דער גר צדק וואס האט פארלאזט אידישקייט

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
[NAMELESS]

Re: דער גר צדק וואס האט פארלאזט אידישקייט

שליחה דורך [NAMELESS] »

זיי זענען נישט געווען גרים נאר נטורי קרתא געשטימט
cictim
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 385
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 14, 2015 3:13 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 254 מאל

Re: ווען א ראבאט עקספערמענטעט אידישקייט

שליחה דורך cictim »

שפילער האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 6:22 pm
סקעפטיקער האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 4:37 pm די אנאליז קוקט מער אויס ווי איינער פרובירט צו דיעלן מיט די פאקט אז א פארשטענדליכע מענטש וואס איז געווארן א גר האט אפגעלאזט אידישקייט, און אנשטאט צו פארשטיין אז אפשר איז מעגליך אז פארשטענדליכע מענטשן זאלן אזוי האלטן טרעפט מען אויף יענעם עמאציאנאלע פראבלעמען, ואני את נפשי הצלתי.
פרייוויליג האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 3:08 pm יחיאל זאגט אז די אלע זאכן וואס ער האט געלערנט למשל קבלה, האט ער שוין געטראפן ביי פלעטאניזם, נישטא קיין חידושים, האט ער קאטעגאריש דערקלערט. יחיאל ווייסט נישט אז אלעס איז שוין אויסגעדראשן געווארן א ביליאן מאל. ער איז נישט געווען אויף קיין מיסיע צו דערגיין דעם אמת, ער איז געווען אויף א מיסיע צו דערגיין זיין אמת. נאר א קאלטבלוטיגער, עמאשענלאזע, יונגע, איזולירטער מענטש קען אזאנס טון.
דו האסט עס דורכגעטוהן? דו ווייסט אז ער איז נישט גערעכט? "אלעס איז שוין אויסגעדראשן געווארן א ביליאן מאל" קען זיין א שיינע וועג פון האפן אז עס זענען טאקע דא גוטע תירוצים
סאיז זייער פאני ווען ער לאזט ווען איבער גאנץ יודישקייט און ווערט אן אטיעסט וואלט עס נישט געווען אזוי פאני. ער איז אריבער די גאנצע זאך און איינגעזעהן אז ס'איז אלעס בעלאני מעקאראני , אבער ציריק ג'יין צו די אלטע נארישע רעליגע נאכן דורכטון גאנץ ש"ס האט ער איינגעזעהן אז דזיזעס איז די זאך ... דאס שטעלט זיך ממש נישט אויפן שכל
אזוי ווי סאיז נתברר געווארען טוט ער כישוף, און ער טענה'ט אז ער טוט עס שוין צען יאר, אין א ווידיאו זאגט ער אז ער האט אנגעהויבן אין דער וועלט פון מאגיע און איז דאן געווארן א איד און איז דאן צוריקגעקומען, לכאורה איז אלעס געווען לשם ע"ז, זיינע שיטות זענען באזירט אויף גענאסטיקס און פרי קריסטענטום, מיט די טעאריע פון ​​מאגיע.
נחום הסופר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 349
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 13, 2018 1:04 pm
האט שוין געלייקט: 246 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 396 מאל

Re: דער גר צדק וואס האט פארלאזט אידישקייט

שליחה דורך נחום הסופר »

moody האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 11:14 am איך דערמאן זעך יעצט אז ווען איך בין געווען א קליין קיד האט א אינגערמאן פון ווילימסבורג, נישט ארגינעל, זיך אויפגעהויבן מיט דאס ווייב און עטליכע קינדער און זיך געטויפט צו איסלאם איינער געדענקט?, ליגט מיר נאך אין קאפ די העדליין אין איינע פון די איזרעלי צייטונגען "מש"ס להתחאמאס"
יא, כ'געדענק נאך די שרעקעדיגע בילדער פון זיי מיט די איסלאמישע קליידער. דערמאנסט זכרונות...
שפילער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 662
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 252 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 562 מאל

Re: דער גר צדק וואס האט פארלאזט אידישקייט

שליחה דורך שפילער »

moody האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 11:14 am איך דערמאן זעך יעצט אז ווען איך בין געווען א קליין קיד האט א אינגערמאן פון ווילימסבורג, נישט ארגינעל, זיך אויפגעהויבן מיט דאס ווייב און עטליכע קינדער און זיך געטויפט צו איסלאם איינער געדענקט?, ליגט מיר נאך אין קאפ די העדליין אין איינע פון די איזרעלי צייטונגען "מש"ס להתחאמאס"
יא עפעס יוסף ער איז נישט געווען עכט היימיש ער איז געקימען פון חבד
מיין אישי קעסטל ארבעט נישט
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו

shpieler111@gmail.com
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

Re: דער גר צדק וואס האט פארלאזט אידישקייט

שליחה דורך פרייוויליג »

ברוך שפינוזה האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 6:16 pm האב איך געטראפן א רעדדיט שנירל וואו גרים וואס האבן פארלאזט אידישקייט פארציילן זייערע געשיכטעס.

