די קעפעלע האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 10:34 amאיך וויס נישט וואספארא טעראר איהר זענט מגדיר אלס שטותים, און וואס מען דארף טוהן יענעם מצער צו זיין און דערנידערן באופן פרטי צו ווערן פארופען אלס טעראר, עס איז גארנישט קיין סתירה מיטן שוואגער איהם אפגעבן כבוד הראוי ברבים. סו"ס האט די שוואגער אויך געוויסט אז ראחמיסטריווקא רבי ז"ל איז געווען חשוב און באליבט ביי זיין טאטע וואס האט איהם געטרויעט מיט כמעט אלע רוחניותדיגע איינגעלעגענהייטען פונעם שטעטל און אז "אן" זיין שוואגערס שטיצע און שטיין צום האנט כסדר וואלט ער זיך גאר שטארק געמיטשעט.....מיסטעריע האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 11:19 pm און איך אלס א פייערדיגע מתנגד אקעגן דעם ממלא מקום און א פלאם פייערדיגע חסיד פונעם רבין, קען ענק זאגן אז ניין און ניינציג פראצענט פון די רדיפות זענען שטותים, אפשר גיי איך צו ווייט, אבער ניינציג פראצענט זיכער, איך געדענק פאר אינטרעסאנקייט האב איך נאכגעקוקט מהרמ"ד אונגאר מיט זיין שוואגער מהר"י רובין פון באבוב, אין איך רעדט נישט פון היינט, וואס ס'איז שוין אפגעקילט, אבער אפילו אין די בראשית יארן, וויפל זיי האבן זיך מכבד געווען, איז נאכאלס נישט געווען די זעלבע מאס רעספעקט אין ידידות וואס די ביידע שוואגערס האבן געהאט צווישן זיך.
איך האב אלעמאל געקלערט, וואס איז געווען די סיבה פונעם סקווערן דאס צו טוהן מכבד זיין און טיילן זיין רביסטעווע אויף א נישט נארמאלע פארנעם, די חסידים פלעגן טעהנ'ן, קוק אהער ער האט נישט קיינעם אויף דער וועלט, חוץ זיין שוואגער וואס איז באמת געווען זיין איינציגע שוואגער, ווייל מיט רבי מאטעלע האט ער קיין שפראך נישט געהאט, און די רבי האט אויך נישט געהאט קיינעם חוץ איהם, (הגם דער רבי פלעגט יא פארברענגן און מיטהאלטן די נייעס, ספעציעל די ארץ ישראל'דיגע מלחמות וכדומה, די עלטערע אידן האבן הנאה געהאט ביים קאווע טישל נעבן פאליש, די רבי'ס מיינונגען זענען בדרך כלל געווען קורץ אבער טיפזיניג,) דעריבער איז די אהבה געווען גרויס, די פראבלעמען האבן אונז געמאכט, ווי דא דארטן האבן אונז גערעדט און געלאזט פאלן ווערטער אויפן סקווערן און גערעדט הייליג אויפן רבין, און אזוי געמאכט פראבלעמען. (מיין זוהן האט אמאל זיך צורעדט אין חדר, וואס איך בין אדורך דעמאלס).
נאכמער די סקווערער האט קיין שלום בית נישט געהאט, בכלל נישט געווען קיין רעביצין סטייל, עכ"פ טראנע'ס סטייל אוודאי נישט, אירע קינדער דאס הייסט אהרן מענדי מיט איצי זענען געגאנגען סוטס, און די רבי'ס קינדער זענען געגאנגען חניוקיש אנגעטוהן, מאטי מיט ר' דוד משה און ר' בערל האבן אויסגעזעהן די ריכטיגע רבישע אייניקלעך. בכלל נישט געווען קיין רדיפות, ביים טיש איז מען אויך געזיצן לויט די עלטער, ביז זאכן האבן זיך אנגעהויבן זעצן אין פלאץ, די סקווערע האבן בר מצווה/חתונה געהאט און די רבי'ס קינדער האבן אויכעט אנגעהויבן צו בר מצווה/חתונה האבן, און במילא איז שוין געווארן די רבי'ס קינדער ווערסוס רבי איציקל'ס קינדער, און אזעלכע מענטשן ווי מיר האבן שטילערהייט געזוכט ווי קען מען מער מאכן די רבי איציקל אלס מלך, נישט משנה למלך, און איך האב שוין געזאגט אז אין תש"מ האב איך אריינגעהויבן אזאנס און אזעלכס.
