דער גר צדק וואס האט פארלאזט אידישקייט

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
[NAMELESS]

Re: דער גר צדק וואס האט פארלאזט אידישקייט

שליחה דורך [NAMELESS] »

berlbalaguleh האט געשריבן: מוצ"ש יאנואר 06, 2024 10:24 pm קליינע צדיק: בשעת ער איז געווען אין די סאטמאר'ע קהילה איז ער יא געווען אן אמת'ער גר צדק. נאר איינס פון די סיבות פארוואס ער האט אפגעלאזט סאטמאר און אידישקייט בכלל איז, מעגליך, ווי ער אליין זאגט עס ארויס צווישן די שורות. אז די קהילה האט איהם אין א געוויסן זין פארלאזט. מ'האט איהם אויסגעלאכט אונטער זיין רוקן. מיינענדיג אז ער כאפט דאס נישט. ביז ער איז אנגעקומען צו א מצב פון יאוש. איינזעהענדיג אז ער וועט קיינמאל נישט זיין קיין "אינסיידער". ער וועט אייביג בלייבן א פרעמדער. האט ער זיך בארעכנט...מה לי ולצרה הזאת.... און ער איז צוריקגעגאנגען צו זיין קאמפארט זאון. קריסטענטום. מיט וואס ער איז אויפגעוואקסן...!.
אזעלעכע שטותים צו רעדן, די איינציגסטע וואס ער האט טענות איז די יונגערמאן פון מונסי וואס לויט עם האט ער עם ארויסגעווארפן פון שטוב.

אין ווילימסבורג איז ער געווען מורא'דיג עקסעפטעט ווער עס האט געהאט שייכות מיט האט עם רעספעקטירט ער איז געווען א מתמיד עצום און א ת''ח ער האט גערעדט אין סאטמער ראדני ביי א פאנעל פון גירי צדק, ער זאגט נישט אין ערגעץ אז מען האט געלאכט פון עם אדער עם פארלאזט
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: דער גר צדק וואס האט פארלאזט אידישקייט

שליחה דורך berlbalaguleh »

די מעשה מיט דעם שטריימל: ער איז נישט געגאנגען אזוי מרצונו הטוב. וועלכער מענטש ווייל דען גיין אנגעטון פאני? נאר ער האט זיך געשעהמט. אפילו צו בעטן איינעם אז מ'זאלל איהם העלפן צושטעללן א נארמאלן שטריימל. נאר אין אזא קהילה ווי סאטמאר וואס ווייקן זיך אין לוקסוס. און די גרעסטע קאסטומערס און קאנסומערס פון די נייע שטריימלעך/טורעמס זענען די סאטמאר'ע אידן האט ער זיכער איינגענימען בושות א יעדעס מאל קומענדיג אין ביהמ"ד. און ס'זענען דארט פארהאן געניג אידן וואס ארויסנעמען 5, אלפים פאר א לייטישן שטריימל איז ביי זיי נישט קיין שווערע זאך. מ'וואלט גרינג געקענט צוזאמשטעללן דאס געלט.

דאס איז טייטש אשרי משכיל אל דל. מ'ווארט נישט ביז ער בעט. נאר מ'דארף אליין פארשטיין וואס ס'איז ריכטיג צו טון.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: דער גר צדק וואס האט פארלאזט אידישקייט

שליחה דורך berlbalaguleh »

פונקט אזוי ווי דו דזשאדזשט וועל איך דזשאדזשן. דו ביסט מסתמא א מתפלל אין ראדני און דו פיהלסט דיך שולדיג...!

דו האסט דאך זיכער געזעהן זיין שטריימל. דו וואלסט געגאנגען מיט אזא שטריימל אין א געהעריגן שבת ויו"ט דאווענען? זיכער אז נישט!