מסתמא האסטו נישט געזען די קאמענט וואס ער/זי ענדיגט צו מיט ווייטאג:

I can't find anything from potential converts who gave up, or converted Jews who ended up leaving. It sucks, I feel extremely alone.

און די פּאָר אויסגעקראכענע וואס קאמענטירן איז מערסטענס באזירט אויף טעכנישע חלקים, אז זיי האבן נישט אריינגעפיט. וואס דאס - צום 18'טע מאל - איז נישט די theme פון די אשכול. די נושא איז ווען געלערנטע גרים, וואס האבן געלעבט אידישקייט מיט אן ערנסקייט - אזוי ווי יחיאל - זאלן אוועקגיין. אלע לינקס און ווידיאוס דורכאויס די אשכול זענען אַנעקדאָטעס פון אידן פון אומסטאבילע שטובער, און/אויך האבן גארנישט געוויסט פון אידישקייט, אדער האלבע גרים וואס זענען אוועקגעגאנגען פאר טעכנישע סיבות, צוליב שפורן אפגעפרעמדעט. מיר זוכן דא א פרומער איד - נישט אז ער זאגט, אדער די JFJ סקריפט זאגט אז זאל זאגן, אז ער איז געווען פרום ווייל ער זוכט די סענסעשען - נאר ער איז טאקע געווען א פרומער איד אזוי ווי יחיאל. אדער א גר צדק, וואס האט אפגעטראגן וויבאלד ער אדער זי האט געזען אז איסלאם, אדער יעזוס איז די אמת.

איז דאס אזוי שווער צו פארשטיין?
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

Re: דער גר צדק וואס האט פארלאזט אידישקייט

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

האסט מיר דאס שוין געשריבן פריוואט, דארף איך יעצט דא איבערשרייבן וואס כ'האב דיך דארט צוריקגעשריבן?
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

Re: דער גר צדק וואס האט פארלאזט אידישקייט

שליחה דורך שמן למאור »

פרייוויליג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 6:11 pm
ברוך שפינוזה האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 6:16 pm האב איך געטראפן א רעדדיט שנירל וואו גרים וואס האבן פארלאזט אידישקייט פארציילן זייערע געשיכטעס.

מסתמא האסטו נישט געזען די קאמענט וואס ער/זי ענדיגט צו מיט ווייטאג:

I can't find anything from potential converts who gave up, or converted Jews who ended up leaving. It sucks, I feel extremely alone.

און די פּאָר אויסגעקראכענע וואס קאמענטירן איז מערסטענס באזירט אויף טעכנישע חלקים, אז זיי האבן נישט אריינגעפיט. וואס דאס - צום 18'טע מאל - איז נישט די theme פון די אשכול. די נושא איז ווען געלערנטע גרים, וואס האבן געלעבט אידישקייט מיט אן ערנסקייט - אזוי ווי יחיאל - זאלן אוועקגיין. אלע לינקס און ווידיאוס דורכאויס די אשכול זענען אַנעקדאָטעס פון אידן פון אומסטאבילע שטובער, און/אויך האבן גארנישט געוויסט פון אידישקייט, אדער האלבע גרים וואס זענען אוועקגעגאנגען פאר טעכנישע סיבות, צוליב שפורן אפגעפרעמדעט. מיר זוכן דא א פרומער איד - נישט אז ער זאגט, אדער די JFJ סקריפט זאגט אז זאל זאגן, אז ער איז געווען פרום ווייל ער זוכט די סענסעשען - נאר ער איז טאקע געווען א פרומער איד אזוי ווי יחיאל. אדער א גר צדק, וואס האט אפגעטראגן וויבאלד ער אדער זי האט געזען אז איסלאם, אדער יעזוס איז די אמת.

איז דאס אזוי שווער צו פארשטיין?