אגב רבי פיניע איז אוועקגעפארן תש"מ, און במילא רבי אברהם דוב וואס איז יא געבליבן, איז אויך געווען אויסגעשפילט נאך אלעם איז ער שוין אין די יארן נאר א "אייניקל פון אלטער רבי'ן" און נישט קיין "קינד" סיי נישט פונעם סקווערן און אפילו נישט פון אונזער רבין
מיט דעם אלעם איז אנגעגאנגען א שטארקע טעראר אויף א קלאסישע שטילע פארנעם, נישט ווי די היינטיגע קינדערישע מעשיות, (אפשר אביסעל ענדילט די היינטיגע ראחמיסטריווקא מאנסי פרשה וואס מען דרייט אן בפנימי אונטערן טיש פאר ר' יעקב יוסף, פאר די וואס ווייסן אביסעל מער ווי וואס עס שטייט געשריבען אויף ק"ש)
אנגעהויבען פונעם פארלירען די געהאלט פון די מוסדות אביסעל נאכן פטורה פונעם שווער ווי ער האט וויטער געארבעט אין ישיבה/חדר, נישט צי האבן קיין דאלער צום נשמה אויף פשוטע טעגליסע הוצאות ווען נישט די פאר גוטע אידען וואס האבן איהם געשטיצט.
באזייטיגען און מזלזל זיין אין זיין טאטע ר' יוחנן ז"ל ווען ער פלעגט זיך משתתף זיין ביי די שמחות אין שטעטל און שפעטער אין איהם אליין כל ימיו (כבר בתחילה מהחתונה ושבת שבע ברכות של האדמו"ר מקייעמישא שליט"א כידוע מיט ר' י.י.א. וכל הימים עד החתן מאהל של ר' יעקב יוסף מסקווירא-מאנסי שליט"א) און אין שנת תשמ"ב ביים התייסדות פון זיין רביסטעווע מיט אלע שטרענגע אזהרות איהם אנגעשראקען און וואס מען האט איהם שארף אנגעזאגט וואס יא און נישט צו טוהן און וויטער במשך די יארן ווען עס איז אונטערגעקומען א געלעגענהייט, ביזן לוי' די פארגאנגענע אלול מיט די פרשה פון די מטה ביי די קבורה און אפילו ביי השתתפות ביים ניחום אבלים וואס עס איז געווען פלאי פלאים אז לאחר פטורתו נישט צו קענען דערמאנען ברבים אפי' איין ווארט בכבודו פונעם נפטר....
די איבעריגע קענט איהר ר' מיסטעריא משלים זיין אויב געפינט איהר דאס פאר וויכטיג ארויסצולייגען די אלטע גארבעד"ש ברבים.
ר' י.י.א. און ר' ח.ב. ועוד ועוד..... מיט זייערער אונטער שמשים האבן גוט געוויסט ווי אזוי איהם צו צאפן די בלוט און נישט אומזינסט האט איהם ר' ח.ב. איבערגעבעטן בתחנונים ווען ער איז געזעצן אין א"י נאך פרשת סקווירא.
די ראחמיסטריווקא רבי ז"ל איז געווען א גרויסע חכם און האט אלעס פארשטאנען אבער גאר ווייניג גערעדט, אפשר אמאל מפעם לפעם לצורך הענין האבן די גאר נאנטע געקענט הערן עפעס א ווארט, אבער זיין לעבן איז געווען א דערהויבענע עבודה צו שלינגען אויף זיין אייגענע כבוד און מקבל זיין יסורים בשמחה מיט א פעסטע אמונה עד הסוף.
רי מיסטעריא עס קען זיין איהר זענט אן אלטע שונא וואס האט געליטען אין שטעטל אבער אפשר האט איהר אויך נאך אין זיך די סקווירא פינק טיף אין הארץ וואס לאזט אייך נישט מאשר זיין די מציאות הדברים.
און וואס איז מיט דעס?