האסט שימוש גענומען, וועלכע מעדיטאציע האסטו געטוהן, מיט וועלכע מלאך האסטו קאממיוניקירט אז דו האסט אנטדעקט דעם סוד?
:lol:

מען דרייט זיך מיט שפינוזה אין איין חדר, עפעס אן השפעה האט עס. נישט אומזינסט האט דער אלטער געשריגן אז מען זאל זיך נישט חבר'ן מיט שלעכטע חברים.
ומידה טובה מרובה ממידת פורענית... קוק אהער וואו מ'האלטן מיר שוין, איך געדענק נאך ווען דו ביזט הערשט אנגעקומען אהער אין שטיבל און כ'האב דיך פרובירט פארשטיין צו געבן די לצנות פון די זאך און אז נישט נאר איז אלעס בעלאוני נאר אפילו די בעלאוני איז אויך בעלאוני אבער אן ערפאלג (דעמאלטס האט מען זיך ארומגע'טענה'ט צו חסידים גלייבן אז בשר וחלב פארשטאפט די נשמה :P :lol: ), און קוק אהער, דריי יאר שפעטער ביזטו שוין א תלמיד המחכים את רבו, די צייט און מיה צאלט זיך אויס :D :like
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

Re: קינות נישואין – פארוואס האב איך חתונה געהאט??

שליחה דורך שמן למאור »

פרייוויליג האט געשריבן: אפשר יענקי מיט שלומי וועלן דיך קענען העלפן.

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

Re: קינות נישואין – פארוואס האב איך חתונה געהאט??

שליחה דורך שמן למאור »

טיפער האט געשריבן:
פרייוויליג האט געשריבן: אפשר יענקי מיט שלומי וועלן דיך קענען העלפן.

דו ווייסט מער איבער זיי? @אלפא זוכט מער אינפארמאציע (איך אויך...) https://kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=543600#p543600

סאו בורשטיין האב איך שוין אביסל מסביר געווען אין יענע אשכול ווער דאס איז.

דער קירש איז סתם אזא סארט פרייוויליג/יו"ט גלעזער/מאניס פרידמאן סטייל לץ.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

Re: קינות נישואין – פארוואס האב איך חתונה געהאט??

שליחה דורך שמעקעדיג »

צומישט און צוחישט האט געשריבן: אלזא, ס'דא עפעס וואס צייגט דיר אז אונזערע ראטעס זענען ערגער ווי די אלגעמיינע גאס, אדער שטעלסט דיך פאר אזוי?

איינער האט דא פארגליכן די ראטע צווישן אונז אין די אלגעמיינע גאס?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

Re: קינות נישואין – פארוואס האב איך חתונה געהאט??

שליחה דורך פרייוויליג »

שמן למאור האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 6:57 pm
טיפער האט געשריבן:
פרייוויליג האט געשריבן: אפשר יענקי מיט שלומי וועלן דיך קענען העלפן.

דו ווייסט מער איבער זיי? @אלפא זוכט מער אינפארמאציע (איך אויך...) https://kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=543600#p543600
סאו בורשטיין האב איך שוין אביסל מסביר געווען אין יענע אשכול ווער דאס איז.

דער קירש איז סתם אזא סארט פרייוויליג/יו"ט גלעזער/מאניס פרידמאן סטייל לץ.
שלומי איז דארט וואו דו ביסט יעצט.
הרב קירש איז דארט וואו דו גייסט זיין אין אפאר יאר ארום.
יו"ט גלעזער גייסטו זיין אויב דו גייסט גיין וואו הרב קירש איז כמעט אנגעקומען.
צומישט און צוחישט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 259
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 11:03 pm
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 307 מאל

Re: קינות נישואין – פארוואס האב איך חתונה געהאט??