"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

Re: דער גר צדק וואס האט פארלאזט אידישקייט

שליחה דורך פרייוויליג »

וואס האסטו שוין געזאגט אז עמיצער זאל דיך האבן געשיקט די קליפ?
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

Re: דער גר צדק וואס האט פארלאזט אידישקייט

שליחה דורך פרייוויליג »

ברוך שפינוזה האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 6:31 pm האסט מיר דאס שוין געשריבן פריוואט, דארף איך יעצט דא איבערשרייבן וואס כ'האב דיך דארט צוריקגעשריבן?
בסדר, כאב שוין געענטפערט פאר דיין קאלעגע דא.
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

Re: דער גר צדק וואס האט פארלאזט אידישקייט

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

:lol: :lol: :lol:
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

Re: דער גר צדק וואס האט פארלאזט אידישקייט

שליחה דורך שמן למאור »

פרייוויליג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 7:03 pm וואס האסטו שוין געזאגט אז עמיצער זאל דיך האבן געשיקט די קליפ?
ס'האט נישט אויסגעפעלט ארויסצושרייבן מיט ווערטער און צייגן פארן עולם א פירש חי וואס מען זעט אויפן קליפ, יעדער קען אליינס זען די ווידיאו.

אבער כ'מוז דיר קאנגראטולירן, מאכסט עס אייזן!
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: דער גר צדק וואס האט פארלאזט אידישקייט

שליחה דורך berlbalaguleh »

איך גיי עס זאגן (לכה"פ) צום דריטן מאל. דער (געוועזענער) גר יחיאל ישראל פלויד איז אן אינטעליגענטער מענטש. ער איז א "מבקש". נישט דוקא אין דעם טעאלאגישן סענס. ער איז אן "עקספלארער". ער זוכט אייביג נייע "טהריללס". און איינס פון זיינע סטאנציעס איז געווען "עקספלאורן" אידישקייט. יעצט אז ער איז פארטיג מיט אידישקייט גייט ער צוריק צו זיין געוויינליכע "קאמפארט זאון". קריסטענטום. מיט וואס ער איז אויפגעוואקסן.

איך וואונטש איהם א סאך הצלחה אין זיינע "אדווענטשורס". ווער ווייסט וואו ער וועט אנקומען?!

נאר איין זאך קען איך זאגן מיט א זיכערקייט. אז ער האט נישט אדורכגעלערנט ש"ס. ווייל ס'איז אוממעגליך , אפילו פאר דעם גרעסטן דזשיניוס, וואס ער איז נישט אדורכצולערנען גאנץ ש"ס מיט אלע סוגיות און אגדתות. און עס אויך פארשטיין.

ער האט אפשר אויך געבלעטערט און גע"סקימט'" זוהר און תניא. נאר ער האט עס נישט גרונטליך אדורכגעלערנט.

ער רעדט א "היימישן" אידיש. ווייל ער האט זך געדרייט פאר זעקס יאר אין וויליאמסבורג.

וואס אונז דארף מיר טון פון אונזער זייט איז פארגעסן פון איהם און איהם לאזן פארן געזינטערהייט אויף זיין רייזע. אזוי ווי ער אליין זאגט אז ער האט נישט קיין שום שנאה אדער ברוגז אויף קיין איינעם אין די וויליאמסבורג קאמיוניטי.
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

Re: דער גר צדק וואס האט פארלאזט אידישקייט

שליחה דורך שמן למאור »

אכן נודע הדבר, ס'איז די אינטערנעט וואס איז שולדיג...


Screenshot_20240106_184153.jpg
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
קליינע צדיק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 307
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 10:18 pm
האט שוין געלייקט: 507 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 232 מאל

Re: דער גר צדק וואס האט פארלאזט אידישקייט

שליחה דורך קליינע צדיק »

איז ער נישט אנגעקומען צו אידישקייט דורך די אינטערנעט?
ליינען און זען וועגן אידן
אזוי איז ביי רוב גרים
נאך א שמויגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 96
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2023 9:20 pm
האט שוין געלייקט: 92 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 55 מאל

Re: דער גר צדק וואס האט פארלאזט אידישקייט

שליחה דורך נאך א שמויגער »

קליינע צדיק האט געשריבן: מוצ"ש יאנואר 06, 2024 9:58 pm איז ער נישט אנגעקומען צו אידישקייט דורך די אינטערנעט?
ליינען און זען וועגן אידן
אזוי איז ביי רוב גרים
ער איז געווען א חבר כולל אין די כולל פון ב"ט אויף פעיסבו"ק. א גרויסע מתמיד געווען.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: דער גר צדק וואס האט פארלאזט אידישקייט

שליחה דורך berlbalaguleh »

קליינע צדיק האט געשריבן: מוצ"ש יאנואר 06, 2024 9:58 pm איז ער נישט אנגעקומען צו אידישקייט דורך די אינטערנעט?
ליינען און זען וועגן אידן
אזוי איז ביי רוב גרים
נאר די בהמות פון השומרים און השמיעיני את קולך און די נאך גרעסערע בהמות וואס גלייבן זיי. פאר זיי איז דאס פונקט א גוטע מעשה. די קעלבלעך גלייבן דאך אלע שטותים וואס מ'פיטערט זיי.