מילא ווען ס'איז דא נאך אידן שלעפערס וואס גייען מיט אזא שטריימל וואלט עס איהם אפשר נישט געאהרט. ער רעדט זיך יא אפ אין איינס פון זיינע שמועסן אז ער האט געמוזט ארומגיין מיט אזא שטריימל, טאקע די ביליגסטע, צווישן די אלע מענטשן אין ביהמ"ד וועלכע האבן די לעצטע מאדעס שטריימלעך אויפ'ן קאפ.
[NAMELESS]

Re: דער גר צדק וואס האט פארלאזט אידישקייט

שליחה דורך [NAMELESS] »

berlbalaguleh האט געשריבן: זונטאג יאנואר 07, 2024 12:08 am די מעשה מיט דעם שטריימל: ער איז נישט געגאנגען אזוי מרצונו הטוב. וועלכער מענטש ווייל דען גיין אנגעטון פאני? נאר ער האט זיך געשעהמט. אפילו צו בעטן איינעם אז מ'זאלל איהם העלפן צושטעללן א נארמאלן שטריימל. נאר אין אזא קהילה ווי סאטמאר וואס ווייקן זיך אין לוקסוס. און די גרעסטע קאסטומערס און קאנסומערס פון די נייע שטריימלעך/טורעמס זענען די סאטמאר'ע אידן האט ער זיכער איינגענימען בושות א יעדעס מאל קומענדיג אין ביהמ"ד. און ס'זענען דארט פארהאן געניג אידן וואס ארויסנעמען 5, אלפים פאר א לייטישן שטריימל איז ביי זיי נישט קיין שווערע זאך. מ'וואלט גרינג געקענט צוזאמשטעללן דאס געלט.

דאס איז טייטש אשרי משכיל אל דל. מ'ווארט נישט ביז ער בעט. נאר מ'דארף אליין פארשטיין וואס ס'איז ריכטיג צו טון.
דאס זענען דיינע ווערטער נישט זיינע... און דאס איז נישט געווען די איינציגסטע פאני זאך וואס ער האט געטון... ער האט געהאט די $2000 וואס קאסט א נייע רעגן שטריימל ביי קרויס אדער מיללער
[NAMELESS]

Re: דער גר צדק וואס האט פארלאזט אידישקייט

שליחה דורך [NAMELESS] »

berlbalaguleh האט געשריבן: פונקט אזוי ווי דו דזשאדזשט וועל איך דזשאדזשן. דו ביסט מסתמא א מתפלל אין ראדני און דו פיהלסט דיך שולדיג...!

העלא? דער האט ניטאמאל געדאווענט אין ראדני. ער פלעגט דאווענען אין וויזשניץ!

רוב וויליאמסבורגער וואס האבן געהאט שייכות מיט עם זענען די כלי קודש און כולל יונגעלייט, די בעל בתישע עולם האט ניטאמאל געוויסט ער עקזיסטירט.

ביי די וועי, זיין חבר די אנדערע גר הרב טעללער וואוינט אויך אין וויליאמסבורג, ער איז א טראפ מער נארמאל, טראגט ער טאקע אביסל א שענערע שטריימל
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: דער גר צדק וואס האט פארלאזט אידישקייט

שליחה דורך berlbalaguleh »

איכ'ל מיך נישט גיין ארומטענה'ן א גאנצע נאכט. צי ער האט געדאוונט אין סאטמאר אדער אין וויזשניץ איז לא מעלה ולא מוריד.

די שטריימל איז נאר געווען איינס פון די זאכן וואס ער האט זיך אומדירעקט אפגערעדט. ער האט אויסגערעכנט נאך אנדערע זאכן.

אני כבר סיימתי...!
[NAMELESS]

Re: דער גר צדק וואס האט פארלאזט אידישקייט

שליחה דורך [NAMELESS] »

berlbalaguleh האט געשריבן: זונטאג יאנואר 07, 2024 12:54 am איכ'ל מיך נישט גיין ארומטענה'ן א גאנצע נאכט. צי ער האט געדאוונט אין סאטמאר אדער אין וויזשניץ איז לא מעלה ולא מוריד.