שליחה דורך צומישט און צוחישט »

שמעקעדיג האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 05, 2024 1:38 am
צומישט און צוחישט האט געשריבן: אלזא, ס'דא עפעס וואס צייגט דיר אז אונזערע ראטעס זענען ערגער ווי די אלגעמיינע גאס, אדער שטעלסט דיך פאר אזוי?

איינער האט דא פארגליכן די ראטע צווישן אונז אין די אלגעמיינע גאס?
פארוואס ביסטו נישט מעתיק די רישא פון מיין תגובה?
די פ"ה קוקט אויס אנטוישט פון די בענעפיטן וואס מ'האט פון א יודישע הייראט, אויף וואס איינער האט געבעטן נומבער'ס וויפיל זענען נישט צופרידן, האסטו אים געשריבן צו קוקן אויף גיטין-שלום בית ראטעס, אויף דעם האב איך געפרעגט כנ"ל..
טיפער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 28
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 80 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14 מאל

Re: קינות נישואין – פארוואס האב איך חתונה געהאט??

שליחה דורך טיפער »

שמן למאור האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 6:57 pm
טיפער האט געשריבן:
פרייוויליג האט געשריבן: אפשר יענקי מיט שלומי וועלן דיך קענען העלפן.

דו ווייסט מער איבער זיי? @אלפא זוכט מער אינפארמאציע (איך אויך...) https://kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=543600#p543600

סאו בורשטיין האב איך שוין אביסל מסביר געווען אין יענע אשכול ווער דאס איז.

דער קירש איז סתם אזא סארט פרייוויליג/יו"ט גלעזער/מאניס פרידמאן סטייל לץ.
וואס איז די אפטייטש פון לץ?
נאך 'וואס' קומט עפּעס תכלית'דיג, למעשה'דיג. פארוואס טראגט נאר צום נעקסטן פארוואס. און צום נעקסטן. און צום נעקסטן.

ביז יציאת נשמה. (פינחס גלויבער)
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

Re: קינות נישואין – פארוואס האב איך חתונה געהאט??

שליחה דורך שמן למאור »

פרייוויליג האט געשריבן: שלומי איז דארט וואו דו ביסט יעצט.
הרב קירש איז דארט וואו דו גייסט זיין אין אפאר יאר ארום.
יו"ט גלעזער גייסטו זיין אויב דו גייסט גיין וואו הרב קירש איז כמעט אנגעקומען.

זעט עטץ?! פינקט ווי כ'האב ענק געזאגט!!!

קירש ופרייוויליג כת ליצנים אחת הן.

פינקט ווי דער קירש האלט זיך אלס וועלטס מבין איבער שלומי הגם ס'איז ניכר אז ער ווייסט קוים וואס הענגט אים, ממש אזוי איז אונזער פרייוויליג וואס זאגט מבינות אויף וואו שמן למאור האלט, און וואו ער גייט אנקומען, הגם ער ווייסט ניטאמאל וואס טוט זיך מיט זיך.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

Re: קינות נישואין – פארוואס האב איך חתונה געהאט??

שליחה דורך שמן למאור »

טיפער האט געשריבן: וואס איז די אפטייטש פון לץ?

אין די קאנטעקסט דא מיינט עס מענטשן וואס רעדן און רעדן און רעדן, מיט גרויסע באקציין, זאפט און שמאלץ. עס קען זיך דאכטן פאר איינער וואס קען נישט זייער שפראך אדער האט נישט צופיל שכל, אז זיי ווייסן גאר שטארק וואס זיי רעדן. אבער אליבא דאמת דרייען זיי סתם א קאפ און מאכן ליצנות פון זיך און פון די מענטשהייט.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 1634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל

Re: קינות נישואין – פארוואס האב איך חתונה געהאט??

שליחה דורך שאלתיאל »

פאר א מינוט צוריק האסטו נישט געוויסט פון וועם מ'רעדט און יעצט ווייסטו שוין צו באשטעטיגן אז ער איז א לץ וואס דרייעט סתם א קאפ און מאכט ליצנות פון זיך און פון די מענטשהייט?
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

Re: קינות נישואין – פארוואס האב איך חתונה געהאט??