ווען זיי וואלטן געהאט א ביסל שכל וואלטן זיי געפרעגט פון די אנפיהרערס סיי פון השמיעיני און סיי פון השומרים וויאזוי זיי שטעללן אהער אזעלכע שיינע גראפיקס און טייפסעטטינג אויב נישט מיט די מאדערנסטע מעטאדן פון טעכנאלאגיע. אקעגן וואס זיי הערן נישט אויף צו האקן...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
קליינע צדיק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 307
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 10:18 pm
האט שוין געלייקט: 507 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 232 מאל

Re: דער גר צדק וואס האט פארלאזט אידישקייט

שליחה דורך קליינע צדיק »

אויב אזוי אפשר איז יא ריכטיג די ערשטע ווערסיע וואס מ'האט געזאגט אז ער איז קיינמאל געווען קיין עכטע גר
ווייל די גאנצע זאך האט זיך אנגעהויבן מיט טעכנאלאגיע...
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: דער גר צדק וואס האט פארלאזט אידישקייט

שליחה דורך berlbalaguleh »

קליינע צדיק: בשעת ער איז געווען אין די סאטמאר'ע קהילה איז ער יא געווען אן אמת'ער גר צדק. נאר איינס פון די סיבות פארוואס ער האט אפגעלאזט סאטמאר און אידישקייט בכלל איז, מעגליך, ווי ער אליין זאגט עס ארויס צווישן די שורות. אז די קהילה האט איהם אין א געוויסן זין פארלאזט. מ'האט איהם אויסגעלאכט אונטער זיין רוקן. מיינענדיג אז ער כאפט דאס נישט. ביז ער איז אנגעקומען צו א מצב פון יאוש. איינזעהענדיג אז ער וועט קיינמאל נישט זיין קיין "אינסיידער". ער וועט אייביג בלייבן א פרעמדער. האט ער זיך בארעכנט...מה לי ולצרה הזאת.... און ער איז צוריקגעגאנגען צו זיין קאמפארט זאון. קריסטענטום. מיט וואס ער איז אויפגעוואקסן...!.
קליינע צדיק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 307
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 10:18 pm
האט שוין געלייקט: 507 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 232 מאל

Re: דער גר צדק וואס האט פארלאזט אידישקייט

שליחה דורך קליינע צדיק »

יאפ איך בין מיט דיר אינגאנצן
זעהט אויס אז די השומרים מענטשען האבן נאכנישט געהאט אזא אינפלוענס אויף דער קהילה
אפשר אויב יא וואלט מען אים נישט אריינגעלאזט צוליב די טעכנאלאגיע אנהייב
אדער אפשר גאר האט ער געוויסט ער וועט נישט קענען שיקן די קינדער אין די מוסדות
אבער דזשאוקס עסייד איז עס א גרויסע ווייטאג אז מען האט אים געלאזט הענגן בצד מה און אויסגעלאכט בצד מה
נאך א שמויגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 96
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2023 9:20 pm
האט שוין געלייקט: 92 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 55 מאל

Re: דער גר צדק וואס האט פארלאזט אידישקייט

שליחה דורך נאך א שמויגער »

berlbalaguleh האט געשריבן: מוצ"ש יאנואר 06, 2024 10:16 pm
קליינע צדיק האט געשריבן: מוצ"ש יאנואר 06, 2024 9:58 pm איז ער נישט אנגעקומען צו אידישקייט דורך די אינטערנעט?
ליינען און זען וועגן אידן
אזוי איז ביי רוב גרים
נאר די בהמות פון השומרים און השמיעיני את קולך און די נאך גרעסערע בהמות וואס גלייבן זיי. פאר זיי איז דאס פונקט א גוטע מעשה. די קעלבלעך גלייבן דאך אלע שטותים וואס מ'פיטערט זיי.

