איז פוילקייט דעפינירט?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

איז פוילקייט דעפינירט?

שליחה דורך אלפא »

דא האב איך ארויסגעברענגט די פראבלעם מיטן הגדרה פון אדיקציע.
דא ברענגט מיכאל אברהם דעטאלירטעהייט ארויס די פראבלעם מיט די מושג און דעפינאציע פון 'ראסיזם'.
איך וויל יעצט צולייגן א מושג צו די ליסטע, און דאס איז 'פוילקייט'.

איך האב דא געפרעגט א שאלה צו מ'קען וויסן אויב עפעס שטאמט פון פוילקייט אדער נישט. און דא טענה איך אז מ'קען אנקוקן אסאך זאכן אז עס קומט פון פוילקייט און עס איז נישט קלאר אייביג אין א דעבאטע.
די אמת'ע פראבלעם איז אבער מיט אלע זאכן וועלכע מיר רעדן פון א געוויסע אקט אדער סימפטאם (= Y) און מיר באצייכענען עס אלס X, אבער ביסודו איז X בכלל נישט דעפינירט, און נאך מער, די דעפינאציע ווענד זיך ממש אין דעם נושא/דעבאטע איבער וואס מיר טענה'ן זיך (Y) צו דאס איז בהכרח א פראבלעם (= X) אדער איז עס בכלל נישט קיין פראבלעם (און דערפאר נישט בכלל X).

יעדע אזא סארט אויפפירונג (- אדיקציע/ראסיזם/פוילקייט) קען קומען דורך איינס פון צוויי פלעצער, איינס איז א בארעכטיגטע - נארמאלע סיבה, די צווייטע איז די פראבלעמאטישע סיבה – וועלכע לייגט עס אריין אין די קאטעגאריעס פון וואס מ'דארף זיך זען צו פארבעסערן.

אין די פאל פון עדיקציע. מען קען זיין צוגעבינדן צו עפעס און עס קען קומען פון זייער א געזונטער און אפי' געוואונטשענע פלאץ. לדוגמא ווען מיר עסן, און אונזער גאנצע טאג דרייט זיך ארום צו מיר האבן גוט געגעסן, ווען מיר פאסטן זענען מיר מיסרעבל, מיר האבן ליב צו עסן און אסאך מאל טוען מיר עס אויפן חשבון פון זאכן וואס זענען אונז אפי' מער וויכטיג אויפן to do ליסטע. איז דאס אן אנדייטונג אויף אדיקציע? איך מיין אז קיינער קוקט עס נישט אזוי אן! א מתמיד: ער לערנט ווען אומער ער האט אן איבעריגע מינוט, און בטל'ט נישט קיין מינוט, ער לאזט זיך נישט וואויל-גיין און ענדזשויען אביסל דאס לעבן. איז ער אדיקטעט צום לערנען? איז די אנגענומענע בליק אז דאס איז אן אדיקיציע? איך מיין אז נישט! ס**: איז שוין מער א סענסיטיווע און קאמפליצירטע נושא, אבער ווידער איז עס בהחלט נישט דוקא קיין אדיקציע ווען איינער האט עס גאר שטארק ליב און האט ברייטע עקסעס דערצו, אפי' ווען עס גייט אויפן חשבון פון אנדערע זאכן.
נאר וואס? עס ווענד זיך אין די מאטיוו און אין די תוצאות צוזאמען בכדי צו קאטעגאריזירן איינעם/עפעס אלס אדיקציע.
בדרך כלל ווען עס איז עפעס וואס דער מענטש אליין איז האלט נישט באמת וויכטיגער (אויף די סורווייוועל לייטער) אבער טוט עס אויף אן עקסטענט אז ער קען נישט טון קיין אנדערע נארמאלע פונקציעס און/אדער עס שטערט זיינע ארומיגע, דעמאלס בשם אדיקציע יקרא.