שליחה דורך שמן למאור »

יא, כ'ווייס נאכאלץ נישט ווער ער איז, און ס'אינטערסירט מיר נישט. ס'איז מיר געווען גענוג צו הערן דעם איינעם פאדקעסט צו זען וואספארא לץ ער איז.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
אנטוישטער יונגערמאן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 103
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 25, 2021 5:27 pm
האט שוין געלייקט: 150 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 142 מאל

Re: קינות נישואין – פארוואס האב איך חתונה געהאט??

שליחה דורך אנטוישטער יונגערמאן »

זה חלקי האט געשריבן: @כספי איך האף וועסט נישט ברוגז זיין אויף מיין אנטווארט, איך וועל בלויז שעירן מיין מיינונג.

עס איז א לענגערע נושא,

אין קורצן - אן אריינגיין אין די נושא וואס איז ע"פ תורה וכו' - סתם פראקטיש גערעדט,

די לא טוב היות אדם לבדו - ווי אויך די ווילן צו האבן המשכת הדורות - איז א מציאות, און א חלק פון די טבע הבריאה.

"עס איז בעסער פאר א מענטש צו לעבן חתונה געהאט ווי סינגל אין גאר אסאך אספעקטן".

די אומצופרידנקייט וואס דו האסט גייט זיך נישט טוישן אדער וואלט נישט געוועהן ווייניגער אויב דיין לעבן וואלט אנדערש געווען,
צופרידנקייט קומט פון אינעווייניג נישט פון אינדרויסן - מען דארף ארבעטן דערויף - צומאל איז דאס שווערער און צומאל דארף מען הילף פון אנדערע דערפאר,

לגבי צופרידנקייט פון די אייגענע ספעסיפיק מערידזש (אפשר מיט א צווייטן וואלט געוועהן בעסער? וכו')
שלום בית אין מיי אפיניאן בוילס דאון צו דעסיזשען
איינמאל די דעסיידסט (אדער מען דיסיידט פאר דיר.. א באזונדערע נושא) חתונה צו האבן, דארף מען מאכן א טיפע און שטארקע דעסיזשן אז דאס איז עס, זי/ער איז מיין לעבן'ס שותף! און ווי שטערקער די דעסיזשן איז, אלס מער סוקסעספול וועט דיין מערידזש זיין.

איינער וואס איז אלס ביזי ארומקוקן, צוריקקוקן, וכו', וועט האבן א מיזרעבל לייף ""נישט קיין חילוק ווער זיין ווייב איז"".
דאס מיינט נישט אז עס גייט נישט זיין קיין אפס און דאונס אין די רלעישנשיפ, אבער דאס איז געזונט.

לגבי באדינען א אידישע טאכטער און לגבי די טירחה פון האבן און ערציען קינדער -

א' נאכן מאכן די דעסיזשען פון מערידזש זענט עטץ איינס, פונקט ווי דו דארפסטיך העלפן מיט דיינע פארשידענע צרכים זי איז א חלק פון דיר און דיין לעבן - ווען צוויי שלעפן צוזאמען איז עס גרינגער אפילו ווען די וואג איז דאפלט.

דאס איז איינגעווארצלט אין די טבע די רצון פון א מענטש צו האבן המשכת הדורות
דאס איז די גרעסטע הנאה פאר א מענטש

איי עדמייער דיין honesty מקדים צו זיין לכתחילה און זאגן אז דו טיילסט דא פשוט מיט דיין מיינונג / עפּיניען.
נישט חס ושלום קיינער זאל מאכן דעם טעות צו טראכטן פאר א רגע אז עני אוו דיס האט א שייכות מיט רעאליטי/מציאות.
It’s simply your opinion and you’re entitled to have one 😊
פארשפארט