ווען זיי וואלטן געהאט א ביסל שכל וואלטן זיי געפרעגט פון די אנפיהרערס סיי פון השמיעיני און סיי פון השומרים וויאזוי זיי שטעללן אהער אזעלכע שיינע גראפיקס און טייפסעטטינג אויב נישט מיט די מאדערנסטע מעטאדן פון טעכנאלאגיע. אקעגן וואס זיי הערן נישט אויף צו האקן...!
איינער פון די גרויסע קעפ אין אר"י שרייבט קלאר אין זיינע בוקלעט"ס אז זיי טוען א טובה פאר די טייפסעטער"ס אז ווען זיי ארבעטען פאר די גרויסע קעפ טוען זיי נישט ערגערס.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: דער גר צדק וואס האט פארלאזט אידישקייט

שליחה דורך berlbalaguleh »

קליינע צדיק האט געשריבן: מוצ"ש יאנואר 06, 2024 10:32 pm יאפ איך בין מיט דיר אינגאנצן
זעהט אויס אז די השומרים מענטשען האבן נאכנישט געהאט אזא אינפלוענס אויף דער קהילה
אפשר אויב יא וואלט מען אים נישט אריינגעלאזט צוליב די טעכנאלאגיע אנהייב
אדער אפשר גאר האט ער געוויסט ער וועט נישט קענען שיקן די קינדער אין די מוסדות
אבער דזשאוקס עסייד איז עס א גרויסע ווייטאג אז מען האט אים געלאזט הענגן בצד מה און אויסגעלאכט בצד מה

למשל: איינס פון די זאכן אויף וואס ער רעדט זיך אפ אז מ'האט איהם געלאזט גיין מיט א שטריימל וואס איז אפשר גוט פאר פורים, און צווישן די סאטמערער גבירים איז נישט דא קיין איינער וואס זאל איהם נעמען צו א שטריימל מאכער און קויפן א הערליכן, נארמאלן שטריימל. ער זאגט עס ארויס קלאר, אז ער איז געווען געצווינגען צו ארומגיין מיט א "פורים שטריימל". ער האט געברענגט א פיקטשער פון זיך.

ס'איז דא נאך זאכן וואס ער זאגט ארויס צווישן די שורות.

ווען איך וואלט נישט געהאט קיין אנדערע דאגות וואלט איך געמאכט קאנטאקט מיט איהם און געבעטן אז ער זאל צוריקקומען צו אידישקייט, און ער קען ווען א "מאדערן ארטאדאקס" איד, גיין אנגעטון נארמאל, בעל בתיש, און זיין א שומר תורה ומצוות.
קליינע צדיק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 307
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 10:18 pm
האט שוין געלייקט: 507 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 232 מאל

Re: דער גר צדק וואס האט פארלאזט אידישקייט

שליחה דורך קליינע צדיק »

נא אפשר דאך גאו עהעד
[NAMELESS]

Re: דער גר צדק וואס האט פארלאזט אידישקייט

שליחה דורך [NAMELESS] »

berlbalaguleh האט געשריבן: למשל: איינס פון די זאכן אויף וואס ער רעדט זיך אפ, אז מ'האט איהם געלאזט גיין מיט א שטריימל וואס איז אפשר גוט פאר פורים, און צווישן די סאטמערער גבירים איז נישט דא קיין איינער וואס זאל איהם נעמען צו א שטריימל מאכער און קויפן א הערליכן, נארמאלן שטריימל. ער זאגט עס ארויס קלאר, אז ער איז געווען געצווינגען צו ארומגיין מיט א "פורים שטריימל". ער האט געברענגט א פיקטשער פון זיך.

ס'איז דא נאך זאכן וואס ער זאגט ארויס צווישן די שורות.

ווען איך וואלט נישט געהאט קיין אנדערע דאגות וואלט איך געמאכט קאנטאקט מיט איהם און געבעטן אז ער זאל צוריקקומען צו אידישקייט, און ער קען ווען א "מאדערן ארטאדאקס" איד, גיין אנגעטון נארמאל, בעל בתיש, און זיין א שומר תורה ומצוות.

איך זעה נישט ווי דו נעמסט עס ארויס פון זיינע ווערטער, ער באציט זיך צו די טענה אז ער האט כאילו געלעבט אויף די חשבון פון היימישע אידן, אויף דעם זאגט ער אז ער האט געלעבט דאס ביליגסטע שייך און ער איז געגאנגען מיט א ביליגע שטריימל וואס נארמאל איז עס גוט אויף פורים, ער רעדט זיך בכלל נישט אפ אז מען האט עם נישט צוגעשטעלט.

ער איז גענוג קלוג צו וויסן וועגן מאדערן ארטאדאקס, און אפילו ביי חסידים וואלט ער געקענט זיך באזעצן ביי מער ליבעראלע, און אפילו אלס סאטמאר קען ער ווען וואוינען אין ב''פ, און אפילו אין וויליאמסבורג איז ער געווען מער עקסטריעם ווי יעדן איינעם.
פארשפארט