ענליך איז מיט ראסיזם (און אלע אנדערע דיסקרימינאציע טערמינען). ווען איינער זאגט איינעם אפ אדער טענה'ט עפעס איבער איינעם וואס איז גראדע געבינדן מיט דעם קאליר פון זיין הויט אדער ראסע, קען דאס קומען פון זייער א ריכטיגע און ראציאנאלע פלאץ. לדוגמא א ספעציפישע תפיסה מיט מער שווארצע איינוואוינער ווייל happens to be אין דעם געגנט זענען זיי די רוב פון די קרימינאלן. אדער ווען א שכן פון א איד שרייט אים אן פארן זינגען הויך זמירות פרייטוג-צו-נאכטס ווען ער וויל שלאפן. אדער אויב א קאמפאני נעמט אן מער מענער אין פיזיש-שווערע פאזיציעס. וואו גארנישט אין די דריי פעלער זענען בהחלט בלינדע האס, אדרבה אויב די פאקטן זענען טאקע אזוי איז עס די ריכטיגע זאך צו טון.
ניטאמאל פראפיילן גרופעס איז בהחלט א שלעכטע זאך צו טון, (אין פאקט ווען נישט מיר קענען עס נישט טון וואלט געווען זייער שווער זיך אומצוגיין, אויב מ'קען נאר רעדן פון קאלעקטיווע יחידים און נישט פון קיין קאטעגאריזירטע גרופעס, ואכמ"ל), אויב אפעקטירט עס נישט דיירעקט קיין יחיד, אדער אויב איז עס צופעליג אמת. פאר א פאלעסטינער צו האבן טענות אויף 'אידן' פארן שטיצן א מלחמה וועלכע הרג'ט זיינע ברידער, איז נישט דוקא קיין אנטי סעמיטיזם – פונקט ווי פאר א איד איז נישט קיין ראסיזם צו פיינט האבן 'פאלעסטינער' וועלכע שטיצן טעראריזם אין א"י. און באמת איז טאקע די גאנצע 'אנטי-זייעניזם = אנטי-סעמיטיזם' מערכה א תולדה פון דעם נושא דא.

ווידער לגבי פוילקייט: קען זיין הונדערט און איין סיבות פאר א מענטש נישט צו טון א געוויסע אקט וואס האט בכלל נישט קיין שייכות מיט עצלות. משלים זענען איבעריג.
עס פאלט נאר צוריק צום שאלה צו די סיבה וואס מ'גיבט אן איז ריכטיג און צו דאס בארעכטיגט טאקע דעם צוגאנג, וואס אויב נישט - קען מען דערהערן די טענה אז עס קומט פון פוילקייט, און אויב יא – איז דאס אליין דאך די סיבה. אין אנדערע ווערטער 'פוילקייט' אלס מושג איז רעלאטיוו און אפהענגיג אין די אמת'ע מאטיוו פון דעם נדון, און ווילאנג עס איז נישטא קיין וועג אויפצו-ווייזן אז יענער מענטש האט באמת נישט געהאט קיין צווייטע מאטיוו (פסיכאלאגישע ווי פילאזאפישע) איז די טענה 'פוילקייט' מינינגלעס.

לסיכום: די דריי מושגים אדיקציע, ראסיזם, פוילקייט, זענען באמת מושגים וועלכע באצייכענען ענדערש א שלילי (absence) פון א צווייטע/בארעכטיגטע סיבה צו ספעציפישע ביהעיוויארס, און הענס עס איז כמעט אוממעגליך אנצוצייכענען אייביג אז עס איז טאקע נישטא קיין אנדערע סיבה דערצו, און ווען יא – איז עס תלוי אין די פערספעקטיוו וויאזוי מ'קוקט אן יענע סיבה, (וואו א חלק פון די קאונטער ארגומענט צו געוויסע בארעכטיגונגען קומען מיט אטע דעם לעיבל אז עס איז אדיקציע/ראסיזם/פוילקייט – וועלכע מאכט עס פאר א צירקולער ארגומענט), ממילא זענען די מושגים בעצם useless און misleading, חוץ אויב די ציל דערפון איז אד-הומינום וכדו'.
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

Re: איז פוילקייט דעפינירט?

שליחה דורך תרמב »

זאגסט דאך אלס אזוי גוט

איך האב דיר עס שוין לאנג געוואלט זאגן איך בין פשוט געווען פויל צו שרייבן...
פארשפארט