די שטריימל איז נאר געווען איינס פון די זאכן וואס ער האט זיך אומדירעקט אפגערעדט. ער האט אויסגערעכנט נאך אנדערע זאכן.

אני כבר סיימתי...!

יא יא, עטס ווייסט וואס עס מיינט די ווערטער אין באלד...
אין אנדערע ווערטער מיינט עס: איך זעה אז דו ביסט גערעכט, עס פאסט מיר נישט מודה זיין, לאמיר שליסן די סאבדזשעקט בדרך כבוד...

יעדער קען הערן די ווערטער וואס ער זאגט קלאר אז ער באשולדיגט נישט וויליאמסבורג, פארקערט, ער האט הכרת הטוב! נאר כלפי וואס מען האט עם בארעדט אויף אייוועלט ברענגט ער ארויס אז ער האט כמעט נישט נהנה געווען פון מענטשן חוץ די פשוטע פורים שטריימל און די ביליגע חתונה, וואס איז אגב געווען אין מאנסי, נאכנישט געהאט שייכות מיט וויליאמסבורג. ווי אויך דער מאנסי יונגערמאן וואס פארענטפערט זיך אויף קול מבשר אז ער האט עם נישט ארויסגעווארפן שטעלט ער קלאר אז דאס איז נישט אמת. נאך איין זאך, די קליפ פון אים אין זיין ווייב וואס רעדן וועגן סאטמאר פאליטיק איז אויך געווארן אפגעכאפט אין אפסטעיט פאר ער האט זיך באקענט אין וויליאמסבורג.

אין פאקט איז ער געווען קלאר געשעצט אין וויליאמסבורג ביי זיינע באקאנטע, מען האט עם כסדר מכבד געווען מיט שיינע כיבודים.
נאך א שמויגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 96
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2023 9:20 pm
האט שוין געלייקט: 92 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 55 מאל

Re: דער גר צדק וואס האט פארלאזט אידישקייט

שליחה דורך נאך א שמויגער »

ווען ער וויל א שענערע שטריימל האט ער געדארפט גיין נאך געלט. א גר צדק א חתן וואלט אריינגעברענגט א סאך געלט. פארוואס האט ער חתונה געהאט די זעלבע טאג?
נחום הסופר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 349
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 13, 2018 1:04 pm
האט שוין געלייקט: 246 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 396 מאל

Re: דער גר צדק וואס האט פארלאזט אידישקייט

שליחה דורך נחום הסופר »

דער גר צדק שרייבט אידיש? עמיצער קען אים שיקן א לינק פון דעם אשכול און ער קען ארויפקומען מגיב זיין (מיט זיין עכטע נאמען, ער דארף שוין נישט מורא האבן פאר שידוכים...)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: דער גר צדק וואס האט פארלאזט אידישקייט

שליחה דורך berlbalaguleh »

נחום הסופר: איך ווייס נישט צי ער שרייבט. אבער ער רעדט זיכער א גוטן, היימישן אידיש.

ר' חיים הלוי פייערט יעצט זיין "ניצחון". איך פארגין עס איהם. נאר די פאקטן טוישן זיך נישט. ס'איז נישט שייך זיך ארומטענה'ן איבער פאקטן...!
צומישט און צוחישט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 259
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 11:03 pm
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 307 מאל

Re: דער גר צדק וואס האט פארלאזט אידישקייט

שליחה דורך צומישט און צוחישט »

קוק אהן יעדן ביי אונז וואס גייט מיט אזעלכע לאנגע לאקן פאות און ברייטע בגדים און שאקלט זיך אריין ביים דאווענען אזויווי ער איז געווען רוב פון די האבן נישט קיין שענערע שטריימעל.. ווען איך האב אים געזעהן האט זיין שטריימעל נישט געצויגן קיין עקסטערע רחמנות ווייל ס'געווען א חלק פון זיין גאנצע פעקעדזש..
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1145
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

Re: דער גר צדק וואס האט פארלאזט אידישקייט

שליחה דורך טמיר »

געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
פארשפארט